"בית רחל" דער שטאלץ פון חינוך הבנות
דער פעטער ז"ל האט מייסד געווען דעם "בית רחל" קרוב צו פופציג יאר צוריק, און משך פון דעם זמן, זענען ב"ה ארויסגעגאנגען פון די טויערן פון "בית רחל" טויזנטער אידישע טעכטער, עס זענען אויפגעוואקסן "נשים כשירות וצניעות", ערליכע אידישע טעכטער וועלכע האבן אויפגעשטעלט לעכטיגע אידישע הייזער לשם ולתפארת ולתהלה, עס לייכט און עס שיינט אין די לענג און אין די ברייט פון אמעריקא, און נישט נאר אין אמעריקא נאר אין די גאנצע וועלט באוואונדערט מען די פירות וואס "בית רחל" האט ארויסגעגעבן, היינט צו טאג ווערט שוין נתחנך אין "בית רחל" דאס דריטע דור, אנדערע מוסדות פון אנדערע קרייזן קוקן אן "בית רחל" און פרובירן נאכצוגיין און נאכמאכן דעם בית חינוך, אבער מיר קענען נאך צום היינטיגן טאג זאגן, מיר האבן נאך אלץ דעם גרעסטן, דעם שענסטן, דעם בעסטן בית חינוך לבנות פון אלע אנדערע מוסדות, אונזער בית חינוך איז שיין און ריין ברוחניות ובגשמיות, בכמות ובאיכות, עס ווערט נתחנך אין "בית רחל" העכער 8000 תלמידות כ"י. אין וויליאמסבורג אליינס ווערן נתחנך העכער 4000 תלמידות, אין קרית יואל ווערט נתחנך בערך 2000 תלמידות, אין בארא פארק ווערט נתחנך העכער 1000 תלמידות, און אין מאנסי ווערט אויך נתחנך קרוב צו 500 תלמידות.
ערליכע פרויען – דער יסוד פון כלל ישראל
צו מסביר זיין דאס וויכטיגקייט פון חינוך הבנות איז איבריג, אזוי פיל זעהן מיר, עס שטייט אין פסוק ווען דער אויבערשטער איז אראפגעקומען אויפן בארג סיני געבן די תורה פאר די אידישע קינדער האט ער אנגעהויבן מיט די ווערטער "כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל", זאלסט זאגן פאר "בית יעקב", דרש'נען חז"ל וואס מיינט מען בית יעקב? "אלו הנשים" דאס זענען די ווייבער. און "ותגיד לבני ישראל" און די זאלסט זאגן פאר די מענער, ווען מען האט געגעבן די תורה הקדושה פאר כלל ישראל, האט מען געזאגט אז קודם זאל מען זאגן פאר די פרויען און נאכדעם זאלסטו זאגן פאר די מענער, זעהט מען דאס וויכטיגקייט אז מען האט קודם מקדים געווען אז מען מוז קודם רעדן צו די ווייבער שול, קודם מוז מען זעהן אז עס זאל זיין ערליכע אידישע ווייבער, אויב עס וועט נישט זיין קיין ערליכע אידישע מיידלעך, עס וועט נישט זיין קיין ערליכע אידישע מאמע'ס, איז קיין כלל ישראל נישט דא, איז נישט דא פאר וועם צו געבן קיין תורה, האט דער אויבערשטער קודם געזאגט, קודם וועסטו רעדן צו די ווייבער שול, און נאכדעם וועסטו גיין רעדן פאר די מענער, וואס זיי דארפן לערנען די הייליגע תורה.
יענע וואך איז געגאנגען די סדרה פון פר' שופטים, אין פר' שופטים ווערט גערעדט אנהייב סדרה די הלכות פון דיינים ווי אזוי מען דארף צו פסק'נען א דין תורה, דאס איז "שופטים ושוטרים תתן לך" מ'דארף אויפשטעלן דיינים אין יעדן שטאט, פארציילט אונז דער מדרש, אז שלמה המלך דער גרויסער חכם, האט געמאכט זיין קעניגליכע שטול, וואס איז ווי באוואוסט געמאכט געווארן מיט גרויס חכמה, דער קעניגליכער שטול אויף וועלכע ער איז געזעסן און גע'משפט כלל ישראל, האט געהאט זעקס שטיגן ארויף צו גיין, זאגט דער מדרש פארוואס האט ער געמאכט פונקט זעקס שטיגן? זאגט דער מדרש, ווייל עס איז דא פונקט זעקס אמהות פאר כלל ישראל, כלל ישראל פארמאגט זעקס מאמע'ס, שרה, רבקה, רחל, לאה, בלהה, און זלפה, זעקס מאמע'ס פארמאגט כלל ישראל, דערפאר האט ער געמאכט זעקס שטיגן.
דארף מען פארשטיין, אמת, כלל ישראל פארמאגט זעקס מאמע'ס, אבער וואס האט דאס א שייכות צו די שטול פון שלמה המלך? פארוואס האט ער דאס געמאכט פונקט אויף די מאמע'ס? פארוואס האט ער דאס נישט געמאכט אויף די אבות? פארוואס האט ער נישט געמאכט קעגן די זיבן אושפיזן וואס כלל ישראל פארמאגט? נאר זעהט זיך אויס אזוי, חכמת שלמה, דער גרויסער חכם שלמה המלך האט פארשטאנען, אז די חכמה פון כלל ישראל, זיין חכמה איז נאר אין די זכות פון די אמהות פון כלל ישראל, נאר אין די זכות פון די ערליכע אידישע מאמע'ס.
וויסן זאל מען, אז חינוך הבנות מיינט נישט האלב כלל ישראל, האלב איז יונגלעך און האלב איז מיידלעך, ניין! ווען מען רעדט פון מחנך זיין אידישע טעכטער, מיינט דאס אסאך מער ווי האלב כלל ישראל, "חינוך הבנות" מיינט גאנץ כלל ישראל, ווייל ווען מען איז מחנך א אידישע טאכטער איז מען נישט נאר איר מחנך, מען איז מחנך א צוקונפטיגע מאמע, וואס זי וועט אי"ה אליינ'ס אויפשטעלן אידישע קינדער סיי אידישע אינגלעך און סיי אידישע מיידלעך. ווען מען איז מחנך א אידישע טאכטער איז מען מחנך דעם צוקנפטיגען כלל ישראל. וועגן דעם זאגט דער פסוק, "כה תאמר לבית יעקב" ווען די רעדסט צו בית יעקב, ווען די ביסט מחנך אידישע טעכטער, און די זעלבע צייט זאלסטו וויסן "ותגיד לבני ישראל" ביסטו שוין מחנך דעם צוקפנטיגע דור גאנץ כלל ישראל, סיי חינוך הבנים און סיי חינוך הבנות, דערפאר האט שלמה המלך פארשטאנען אז זיין גאנצע חכמה ווענט זיך אין די זכות פון די הייליגע אמהות פון כלל ישראל.
די אומשאצבארע זכי' פון א לערערין
איך וויל זאגן דא אפאר ווערטער פאר די לערערינ'ס, די אלע וואס זענען עוסק במלאכת הקודש, וואס זיי טוען א הייליגע ארבעט אין מחנך זיין אידישע טעכטער, מ'דארף וויסען און מ'דארף פארשטיין, ווער עס נעמט אן א פאסטן פון א לערערין אין "בית רחל", איז נישט דער פשט אז זי קומט נאָך א דזשאב, ווייל מען וויל ארבעטען א דזשאב. ניין! זאל דאס זיין קלאר, U.T.A. איז נישט א ענטפלוימענ"ט עדשזענס"י !דאס איז נישט קיין קאמפאני וואס טיילט דזשאב'ס, עס איז א בית חינוך לבנות! א פלאץ וואו מען קומט מחנך זיין אידישע טעכטער.
די גאנצע כוונה פון נעמען א פאסטן אלס לערערין איז, ווייל מען וויל זיין א לערערין, מען וויל זיין א מחנכת, מען וויל האבן א חלק אין ערציען אידישע קינדער, דאס איז א הייליגע ארבעט אין עזרת נשים, פונקט ווי א מלמד איז אין די תלמוד תורה, מ'דארף וויסען אז דאס איז א הייליגע ארבעט, ווער עס איז א לערערין דארף וויסן, אז יעדע מינוט וואס זי אין קלאס, טוט זי א הייליגע ארבעט, זי שטעלט אויף די צוקונפטיגע דורות, די זעלבע זאך וואס די גמרא זאגט אויף א מלמד אז זיי זענען "מצדיקי הרבים" זיי זענען מזכה דעם רבים, זיי טוען מזכה זיין כלל ישראל, די זעלבע זאך איז גילטיג פאר די אלע לערערינ'ס וואס זיי זענען מחנך געבענטשטע אידישע דורות, מ'דארף צו פארשטיין דאס חשיבות פון אזא הייליגע ארבעט, מ'דארף וויסען אז דאס איז א גרויסע זכות פאר א איד, צו פאר א אידישע טאכטער, אז מ'האט א חלק אין מחנך זיין אידישע קינדער.
דעריבער קען מען זאגן מיט א פיל מויל, "אשריכם בנות ישראל" וואויל איז ענק אידישע טעכטער אז עטץ האט די זכי', דער אויבערשטער האט ענק געגעבן די געלעגנהייט, אז עטץ קענטס טוען דאס וואס מ'דארף צו טוען, עטץ טוט'ס ערציען אידישע טעכטער על דרך התורה והיראה, מיט קדושה, מיט טהרה, מיט צניעות, דער שכר אויף וואס מ'באצאלט אין הימל פאר מחנך זיין אידישע קינדער, האט נישט קיין גבול און קיין עק, יעדעס אידיש נפש איז א וועלט, א עולם מלא, מ'קען דאס דרייען אהער אדער אהין, וועגן דעם קומט אויס, ווער עס איז מחנך א אידיש קינד, האט א חלק אין אים, אין איר, און אין די צוקנפטיגע דורות, וואס יעדעס קינד איז א וועלט, וואס מ'קען דאס נישט אפשאצן און עס האט נישט קיין שאץ.
די אחריות פון א לערערין
אין די זעלבע צייט דארף מען אבער אויך וויסן, די גרויסע אחריות וואס ליגט אויף יעדע לערערין, וואס מען האט איר אנפארטרויט א קלאס מיט אידישע טעכטער, א גרויס אחריות חלילה אויב מען טוט פארנאכלעסיגן א אידיש קינד, פארנאכלעסיגט מען גאנצע דורות, גאנצע משפחות וואס עס גייט ארויסקומען, פונקט אזוי ווי דער שכר איז גרויס פאר דאס גוטס וואס מען טוט, איז די זעלבע זאך אויב מ'האט חלילה פארנאכלעסיגט א הייליגע ארבעט, ווען מען וועט האלטן נאך די הונדערט און צוואנציג יאר פאראנטווארטליך דערויף, וועגן דעם דארף יעדע לערערין וויסען פאר זיך, וואס איר אויפגאבע איז, וואס איר פליכט איז, און וואס זי דארף צו טוען.
די לערערין דארף וויסן אז מ'האט איר איבערגעגעבן די חינוך פון א קלאס פון אידישע מיידלעך, זי דארף מחנך זיין יעדעס אידיש קינד אזוי ווי א מאמע איז מחנך אירע קינדער, זי דארף צו וויסען אז זי טוט ערזעצן די פליכטן פון א מאמע, די מאמע בלייבט אינדערהיים, און שיקט א קינד אין "בית רחל" און זי גיט איבער א לעבעדיג אידיש נפש, אין די הענט פון די לערערין, און זי זאל ערזעצן איר פליכט און זאל טוען איר פליכט, און מחנך זיין מיין אידישע טאכטער.
די השפעה פון א לערערין
א לערערין איז מחנך אויף אסאך אופנים. ס'איז דא די סדר הלימודים וואס מען לערנט מיט די תלמידות, עס איז אבער אויך דא אן אנדערען אופן פון חינוך, דאס איז מיט די אייגענע אויפפירונג, אזוי ווי די לערערין פירט זיך אליינ'ס אויף, דאס האט א גרויסע השפעה אויף די קינדער, סיי וויאזוי זי באנעמט זיך אין קלאס, און סיי וויאזוי זי גייט ארויס פון קלאס. ווען זי גייט אויף די גאס, ווען זי גייט צווישן מענטשן, ווען זי גייט צו א שמחה, ווען זי גייט צו א חתונה, און וויאזוי זי איז זיך משמח ביי א חתונה, ווי אזוי זי פירט זיך אויף, וויאזוי זי גייט אנגעטוען, וויאזוי זי קליידט זיך, אלעס באמערקן קינדער, און אלעס ווייסן קינדער.
די וועלט זאגט א ווערטל, "אז א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער" דאס איז א בילד, א לעבעדיגע מענטש, איז א לעבעדיגע בילד, א לעבעדיג בילד זאגט אסאך מער ווי צען טויזענט ווערטער, יעדע תלמידה, קוקט ארויף אויף די לערערין, מיט א כבור מיט א עהרע, זי ווייסט, זי איז די תלמידה, און די לערערין איז די גרויסע ערוואקסענע מענטש וואס טוט איר ערציען, קינדער באמערקן אויף די לערערין, יעדע איינציגע זאך. קינדער באמערקן וויאזוי די לערערין רעדט, יעדעס ווארט וואס זי זאגט, און ווי אזוי זי זאגט עס, יעדע תנועה, ווי אזוי זי מאכט מיט די אויגן, און ווי אזוי זי מאכט מיט די מויל, זיי באמערקן וואס מען זאגט יא און וואס מען זאגט נישט, וואס די לערערין איז מחשיב און וואס זי איז מזלזל.
זיי באמערקן ווי אזוי די לערערין עסט, ווי אזוי מען זיצט, ווי אזוי מען שטייט, און ווי אזוי מען גייט, אין די גאצע ענין פון אנטועכטץ, ווי אזוי זי גייט אנגעטוען, פון קאפ ביז פיס, ווי טייער און ווי ביליג, און ווי אפט זי טוישט זיך די מלבושים, און וויפיל קאפ און מח זי לייגט אריין אין פלאנץ, יעדע זאך באמערקן קינדער, קינדער זענען זייער קלוג, קינדער זענען זייער רעפערנירט, און זיי פארשטייען אן עסק, די קינדער באמערקן יעדע מדה וואס די לערערין פארמאגט, צי איז דאס א גוטע צי איז דאס נישט אזא גוטע מדה, וועגן דעם דארף א לערערין צו זיין א מוסטער, א לערערין דארף צו זיין א ביישפיל, מיט איר אייגענע אויפפירונג, וואס דאס זאגט זייער אסאך, ווען א לערערין גייט אויף די גאס, און גריסט א קינד, זי גריסט די עלטערן ווען זי באגעגענגט, צו אן אנדערע עלטערע מענטש, באמערקן דאס די קינדער און זיי לערנען זיך אפ פון דעם ווי אזוי מען דארף זיך אויפפירן.
דאס שטאלץ פון א "בית רחל תלמידה"
מען דארף אריינגעבן א חינוך אין די תלמידות אז זיי זאלן וויסען אז זיי זענען "תלמידות פון בית רחל", און אז מען איז א "תלמידה פון בית רחל" מיינט דאס שטענדיג, אויפן גאנצן לעבן איז דאס א וועג ווייזער וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן, מיט שטאלץ דארף מען שטאלצירן אז מען איז א "תלמידה פון בית רחל", מ'דארף דערקענען אויף א "תלמידה פון בית רחל", אז זי האט געלערנט אין "בית רחל", און מ'דארף דערקענען אין א תלמידה סיי וואספארא פאך זי האט אין לעבן, אז זי פירט זיך אזוי ווי א "תלמידה פון בית רחל" פירט זיך, און סיי וואס פארא מצב מען געפינט זיך און אין פריידן און אין ליידן, דארף מען שטענדיג געדענקן מ'איז א "תלמידה פון בית רחל", אזוי אז אנדערע פרויען זאלן זיך קענען אפלערנען ווי אזוי א "תלמידה פון בית רחל" דארף זיך אויפצופירן.
איבערגעגעבנקייט פאר די תלמידות
א לערערין אין קלאס דארף האבן אפענע אויגן, אפענע אויערן, און א אפן הארץ, זי דארף באמערקן אויף א תלמידה אז א קינד האט א פראבלעם עפעס קוועטשט אין הארץ, עפעס איז א קינד צוגעלייגט, עפעס האט פאסירט, אמאל זאגט מען דאס ארויס, און אמאל שעמט מען זיך דאס ארויסצוזאגן, א לערערין דארף טרעפן א וועג, ווי אזוי זי זאל קענען רעדן צו דעם קינד, א לערערין דארף באמערקן וואס א קינד פייניגט, אמאל איז עס א משפחה ענין, א פאמיליע פראבלעם, און אמאל איז עס חברותא פראבלעם, זי האט נישט קיין חבר'טארענס, זי האט נישט קיין פרענד'ס, מיידלעך גראָפירן זיך אין גרופס, און עס איז דא קינדער וואס פאלן ארויס, און האלטן נישט מיט, דאס קלאפט אראפ א קינד, און אז א קינד ווערט אראפגעקלאפט האט דאס א גרויסע השפעה אויף אסאך ענינים, מ'דארף האלטן אן אויג אויף דעם, וויסן און באמערקען.
א לערערין דארף ארויסווייזען פאר א תלמידה ווארעמקייט, געטריישאפט, זיכן אנציבונדען א קשר מיט א גוט ווארט, אפילו ווען דאס קינד איז שוין נישט אין שולע, ווען דאס קינד איז שוין אינדערהיים, האבן א שפראך אויפ'ן טעלעפאן מיט'ן קינד, א פארבינדונג, זעהן וואס מען קען ארויסהעלפן א קינד.
א לערערין דארף האבן א שותפות'דיגע שפראך מיט די עלטערן פון די קינדער, אז זי באמערקט אז עס איז דא א פראבלעם דארף זי דאס איבערשמועסן מיט די עלטערן, רעדן מיט זיי, א קליינע פראבלעם א גרויסע פראבלעם, אז מען טוט פארנאכלעסיגן א קליינע פראבלעם קען דאס נאכדעם ווערן חלילה א גרויסע פראבלעם, און מ'דארף זעהן דאס באצייטענס אויפצוטוען, די לערערינ'ס דארפ'ן טרעפן א שותפות מיט די הנהלה, זיי דארפן זיין גרייט ארויסצוהעלפן פאר די לערערין אין יעדע זאך.
אמאל קומט פאר, מען באקלאגט זיך אויף א לערערין, א קאמפלעין, מ'דארף פארשטיין דאס איז א נארמאלע ערשיינונג דאס פאסירט אין "בית רחל", דאס פאסירט אין די תלמוד תורה, און אויך אין די ישיבה, דאס איז א נארמאלע זאך, מען דארף נישט שפירן און ווערן באליידיגט אז מען האט געזאגט אז עס איז געשען אן עוולה, צו עפעס איז נישט אזוי ווי עס באדארף צו זיין, מען דארף זעהן, מען הערט עפעס, אויסהערן, צולייגן קאפ, און זעהן מסביר צו זיין צי מען קען די זאך פאררעכטן צי מען קען נישט, און אז מ'קען איז זעלבסט-פארשטענדליך אז מ'דארף עס פארעכטן.
א לערערין דארף אכטונג געבן אויף שמירת הזמן, די צייט ווען זי איז אין שולע דארף זי זעהן אויסנוצען, קומען אין צייט און נישט פארפעלן און אויסנוצען דער צייט אויף וואס זי איז אין קלאס, אויפן ריכטיגן חינוך מחנך צו זיין די קינדער אזוי ווי עס באדארף צי זיין.
אינהאלט פון די לימודים
די סדר הלימודים פון "בית רחל" איז אזוי ווי ס'איז מבואר אין ספר הקדוש ויואל משה, וואס מען מעג לערנען מיט אידישע טעכטער, און וואס מען טאר נישט לערנען מיט אידישע טעכטער. ליידער ליידער היינטיגען טאג זענען אסאך מענטשן קלוג געווארן, זיי האבן זיך אליין מתיר געווען צו לערנען מיט אידישע טעכטער אזעלכע לימודים וואס חז"ל האבן פארבאטען צו לערנען מיט אידישע טעכטער, "בית רחל" גייט אבער אויף דעם וועג וואס איז אויסגעהאלטן, לויט די גמרא, לויט'ן שו"ע, אזוי ווי אין ויואל משה האט מען עס אפגעשריבען און דאס האט מען איבערגעקייט און איבערגעגאנגען, דער פעטער ז"ל האט אראפ-געלייגט גרויסע מוחות, און גרויסע כוחות האט ער אוועקגעגעבן ביז ער האט אויסגעארבעט וואס מען זאל לערנען, און וויאזוי מען זאל לערנען מיט אידישע קינדער.
הלכות, יהדות, מוסר, מדות, צניעות, אא"וו
מען לערנט מיט אידישע טעכטער אין "בית רחל" הלכות! מען זאל וויסן וואס א אידישע קינד מעג און וואס א אידישע קינד טאר נישט, מען לערנט יהדות! וויסען וואס הייסט שבת, וואס הייסט יום טוב, וואס הייסט ראש השנה, וואס איז א יום כפור, צו אן אנדערע יום טוב, מען לערנט מוסר! מען גיט אריין אין אידישע טעכטער יראת שמים, מען לערנט מיט אידישע טעכטער מידות טובות! מען זאל זיי אריינגעבן גיטע מידות זאלען אויסוואקסען אנשטענדיג, מענטשליך, באזעצען, אנשטענדיגע מידות, וואס מידות דאס איז די העכסטע זאך און א מענטש, אז מען פירט זיך נישט מענטשליך דעמאלט איז מען נישט קיין מענטש, מען איז מחנך ווי אזוי אידישע טעכטער דארפען זיך פירען בצניעות!
מען לערנט מיט אידישע טעכטער זיי זאלן מחשיב זיין לימוד התורה! אז דער אויבערשטער וועט העלפן זיי וועלן אי"ה חתונה האבען, זיי וועלן אי"ה האבען קינדער, זאלען זיי זען אז דער מאן זאל זיך קובע עתים זיין לתורה, און זאלן מחנך זיין די קינדער צו תורה און צו אידישקייט, מען לערנט מיט אידישע טעכטער איידלקייט, מען לערנט באשיידענהייט, זיי זאלן גיין באשיידן, נישט נאכצולויפן דעם פלאנץ און די נארישע לוקסוס, דאס איז פוסט און פראסט, דאס איז נארישקייטן, מען לערנט מיט דעם אז מען זאל וויסען וואס איז אמת'ע באדערפניש און וואס עס זעט נאר אויס.
מען לערנט מיט אידישע טעכטער זיי זאלן האבן דרך ארץ, מען לערנט מיט אידישע טעכטער אז מען זאל מכבד זיין א טאטע און א מאמע, דאס איז א מצוה אין די תורה, ס'איז א מצוה וואס די תורה האט געגעבן שכר אויף דער וועלט, און עס איז א פארשטענדליכע זאך אז מען דארף דאס צו טוען, מען דארף אריינברענגען אין אידישע טעכטער די פליכט וואס הייסט אז מען דארף פאלגן א טאטע און א מאמע, מען דארף העלפן אינדערהיים א מאמע איז פארפלאגט אינדערהיים, און זי איז ב"ה געבענטשט מיט א שטוב מיט קינדער, וואס עס מיינט צוצולייגען א האנט ארויסצוהעלפן א מאמע'ן, און וואס עס מיינט אז מען קען איינשפארן פאר טאטע'ן אן אומזינסטע דאלער נישט אויסצוברענגן, און בכלל אן אחריות אין שטוב. דאס אלעס דארף מען אריינברענגען אין אידישע קינדער זאלען וויסען וואס עס מיינט א טאטען און א מאמע.
מ'דארף אויסלערנען אידישע טעכטער זאלן רעדן אמת, חלילה נישט זאגן קיין ליגענט, דאס איז א קינד'ערישע געוואוינהייט צו זאגן ליגענט, און מ'דארף אריינברענגען און זאגן ווי ווייט און ווי מיאוס איז אז מען רעדט ליגענט, און ווי וויכטיג עס איז אז מען רעדט איידל און אמת, נישט חלילה רעדן קיין מיאוס'ע ווערטער, ניבול פה, צו סתם לשון הרע און סתם זאכען וואס מ'טאר נישט.
מען דארף אריינברענגען אין אידישע קינדער אז זיי זאלן זיך אויפפירען ווי אזוי עס באדארף צי זיין, שפילען איידל, גיין אין די גאס איידל, זיך אויפירען מיט געשוויסטער מיט עלטערע מענטשן, און ווען זי אין שטוב און ווען מען גייט ארויס אין די גאס און מען גייט אין געזעלשאפט, אויף א שמחה אדער אויף א חתונה, וויאזוי מען דארף זיך איידל אויפפירען, א אידיש קינדער דארף וויסן וויאזוי מען עסט, וויאזוי מען שלאפט, מען דארף אכטונג געבן אז אידישע טעכטער זאלען רעדן אידיש, איינס פון די זאכען פארוואס די אידן זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים, ווייל מען האט נישט משנה געווען דעם לשון, די שפראך, אונזערע אבות אבותינו האבן גערעדט אידיש. מען דארף זען אז די שפראך די קינדער, צווישען זיך, זאל זיין נאר אויף אידיש.
ניצן נאר היימישע ליין מאטרעאל
לערערינ'ס זעהן זיך פאר שיעורים, מען דארף זעהן ווען מען נעמט ארויס דעם מקור פון וואו מ'גרייט זיך פאר די שיעורים, דארף דאס זיין פון ערליכע אידישע מקורות, וואס איז אויף די אידישע שפראך, פון ערליכע אידישע מחברים, היינט איז געווארן א פארבריקאציע מיט ענגלישע ביכער, צי איז עס מדרשים, מאמרי חז"ל, פארשידענע זאכן אלעס גייט אויף די ענגלישע שפראך.
אבער א ערליכע אידישע טאכטער דארף וויסן, אז דעס וואס איז גוט פאר אמעריקא, פאר די מאדערנע וועלט אין אמעריקא דאס איז נישט גוט פאר "בית רחל", אונז האבן מיר א העכערע סטאנדערט אין אידישקייט, וואס איז פאר זיי גוט, איז פאר אונז נישט גוט, וואס זיי ליינען טאר מען אונז נישט ליינען, אונז האבן מיר א גאנץ אנדערע אויפפאסונגג אין גאנצען התנהגות אין אידישקייט.
שטיין ווייט פון די אמעריקא'נע השפעה
מען דארף אכטונג געבן אז אידישע טעכטער זאלן זיך נישט צוהערן צו די שמוציגע ראדיא, נישט ליינען די גוי'אישע אדער אנדערע צייטונגען, מאגאזינען, ליינען ביכער, עס איז ב"ה היינט שוין דא ביכער וואס איז געדריקט געווארן און געשריבן געווארן פון ערליכע מחברים, אבער פון נישט ערליכע קרייזן טאר א אידיש קינד נישט נעמען אין די האנט אריין, צי איז עס אידיש, צי לשון הקודש, צי ס'איז ענגליש, נישט קיין נפקא מינה אויף וואס פארא שפראך, מען דארף רעדן צו קינדער איבער דאס הארבקייט פון טעלווישאן, ווידיאס, דער גוי'אישער טעיפ, און אפילו אידישע טעיפס וואס זיי זענען פין אידישע זינגער'ס אזוי אויפן גוי'אישען קנאק, אויפן גוי'אישען סטייל, דארף א אידיש קינד נישט צו דעם צוהערן, א אידישע טאכטער דארף זיך מונע זיין.
היינט איז א וועלט פון "פלעיס", עס איז א גרויסע גאס, פלעיס, קאנצערטן, די אלע פארוויילונג'ס, מען דארף אכטונג געבן ווי מען גייט, און ווי מען שטייט, אמעריקע ברענגט געוואלדיגע נסיונות, געוואלדיגע זאכען וואס אמעריקא שטעלט מיט זיך פאר, מען דארף אכטונג געבן מען זאל זיין אפגעזונדערט פון אמעריקא, "מיר וואוינען טאקע אין אמעריקא, אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער", אונז ווילן מיר קיינמאל נישט ווערן קיין אמעריקאנער, מיר ווילן אלעמאל בלייבן "אלט מאדיש", אזוי ווי מען האט זיך געפירט אינדערהיים, מען דארף אכטונג געבן נישט נאכצוגיין נוסח אמעריקא, אין קליידונג, אין אויפירונג, אי זינגען און אין טאנצען און אין גאנצען לעבענסגאנג, און אין גאנצען לעבנ'ס ציל, אונז האבן מיר א אנדערע אנדערע מין לעבן, און אנדערען ציל אין לעבן,
דער טאטע זאל זיין געזונט [זצוק"ל], טייטשט אין ברך משה,"בניך כשתולי זתים" דיינע זין זענען אזוי ווי די צווייגן פון אן איילבירטן בוים. וואס עפעס פונקט איילבירטן? נאר פון איילבירטן מאכט מען אויל. און אויף אויל, זאגען אונז חז"ל אז מען גיסט עס אריין מיט אנדערע געטראנקען וועט די אויל אלעמאל ארויפקומען פון דער הייך, ס'מישט זיך נישט אויס מיט סיי וועלכע משקה מיט וועלכע געטראנק, די אויל קומט ארויף אויפן אויבערפלאך.
דאס זאגן אונז חז"ל, אידן זענען צוגעגליכען צי אויל, פונקט אזוי ווי אויל מישט זיך נישט אויס, מישן זיך אידישע קינדער אויך נישט אויס מיט קיין שום פאלק פון די וועלט. דאס איז דער פשט "בניך" דיינע קינדער זענען "כשתולי זתים" זענען אזוי ווי די צווייגען פון אן איילבירטן בוים, וואס מען מאכט מיט דעם אויל, וואס דאס איז א רמז אז אידישע קינדער זענען אפגעזינדערט, זיי זענען אנדערש פון יעדע פאלק אין די גוי'אישע וועלט.
מען קען צו דעם צולייגן א ווארט, ס'שטייט "בניך כשתולי זתים סביב לשולחניך", ארום דעם טיש, ס'שטייט אין ספרים, די מנורה אין בית המקדש, דאס איז א רמז צו די תורה, פאר די מענער וואס זיי לערנען תורה, "שלחן" דער טיש איז א רמז אויף חינוך הבנות אויף דער ווייבער שול, די אידישע טאכטער זי איז די עקרת הבית, זי איז דער טיש, און א אידישע הויז איז א בית המקדש, "בניך כשתולי זתים" ווען זענען דיינע קינדער אזוי ווי זתים? זיי מישען זיך נישט אויס מיט קיין שום פאלק, מיט קיין שום אנדערע משקה? "סביב לשלחניך" אלעס דרייט זיך ארום די טיש, אלעס ווענדט זיך אויפן טיש, ווי אזוי א אידישע טאכטער פירט זיך, ווי אזוי זי פירט איר שטוב, לויט דעם פירט זיך א אידישע שטוב, לויט דעם איז מען מחנך אידישע דורות.
אלטמאדישקייט איז אונזער שטאלץ
עס שטייט אין פסוק "וירא ה' כי שנואה לאה", ווען יעקב אבינו האט חתונה געהאט מיט רחל און מיט לאה, שטייט אין פסוק, דער אויבערשטער האט געזען אז לאה איז פארפיינטעט. פרעגט די גמרא אין מס' בבא בתרא, ווי קען דער פסוק זאגן אויף לאה אמנו, אויף די הייליגע מאמע לאה, די גרויסע צדיקת, אז "כי שנואה לאה", אז זי איז פארפיינטעט, לאה איז געווען פארפיינטעט? די גמרא זאגט אויף א טמא'נע בהמה, וויל נישט די תורה זאגן א נישט-שיינעם אויסדריק, און אויף די צדיקת וועט דער פסוק זאגען אז זי איז פארפיינטעט, אזא מיאוס'ע אויסדרוק?
נאר זאגט די גמרא אז דער פשט איז נישט אז לאה איז געווען פארפיינטעט, נאר "כי שנואה לאה" איז דער פשט "ששנואה מעשה עשו בעיניה", ביי לאה איז געווען פארפיינטעט די מעשים פון עשו הרשע, זי האט געהערט וואס עשו הרשע טוט, וויאזוי ער פירט זיך אויף, דאס איז ביי איר געווען פארפיינטעט. דאס איז דער פשט "כי שנואה לאה", דאס איז שוין א גרויסע לויב אויף לאה אמנו.
דער מדרש זאגט אבער אנדערש, דער מדרש זאגט "כי שנואה לאה", "הכל שונאים אותה", אלע האבן פיינט געהאט לאה, קיינער האט איר נישט געגליכן. נו אויב אזוי איז שווער די קשיא, ווי קען דער מדרש טייטשן "כי שנואה לאה" אז לאה איז געווען פארפיינטעט, ווי קען מען דאס זאגן אויף אזא גרויסע צדיקת ווי לאה אמנו?
נאר זאגט דער פעטער ז"ל אין דברי יואל, זייער א טרעפליכע טייטש. נאך דעם וואס די גמרא טייטשט אונז אויס, אז לאה האט פיינט געהאט די מעשים פון עשו, איז שוין גארנישט קיין באליידיגונג צו זאגן, אז מען האט פיינט געהאט לאה, אוודאי אין חרן וואו לאה האט געוואוינט האט מען פיינט געהאט לאה, דאס איז איר לויב, דאס איז א שבח פאר לאה, אז זי האט פיינט געהאט עשו, זי האט פיינט געהאט די דרכים וואס עשו הרשע איז געגאנגען, האבן די מענטשן אין איר שטאט, איר פיינט געהאט, מען האט איר בארעדט מען האט איר אפגעשפעט, אפגעלאכט פין לאה, און דאס איז דער גרעסטער שבח פאר א אידישע טאכטער, אז די מענטשן וואס האבן ליב עשו, אז זיי האבן פיינט א ערליכע אידישע טאכטער.
דעם יסוד דארפן מיר וויסן פון לאה אמינו! די מאמע לאה זעען מיר אין פסוק, זי האט אויפגעשטעלט זעקס שבטים, האלב כלל ישראל שטאמט פון לאה, דוד המלך קומט ארויס פון לאה, דער מלך המשיח קומט אויך ארויס פון לאה, איך האב אריינגעטראכט וואס עפעס פונקט האט לאה אמינו די מאמע לאה האט זוכה געווען צו דוד המלך און צו האלב כלל ישראל?
אפשר וועגן דעם, ווייל לאה האט אסאך געליטן פאר אידישקייט, די תורה הקדושה זאגט אונז ווי לאה איז געווען פארפיינטעט מער ווי די אנדערע אמהות, לאה האט אסאך געליטן פאר תורה און פאר אידישקייט, "ועיני לאה רכות" לאה האט געהאט פארוויינטע אויגן, לאה האט געוויינט, מען האט געזאגט אויף איר, אז זי גייט חתונה האבן מיט עשו הרשע, מענטשן האבן איר סיקירט, מענטשן האבן איר געזאגט, זי גייט זיין די כלה פון עשו הרשע, זי דארף זיך צושטעלן ווי א כלה פאר עשו'ן, זי דארף זיך מאכן די האר זי זאל געפעלן פאר עשו'ן, זי דארף זיך מאכן די נעגל, און זי דארף זיך קליידן, אין זי דארף זיך אהערשטעלן אזוי ווי א כלה פאר עשו הרשע, לאה האט דאס געהערט, האט זי נישט אויפגעהערט צו וויינען, דאס האט איר צוגעטרעטן צום טיפעניש פון הארץ, עשו איז ביי איר געווען פארפיינטעט, זיינע מעשים זענען געווען ביי איר פארפיינטעט, און איר זאגט מען, אז זי זאל זיך צי שטעלן אזוי ווי א כלה פאר עשו הרשע, האט נישט געקענט זיין קיין בעסערע באליידונגען, קיין גרעסערע ציפ אין הארץ, האט זי געוויינט. – און דערפאר ווייל לאה האט אסאך געליטן, האט זי באקומען דעם שכר, אז זי איז די מאמע פין כלל ישראל, מער פון די איבריגע אמהות.
עס וואלט געווען כדאי מען זאל זיך פארשטעלן אין היינטיגען דור, לאמיר עס אביסל מיט פליישיגע אויגן אראפלייגן, די מאמע לאה אין היינטיגען דור, ווען לאה איז געווען א מיידל מיט א פאר לאנגע צעפ, מיט שווארצע זאקען, מיט א קלייד מיט לאנגע ארבעל, מיט א קלייד גענוג לאנג אונטער די קניה, און נישט אויסגעהאלטן לויט די לעצטע מאדע, די חברְ'טעס האבן נישט געוואלט אזוי ארויסגיין אין די גאס מיט איר, ווייל מען האט זיך געשעמט מיט איר, מען האט געזאגט זי א "פאריאנטשעט" מיידל, אזוי ווי מען שפעט אפ פון אזא צניעות'דיגע אידישע מיידל, מען האט איר אויסגעלאכט, זי האט נישט געקענט טרעפן קיין פרענד'ס שבת נאכמיטאג ארויסצוגיין אין די גאס אויף לי עוו. מען האט זיך געשעמט צו גיין מיט איר, דאס האט לאה אמנו מיטגעמאכט, און דאס האט זי באקומען שכר, ווייל זי האט געליטן פאר צניעות, ווייל זי האט געליטן פאר אידישקייט, האט זי באקומען שכר אז זי איז די מאמע פון האלב כלל ישראל, און די מאמע פון מלך המשיח.
דאס שטאלץ פון גיין צניעות'דיג
אונז דארפן מיר וויסן, אין אונזער דור מאכן אויך אידישע טעכטער מיט נסיונות, א אידיש קינד גייט שטארק בצניעות, גייט זייער איידל אנגעטוען, מיט באשיידענהייט, מיט איידלקייט, און וויל נישט נאכגיין די לעצטע מאדע, לאכט מען פון איר אפ, מען שפעט פון איר אפ, מען שעמט זיך צי גיין מיט איר אין די גאס, זי איז נישט - אזוי ווי מען רופט דאס – אָפּ-טָא-דֶעיֶט, זי איז נישט אזוי אז מען זאל קענען מיט איר גיין, ליידן אזוי היינט צו טאג אידישע טעכטער, דארף מען אבער זאגן חיזוק פאר די אידישע טעכטער, זיי זאלן נישט געפאלן זיין, דאס איז אלעמאל געווען די חלק פון צניעות'ידגע אידישע קינדער, פון צניעות'דיגע אידישע טעכטער.
אז מען לאכט אפ פון א "בית רחל תלמידה", אז זי איז נישט גענוג אינטיליגענט, זי לערנט נישט חומש, זי לערנט נישט קיין רש"י, זי לערנט נישט קיין משניות, און זי לערנט נישט קיין רמב"ן אינעווייניג, און זי קען זיך נישט פארלערנען קיין בלאט גמרא, און זי קען נישט אריינקוקען אינעוויניג אין ספר פלוני, אין דעם ספר, אין יענעם ספר, אנדערע סקולס געבן ארויס מלומדות, אויפגעקלערטע, - דארף מען אבער וויסן, מיט שטאלץ דארף מען טראגן די כבוד פון אידישע טעכטער, אז מען האלט זיך צום אלטן אידישן דרך, אפילו אנדערע לאכען אפ, אנדערע שפעטן אפ, זאל מען וויסן, דאס איז אונזער כבוד, דאס איז אונזער שטאלץ, אז אונז פירן מיר זיך אויף דעם אלטען דרך, אונז גיי מיר נישט מיט, און אונז ווער מיר נישט מיטגעריסען מיטן שטראם פון אמעריקא, אונז זענען מיר נישט קיין אמעריקאנער, אונז וואוינען מיר אין אמעריקא, אבער אונז האלט מיר אויס די נסיונות פון אמעריקא.
צניעות – א פאנצער אין היינטיגן דור
וואס הייסט צניעות פון א אידישע טאכטער, דאס וויכטיגקייט פון צניעות, איך מיין אז ווען מ'רעדט צו לערערינס פון "בית רחל", איז איבריג מסביר צו זיין און געבן צו פארשטיין דאס וויכטיגקייט וואס הייסט צניעות, אבער אפאר ווערטער וועלן מיר דאך זאגן.
ס'שטייט אין פסוק "ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך", דאס איז טייטש, עס זאל נישט געזען ווערען ביי דיר צו אין דיין שטוב, א אומאיידעלע זאך, א זאך וואס איז א ערוה, ווייל דאן "ושב מאחריך", וועט דער אויבערשטער חלילה זיך אוועקערן פון דיין שטוב, דארט וואו עס איז נישט דא קיין צניעות, א שטוב וואו ס'איז אדורכגעבראכן חלילה די גדרים פון צניעות, דארט איז נישט דא קיין השראת השכינה, דארט ווי דער אויבערשטער רועט אין א איידעלע הייליגע אידישע צניעות'דיגע שטוב, איז דער ברכה פארהאנען, דער אויבערשטער'ס ברכה איז דא, דער אייבערשטער'ס ברכה ברענגט השפעות טובות אין אלע ענינים, געזונט, נחת, פרנסה, און קינדער, און וואס א איד דארף נאר האבן, בני קינדער, חיי געזונט, ומזוני רוויחי און פרנסה בריוח בניקל, צו אנדערע זאכן וואס מען דארף צו האבן.
חלילה דארט ווי עס פעלט אין צניעות, עס הינקט אונטער, דארט פעלט דעם אייבערשטער'ס ברכה, רח"ל וואס אין אזא שטוב קען אריינקומען, עס איז נישט גוט צו טראכטן און געדענקן וואס עס מיינט אויב עס פעלט דעם אויבערשטענ'ס ברכה.
דער פעטער ז"ל פלעגט זאגן אין די דרשות, ווען ער האט גערעדט פון צניעות, אז אויב מ'גייט נישט אנגעטוען מיט זאקן אזוי ווי עס באדארף צו זיין, אדער אויב ס'זעט זיך ארויס די האר פון א פארהיירעטע פרוי, קען מען א אידישע ווארט נישט זאגען, די קידוש איז נישט קיין קידוש, די ברכות זענען נישט קיין ברכות, ס'ווערט אוועק גענומען די גאנצע קדושה פון א אידישע הויז, וועגן דעם דארף מען לייגן גרויס געוויכט, און קוקן ארום און ארום וואס עס מיינט צניעות פון א אידישע טאכטער.
דער פעטער ז"ל האט אראפגעלייגט כוחות עצומים, געוואלדיגע גרויסע כוחות, אויף עניני קדושה, אויף ענינים וואס רעדט זיך פון צניעות, טייכן טרערן האט ער פארגאסען, אין זיינע פלאמפייער'דיגע דרשות וואס ער האט געזאגט פאר אידישע קינדער, ווען ער האט גערעדט פון ביי-האר, ווען ער האט גערעדט פון אדורכזיכטיגע זאקן, ווען ער האט גערעדט פון שייטלן וואס איז נישט געווען לויט זיין גייסט ווי ער האט געוואלט, האט ער פארפירט און געמאנט אידישע קינדער אויף די אלע ענינים.
די היסטאריע פון די שייטלען
עס ברויך געזאגט ווערן וויאזוי עס האט זיך אריינגעכאפט די שייטלען צווישן דעם חסיד'שן עולם, מען דארף צו וויסן אז אין דער אלטער היים איז אין א חסידישע שטוב קיין שייטל נישט געווען, דאס וואס מען זעט היינט שייטלן אין אידישע הייזער, דאס איז א תוצאה פון דעם ביטערן חורבן וואס כלל ישראל האט געהאט, וואס אין א געוויסן זין איז אפגעהאקט געווארן די קשר פון א באבע צו א טאכטער, עס איז נישט געווען די מאמע'ס פון דערהיים ווען מען האט געדארפט פירן אונטער די חופה די טעכטער וואס האבן חתונה געהאט נאך די קריג, און אויפגעשטעלט פון דאסניי אידישע הייזער.
רבינו הק' זי"ע איבער די שייטלען
ווען די "בית רחל תלמידות" האבן אנגעהויבען חתונה צו האבן, עס איז געווען די ערשטע חתונות פון די תלמידות פון "בית רחל", דאס איז שוין אן ערך פון עטליכע דרייסיג יאר צוריק, און עס איז געווען אזעלכע וואס האבן אנגעטוען שייטלן, אפענע שייטלען, האט דער פעטער ז"ל בימים ההם געלאזט רופען צו זיך די חתנים, די יונגעלייט, און אפילו די מאמע'ס פון די יונגע קינדער, און געבעטן אז מען זאל נישט גיין מיט קיין אפענע שייטלן. עס איז געווען א שווערע זמן, און מען קען זאגן אז ער האט געהאט א טיילווייזע הצלחה, ביי א גרויסע טייל האט ער גע'פועל'ט, אבער ביי א געוויסע טייל איז עס געבליבן אזוי ביז צום היינטיגען טאג.
איך האב געהערט פון אידן, וואס זיי האבן פערזענליך מיטגעהאלטן, דאס איז שוין א מעשה פון יאר תשכ"ב, ד.ה. פינף-און-דרייסיג יאר צוריק, ווען ס'איז נאך געווען א קליינער עולם פון יונגעלייט וואס האבן דעמאלט חתונה געהאט, האט דער פעטער ז"ל געלאזט רופן די אינגעלייט, און ער האט געזאגט, "איך וויל האבן חסיד'ישע אינגעלייט, וואס זיי האבן עכט חסידישע הייזער, וואס א שייטל זאל זיך דארט נישט געפינען, נישט קיין גרויסע, און נישט קיין קליינע, נאר גיין מיט א זיידנעם שפיצעל". ער האט עס נישט געזאגט פארן גאנצן ברייטן עולם, ער האט עס אבער געזאגט און געפאדערט פון די חסידישע יונגעלייט, אז א געוויסע מספר וויל ער האבן פון עכטע חסידישע שטובער.
היינט מיט 35 יאר שפעטער, קען מען זאגען, אז ער האט געהאט אין דעם ענין א גרויסע הצלחה, היינט צו טאג איז דא פילע פילע הונדערטער אידישע נשים כשירות וצניעות וואס דאס ענין פון א שייטל איז "בבל יראה ובל ימצא", עס קומט נישט אריין אין א אידיש הויז, הונדערטער אידישע הייזער גייען אויף דעם עכטן חסיד'ישען וועג, ווי מען איז געגאנגען אין דער אלטער היים. עס איז ביי מיר ברור, עס איז ביי מיר זיכער, אז דער פעטער ז"ל היינט צו טאג, ער זעט אלעס פון די הייך, האט ער א הנאה און א קורת רוח, און ער שעפט נחת פון די ערליכע חסיד'ישע הייזער וואס גייען אויף זיין וועג ווי אזוי ער האט געוואלט.
"ביי האר", און "היטן"
אמת, אז נישט יעדער איז אין די זעלבע מדריגה, מען רעדט פאר א גרויסן ציבור, רעדט מען פאר א פארצווייגטן ציבור, פאר א בעל הבית'ישן ציבור, דער עיקר איז מען זאל האבן ערליכע חסיד'ישע שטובער, ערליכע הייזער, אז אפילו דער וואס גייט נישט אין דעם כלל, צו גיין אן א שייטל, נאר מען גייט מיט א שייטל, אדער איין זאך דארף מען צו וויסען, אז די איבריגע זאכן טאר מען אוודאי און אוודאי נישט נאכלאזן, "ביי האר" דאס טאר זיך נישט געפינען אין ערגעץ נישט, צי אלע אנדערע איבלען וואס זענען אום-צניעות'ידגע, דאס איז גילטיג פאר יעדעם איינעם צוגלייך.
א גרויסע טייל פון די פארהייראטע נשים גייען מיט היטן, דעקן זיך צו דעם קאפ מיט א היט, דער יצר הרע שלאפט נישט און דעם אויך, האט ער פאברעצירט אזעלכער פארזוינען פון היטן, וואס איז העכסט מאדערן, פארשידענע פארשידענע פארזוינען, דער טאטע זאל זיין געזונט [זצוק"ל] מיט א פאר יאר צוריק, האט אראפ געלייגט כוחות, ער האט געזאגט דרשות, ער האט געפאדערט אז אפילו דער וואס גייט מיט א היט מען דעקט זיך צי, זאל וויסען ווי אזוי מען דעקט זיך צי, ס'זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסדו, טאמער גייט עס מיט מאדעס, איז עס נאך ארגער ווי מען גייט אן א היט, וועגן דעם דארף מען וויסען אז די אלע וואס גייען מיט א היט, ס'זאל חלילה וחלילה נישט זיין קיין מאדערנע היט, ס'זאל זיין איידל, און ערליך און אידיש'לעך.
אונז מאך מיר נישט דא קיין נייע זאכען, אונז חזר'ן מיר נאר איבער אלטע זאכן, "לשמור ולעשות ולקיים" אפצוהיטן, אנצוהאלטן און זעהן די אלע גדרים וסייגים, די אלע מויערן די צוים וואס מען האט געמאכט פאר צניעות, זאל זיך ווייטער האלטן און ווייטער האבן א קיום, סיי ביי די פארהייראטע און סיי ביי די אומפארהייראטע אין אלע עניני מלבושים, ווי אזוי מ'גייט צוגעדעקט ביי די פארהייראטע און ביי די אומפארהייראטע, ווי אזוי די האר ווערט געמאכט, ווי אזוי די קלייד איז, ווי אזוי עס איז אויסגעשניטן ביים האלדז, ווי אזוי די ארבעל זאלן זיין גענוג לאנג, די פארזוין פונעם קלייד, די קאליר, עס זאל נישט זיין ענג און שמאל, שטארק צוגעפאסט צום קערפער, די זאקן זאלן חלילה נישט זיין דורכזיכטיג, און די שיך זאלן זיין איידל, האבען א אידישע חן, די קאליר און נישט אויסגעשניטן, די אלע זאכן דארף מען אכטונג געבן, תלמידות פון בית רחל זאלען גייט מיט איידלקייט, מיט באשיידענהייט, מיט ערליכקייט.
די אידישע הנהלה איז אחריות אויף די ענגליש דעפארטמענט
איך וויל דא זאגען פאר אלע מנהלים, מנהלות, פאר די לערערינ'ס, פאר די אידישע און פאר די ענגלישע, וויל איך אראפזאגן קלאר אין דייטליך, מ'זאל וויסן, די אחריות פון די שולע, פון די גאנצע סקול, איז אויף די פאראנטווארטליכקייט פון די "אידישע הנהלה", פון די אידישע מנהל און די אידישע מנהלת, די אחריות פון אלע לימודים, אויפן גאנצן לייען-מאטריעל פון די שולע, סיי פון די אידישע, און סיי פון די ענגלישע חלק, אלעס דארף זיין אונטער די אחריות פון די "אידישע דעפארטמענט" די אידישע הנהלה, ח"ו אז א לערערין זאל אריינברענגען אין שולע א ביכעל וואס איז נישט דורכגעגאנגען די אידישע הנהלה.
איך וויל עס זאגן מיט ווייטאג ווייל עס איז געקומען צו מיינע אויערן אז עס האט זיך געפינען ענגלישע לערערינס וואס האבן אריינגעברענגט אויפן אייגענעם האנט ליין מאטריאל פאר די קינדער צו ליינען, אן דעם וואס מ'האט עס געוויזען פאר די אידישע הנהלה, וויל איך דא זאגן אז מען זאל וויסען אז אזא זאך טאר נישט פארקומען, דאס איז שטרענג פארבאטן, מיט'ן שטרענגסטן אופן, מ'זאל אריינברענגען עפעס אין די שולע אָן א דעם ס'איז דורכגעגאנגען דורך די הנהלה רוחניות דאס הייסט די אידישע הנהלה אין די סקול.
די אידישע לערערינ'ס זיי זענען נישט נאר פאראנטווארטליך אויף די לימודי קודש, נאר אויך אויפן גאנצען חינוך פון די מיידלעך, אבער די ענגלישע לערערין זענען נאר אויף די "לימודי חול", די ענגלישע לערערינ'ס דארף וויסען, כאטש זיי זענען אידישע לערערינ'ס פאר ענגלישע לימודים, דעסטוועגן דאך די אויפגאבע פון חינוך איז "נישט" זייער אויפגאבע, דער חינוך אויפגאבע איז נאר פאר די אידישע לערערינס, פארשטייט זיך, אז אויב אבער זי באמערקט אין קלאס ווען מ'לערנט די ענגלישע לימודים, אז א תלמידה האט די האָר משנה געווען, די ארבעל ארויפגעריקט, א.ד.ג. א זאך וואס זי האט משנה געווען פונעם אידישע קלאס, דארף זי דאס אויף פלאץ פאָרהאלטן, און מעלדן פאר די הנהלה רוחניות אז א מיידל האט עפעס געטאן אין סקול א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטען לויט די בית רחל.
די ענגלישע מנהלת, אויף איר פאראנטווארטליכקייט איז, די לימודי חול, דאס הייסט די ענגלישע לימודים וואס איז ערלויבט צו לערנען אין די סקול, די ענגלישע מנהלת דארף וויסן, זי האט געשריבן דעם קאנטראקט מיט די ענגלישע טיטשער'ס, און זי איז באחריות אויף די ענגלישע טיטשער, אז זיי זאלן זיך אויפפירן אזוי ווי די געזעצן איז, פון די הנהלת פון בית רחל.
די לבוש פון א לערערין
אלע לערערינס פון בית רחל סיי די אידישע סיי די ענגלישע דארפן צו וויסן, ווער עס איז א תלמידה פון בית רחל, ווער עס האט געהאט די זכיה צו לערנען אין "בית חינוך לבנות בית רחל", אין די הייליגע מוסד "בית רחל", איז א העכערע באגריף, א תלמידה וואס גייט אין סקול קוקט אן די טיטשער, קוקט אן די לערערין, זי האט גענוג שכל צו פארשטיין, אז זי זעט אז די לערערין איז אליינס א תלמידה פון בית רחל, און אויב זי גייט נישט לויטן גייסט פון בית רחל, זי גייט נישט אנגעטון צו מיט עפעס אנדערש פירט זיך זיך נישט אזוי ווי בית רחל פאדערט פון תלמידות, לערנט זי זיך אפ פון איר, זי לערנט זיך אפ פון די לערערין, זי איז אויך א בית רחל, וועגן דעם איז א חילוק צווישען א ענגלישע טיטשער וואס איז יא א תלמידה פון בית רחל, און וואס איז נישט א תלמידה פין בית רחל.
אבער אפילו די טיטשערס וואס זענען נישט בית רחל תלמידות, איז אויך נישט הפקר ביי זיי, זיי קענען אויך נישט גיין אנגעטוען ווי אזוי זיי ווילן, זיי האבען אויך ספעציעלע אנווייזונגען ווי אזוי בית רחל פאדערט אויף יעדע ענגלישע טיטשער, אפילו ווען זי איז אליינס פון א פרעמדע מוסד, ווען זי קומט אריין אין די טויערן פון בית רחל, דארף זי צו וויסן וואס מ'האט איר פארגעשריבען ווי אזוי זי מעג גיין, און וויאזוי זי דארף צו גיין.
אבער א לערערין וואס זי איז אליינס א תלמידה פון בית רחל איז פיל הארבער, ווייל זי איז פיל העכער, מען פאדערט פון איר מער, די תלמידות לערנען זיך מער אפ פון איר, וועגן דעם וויל איך דא זאגן, מען האט געהאט אן אסיפה מיט אלע מנהלים און אלע מנהלות און אלע פרינסבעלס, און עס איז אויסגעשמועסט געווארען קלאר און דייטליך, אז יעדע אידישע לערערין וואס איז א מחנכות אין אונזער בית חינוך, דארף צי וויסען אפילו אויסערן בית חינוך, אפילו ווען זי געפינט זיך נישט אין בית רחל, ווען זי גייט אין די גאס, צו ווען זי גייט צי א שמחה דארף זי גיין אנגעטון, דארף זי זיך אויפפירען אזוי ווי מען פאדערט פון א תלמידה פון בית רחל.
מען דארף וויסען, אין בית רחל איז דא נאך א סארט ארבעט, דאס זענען די סעקריטאר'ס, אין די פארשידענע אפיסעס וואס זיי ארבעטן אין בית רחל, זיי האבן אויך דעם זעלבען דין, ווען מען קומט אריין ארבעטן אין בית רחל, האט מען די פליכטען און די פאראנטוווארטליכקייט צו גיין אנגעטוען אזוי ווי א לערערין, אזוי ווי מען האט פריער דערמאנט, ווער עס איז א תלמידה פון בית רחל אפילו אין אפיס, דארף גיין לויט די פארשריפט פון בית רחל.
"בית רחל" – א מקום קדוש
מען דארף וויסן און מען דארף פארשטיין, אז די בית רחל איז א מקום קדוש, א הייליג ארט, דער פעטער ז"ל האט עס אנגערופען א מיידל חדר, א חדר וואו די מיידלעך לערנען, מען דארף עס באטראכטען אזוי ווי א בית מדרש, ווען מען קומט אריין אין א בית מדרש אין א מקום קדוש, לויט ווי איך הער איז יעדע פארשטענדליכע פרוי אפילו ווען זי גייט מיט אן אפען שייטל אינדערהיים, ווען זי קומט אבער אריין אין א מקום קדוש, צו ביי א רבי'ן אין שטוב, צו אין א בית המדרש, צו ווען זי שערט אפ א קינד און זי ברענגט דאס קינד אין חדר, פארשטייט זי, אז ווען מען קומט אויף א העכער פלאץ דעקט מען זיך צו דעם שייטל, מען גייט נישט מיט אן אפן שייטל, קיינער זאגט נישט, איך פאפ עפעס עמיצער אפ איך נאר עמיצער אפ, עס איז אבער פארשטענדליך איך פאפ נישט דעם באשעפער, הגם מען גייט א גאנץ יאר אזוי, ווען מען קומט אבער אויף א העכער פלאץ דארף מען זיך אנטוען א העכערן לבוש, די זעלבע דארף מען צו וויסן, ווען מען קומט אריין אין בית רחל, יעדער איינער נישט קיין חילוק א אידיש לערערין צו אן ענגלישע.
מען האט פריער געזאגט, א בית רחל תלמידה קען נישט אריינקומען אין בית רחל מיט אן אפן שייטל, עס מוז זיין מיט עפעס צוגעדעקט, אזוי אויך מוז מען האבן גאנץ לאנגע ארבעל, און איך וויל זאגן, "גאנץ" לאנגער ארבעל, די זאקען דארף זיין 100% אן א שום פשרה, ווער עס איז א לערערין אין די הויך שול דארף וויסן דאס איז נאך העכער, שוין ערוואקסענע קינדער, ערוואקסענע מיידלעך, זיי לערנען שוין מער פארשטעדנליכער, דעריבער דארף מען שוין דארט גיין מיט א העכערע מדריגה, נישט אלעס איז פאסיג ארויס צוברענגען אויף די ליפן, עס איז דא אפגעדריקט צעטליך, וואס מען האט אויסגעטיילט פאר אלע לערערינ'ס סיי אויף אידיש די וואס דארפן עס האבען אויף אידיש פאר די אידישע לערערינ'ס, און פאר די ענגלישע אויף ענגליש, מען זאל וויסן דאס איז נוגע פאר יעדען איינעם, עס איז אחריות פון די הנהלה פונעם אידישע דעפארטמענט, אז די תקנות זאלן אויסגעפירט ווערן הונדערט פראצענט, אן קיין שום פשרה.
מ'האט פריער געזאגט די ענגלישע מנהלת איז באחריות אויף די ענגלישע טיטשערס, איך פארשטיי אז אלע לערערינ'ס סיי די אידישע און סיי די ענגלישע, וועלן פאלגן, ווייל מ'דארף דאס פאלגען, איך שטעל מיך פאר, אז אלע מנהלות, די אידישע און די ענגלישע מיט די לערערינ'ס, זענען נשים כשרות וצניעות, און זיי וועלן מיטגיין און מיטהאלטן הונדערט פראצענט ווייל מען וועט נישט מוותר זיין.
אויף די אלע זאכען איז דא די הונדערט פראצענטיגע קאאפראציע פון די הנהלה גשמיות, און איך וויל ארויסזאגען איך קען די הנהלה גשמיות אלע זענען זייערע ערליכע מענטשן און אלע ווילען האבען א הונדערט פראצענטיגן ערליכן חסידיש'ן חינוך אויפן דעם העכסטן ניווא, אויף די העכסט מדריגה וואס איז נאר מעגליך, די הנהלה הגשמי גייט מיט, מיט די אלע זאכן הונדערט פראצענט, און וועט מיט גיין מיט אונז.
עס איז באשלאסן געווארען ביי די אסיפה פארגאנגענע וואך צו גרינדען א "וועד החינוך" פון אלע מנהלים ומנהלות רוחניים פון די בית חינוך, פון אלע בית רחל'ס, וגם אני הקטן וועט זיך אויך בייטליגען, אז עס וועט זיך אויספעלן אין עניני בית חינוך, און אז עס וועט זיך אויספעלן, וועט מען מוסיף זיין נאך מענטשן לויט'ן געברויך, זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע ערנסטע פראבלעם וועט דורך געשמועסט ווערן, און דורך געזיפט ווערן, און אריינגעטראכט ווערן בכובד ראש מיט ערנסטקייט מיט ישוב הדעת, און א ערנסעטע פראגע וועט מען דורך רעדן מיטן טאטן זאל זיין געזונט [זצוק"ל], מען וועט עס דורך שמועסען און האבן זיין פולסטע הסכמה, ווייל מען דארף געדענקען אז די זאכען וואס אונז האבען דא פריער געשמועסט, איז מיט אים דורך געשמועסט געווארען און עס האט זיין הסכמה הונדערט פראצענט, אדרבה ואדרבה ער האט אונז מחזק געווען און אויפגעפאדערט אז אונז זאל מיר שטיין על המשמר, און זעהן אז אלעס זאל איינגעהאלטען ווערן.
דברי ברכה
מיט דעם וועל איך מיינע ווערטער מסיים זיין, מיר שטייען יעצט אין חודש אלול אן ערנסטען חודש, ווי יעדע איד ווערט אויף געווארעמעט און דערמאנט זיך אז עס גייט קומען די הייליגע טעג, עס גייט קומען א ראש השנה און מען וועט בלאזען שופר, און מען וועט דאווענען און מען וועט זיך אויסבעטען אלעס גוטס, און עס גייט קומען עשי"ת, עס גייט קומען א יום כיפור א יום סליחה ומחילה ווי דער אויבערשטער גייט מוחל זיין פאר אידישע קינדער אלעס וואס מען האט געטוהן נישט גוט א גאנץ יאר און א גאנץ לעבן, עס גייט קומען א געהויבענע יום טוב סוכות א פרייליכען יום טוב, מיט א הושענה רבה, מיט א שמיני עצרת שמחת תורה מיט געהויבנקייטן און מיט פרייליכקייט, זאל אונז דער אויבערשטער העלפן אז אונז זאל מיר קענען מקבל זיין די ימים טובים מיט א געהויבענקייט, מיט לעכטיגקייט, מיט א ערנסקייט, מיט תשובה ומעשים טובים.
זאל דער אויבערשטער אונז צי הערן אלע אידישע תפילות פון אלע אידישע קינדער, פון די אלע לערערינס, פון די אלע תלמידות, פון די אלע עלטערן, פון די זיידעס און די באבעס, און פון כלל ישראל, עס איז איבריג צו זאגן ווען מען רעדט צו לערערינס פון בית רחל, אז יעצט ווען מען פארמערט מיט'ן זאגן מער תהלים, זאל מען נישט פארגעסן פון מתפלל זיין פארן בריאות השלימות פון טאטן זאל זיין געזונט און שטארק [זצוק"ל], ער זאל האבען געזונטע כוחות, ער זאל קענען שטיין לעמוד לפני העדה לשרתם, צו קענען אנפירען די הייליגע עדה די קהלה הקדושה, די מוסדות הקדושים הן חינוך הבנים והן חינוך הבנות, און פאר די יונגעלייט, אברכים, בעלי בתים, חסידים ואנשי מעשה, זקנים עם נערים, אלט און יונג, יעדען איינעם.
זאל אונז דער אויבערשטער העלפן אונז אנצושרייבען א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטש יאר, א שנה טובה ומתוקה, דער אויבערשטער זאל העלפן עס איז דא אזויפיל צובראכענע אידיש הייזער, אזויפיל צובראכענע אידישע הערצער, דער אויבערשטער זאל שוין דערפרייען די אידישע הערצער, סיי די וואס קוקען ארויס אויף א רפואה, און אויף א ישועה, אויף געזונט און אויף נחת, געהאלפען ווערן מיט קינדער, צו מיט שידוכים, דער אויבערשטער ווייסט דאך וואס כלל ישראל דארף, צרכי עמך ישראל מרובים, דאס וואס אידישע קינדער דארפען איז אסאך, דער אויבערשטער האט צו געבן, און ער קען געבען, און וועט אי"ה געבן פאר יעדע אידישע שטוב, פאר א יעדן אידישן נפש וואס ער דארף נאר צו האבן, און דער אויבערשטער וועט אוודאי העלפן אונז זאל מיר זוכה זיין צו א שנת גאולה שלימה צו א שנת גאולה וישועה בביאת גואל צדק במהרה
 |
|
|