בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/8/2009 22:38 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:
או כ'האב פארגעסען! 
knower!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

קענסטו מיר פליז זאגען איין ווארט וואס איך האב געשריבען אז עס איז שקר??????????????


ווייז מיר איין ווארט אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 22:39 לינק ישיר 

אז ליפאלע ניצט קוואדערלעך!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 22:41 לינק ישיר 

שפיפון! אויב די ניצט דעם מיטל? האב איך איינווארט אויפ די גאנצע באמאכאצס פון פעלשער פארמעגליך! וויייסט וואס? ניין? אקעי! איך וועל דיר זאגען!

שקר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 22:46 לינק ישיר 

און פארוואס האסטו דאס נישט געזאגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 22:57 לינק ישיר 

אה!  knower !!!!!!!!!!!

יעצט זען מיר טאקע אלע אז רבינו הברך משה האט עכט (און זיין חלום )יא געוואלט ר' זלמניו פאר זאב''ד און ירושלים! וואו אז דער לאנגער בן פראדעל איז א קדוש מרחם! און ר' זלמניו קען עכט יא לערנען! וואס נאך ווילסטו????????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 22:58 לינק ישיר 

מיר זענען ממש פארלוירן פון פארשטייס ארטיקל, עס איז געשריבן מיט אזוינע באלדע דיקע אותיות אז ס'איז פון דעם אליין קלאר אז ער איז גערעכט און אלעס איז אומאפפרעגבאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 23:02 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:
אה!  knower !!!!!!!!!!!

יעצט זען מיר טאקע אלע אז רבינו הברך משה האט עכט (און זיין חלום )יא געוואלט ר' זלמניו פאר זאב''ד און ירושלים! וואו אז דער לאנגער בן פראדעל איז א קדוש מרחם! און ר' זלמניו קען עכט יא לערנען! וואס נאך ווילסטו????????????


איך וויל נישט קיין סאך נאר נאך אפאר !


און נאך אביסל ?
און איך בין אויף דיין זייט


תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 04/08/2009 0:22:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 23:04 לינק ישיר 

והודו לזכר קדשו!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 23:07 לינק ישיר 

גוט געזאגט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 00:24 לינק ישיר 

רב הצעיר

עס זענען פארהאן גענוג און נאך ווייסער וואס וויסען אז ר' אהרן האט שוין געארבעט במשך די יארן תש"נ-נ"ט, דורך פארשידענע וועגען אז דער טאטע זאל אים מאכן פאר רב הצעיר איבער סאטמאר.

יא! אזוי דעקטאטירט די פיש'גען שכל פון פעלשער פארמעגליך!

ער האט געשיקט בערל פרידמאן רעדען מיטען רבין אין פלארידע און דער רבי האט עס אפגעווארפען, דאס איז א פאקט. פארוואס דער רבי האט עס אפגעווארפען קענען מיר זיך מחולק זיין ביז מארגען אבער דער פאקט איז געווען אז דער רבי האט אים נישט געוואלט אויפנעמען פאר רב הצעיר.

נאך איין פאקט איז וויכטיג צו וויסען. דער רבי האט קיינמאל פארן ציבור נישט ארויסגעוויזען אז ער וויל ר' אהרן זאל זיין דער מ"מ זיינער נאך די מו"ש. וואס ער האט געזאגט פאר דעם און פאר יענעם איז אפילו נישט אינטערעסאנט, ווייל ביז היינט האט זיך נאך קיינער נישט ארויסגעשטעלט זאגען אז פאר אים האט דער רבי דער ברך משה געזאגט אז מיין אהרן זאל זיין דער רבי איבער גאנץ סאטמאר.

ווי איך האב געהערט האט דער רבי אפילו געזאגט פאר ר' אהרן, א טאג נאך וואס ער האט אויפגענומען דעם היינטיגען רבין אלס רב אין וויליאמסבורג, אז א רבנות איז שייך איבערצוגעבען ווייל דאס גייט בירושה, אבער רעביסטעווע, ווי איז שייך צו זאגען פאר מענטשען אז דו זאלסט אויפנעמען דעם אדער יענעם? א רבי איז דאך א זאך וואס האט צו טון מיט א געפיל, א הארץ, און דאס קען מען נישט איינטיילען.

און רבנות, האט דער רבי דעמאלטס געזאגט פאר ר' אהרן, איז דאך נישט מעגליך אז דו זאלסט קענען פירען גאנץ סאטמאר איבער די וועלט. עס איז נישט פארהאן דער מענטש וואס קען פירען א רבנות פון טויזנטער מעמבערס, צענדליגער טויזנטער קינדער קע"ה, פילע מוסדות אנשטאלטען, ממילא מוז מען דאך האבען א רב אין יעדער פלאץ אין דער וועלט.

און טאקע אזוי האט דער ברך משה אלץ געטון. ער האט אריינגעלייגט אין יעדען סאטמארען קהילה א רב וואס זאל דארט אנפירען. אין מאנטריאל זיין איידעם ר' דוד מייזליש, אין לאנדאן ר' נתן יוסף ז"ל, אין קרית יואל ר' אהרן, אין בארא פארק 53 ר' בעריש זיין איידעם, און ב"פ 15 ר' שלום אליעזר, אין ירושלים איז געווען דער גאב"ד זצ"ל, אין בני ברק ר' אלי' כ"ץ, אין מאנסי זיין איידעם ר' חיים יושע, און ער האט געזאגט פאר ר' אהרן אז וויליאמסבורג דארף האבן פונקט אזוי א רב.

ווילאנג דער רבי איז געווען ביי די כוחות איז ער געווען דארט דער רב, אבער ווען ער איז געווארען שוואכער האט ער געוואלט אויפנמען זיין זון ר' זלמן לייב. (איך וועל באלד צוקומען, לענגער, וואס איז געווען ווען ר' אהרן האט אים געזאגט אז ער קען יא פירען וויליאמסבורג.)

ביז א הער איז פארשטינקענע פיש, ולית נגר ולא בר נגר דיפרקינה!!!



 איך וועל קודם דערציילען וואס איך מיטען גאנצען ציבור האבען מיטגעהאלטען און קען זיין אז שפעטער קען קומען אנאליז, אויב איינער איז אינטרעסירט דערינען.

איך וועק מיך אויף זונטאג, דעם צווייטען טאג חוה"מ פסח תשנ"ט, און איך הער אז דער רבי באט היינט פארטאגס אויפגענומען ר' אהרן אלס דער רב הצעיר. נישט מער אן נישט ווייניגער.

איך און מיינע חברים האבען געוויסט אז עס איז דערנאך מיט משה מיט זיינע מענטשען. ר' אהרן האט געמאכט א גוטען שטיקעל, טאקע נישט אזוי שיין, אבער עס איז געלונגען, ר' אהרן איז דער רב הצעיר און ווארשיינליך דער צוקונפטיגער רבי.

וויאזוי עס איז צוגעאגנען דאס ווערען רב הצעיר איז דעמאלטס געווען באוויסט פאר אלעמען, אז נאכדעם וואס ביינאכט האט אים אליעזר געסטראשעט אז דער ברידער קומט דא ווערען רב, האט ר' אהרן געזען פאר זיך א וואנט וואס ער מוז טון משוגענע שטיק דארט ארויפצוקריכען. און ער האט באשלאסען מיט זיינע יועצים און זיין רעבצין אז מען גייט דא טון א אויסער ארדענטליכער שריט, וואס היינט ווען מען קוקט צוריק איז עס לאכעדיג, אבער דעמאלטס האט ער געטון עפעס וואס איז נאך פאר זיכער קיינמאל נישט פארגעקומען אין דער אידישער היסוטריע

5:30  פארטאגס ווען דער רבי איז נאך געשלאפען און נאר מענדל בריל איז אויף געווען איז הירצקע צוויבל אנגעקומען און האט געווארט אז דער רבי זאל אויפשטיין.
ווי נאר דער רבי איז אויפגעשטאנען האט הירצקע געקאלט ר' אהרן אז ער קען קומען און ער האט אים געפענט די טיר. ר' אהרן איז אנגעקומען אינאיינעם מיט רעביצין סאשע.
ווי נאר דער רבי איז אריין אין ספרים שטוב האט הירצקע צוויבל אויסגעשפארט מענדל בריל.
וואס דארט איז פונקטליך געווען ווייסט קיינער נישט געהעריג ווייל ר' אהרן דערציילט אויך נישט.
מענדל איז גלייך געגאנגען אויפוועקען דעם הויז בחור זאגן אז ר' אהרן האט זיך אריינגרוקט און אז עס איז צרות. דער הויז בחור לויפט אויפוועקען משהן אבער משה הייבט נישט אויף. ענדליך נאכען אריינשרייען אינעם ענסערינג מאשין אפאר מאל, הייבט משה אויף
און דער הויז בחור איז אים מודיע אז דער פוטש איז אין אפעקט און עס איז נישט דא וואס צו טוען. משה זאגט, גוט מען וועט זען.

די נעקסטע זאך וואס מען ווייסט איז, אז ר' אהרן האט געקאלט בערל פר"מ: "מזל טוב דער טאטע האט מיך געמאכט פאר רב הצעיר", און ער גיט איבער דעם טעלעפאן פארן רבין. דער רבי פרעגט אים ווי אזוי עס דורך דער יו"ט אין ב"פ און קיין ווארט פון רב הצעיר. דאס זעלבע איז געווען מיטען אנדערען ראה"ק יאנקל כהנא. ר' אהרן קאלט אים און וועקט אים אויף: "מזל טוב דער טאטע האט מיך געמאכט פאר רב הצעיר", און ווידער גיט ער איבער דעם טעלעפאן פארן רבין און ווייטער נישט איין ווארט פון רב הצעיר.

און אזוי איז ביז געציילטע סקונדעס געוואיר געווארען גאנץ סאטמאר אז ר' אהרן איז געווארען דער רב הצעיר. איבריג צו דערציילען די שמחה וואס האט געהערשט ביי ר' אהרנס מענטשן די בכל אתר ואתר, און זיכער איז איבריג צו דערציילען וויאזוי עס האט אויסגעזען דער צופרי ביי די אידען, וואס היינט ווייזט זיך ארויס פארמאגען דעם מיאריטעט אין סאטמאר. נאר דעמאלטס זענען זיי געווען אין די מייזען לעכער וויסענדיג אז איצט גייען זיי אלע ווערען צוטרעטען דורך די טעראריסטישע יונגען באנדעס

*  

פון די זונטאג חוה"מ פסח פארטאגס, האב איך באקומען אין אימעיל פון איינעם וואס האט גערעדט מיטען רבינס נאנטער מענטש, מ.ב. וואס האט דערציילט אזוי: ער איז אנגעקומען פארטאגס 5:30 און ר' אהרן, רביצין סאשע מיט צוויבעל זענען שוין געזיצן אין גבאי שטוב אין די טינקל מיט פארלאשענע לעקטער. רביצין סאשע איז געזיצן אויף משהס בענקל, און ר' אהרן קעגן איבער.

ווען ער איז ארויפגעקומען האט ער זיך זייער דערשראקן, עפעס רירט זיך דא אין די טונקעל. ער צינד אן די לעקטער און זעט אז עס איז דא געסט. (זיי האבן דירעקט נישט אנגעצינדן דו לעקטער כדי מען זאל נישט זען אינדרויסן אז עימעצער איז דא)

ער פרעגט צוויבל וואס גייט פאר?  זאגט ער, גארנישט. ר' אהרן וויל עפעס רעדען וועגן זיינע זאכן.

(למעשה איז געווען א דורכפאל ווייל זיי האבן נישט געוואלט אז מ.ב. זאל אנקומען. אבער פארפאלן ער איז דא)

אזוי האבען זיי געווארט ביז דער רבי קומט ארויס פון שלאף שטוב. ווי נאר דער רבי קומט ארויס האט זיך ר' אהרן מיט רביצין סאשע איינגעשפארט, און וואס מען האט גערעדט ווייסט מען נישט.

אינמיטן עפענט זיך די טיר, ר' אהרן קומט ארויס און זאגט פאר מ.ב. יעצט קענסטו אריינגיין, און די דריי  זענען נעלם ווי א שאטען. אזוי שנעל זענען זיי פארשווינדן געווארן.

ווען מ.ב. איז אריין צום רבין, רופט זיך אן דער רבי צו אים: וואס האבן זיי געוואלט? זאגט ער פארען רבין אז ער האט נישט קיין אנונג. דער רבי וואשט זיך די הענט און הייבט אן זאגן ברכת התורה.

*

עד כאן דברי בן פראדעל! אויף דעם זאגען חז''ל וואויל איז דער וואס גלייבט!

לאמיר זען וואס האט טאגע פאסירט! מיט די אמתע פאקטען אן פיש זאפט! (קאשעניע)

כ''ק רבינו שליט''א איז געקומען אהער צו פארן אויף חג הפסח להסתופף בצל אביו כ"ק מרן הברך משה זי''ע , און זייענדיג דאהי במשך די ערשטע טעג יו"ט איז ער אויפמערקזאם געווארן פון אנשים חשובים פני העדה זקנים ונכבדים מאנ"ש, (בנוסף צו דעם אלטן פארלאנג פון די הנהלת הקהלה) אז לעצטענס זעהט זיך אן דא א שטיקל חלל אין די הנהגת הקהלה והמוסדות. און הגם ער טוט דאך סיי ווי די ארבעט, אבער נישט זייענדיג דאהי עמטליך פעלט זיך א שלימות אין די ענינים וכדו', במילא איז נישט מער ווי יושר - און עס איז שוין די העכסטע צייט - אז כ''ק רבינו שליט''א זאל שוין באוויליגען צו דעם גאר אלטער פארשלאג פון אביו הגדול און אננעמען עמטליך די אנפירערשאפט פון אונזערע קהילות, און ער זאל וויילען דאהי עטליכע טעג פון דער וואך און זיך אפגעבען בפרטיות מיט די אלע פראבלעמען, און מיט דעם ארויסהעלפען לינדערען דעם שווערן עול וואס איז רובץ על שכמו פון הברך משה זי''ע  

וועןכ''ק רבינו שליט''א  האט שוין כמעט ווי באוויליגט צו דעם גרויסען פארלאנג איז אונטער געקומען די שוידעליכע געשעעניש יענעם שבת חול המועד, ווען בן פראדעל  האט מכבד געווען מיט אן עליה א געוויסן מחוצף, אנזער אלט באוויסטען גרויס בייכיגער שמשון יעקב משטפיווקא (בכדי אנצוצינדען דאס פייער אין די אנוועזענהייט פון הברך משה זי''ע )אזוי ר' יעקב גליק האט געזאגט ביי די קהל'ס מיטונג חה''מ  "ס'האט זיך אנגעהויבן אין דעם, אז מ'האט געגעבן, אז איינער, דער האט עולה געווען, "און דאס האט מען געוואלט", און מ'האט אים געקויפט".) און דער ערליכער ציבור וואס האט דאס נישט געקענט פארשווייגען - און אויך די צענדליגער תלמידים וועלכע האבן בשום אופן נישט געקענט צוקוקן ווי דאס בלוט פון זייער באליבטן ראש ישיבה איז הפקר ביי די געציילטע מחוצפים - האבן - ווי פון זיך אליין - ארויסגעגעבן א קול מחאה וואס האט גורם געווען א גרויסן חילול השם. פונדעסטוועגן בכדי צו לינדערען דעם מצב איז כ''ק רבינו שליט''א אריבערגעגאנגען יענעם נאכמיטאג נאך די סעודה (אין באגלייטונג פון זיין זון הרה"ג אב"ד ור"מ דקהלתינו בווילאמסבורג שליט"א)  צו די דירה פון בן פראדעל און פרובירט מיט אלע מעגליכקייטן צו דערגיין די ווארהייטן איבער דעם מצב און וויאזוי דאס צו שליכטן אויף א פרידליכן אופן. און ביי ס"ג האט ער זיך אויפגעשטעלט במעמד מרן רבינו הברך משה זי''ע   - לפנים משורת הדין - און מוחה געווען און פארדאמט די געשעעניש.

זייענדיג דארט ביים פראדעזאהן  אין שטוב האט בן פראדעל געפאכעט און געסטראשעט אז אויב רבינו  שליט"א וועט זיך נישט "צושטעלן" (צו וואס??)  וועט ער אים ווייזען וואס ער קען... און ווען רבינו  שליט"א האט דאס געהערט האט ער באלד איינגעזעהן אז די קאנספיראציע פון די געפערליכע מחלוקה און שנאת אחים וועלכע שפינט זיך שוין דא א לענגערע צייט, איז שוין ארויס פון אלע מאסנאמען, און אויב דאס וועט נישט אפגעשטעלט ווערן באצייטענס וועלן די קאנסקעווענצן דערפון זיין גאר געפערליך און אומפארמיידליך.

 

און טאקע דערפאר ווייל כ''ק רבינו  שליט"א האט געוואלט אויסמיידן בעוד מעוד, אז עס זאל חלילה נישט נגרם ווערן א טיעפע אומהיילבארע שפאלט אין די קהלה וואס וועט נאכברענגן מיט זיך שארפע מחלוקות צווישן אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, (און אזוי ווי עס האט זיך ליידער ארויסגעוויזן דער סוף), איז נישט געווען קיין אנדערע אויסוועג נאר אריינצוגיין אל הקודש פנימה צו כ"ק מרן רבינו הברך משה זי''ע , און הערן דעם דעת קדשו פון זיין הייליגען טאטן ווי אזוי דאס קען אפגעשטעלט ווערן. (און דאס איז באשטימט געווארן צו טועהן דעם פאלגענדעם אינדערפרי ווען די שטוב מענטשן, אינשי דלא מעלי שלאפן נאך, ווייל אין די אנדערע צייטן פלעגן די מחוצפים זיך ארומנעמען ארום אים מיט די גרעסטע מאס זלזול און חוצפה, און בנוסף צו דעם זענען די "שטוב מענטשען" געזיצן בביתו נאוה קודש פון רבינו הברך משה  ביז דריי אזייגער פארטאגס באסיפת "הבה נתחכמה"...).

(און עס ברויך צוגעגעבן ווערן אז יענעם מוצש"ק האט דער ראש הכולל פון וויליאמסבורג הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ערהאלטן א טעלעפאן-קאל פונעם משב"ק וואס האט אים געווארנט אז ער זאל מער נישט איבערטרעטן דעם שוועל פון רבינ'ס שטוב און ער זאל זאפארט צוריקגעבן די שליסלעך פון רבינ'ס הויז).

 

גופא דעובדא הכי הוי!

דעם פאלגענדן זונטאג אינדערפרי זייגער 7:30 (יענעם מוצש"ק האט מען פאראויס געריקט דעם זייגער מיט א שעה, און בלויז אויף די "אלטע זייגער" איז געווען 6:30) איז כ''ק רבינו שליט''א  אריינגעגאנגען אל הקודש פנימה צו זיין גרויסען פאטער און די אנוועזענהייט פון די צוויי חברותות פון רבינו שליט"א הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, און ר' מענדל ברילל ני"ו, (וועלכע זענען געשטאנען מאחורי הדלת), און שמועסענדיג מיט רבינו הברך משה האט דער רבי דער ברך משה  בתוך הדברים אויפגעשפרינגען און געפאדערט בזה"ל: איך זאג דיר, אויב עס וועט עפעס פאסירן ביזטו שולדיג ווייל דו האסט עס נישט אנגענומען ביז יעצט! איך האב דיך שוין עטליכע מאל געבעטן אז דו זאלסט אריינקומען דא העלפן, געלויבט דער אייבערשטער אז איך האב די זכיה דאס צו דערלעבן, איך בין דיך יעצט ממנה אלץ רב אז דו זאלסט אנפירן מיט די קהלה און די מוסדות, איך בין זיכער אז דו וועסט דאס קענען אנפירן, און איך וועל דיר אי"ה ארויסהעלפן מיט וואס כ'וועל קענען". און מרן רבינו הברך משה  האט אים געגעבן מזל טוב אויפ'ן פלאץ.

דא האט דער ברך משה געפרעגט אויב ער האט וואו צו וואוינען דא אין וומ"ב, האט דער רבינו שליט"א געזאגט אז ער האט זיין דירה אויף היוז סט. ווי ער וויילט ווען ער איז אין ווימ"ב, אוןדער ברך משה  האט באפוילן פאר רבינו  שליט"א אז ער זאל זאפארט אנרופען די צוויי ראשי הקהלה און ער וויל זיי מעלדן איבער דאס התמנות.

רבינו  שליט"א האט אנגערופען דעם ראש הקהל הרה"ח ר' בערל פריעדמאן נ"י און אים געזאגט אז דער ברך משה וויל מיט אים רעדן, האט דאן דער ברך משה געזאגט פאר ר' בערל'ן איבער זיין באשלוס, אז ער האט אויפגענומען הגה"צ קרית יואל'ער רב אז ער זאל אריינקומען אהער קיין וויליאמסבורג אלס רב און טוען דא אלעס וואס מען דארף, און אויך זאל ער אים שטיין צו הילף מיט די אנפירערשאפט פון אלע סאטמארע מוסדות, [דער ראה"ק ר' בערל האט געפרעגט דעם רבי'ן איבערן טיטל וויאזוי מ'זאל אים רופען, "רב הצעיר", וכדו', האט רבינו שליט"א געזאגט בדרך צחות: "רוף אים ווי אזוי דו ווילסט, מיך זאל מען נאר נישט רופן רב הזקן"]. און ווען דער ראש הקהל ר' בערל האט געפרעגט דעם רבי'ן איבער געלט ענינים האט דער ברך משה געזאגט אז דאס וועסטו שוין מיט אים שפעטער רעדן.

דאן האט רבינו שליט"א געהייסן ער זאל דאס אויך מעלדן פארן צווייטן ראה"ק, האט דער רבינו שליט"א אנגערופע יעקב כהנא  און אים געזאגט אז דער ברך משה  וויל צו אים רעדן איבער דעם ענין, און ר' יעקב האט אנגעוואונטשען פארן ברך משה א א ברכת מזל טוב לכבוד דעם התמנות, און דער ברך משה  האט אים געענטפערט "ברוכים תהיו" און גערעדט צו אים איבער געוויסע פרטים פון דעם ענין.

דער ברך משה  איז געווען זייער צופרידען פון דעם געהויבענעם אקט וואס ער האט געטאן יענעם אינדערפרי מיטן התמנות פון רבינו שליט''א אלס רב הצעיר און אריינקומענדיג אין ביהמ"ד האט ער אפגענומען מזל טוב וואונטשען פון זקני אנשי שלומינו, און נאך קריה"ת צוריקקומענדיג פון באלעמער האבן הונדערטער אנשי שלומינו געווינטשען מזל טוב פארן ברך משה  (עזריאל גליק (משב"ק) האט געזאגט פארן ברך משה  אז דער ציבור ווינטשט מז"ט לכבוד די התמנות), ואף הוא לעומתם ברוך יאמר מיט א אויפגעלייגט געמיהט ובפנים צהלות.

נאך תפלת מוסף האבן די תלמידים וחסידים פון ברך משה זי''ע אויסגעבראכן ספאנטאן מיט דעם ניגון "קול רנה וישועה באהלי צדיקים, דער רבי זאל לעבן א מזל טוב, דער רב זאל לעבן א מזל טוב, און א מזל טוב", און דער ברך משה  איז געשטאנען אויף זיין פלאץ ביים עמוד, און מיט א קענטיגע הנאה האט ער מיטגעהאלטן די פריידיגע געפילן פון אנשי שלומינו, און נאך עטליכע מאל איבערזינגען דעם ניגון האט ער זיך אויסגעדרייט מיטן פנים צום ציבור און געווינטשען מיט א שמייכל "א גוט מועד".

[די זעלבע געהויבענע פרייליכע מחזה האט זיך איבערגע'חזר'ט מאנטיג אינדערפרי - יום ג' דחוה"מ - ביי תפלת שחרית פונעם ברך משה ווען הונדערטער אידן האבן נאך קריאת התורה און נאכ'ן דאווענען געווינטשען "מזל טוב" פארן  ברך משה  און ווען הגה"צ מ'קארלסבורג שליט"א איז צוגעגאנגען געבן מזל טוב פארן ברך משה איז אויך צוגעגאנגען אינטער אים הרה"ג ר' יהושע נחמן בערגער שליט"א האט אים דער רבי מקדים געווען און געזאגט בפנים צהלות, וזל"ק "עס קומט זיך מיר א מזל טוב, איך האב דא אויפגענומען מיין זון דער קרית יואל'ער רב פאר רב" עכל"ק.]

נאכן דאווענען ארויסקומענדיג פון ביהמד"ר הגדול האט דער פילקעפיגער ציבור ממשיך געווען מיט אן התלהבות דקדושה און געווינטשען ברכת מזל טוב פאר כ"ק מרן רבינו הברך משה און בנו כ''ק רבינו שליט''א , און אנקומענדיג צו די קאר האט דער ברך משה  געוויזן פארן רבינו  שליט"א אז ער זאל זיך אריינזעצן אין די קאר פארנט נעבן אים, אבער צוליב דחקות המקום האט רבינו  שליט"א אויסגעקליבן אהיימצוגיין צופיס.

ווען דער ברך משה  איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש און האט באמערקט דארט יוסף מרדכי בערקאוויטש האט אים דער ברך משה צוגעריפען  און געפרעגט במתיקת לשונו בזה"ל: "נו יוסף מרדכי, וואס זאגסטו צו מיין גוטן שריט וואס כ'האב געטוהן היינט אינדערפרי כ'האב אויפגענומן מיין ר' אהרן'ען פאר רב", (יוסף מרדכי האט דאס איבערדערציילט ברבים יענעם פארנאכטס ביי מנחה מעריב אין סיגוט'ער ביהמד"ר אין בארא פארק).

די סעודת המועד האט דער ברך משה געפראוועט אינאיינעם מיט כ''ק רבינו שליט''א ון דער שמועס האט זיך באצויגען ארום דאס התמנות. דער ברך משה  האט דאן געשילדערט פאר רבינו  שליט"א וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען זיין אויפנאמע מיט גענויע ניינצן יאר צוריק ווען ער האט אנגענומען דאס רבנות פון קהלותינו הקדושות, און דער ברך משה  האט אויך געשילדערט די אלע שוועריקייטן וואס ער האט מיטגעמאכט די אלע יארן פון די שונאים ומהרסים מבית ומבחוץ, און בעז"ה מיט'ן זכות פונעם פעטער זי"ע וואס איז געשטאנען צו הילף ביי טריט און שריט האט ער דאס אויסגעקעמפט, און עד הנה עזרונו רחמיו, ואל תטשינו ה"א לנצח.

מיטאג צייט זענען די צוויי ראשי הקהלה הרה"ח ר' בערל נ"י און  ר' יעקב  כהנא אריבער געגאנגען צו די דירה  פון רבינו שליט''א אויף היוז סט. און מיט אים אויסגע'ארבעט די גענויע פרטים פון די בעפארשטייענדע רבנות, און שמועסענדיג דארט איבער די ענינים במשך צוויי שעה איז באשטימט געווארן אז ווען דער ברך משה  איז נישט דאהי, וועט דער רבינו שליט''א אריינקומען אויף  די שבתים, און אויסער דעם וועט ער זיין דא עטליכע טעג אינמיטען די וואך, און וועט טוהן אלעס וואס מען ברויך אינערהאלב די קהילה און די מוסדות. (ר' בערל פר"מ נ"י האט דאס דערמאנט ביי די אסיפת האקרו"ט יענעם פארנאכט, )

עס איז איבריג צו באטאנען די געוואלדיגע שמחה וואס האאט דאן געהערש ביי אנ''ש, דאן האט יעדער געגלייבט, אז דער ברך משה האט געמאכט רבינו שליט''א פאר רב הצעיר,  (אנ''ש האבן געדענקט ביי אלע געלעגענהייטען האט דער ברך משה  נאר אריינגערופען בנו הגדול, און דער ברך משה  האט געזאגט אין א דרשה פאר טויזענטער מענטשן אז מען קען נישט טרעפן נאך אזא יונגערמאן אין די גאנצע וועלט. ער לערענט יומם ולילה און ער איז א צדיק תמים. און דער ברך משה  האט אויסגעפירט "ער וועט גיין קעגן משיח צדקינו"!די ספיקות זענען נולד געווארען בעקר ווען דער בנו השלישי האט אנגעהויבן ברעטעשען אז וומ''ס באלאנגט פאר אים!

פארנאכטס איז פארגעקומען די אסיפה אין אפיס פון קהל יטב לב, דער ראה"ק ר' בערל נ"י האט איבערגעגעבן פאר די 'פארשטאנד' די החלטה פונעם ברך משה זי''ע און האט געפרעגט די הסכמה פון די אקרו"ט (לויט די תקנות השטאטוטען) און אלע האבן דערצו מסכים געווען. שפעטער איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען און דער ראה"ק ר' בערל נ"י האט איבערגעגעבן די החלטה און הסכמה פון קהל אז ער איז אויפגענומען געווארן פה אחד אלס רב צו העלפן פארן ברך משה  אין די רבנות אין וויליאמסבורג, און ווי אימער עס איז נאר פארהאנען.

נאך די אסיפה זענען אלע אנשי האקרו"ט בראש פונעם כ''ק רבינו  שליט"א אריבערגעגאנגען לביתו נאוה קודש פונעם ברך משה זי''ע צו נעמען ברכת קדשו לכבוד די התמנות. דער ראה"ק ר' בערל נ"י האט, אריינקומענדיג צום ברך משה  , געעפענט די אסיפה מיט די פאלגענדע ווערטער: "א גוטן מועד, קהל איז געקומען אפנעמען א ברכה פון רבי'ן, קהל האט יעצט באשטעטיגט דאס התמנות פונעם קרית יואל'ער רב וואס דער רבי האט היינט אינדערפרי אויפגענומען." און ווען דער ראש הקהל ר' בערל האט, ביי זיין רעדע, פארגעלייגט פארן רבי'ן אז קהל האט דאס איבערגעשמועסט מיטן רבינו  שליט"א און ער איז גרייט אריינצוקומען אהער צו העלפן אין די קהלה און די מוסדות, האט דער ברך משה  געזאגט בזה"ל: "נו גוט, אז ער זאגט איך קען מעיד זיין אז ער זאגט אמת, כאטשיק כלום אב מעיד על בנו, איר קענט דאך אים אלע". און דער ברך משה  האט אנגעווינטשען פאר קהל וזל"ק: "דער אייבערשטער זאל העלפן, ס'וואלט אוודאי געווען א דבר גדול... דער רב און גאנץ קהל זאל האבן הצלחה... קהל האט דאך א דין פון א בי"ד אין די אלע זאכן אויפצונעמען... דער אייבערשטער זאל העלפען אז איר זאלט האבן הצלחה בגשמיות וברוחניות..."

רבינו הברך משה האט (מדעת עצמו, אנעם פארלאנג פונעם משב"ק, ווי ביום ג' בהעלותך...) ארויפגעלייגט זיין האנט על כתפי כ''ק רבינו שליט''א  און געווינטשען די ברכות. (און דאס דערמאנט אונז וואס דער ברך משה  האט כמ"פ פארציילט ברבים וואס דער פאפא רב ז"ל האט אים געזאגט אז בחודש אב שנת תשל"ט לפ"ק ווען די רבנים חברי התאחדות הרבנים זענען ארומגעפארן בשליחות מרן רבינו זי"ע וועגן די כשרות פון די פלייש, און די רבנים זענען געקומען זיך געזעגענען ביים רבי'ן ז"ל און מרן רבינו הברך משה  איז געבליבן אין שטוב זיך צו געזעגענען ביחידות האט מרן רבינו זי"ע ארויפגעלייגט זיין האנט אויף די אקסלען פון מרן רבינו הברך משה און אים געבענטשט. און דער פאפער רב ז"ל - וואס איז דאן געשטאנען אינטער די טיר און האט דאס צוגעזעהן - האט געזאגט פארן ברך משה  אז דאס ארויפלייגן די האנט אויפן אקסעל נעמט ער אן פאר א בפירוש'ע סמיכה...) דאס האבן אלע ראשי קהלה צוגעזען אנדערש וואו ג' בעלתך וואס נאר בן פראדעל מיטן שטעפיווקער שרף האבן צו דעזען די ''מוראדיגע התמנות'' וד''ל

ביים ענדיגן די אסיפה זענען אלע אנשי האקרו"ט און די אנדערע אנוועזענדע אדורך געגאנגען כבני מרון צו ווינטשן ברכת מזל טוב פאר כ רבינו הברך משה זי''ע  און פאר כ''ק רבינו  שליט"א, און דער ברך משה האט יעדעם צוריקגעווינטשען בפנים צהלות ובטיב לבב.

נאך די אסיפה האט דער ברך משה  זיך אויפגעשטעלט ארויסבאגלייטן די חשובע ראשי קהלה און דער ברך משה  האט דאן נאכאמאל ארויפגעלייגט זיין האנט על כתפי בנו כ''ק רבינו  שליט"א און געזאגט פאר די ראשי קהלה די פאלגענדע ווערטער בזה"ל: "אויף אים נעם איך אחריות ווייל איך ווייס אז ער וועט טוהן זיין ארבעט בשלימות" עכל"ק.

*   *   *

די שמחה וואס האט דאן געהערשט ביי די טויזענטער אנ"ש תלמידים וחסידים פון כ"ק מרן רבינו שליט"א איבער די גארער וועלט איז אומבארשרייבלעך, אין אלע בתי מדרשים דקהלותינו איז מיט גרויס פרייד ערהאלטן געווארן די פריידיגע ידיעה אז ס'איז נתמלא געווארן שאיפתו ורצון קדשו פונעם ברך משה זי''ע און די קהלות הקדושות וועלן בעז"ה ווייטער בליען און וואקסען תחת דגלו והדרכתו עד ביאת גוא"צ.

די פריידיגע געפילן ביי אנ"ש האבן אזוי אנגעהאלטן דעם גאנצן טאג זונטאג און מאנטיג, און מאנטיג אויפדערנאכט ווען כ''ק רבינו שליט''א האט געדארפט האלטן זיין דרשה ווי געווענליך זענען זיך צוזאמענגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג טויזענטער אנשי שלומינו, אנשים מכובדים, פני העדה, רבנים, דיינים בקהלותינו הק', און געווארט אויף די געהויבענע מינוט רבינו שליט"א וועט אריינקומען זאגן די דרשה אין באגלייטונג פון זיין טאטן מרן  הברך משה זי''ע:




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 00:29 לינק ישיר 

בשם פארשטיי.

נו ענטפערטס שוין!!!!!!!!!!!!!! איך ווער צופלאצט!!!!!!!!!!!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 00:31 לינק ישיר 

יא! איך האב יעצט ארויף געלייגט נאך א שטיקעל! ליין עס! דער נאך נעם איין צוויי פילען! און קום צירוק און און ענפער מיר אויף וואס איך האב געשריבען!
אן קיין !!!!!!!!!!! אדער????????????
לאמיר זען אויב די קענסט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 00:35 לינק ישיר 


נא knower ווען פלאנסטו צו ענפערען? די ווארסט אויף חזעקאלע? ער שלאפט שוין! נא knower ווילסט שפילן חכם. גיי עד הסוף!!!
נא!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 00:37 לינק ישיר 

אה! א מאסיווע שטילשווייגעניש!!! זעט אויס אז קאלעגע knower ווארט אז דער שר החלום זאל אים באהערשען!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 00:39 לינק ישיר 

אויף וואס דארף איך דיך ענטפערן האסט דאך נאך גארנישט געפרעגט

סך הכל פארציילסטו מעשיות פון פלעצער ווי איך בין אליין דארט געווען און איך ווייס קלאר אז דו שרייבסט שקר.

אבער צו וואס זיך סתם אזוי טענה'ן,

אפשר ברענגסטו אראפ דעם פולן טעקסט פון די אסיפה סיי ביי קהל און סיי ביים רבין אינדערהיים אזוי ווי פארמעגליך האט געטוהן און נאכדעם וועט מען זעהן למי החותמת ולמי הפסולים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 56 57 58 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.