דער שוהל האט געקאכט און געזידט ווי קיינמאל בעפאר. איך ווייס נישט צו דער רבי האט דעמאלטס געהאט איין מנין וואס האט מיטגעדאווענט.
משה דער גבאי קומט אן אין שול אינמיטן דאווענען, שפאצירט ארום אין בית המדרש כאילו עס איז תשמ"ט. איך פארשטיי נאך היינט נישט זיין גבורות הנפש וואס ער האט דעמאלטס געהאט, און האט נאך היינט.
נאכען דאווענען ברעכט אויס קול רינה וישועה פון "די בחורים און יונגעלייט" די ארמיי ארבעט ווי געפלאנט, און עודך שטעלען זיך אלע צו אין א רייע און מען ווערט נאכאמאל שעפסען... מען גייט געבן מזל טוב פארן רבין. דער רבי האט גשמייכלט ווייל ביי אים איז געווען זיכער אז עפעס א אייניקל איז געבוירן, און ער פרעגט ר' עזריאל ביי וועם איז דא א מזל טוב?
ר' עזריאל האט מורא און ענטפערט נישט געהעריג. שפעטער ווען דער רבי איז אריין אין שטוב האט אים ר' עזריאל דערציילט דעם אמת אז ר' אהרן זאגט אז דער רבי האט אים אויפגענומען פאר רב הצעיר.
ווי נאר ער האט דעס ארויסגעזאגט, האט אנגעהויבן גיין קולי קולות, "ער איז א שקרן, דאס איז וויזשניצער שטיק". (אגב, דאס ווארט "וויזשניצער שטיק", האט דער רבי שפעטער פיל גענוצט, ווי איר וועט שפעטער ליינען.)
נאך א נקודה. מאיר צוויבעל (הירצקעס עלטערע ברידער) האט געזען ווי דער רבי האט זיך אויפגערעגט ווען מען האט אים פארציילט וואס דא גייט פאר און האט געשריגן צו עס איז פורים היינט, איז ער ארומגעלאפן זאגען אז מען זאל אויפהערען צו זינגען. ער האט זיך גענומען שישקענען און געזאגט פאר איינעם שטילערהייט אז דער רבי האט געפרעגט צו עס איז פורים היינט.
ר' אהרן האט אלעס אונטערגעהערט און זעט אז עס איז צרות. ער הייבט פיס אין טראגט אפ פון שול.
איך בין דאן געווען און ביהמ''ד, אין איך האב מיטגעהאלטען די גאנצע זאך, נאך מער פארמעגליך איז מן הסתם אויך געווען און ביהמ''ד, און איך מיט ער ווייסען אז די אויבען דערמאנטע האט נישט פאסירט און דעם אלף השישי און מיר לעבן היינט
ואתכם הסליחה פעלשער פארמעגליך
זונטאג נאכען דאווענען איז פארגעקומען עטליכע געשעענישען,
לאמיר יא פארציילען וואס עס איז דאן געווען!
1 ר' ליפא זענטער איז ארומגעלאפען פארסאפעט און צעשטרייעט יענעם אינדערפרי און געשריגען: "ביז חצות איז דאס אויס"! (וואס עפעס אויס...? עס איז דאך "לא דובים ולא יער" און אויב דער ברך משה האט נישט ממנה געווען וואס איז שוין צו מאכן אויס...? )."וויליאמסבורג דארף נישט קיין רב..." "דער טאטע איז דא רב ביז משיח'ס טאג..."
2 בן פראדעל לאזט מעלדען א סטעטמעט גיבט מיר 72 שעה און אלעס איז אויס! (און עס פרעגט זיך מיט גרויס וואונדער: אויב דאס האט באמת קיינמאל נישט פאסירט און דער ברך משה האט לגמרי נישט ממנה געווען כ''ק רבינו שליט"א יענעם אינדערפרי, נו פארוואס האט ער געברויכט פאר דעם "גאנצע צוויי און זיבעציג שטונדן..." ער האט דאך געזאלט תיכף ומיד אריינגיין אל הקודש פנימה און מעלדן פארן ברך משה אז עס ווערט אפגעטוהן זאכן - אין עניני הנהגה - נגד רצונו ובלא ידיעתו, און דער ברך משה וואלט דאס זיכער אפגעלייקענט און פארדאמט אויב דאס זאל האבן געווען נישט ריכטיג?...)
3 ווען דער ברך משה איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש און האט באמערקט דארט יוסף מרדכי בערקאוויטש האט אים דער ברך משה צוגעריפען און געפרעגט במתיקת לשונו בזה"ל: "נו יוסף מרדכי, וואס זאגסטו צו מיין גוטן שריט וואס כ'האב געטוהן היינט אינדערפרי כ'האב אויפגענומן מיין ר' אהרן'ען פאר רב", (יוסף מרדכי האט דאס איבערדערציילט ברבים יענעם פארנאכטס ביי מנחה מעריב אין סיגוט'ער ביהמד"ר אין בארא פארק).
4 די סעודת המועד האט דער ברך משה געפראוועט אינאיינעם מיט כ''ק רבינו שליט''א ון דער שמועס האט זיך באצויגען ארום דאס התמנות. דער ברך משה האט דאן געשילדערט פאר רבינו שליט"א וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען זיין אויפנאמע מיט גענויע ניינצן יאר צוריק ווען ער האט אנגענומען דאס רבנות פון קהלותינו הקדושות, און דער ברך משה האט אויך געשילדערט די אלע שוועריקייטן וואס ער האט מיטגעמאכט די אלע יארן פון די שונאים ומהרסים מבית ומבחוץ, און בעז"ה מיט'ן זכות פונעם פעטער זי"ע וואס איז געשטאנען צו הילף ביי טריט און שריט האט ער דאס אויסגעקעמפט, און עד הנה עזרונו רחמיו, ואל תטשינו ה"א לנצח.
5 מיטאג צייט זענען די צוויי ראשי הקהלה הרה"ח ר' בערל נ"י און ר' יעקב כהנא אריבער געגאנגען צו די דירה פון רבינו שליט''א אויף היוז סט. און מיט אים אויסגע'ארבעט די גענויע פרטים פון די בעפארשטייענדע רבנות, און שמועסענדיג דארט איבער די ענינים במשך צוויי שעה איז באשטימט געווארן אז ווען דער ברך משה איז נישט דאהי, וועט דער רבינו שליט''א אריינקומען אויף די שבתים, און אויסער דעם וועט ער זיין דא עטליכע טעג אינמיטען די וואך, און וועט טוהן אלעס וואס מען ברויך אינערהאלב די קהילה און די מוסדות. (ר' בערל פר"מ נ"י האט דאס דערמאנט ביי די אסיפת האקרו"ט יענעם פארנאכט, )
6 די געטריי שטוב (אום) מענטשען, לויפן אריין אל הקודש פנימה, צום ברך משה זי''ע וואו אויך צו די רעבצין הרבנית הצדיקות תחי' און נעמען זיך העצן דעם ברך משה קעגן כ''ק רבינו שליט''א, אז ער טאר נישט זיין רב , ער וויל מפקיר זיין די ישיבה, ער וויל אריין לייגען דעם רבי'ן און האם, ער פירט אן פיטש, אד''ג, פאשטייט זיך אז דער ברך משה איז געווארען היפש דערשראקען און אנגעווייטאגט, פון די ערשט האנטיגע קראנטע אונפארמאציע וואס זיין לאנג יעריגע משב''ק האט אים אקראשט אופארמירט!
דאס איז וואס מען ווייסט! און ווער ווייסט וואס מען ווייסט נישט?!
אבער עס האט נישט געהאט צו טון מיטען פובליק. איך וועל מעגליך שפעטער אומקערען צו יענע פריוואטע געשעענישען, אבער איצט וויל איך ווידמען די ארטיקעל בלויז וואס איז פארגעקומען ברבים און וואס עס איז דא אויף קאסעטעס.
אויף זונטאג חוה"מ נאכמיטאג איז פארופען געווארען א "גרויס" קהל מיטינג, און דער פלאן האט געלויטעט אז סוף פון דער מיטינג וועט ר' אהרן אנקומען און דאן וועט גאנץ קהל אינאיינעם מיט ר' אהרן גיין צום רבינס הויז וואו דער רבי וועט געבען ברכות קודש פאר די נייע פלענער פון רב הצעיר.
די מיטינג איז דא אויף טעיפ און מען הערט ווי בעריל איז מציע אויפצו נעמען ר' אהרן אלץ רב הצעיר אבער ער רעד נישט איין ווארט אז דער רבי האט שוין היינט צופרי אים אויפגענעמען און אז דער רבי האט שוין פון אים אפגענומען מז"ט. מען הערט דארט ווי ר' בנימין הירש, וועלכער איז אלץ געווען ר' אהרנס א מענטש, זאגט דארט אז עס קען נישט זיין אז אזעלעעכע האקעלע ענינים זאל קומען פון אומאפיציעלע קוועלער און מען דארף זען זיך דורך צוקומען מיט משה גבאי'ן צו וואס יעדער שטימט מיט.
פעלשער פארמעגליך פארדרייט נאר א ''קליין ביסעל'' די פאקטען כדרכו! ער מיינט אבער צו שרייבען וואו פאלגענד!
פארנאכטס איז פארגעקומען די אסיפה אין אפיס פון קהל יטב לב, דער ראה"ק ר' בערל נ"י האט איבערגעגעבן פאר די 'פארשטאנד' די החלטה פונעם ברך משה זי''ע און האט געפרעגט די הסכמה פון די אקרו"ט (לויט די תקנות השטאטוטען) און אלע האבן דערצו מסכים געווען. שפעטער איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען און דער ראה"ק ר' בערל נ"י האט איבערגעגעבן די החלטה און הסכמה פון קהל אז ער איז אויפגענומען געווארן פה אחד אלס רב צו העלפן פארן ברך משה אין די רבנות אין וויליאמסבורג, און ווי אימער עס איז נאר פארהאנען.
לאמיר נישט פארגעסען דארט איז געזיצען דער תמימות דיגער יעקל כהנא, און ער הערט וואו ר' בערל זאגט אז דער ברך משה האט אים, וואו אויך פארן תמים ר' יעקל, געזאגט אז ער נעמט אויף כ''ק רבינו שליט''א פאר רב הצעיר, און ער האט גאר נישט מוחה געווען! ויהי לפלא! ער האט דאך געוויסט! דעם אמת אז דער ברך משה האט א נייע מנהג! (עיין זמירות ברך משה לפסח) אז ער קאלט די ראשי הקהלה 7:00 אזייגער אונדערפרי ווינשטשען גוט מועד! דאס הייסט א ריכטיגער מסייע צו דעם ריזען אויפשטאנד, אונטערסאנט אז בן פראדעל לאזט אים זיין ראה''ק!
ווי אויך האט בערל פרידמאן דאן איבערגעגעבען פאר קהל, אז עס איז אויך פאראן א אנדערע הצעה, "אז מען זאל רופן רבי זלמן לייב'ן פון ירושלים" [דא קען מען זען אז מען האט שוין געוואוסט וואס עס איז דער רצון פון רבינו שליט"א (זצ"ל)].
תיקון טעות בן פראדעל וחבריו!!!
ער האט צוגעגעבן צוויי זאכן: איינס, "אז רבי זלמן לייב וויל נישט קומען." ]פארוואס האט בערל ניטאמאל געפרעגט רבי זלמן לייב צי ער וויל קומען?]. צווייטענס, האט בערל באהויפטעט, אז דאס וועט נישט ארבייטן.
נאכדעם וואס אויך ר' אהרן איז אריבערגעקומען צו די מיטינג איז דארט באשלאסן געווארן אריבערצוגיין צו רבינו שליט"א.
אבער ר' בערל בעט אז מען זאל נישט נוצען דאס ווארט רב הצעיר ביים רבין אין שטוב.
איין ווארט! להד''ם!!!
{ דאס לעצטע זאטץ גיט פעלשער פארמעגליך אזא שווערץ אריין! אז מען זאל מיינען, אז עס איז א דבר פשוט אז ר' בערל האט אזוי געזאגט, ווייל דער ברך משה האט דאך קיינמאל נישט געמאכט רבינו שליט''א פאר רב הצעיר! ער האט סתם געקאלט אונדערפרי ר' בערל מיטן תמים ר' יעקב ווינטשען א גוט מועד, דעריבער מיז דאך זיין אז ר' בערל האט געזאגט דעם לעצטען זאץ דאס איז קינצליך אויסגעארבייט געווארען דורך פעלשער פארמעגליך}