רעגן, מיין רבי גלייבט אז ר' עזריאל איז דורכגעווייקט מיטן רבי זי"ע. מיין רבי גלייבט אז ר' עזריאל גלייבט אליינס אין זיין שיטה.
ר' עזריאל איז דער פרעזידענט פון דעם ביה"ח, ער האט געהאט אסאך געלעגענהייטן צו טשעפען די ארוינים ער האט דאס נישט געטון, ער הלאט באמת אז סאטמאר איז צו גרויס ס'זאל קענען זיין איינס, ער האלט אז דער ברך משה האט באמת אזוי געוואלט, ער האט געטשעפעט די ארוינים און אריינגעגעבן פאפירן אין געריכט נאר "נאכדעם" וואס די ארוינישע רשעי קהלה האבן געארבעט אויף אלע מעגליכקייטן אים ארויסצושטיפן פון ביה"ח דעריבער איז ער געלאפן באשיצן זיין אייגענע הויט.
ר' עזריאל איז קיין שונא פאר ר' אהרן נישט געווען, ווען ער איז בעל הבית און ער דארף מאכן א החלטה אויב ר' אהרן זאל ליגן אין אוהל וואלט ער מיט'ן פולן הארץ מסכים געווען. סך הכל האט ר' עזריאל פארטיידיגט דאס וואס ער האלט אז דער ברך משה האט געוואלט און נישט מתוך שנאה צום ארוינישער פארטיי. אלא מאי? פארוואס האבן אים די ארוינים אזוי שטארק פיינט און זענען אים גרייט צו רודפן עד חרמה? פארשטייט יעדער דעם תירוץ "ווייל ער שפאנט נישט 100% מיט'ן פארטיי פירערס גאנג" איי ער איז שוין דער בעל הבית אופן ביה"ח פונם ערשטען טאג און ער האלט אז ער איז ממלא די רצונות פון אונזערע פריערדיגע רבי'ס? דאס גייט נישט אן פאר די ארוינים און 1 2 3 א לינטש און מיט'ן קאפ אראפ. פון דעם האט רבינו שליט"א גערעדט.
נשלח ב-12/6/2009 18:37
אבער איך האב געלייענט איבעראל אז מען האט אים ארויסגעווארפן "יעצט" ווייל ער איז געגאנגען אין בג"ץ צוויי יאר צוריק?
נשלח ב-12/6/2009 18:47
מיינע ווערטער אביסל קלארער.
סאטמאר איז היינט 2 (פאקט)
ביה"ח איז דא איינ'ס וואס יעדער וויל (פאקט)
ווען די זאלי'ס זענען בעלי בתים טשעפען זיי נישט די ארוינים (פאקט)
ווען די ארוינים זענען בעלי בתים רודפ'ן זיי די זאלי'ס (פאקט)
נא וואס געשעט ווען מרייסט זיך און מ'קען זיך נישט דורכקומען? שטעלט זיך אויף ר' עזריאל (וואס ער איז נתמנע געווארן אלס פרעזידענט אויפן ביה"ח דורך רביהקוה"ט און רבינו הגה"ק בעל ברך משה האט אויך סומך ידיו געווען אויף אים, זיין ווארט איז געווען דאס לעצטע ווארט ווען ס'איז געקומען צו "סיי וועלכע" החלטה "גרויס צו קליין" בנוגע דעם ביה"ח. און ער זאגט דאס ביה"ח וועט דינען "יעדעם" אייניג. די זאלי'ס זענען מסכים, אבער די ארוינים שרייען ווייטער "כולו שלי" (דעם "כולו" איז אייך דאכט זיך באקאנט), אבער דער פרעזידענט שרייט ניין, ביידע זענען אייניגע בעלי בתים. לויפן די ארוינים אין קארט און גיבן איין פאפירן אז ר' עזריאל איז געפייערט, ענטפערט ר' עזריאל אין קארט "זיי" האבן נישט רעכט מיר צו פייערן. ע"כ פאקטן.
בהמות וואס איר זענט, פארשטייט אז סאטמאר איז 2 און יענע צד וועט נישט ארויסוואקן מיט די הענט אין די הייעך, זיצט שטיל און גייט ווייטער מיט'ן אופן פון שותפות וואס ס'איז געווען ביז היינט...
ניין כולו שלי, איי ר' עזריאל? ער איז פון "יענע חברה" פון די רעבסכרוינלעבראכעס" (כלשונכם).מ'וועט אים פייטן עד הסוף אפילו אין קארט.
נשלח ב-12/6/2009 18:51
בלא בלא בלא...שטותים מיט לאקשן...ער האט נעבעך גארנישט געמיינט...נעבעך נעבעך ער איז אן אומשולדיג שעפעלע...מיט אזא הסבר קען איך אויפקומען מיט א הסבר אז קהל האט גארנישט געמיינט עפעס שלעכטס מיטן לייגן קייטן אויף זיין זיץ, איך דארף נאר האבן אביסל מער ספינען מיין קאפ אין א מעריגאראונד...און סעט נולד ווערן בערך אזא הסבר
נשלח ב-12/6/2009 19:05
פארמעגליך כתב:
דאס צו ר' אהרן איז געווען תשנ"ח דער דע פאקטא רבי אין סאטמאר, וועל איך לאזען פאר אנדערע צו ענטפערען.
און איך וועל דיר עטוואס מודה זיין אז היינט נאך צען יאר קען מען זאגען אז ביידע רביס זענען ריכטיגע סורווייווערס, און איבערלעבער, וואס קיין שום מענטש און היסטאריע האט קיינמאל איבערגעלעבט אזעלעכע קאטאסטראפישע איבערלעבענישען.
רבינו שליט"א איז פארט פיל א גרעסערער סורווייווער און איבערלעבער ווייל ער איז אנגעקומען דא תשנ"ט אן קיין איין מענשט, אן קיין איין בחור, אן קיין ישיבה און אן גארנישט.
ווען ר' אהרןס מענטשען האבען איבערגעדרייט די קעמפס תשנ"ט זומער איז נישט געווען קיין איין מענטש, אריינגערעכענט דור מוראדיגער חכם און כיטערערע משה גבאי, וואס האט געקענט פאראויס זען אז רבינו שליט"א האט אפילו א שאנס. אפגערעדט, א פלאן ווי אזוי דאס גייט געשען.
ר' אהרן האט שוין געהאט אונטער זיך דעם גרעסטען מיליטער וואס א רבי האט נאר געהאט. אבער איך קען דערהערען אז ער איז אויך א איבערלעבער.
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 12/06/2009 18:12:20
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 12/06/2009 18:14:08
ר' זלמן לייב איז קיין שום סורווייווער, ווען איינער האט די פולע סופארט פונעם אדמו"ר אליין, דער מלך אליין, זיינע אלע וועגן פריי פאר איהם, גארנישט קען איהם נישט צוריקהאלטן פון דעראבערן גאנץ סאטמאר בכל קצבי תבל, דאס איז ABC פון א חסידות, קוק אין וויזניץ, אזוילאנג ווי דער רבי איז געווען קעגן ר' ישראל איז ער געווען א גארביטש, די רגע דער רבי האט אויסגעדרייט דעם דאשיק, איז ר' ישראל געווארן דער קרוינפרינץ, ס'באמת א נס ופלא ווען נאך וואס די לעצטע 10 יאר האט דער רבי האט אזוי שווער געארבעט קעגן ר' אהרן, ער האט איהם אנגערופן "וויזניצע שטיק" "סורר ומורה", "מועיל בשליחות" וכו' וכו' איז ממש א נס אז ר' אהרן זאל נאר זיין א פערטל וואס ער איז יעצט...
נשלח ב-12/6/2009 19:24
רעגןשטראמל כתב:
בלא בלא בלא...שטותים מיט לאקשן...ער האט נעבעך גארנישט געמיינט...נעבעך נעבעך ער איז אן אומשולדיג שעפעלע...מיט אזא הסבר קען איך אויפקומען מיט א הסבר אז קהל האט גארנישט געמיינט עפעס שלעכטס מיטן לייגן קייטן אויף זיין זיץ, איך דארף נאר האבן אביסל מער ספינען מיין קאפ אין א מעריגאראונד...און סעט נולד ווערן בערך אזא הסבר
ווען איך ווייס ווען ווי אינטעליגענט די ביסט וואלט איך זיך נישט מטריח געווען צו ענטפערן. איך בין געווען נאיוו און געמיינט אז די ווארטסט אויף א תשובה.
נשלח ב-12/6/2009 21:00
באלאנד כתב:
און בכלל איבער דאס טויש וואס איז אנשטאנען אויף הייד פארק אז די אהרונים האבן מער נישט די מאכט. חזק ואמץ, קיפ אס גאינג!
איך זוך די פקודתו שמרה רוחי אשכול, ווייסט איינער ווי מ'קען עס געפונען?
נשלח ב-12/6/2009 21:05
דער ארויני באלאנד איז מעיד:
און בכלל איבער דאס טויש וואס איז אנשטאנען אויף הייד פארק אז די אהרונים האבן מער נישט די מאכט. חזק ואמץ, קיפ אס גאינג!
און דער ארויני MONROE ענטפערט:
איך זוך די פקודתו שמרה רוחי אשכול, ווייסט איינער ווי מ'קען עס געפונען?
-------
ארוינימלעך ס'וועט ענק גארנישט העלפן, די ארוינים האבן א אפיציעלע פורום אויף הייד פארק משא"כ די זאלי'ס. יא ס'איז דא דא דארט א זאלי וואס איז נישט גובר אויף זיין יצר הרע אבער רבינו שליט"א האט ענק דערלאנגט א פראסק מיטן אפשפארן די זאלי פורום ווען ער האט זיך דערוויסט ווער ס'איז אלס פארמישט אין דעם... נעבעך נעבעך די גייסט אויס פארוואס דיין קדוש האט נישט די גבורה און כח הנהגה.
נשלח ב-12/6/2009 21:11
איך זיך דו טעיפ פון דושינסקוס חתונה ווי ר' אהרן האט געקוויטשעט
אז פיקטשערס צושטערט אים דו שמחה
אויך וועגן ווידיא
נשלח ב-12/6/2009 21:14
איידער איך פארמאך מיין קאמפיוטער אויף שב"ק וויל איך איין זאך אויף מערקען. איך האב נישט געשריבען אז ר' אהרן האט נישט געטארט ארויסווארפען ר' עזריאל. ער האט יא געמעגט און אפילו בארעכטיגט.
איך האב נאר געשריבען אז דאס איז געווען א מיסטעיק און א נארישקייט. די עלטערע ארונים וואלטן דאס געוואלט פארמיידען פאר אלע געלטער, אבער די יונגערע זענען ביי יענע פארטיי אייביג גובר. און ר' אהרן וועט אייביג בלייבען ביי דער מיינונג אז בחורים מיט יונגעלייט זענען די מיט וועמען מען דארף זיך רעכענען.
א פרייליכען שבת
נשלח ב-12/6/2009 21:15
אויך ווער עס ברענגן דו משפחה ווי עס שטייט
אז דו סאטמערע רבי זאגט אז ער איז געווען דער ערשטער
ארויסצוגיין קעגן די אינטערנעט אין קאמפיאטערס
נשלח ב-12/6/2009 21:42
איך האלט אויך שוין ביים פארשפארן מיין געשעפט, זיך צו גרייטן צום שבת קודש, איין לעצטע זאך וואס איך וויל זאגן איז אז דאס וואס דער אלטער זריל האט געטאן אויף דער עלטער זיך אריינציווארפן אין טינופת צו בוגד זיין און אריינשטעכן א מעסער און א רבי וואו ער וואוינט און נעמט נאר כבוד, איז א גרויסער פלא, און פאסט ענדערש פאר יונגע ציהיצטע מענטשן ווי יאסל וואלדמאן און יאסי בראך, דו איינציגע זאכן וואס איך קען זאגן אז נעבעך נעבעך ער איז:
..........................יצא מדעתו.
האטס מיר אלע א פרייליכן שבת!
נשלח ב-12/6/2009 23:23
עטגאסט כתב:
רעגן, מיין רבי גלייבט אז ר' עזריאל איז דורכגעווייקט מיטן רבי זי"ע. מיין רבי גלייבט אז ר' עזריאל גלייבט אליינס אין זיין שיטה.
ער איז דורך געווייקט נאך פון קראלי מיט וואס ער האט געטוהן פאר הקדוש ר' אבישל...
ר' עזריאל גלייבט אין וואספארא שיטה ?
איז ער זעלבסט אויך פון די תלמידים [וואס זענען] מנהיגים בעלי שיטה, כלשונו בהלויה תשל"ט.