פערזענליך האלט איך אז "פארמעגליך" שרייבט זייער גוט די פאקטן, און ער לייגט עס אראפ כדבעי, ממש "דברים כהוויתן", ווי עס האט זיך אפגעשפילט בשעתו.
אבער די לעצטע הערה פון "פארשטיי" ווייזט פאר יעדן ווי נישט אמת ער שרייבט, ווייל פון די מיטונג פון קהל, איז דאך דא א טעיפ, און מ'קען הערן יעדעס ווארט, אבסער "פארשטיי" שטעלט אוועק א פנים ווי ער פארשטייט נישט, און לייגסט צו אייגענע שטיקלעך צו דעם מיטונג.
נשלח ב-4/8/2009 21:27
די היסטארישע מיטינג ביים ברך משה אין הויז
ווען קהל איז אנגעקומען האט משה דער גבאי געזאגט פאר יצחק ראזענבערג אז ער קען נישט זיין דא און ער מוז שוין ארויס פון הויז. דאס איז געווען לכאורה צוליב די חוצפה פון צעטיל פון הויז בחור וואס ער האט געוואלט באצאלן (ווי געשריבען פריער). יצחק האט פארלאזט דאס הויז און ר' אהרן און בערל האבן אים געבעטען צו פארלאזען דאס הויז.
מה החטא הגדול הזה???
דא וועל מיר מעתיק זיין די העתקה ווארט ביי ווארט פונעם טעיפ פון קהל'ס מיטינג אין רבינס הויז יענעם ביינאכט. (יש"כ פאר באלאנד פאר די הילף וואס ער האט אונז געהאלפען פארשאפען איצט דעם טעיפ.)
דא גראדע קימט זיך קרעדיט פאר (פעלשער) פארמעגליך! איך האב איבערגעהערט די טעפ, ער האט נאך געשריבען אות ביי אות פונעם טעפ,
נאך די מיטינג ביים רבין אין הויז זונטא חוה"מ ביינאכט, ווען ר' אהרן האט געזען אז מען האט אים געכאפט ביי די לגיונות און עס זעט שויון נישט אויס אז ער וועט זיין רב הצעיר, האט ער נאך פרובירט איין וועג.
פעלשער פארמעגליך ציט פון דעם אסיפה און הויז פון ברך משה די פאלגענע מעסקנה!
1.אז דער ברך משה האט נישט ממנה געווען כ''ק רבינו שליט''א אלס רב הצעיר, ער האט לגמרי יענעם פארטאגס נישט גערעדט מיט איהם דערוועגן.!
2.אז מרן רבינו הברך משה זי''ע האט נישט גערעדט מיט די ראשי הקהלה יענעם צופרי דערוועגען נאר דער ברך משה האט פשוט איינגעזעהן פאר וויכטיג היי יאר חול המועד פסח זיי אנצורופען פארן דאווענען און זיי זאגן "א גוטן מועד".
און דער ראש הקהל ר' בערל ני"ו,זאגט פארן ברך משה אז דער כ''ק רבינו שליט''א זאגט: "ער וויל נישט הייסן רב הצעיר און ער וויל נישט הייסן קיין סגן רב, נאר קרית יואל'ער רב איז איהם גאנץ גענוג". וואלט דאך דער ברך משה זי''ע געדארפט איהם תיכף איבערהאקען און פרעגן: וואס הייסט ער זאגט ער וויל נישט?... ער וויל יא... ער וויל נישט דאס... ער וויל נישט הייסן אזוי... ער וויל נישט הייסן אהער... ווער האט איהם געפרעגט ווי אזוי צו הייסן?... ווער האט איהם דען עפעס אנגעטראגען אז ער זאל זיך קענען אייסערן וויאזוי ער וויל יא הייסן און וויאזוי נישט?... איך האב דאך איהם בכלל גארנישט צוגעגעבן בנוסף צו זיין פאסטן פון קרית יואל'ער רבנות... וואס זאל איהם עפעס בייפאלן צו רעדן אזעלכע נארישקייט'ן פון רב הצעיר, סגן רב?... איך האב דאס שוין "שבת הגדול נאך די געלונגענע דרשה" אוועקגעגעבען פאר ר' זלמניו און ער האט דאס אנגענומען מיט תשואת חן...
און אויב וועט איר וועלן זאגן אז דער ברך משה האט זיך דענצמאל ברבים בפני אזויפיהל קהל'ס לייט, נישט געוואלט אנרופען מיט דעת קדשו, צוליב דעם, ווייל ער האט נישט געוואלט ס'זאל ארויסקומען א פחיתת הכבוד פאר זיין זוהן כ''ק רבינו שליט"א בפני כל עם ועדה, האט דאך דער ברך משה געהאט אן עצה אויף דעם, צו זאגען פאר ביידע ראשי הקהלה וועלכע זענען געזעצן נעבן איהם בביתו אצל שולחנו הטהור: זייט מוחל און פארבלייבט ביי מיר אין שטוב נאכדעם ווען אלע קהל'ס לייט וועלען פארלאזן מיין שטוב. און ער האט זיי דענצמאל צווישען זעקס אויגען געקענט זאגען "די זעלבע זאך" וואס ער האט זיי געזאגט מיט 24 שעות שפעטער - נאך דעם מאנטיג'דיגן טאג יום ג' דחוה"מ - (ווען מ'האט אנגעהעצט דער ברך משה מיט שקרים וכזבים און גיפטיגע רכילות'ן אויפן כ''ק רבינו שליט"א). אויב איז דאס באמת געווען דעת קדשו, וואלט דאך דער ברך משה דאס זעלביגע געקענט זאגן פאר אונזערע צוויי ראשי הקהלה מיט 24 שעות פריער, ?
אדרבה, קוקט נאר די ווערטער וואס דער ברך משה זי''ע האט גע'ענטפערט אויפ'ן ראה"קבערל'ס בקשה אז דער רבי זאל געבן א ברכה, האט דער ברך משה געזאגט וזל"ק: "נו גוט, אז ער זאגט, קען איך מעיד זיין אז ער האט געזאגט אמת, כאטשיק כלום אב מעיד על בנו, איך קען דאך איהם ע"כ לשון קדשו.
דא האבן מיר די פולסטע הסכמה און הודאה און עדות'שאפט פונעם ברך משה אויף די ווערטער פון ר' בערל נ"י, אז כ''ק רבינו שליט''א איז אויפגענומען געווארען אלס רב צוצוהעלפן פארן ברך משה זי''ע אין די רבני'שע זאכען, וכלשונו של ר' בערל נ"י, "ער וועט צו העלפען אין וויליאמסבורג און וואו מ'וועט איהם ברויכן". דער ברך משה האט בפירוש געזאגט אויף דעם: "נו גוט! ער זאגט אמת דער ברך משה האט בכלל נישט פארדאמט ר' בערל'ן פאר ארויסלאזן אינדערפרי א פאלשן קלאנג בשמו...
נאך מער דער ברך משה האט דאן ארויפגעלייגט זיין הייליג האנט על כתפי בנו הגדול כ''ק רבינו שליט"א (אן דעם וואס דער משב"ק האט געבעטן... (ווי ביום ג' בהעלותך) -און אויף דעם זאגן עדות די אלע 40 קהל לייט וואס זענען דארט געזעצען - און די אנדערע אנוועזענדע...). און דער ברך משה האט געזאגט "נו! גוט... ער זאגט אמת... כאטשיק כלום אב מעיד על בנו.." און שפעטער האט דער ברך משה מוסיף געווען: "דער אייבירשטער זאל העלפען, ס'וואלט אוודאי געווען א דבר גדול, מ'מיינט דאך דא קיינער קיין שום אינטערעסן, קיין זייטיגע אינטרעסן"..., און אלע קהל'ס לייט האבן דאך געהערט פונעם ברך משה באותו מעמד (מ'הערט עס אויפ'ן טעיפ) "קהל האט דאך א דין פון א בי"ד אויף די אלע זאכען אויפצונעמען
ן
תוקן על ידי פארשטיי ב- 04/08/2009 21:25:35
נשלח ב-4/8/2009 21:36
תוקן על ידי פארשטיי ב- 04/08/2009 21:34:32
תוקן על ידי פארשטיי ב- 04/08/2009 21:44:27
נשלח ב-4/8/2009 22:17
נאך איז שווער
הגע בעצמך! דער ברך משה איז ווי באקאנט האט אלעמאל ארויסגעזאגט זיין מיינונג מיט דרייסט בלי פחד ומורא, נישט אונטער באהאלטענע ווערטער, מיט מליצות'דיגע אויסדרוקען נאר קלאר און דייטליך, יא אדער ניין, טמא אדער טהור, אסור אדער מותר, חייב אדער פטור, כשר אדער פסול, איז פארוואס ביי אזא וויכטיגע ענין וואס איז נוגע די יסודות פון קהלתינו הק', פארוואס האט ער זיך לשיטתם אויסגעדריקט - צו די התנגדות פון ממנה זיין כ''ק רבינו שליט"א - נאר בדרך צחות מיט ווערטער פון "הילכתא למשיחא", און תיכף דערויף געגעבן ברכות קדשו פונקט פארקערט. דענצמאל ווען רבינו שליט''א האט געבעטען א ברכה פונעם טאט'ן, האט דר ברך משה אויסגעפירט, נו, דער אייבערשטער זאל העלפן, [עס וואלט אוודאי געווען א דבר גדול] (מ'וועט אוודאי זען הצלחה מרובה), מ'מיינט דאך דא נישט קיינער קיין שום אינטערעסן, קיין זייטיגע אינטערעסן. פרעגט זיך תיכף די קשיא: וואס האט דער ברך משה געצילט מיט די ווערטער...? וואס וואלט געווען א דבר גדול? און אין וואס זאל מען זעהן הצלחה מרובה? דער ברך משה האט דאן אפשר געמיינט דעם נייעם ביהמ"ד אין מאנסי...? דעם נייעם תלמוד תורה דארט...?אדער גאר... דעם נייעם ישוב אין בעיסוואטער...?
פארוואס האט דער ברך משה נישט געזאגט פאר די אידן וואס זענען דארט געזעצן: ס'איז מיר באמת א גרויסער כבוד אייך צו זעהן דא און איר האט ריכטיג מקיים געווען דעם "חייב אדם להקביל פני רבו ברגל", אבער טייערע אידן, איר לעבט דא אין א גרויסען טעות, די גאנצע אסיפה וואס איז פארגעקומען מיט א האלבע שעה פריער אין אפיס פון די קהלה, בנוגע דאס התמנות פון מיין זוהן כ''ק רבינו שליט''א - וואס צוליב דעם זענט איר אריבערגעקומען דא אהער צו מיר אין שטוב - "איז הכל בטלים ומבוטלים", שובו לכם לאהליכם, איר קענט רוהיג אהיימגיין און האבן א שמחת יו"ט?...
און ווי יעדער רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט, הערענדיג דעם טעיפ, אז די אויסדריקען פונעם ברך משה זי''ע זענען געמאסטן, און דער שמועס איז צוגעגאנגען אויף זיין אייגענארטיגן אופן, ווי פאלגענד:
נאכדעם וואס דער ראה"ק ר' בערל נ"י האט איבערגעזאגט פארןברך משה די רעזעלוציעס פון די אסיפת האקרו"ט, אז אלע אנשי הנהלת הקהלה זענען מיטשטימיג מיט די התמנות פון כייק רבינו שליט''א , האט רבינו שליט"א פארגעלייגט פארןברך משה זי''ע זיינע בעפארשטייענדע התחייבות'ער פאר די קהילה (און ווי ער האט דאס געהאט אדורכגעשמועסט יענעם נאכמיטאג מיט די ראשי הקהלה הרה"ח ר' בערל נ"י און דער תמים יעקל ), אריינצוקומען אויף די שבתים ביזן זומער און אויך עטליכע טעג אין די וואך, און זיין דא אין וויליאמסבורג ארויסצוהעלפן מיט וואס מ'וועט אים ברויכען, און ווי ער איז אויף דעם באאויפטראגט געווארן פון ברך משה זי''ע יענעם אינדערפרי. האט דער ברך משה - ווי נארמאל - זיך אנגערופען און געפרעגט, אז דאס אלעס איז געזאגט געווארן אצינד בין הזמנים. אבער דו ביסט דאך צוגעבינדען צו די ישיבה? דהיינו: דער ברך משה האט זיך פשוט דורכגעשמועסט מיט זיין באליבטן זון און אים געפרעגט אויב ס'איז אים נישט שווער אנצונעמען דעם שווערן עול פון די הנהגת הקהלה והמוסדות און וויליאמסבורג, והלא, ער האט דאך דעם גרויסן עול פון די ישיבה, און נאך בין הזמנים וועט ער ווידער ווערן צוגעבינדען צו די ישיבה? האט אים רבינו שליט"א געענטפערט אז ער האט נאך נישט אויף אלעם קיין ענטפער. און אויף דעם האט זיך דער ברך משה צוווערטעלט און געזאגט "משיח וועט קומען ביז דעמאלט", דהיינו, אז ס'איז נישט שייך צו דאגה'נען יעצט וועגן דעם עול און צוגעבינדענקייט פון די ישיבה, ווייל "משיח וועט קומען ביז דעמאלט" און "ס'איז הילכתא למשיחא,
און דאס מיינט אז מ'זאל ווייטער ממשיך זיין און רעדן וועגן די מטרה פון די אסיפה און איבער דיגענויע איינצעלהייטען פון די רבנות פאזיציע.
און ווען רבינו שליט"א האט דערנאך געבעטן פונעם ברך משה אז ער זאל דערויף אנווינטשען, האט דער ברך משה געענטפערט אויף דעם "[איך פארשטיי] אז משיח זאל קומען".
מה הם ברכותיו של אותו צדיק?
ווייל צו איז דאס דען פאר אונז תלמידי וחסידי פון רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע א נייע ערשיינונג ווי ביי יעדע מסיבה, צי ביי א חתונה פון אייניקלעך, אדער ביי אן אנדערע שמחה, צי ביי די מסיבות פון כ"א כסלו, צי ביי די יומא דהילולא פון רבינו הק' זי"ע, איז דעם רבי'נס וואונטשן בלויז געווען (כדרך אבותיה"ק נ"ע) "דער אייבערשטער זאל העלפען מיר זאלן אלע זוכה זיין צו גיין בנערינו ובזקנינו אקעגען משיח צדקינו בב"א", - ותו לא?
וויפיל מאל האבן מיר תלמידי וחסידי רבינו זי''ע געווארט (לפי קוצר שכלינו) צו הערן נאך די חופות פון די אייניקלעך אז דער ברך משה זאל וואונטשן אביסל ברייטער "אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין..." "אז די שמחה זאל משפיע זיין וכו'..." און דעם רבינ'ס וואונטש איז בלויז געווען: "מזל טוב! מזל טוב! מיר זאלן אלע זוכה זיין קעגען צו גיין דעם גואל צדק בב"א"? ותו לא מידי!
און וויפיל מאל האבן מיר געווארט צו הערן (לפי קוצר שכלינו) ביי די מסיבות פון כ"א כסלו אז רבינו שליט"א זאל ווינטשען "אז דער זכות פון פעטער זכרונו לברכה, דער בעל הנס זאל מגין זיין אויף די אלע אידען וואס שטיצען זיינע מוסדות", און מיר האבן בלויז זוכה געווען צו הערן ברכת קדשו "לחיים! לחיים! דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין אקעגן משיח צדקינו"?
איז דען נישט דא גענוג טעיפס אויף די גאס פון פארשידענע היימישע סאטמארע מסיבות איבערצוצייגען אז די נקודה איז אמת וצדק?!
איז וואס איז פלוצים דער וואונדער אז בשעת מען האט געבעטען פון רבינו שליט"א א ברכה האט ער געוואונטשען כמנהגו אז משיח צדקינו זאל קומען?
און האט דען דער ברך משה נישט מוסף געווען: "דער אייבערשטער זאל העלפן, ס'וואלט אוודאי געווען א דבר גדול... דער רב און גאנץ קהל זאל האבן הצלחה... קהל האט דאך א דין פון א בי"ד אין די אלע זאכן אויפצונעמען... דער אייבערשטער זאל העלפען אז איר זאלט האבן הצלחה בגשמיות וברוחניות..."?
און יעצט ווידער לשיטת פעלשער פארמעגליך , פארוואס נאכדעם ווי דער ברך משה האט געווינטשען "אז משיח זאל קומען", און רבינו שליט''א האט געבעטן א ברכה אויף סייעתא דשמיא, און אז דער אייבערשטער זאל העלפען אז עס זאל זיין מיט הצלחה, איז זאת הברכה אשר ברך משה איש האלקים, "נו! דער אייבירשטער זאל העלפען..., [ס'וואלט אוודאי געווען א דבר גדול...] (מען וועט אוודאי זעהן הצלחה מרובה...)". פארוואס האט זיך דער ברך משה נישט געהאלטן פעסט מיט'ן התנגדות אפצוענטפערן רבינו שליט''א'ס בקשה, מיט די ווערטער "דער אייבירשטער זאל העלפען אז משיח זאל שוין קומען... ס'איז הילכתא למשיחא...?
נשלח ב-4/8/2009 22:39
מר. פארשטיי
דיינע שקרים דערמאנען מיך יענע גוטע אלטע צייטן ווען יעדע סעקונדע איז ארוסגעשאסן געווארן א סטעיטמענט דער האט געזאגט דאס און דער האט געזאגט יענץ (גראדע די אלע זאכן וואס דו דערמאנסט דא איז פרישע געבעקס מען האט נאך "קיינמאל" נישט געהערט פון די אלע סטעיטמענטס, טראץ דעם וואס יעדע האלבע ווארט וואס מען האט געמיינט אז איינער האט דעמאלטס ארויסגעזאגט איז עס שוין געווען צעשפרייט אויף הונדערטער פאשקעווילן, האטליינס, פעקסעס, און סתם מפה לאוזן) דו דערמאנסט מיך פון יענקאוויטש און יענע גוטע צייטן וואס ווען נישט איך ווייס אז ער האט זיך היינט צוטאגס אביסל רעהאביליטירט און סטאביזליזירט וואלט איך יעצט עובר געווען אויף גילוי
דיינע נארישע אפשאצונג אויף די אסיפה איז ממש זיך צום קוילערן,
ווען דו נוצסט פילפולים און גג על גג פשעטלעך צו פארענטפערן קשיות וואלט נאך געווען א האלבע צרה איך וואלט עס פארשטאנען מיט עפעס דארפסטו דיך דאך מחזק זיין, אבער דו מאכסט פילפולים און פשטעלאך צו מאכן קלאץ קשיות גיוו מי עי ברעיק,
דו נעמסט ארויס בלויז עטליכע ווערטער פון איין פאראגראף און דו לייגסט אראפ כאילו נאר אויף דאס איז באשטאנען די אסיפה אז בערל פר"מ האט געזאגט אז ער וויל נישט הייסן רב הצעיר, און ווייל בערל האט גערעדט פאני און דער רבי האט אים נישט געזאגט (ברבים) אז ער זאל קומען מארגן (קומען אויף וואס?) ווייל ער וויל נישט רעדן יעצט ברבים... (פון וואס?) במילא.... שטום וואס די מסקנא פון דעם איז האב איך נישט קיין אנונג
יעצט וועל איך נאכאמאל אראפברענגן דעם טעקסט פון די אסיפה במילואו
דער ביטערער אמת פאטשט ליידער אין פנים אז א רב בישראל העכער פופציג יאר זאל אליין פראדוצירן און פארציילן דעם גרעסטן ליגנד פון יאר הונדערט אין נאמען פון זיין גרויסן טאטן דער מנהיג העדה אלעס ווייל "איך" "מיך" און "אניי אמלוך"
נשלח ב-4/8/2009 23:04
איך זאג דיר אז כהאב נאך אזעלכע געשוואלענע שטותים וויאזוי דער "פארשטיי" שרייבט נאך נישט געלייענט אפילו דא אויף היידפארק, וויאזוי ער פרובירט נעבעך בכל הכוחות צו מאכן א יש מאין און פראדוצירן און פאבריצירן פאקטן, איבערהויפט די הסברים אויף די אסיפה, גאט זאל באהיטן וואס פון א מענטש קען ווערן, עס קומט מיר ממש צום וויינען, און ער זאגט נאך אז פארמעגליך האט נישט געהאט קיין שום אפעקט אויף אים און ער וועט אים אפילו נישט ענטפערן....
נשלח ב-5/8/2009 00:45
knower כתב:
כהאב נאך אזעלכע געשוואלענע שטותים ... ... נאך נישט געלייענט אפילו דא אויף היידפארק, וויאזוי ער פרובירט נעבעך בכל הכוחות צו מאכן א יש מאין און פראדוצירן און פאבריצירן פאקטן,
אוואו געפינען זיך פארמעגליכ'ס ארטיקלען? נישט אויף היידפארק אפשר? און וואו שרייבט דער knower ? כמיין אז אויך דא אויף היידפארק.
האסט אראפגעברענגט א לאאנגע תגובה אלס אן ענטפער צו אים, און וואס איז די ענטפער? אז דו פארשטייסט נישט די מסקנות וואס מ'דארף ארויסנעמען... דאס אלעס? איך פארשטיי גראדע יא. א שוואכע קאפ דארף עס מעגליך איבערליינען צוויי מאל.
נשלח ב-5/8/2009 00:57
די מעשה פון "רב הצעיר" גייט פיל טיפער ווי "פארשטיי" ווייסט.
דער ברך משה האט "יא" געזאגט פאר קהל זונטאג ביינאכט, אז די גאנצע סיבה פאר וואס ער לעבט איז נאר פאר זיין זון ר' אהרן. די זעלבע ווערטער האט צוויבעל געהערט פון ברך משה אריבער 64 מאל. און דארט ביי די מיטינג האט דער רבי אויסדרוקליך געזאגט פאר יעדן איינעם, אז ער וויל ר' אהרן זאל זיין דער רבי פון "כל קהילות הקדושות", און ער האט אפילו עטליכע מאל אויך געזאגט אז ער וויל אז זיין זון ר' אהרן זאל זיין דער "רבן של כל בני הגולה". אבער ווי נאר משה גבאי האט דאס געהערט, האט ער אראפגעלאזט א הילכיגן פראסק פאר'ן רבי'ן בפני גאנץ קהל. און נאר דאן האט דער רבי צוריקגעצויגן.
דאס האט יעדער געזען. נאר די סיבה פארוואס די מעשה פונעם פראסק איז נאך נישט נתגלה געווארן ביז היינט, איז ווייל ר' אהרן און זיינע מענטשן האבן חס געווען אויפן כבוד פון רבו ותלמידו.
און עס איז אויך נישט קיין סוד, אז דעמאלט איז אריין געלאפן די "שפיצקע", און אנגעציפט ליפא, פארוואס ער טוט נישט גענוג אז איר שימעלע דז'יגאן זאל שוין ווערן דער רב. און ליפא האט זיך דערשראקן און ער האט אנגעהויבן פארפירן ביז דער רבי האט מסכים געווען אויפצונעמען זיין אומגעלונגענעם זון ר' זלמן לייבעלע פאר רב.
און דאס ווייסט אויך יעדער איינער אז ר' שימילע דז'יגאן, האט זיך אראפגעווארפען אויף דער ערד ביים טאטן אין הויז און פארפירט אז ער מוז אויך עפעס האבן, ווייל אויב נישט ליידט ער צרות פון זיין זון דער רינדיגער יפויער, דער שיכור.
און יעצט רבותי, איז שוין קלאר פאר אלעמען אז ר' אהרן איז באמת "יא" דער רב הצעיר!
יחי אדונינו ורבינו רב הצעיר, יחי!
תוקן על ידי באלאנד ב- 05/08/2009 0:53:29
נשלח ב-5/8/2009 00:59
גראדערמעכל כתב:
כהאב נאך אזעלכע געשוואלענע שטותים ... ... נאך נישט געלייענט אפילו דא אויף היידפארק, וויאזוי ער פרובירט נעבעך בכל הכוחות צו מאכן א יש מאין און פראדוצירן און פאבריצירן פאקטן,
אוואו געפינען זיך פארמעגליכ'ס ארטיקלען? נישט אויף היידפארק אפשר? און וואו שרייבט דער knower ? כמיין אז אויך דא אויף היידפארק.
האסט אראפגעברענגט א לאאנגע תגובה אלס אן ענטפער צו אים, און וואס איז די ענטפער? אז דו פארשטייסט נישט די מסקנות וואס מ'דארף ארויסנעמען... דאס אלעס? איך פארשטיי גראדע יא. א שוואכע קאפ דארף עס מעגליך איבערליינען צוויי מאל.
איך האב איצט געבעטן מיין חבר זאל זיך מאכען א ניק דא אויפן פארק און זיך אפגעבן מיט knower
איך האב ליידער נישט קיין נערווען צו אים, איך ליין איבער זיין תגיבה איין מאל נאכאמאל מיט די גלעזער אן די גלעזער איך שוין פארגרעסערט די פאנט ביז א מוקסמום, און איך ווייס נאך אלס נישט וואס ער וויל, דעריבער פון היינט אן וועט דיך מיין חבר ענפערען עס איז פשוט א שאד אויף די צייט צו בראבירען צו פארטיין וואס ער שרייבט, און וואס ער ווילת און וואס איז זיין ציהל, צו ער מיינט אז איך בין און גאנצען יוצא מדעתי, אד''ג
ואתכם הסליחה
נ''ב איך בין געבוירען פאר תשנ''ט
תוקן על ידי פארשטיי ב- 05/08/2009 18:24:16
נשלח ב-5/8/2009 18:47
א קורצען אנאליז אוואו מען האלט אצינד.
עס איז איצט זונטאג ביינאכט,דעם צווייטען טאג חוה"מ פסח תשנ"ט, נאכען אסיפה ביים רבין, וואו מען האט געדארפט אפציעל אויפנעמען ר' אהרן פאר רב הצעיר
ר' אהרן האט אינדערפרי געזאגט אז זיין טאטע האט אים אויפגענומען רב הצעיר. כאטש אז מסתבר איז נישט אז אזא גרויסע זאך ווי רב הצעיר פון דער גרעסטער קהילה אויף דער וועלט זאל ווערען אזוי נישט מיר נישט דיר, און מיט בלויז זיין פרוי זאל מיט ר' אהרן מיט גיין, אבער אזוי האט ר' אהרן געזאגט.
וואו אויך די צוויי ראשי הקהלה ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יעקל כהנא מיט הר''ר ' היצקא צוויבעל לשבחו פון מענדי ברילל אז ער האט עפעס אייבינג געלייקענט, אנדערש וואו זיין קאלעגע דער תמים יעקל כהנא, וואס ער האט דאן אויך געשריגען אז די ברך משה האט אים געקאלט אונדערפרי און געזאגט אז ער האט אויף גענימען רבינו שליט''א פאר רב הצעיר, נאר נאך דעם וואס בן פראדעל האט אים אריין גערוימט און אויער, אז ער האט געוויסע פאפירען פונעם גמ''ח, וואס ווארפט א ביסעל א בליק אויף זיין ישרות, האט ער אזוי בלעם, נאך געזאגט אקאראט וואס בן פראדעל האט פארלאנגט,
לאמיר נישט פארגעסען אונטער וועלכע אומשטענדען ר' זלמניו איז געווארען זאב''ד, אויך אויף א בוידעם, אן קיין ליפט! אויך 2:00 פארטאגס באישון לילה (זעט אויס אז מען האט מורא געהאט פון די שידים וויילעס איז ידוע, שלמה יעקל ברענגט דאס אויך נאך און ספר... אז דער שטן האט פארבייט מעשים אז ר' זלמניו זאל נישט ווערן זאב''ד,) דוכט זיך אז און די היסטאריע פון כלל ישראל איז נאך נישט געווארען אויף גענימען א רב בישראל, אונטער אזעלכע צווייפעלהאפטיגע אומשטענדען וואו אונזער באליבטער ר' זלמינו: ( מיר א גאנצע קונטרוס דער וועגן, ועוד חזון)