איינער וויסט אינפארמעשן טשאטה רב האט נעכטן געזאגט אז שוין פאר 28 יאר צוריק האטדער מהר"א שוין אויס געקלאפט אין בית המדרש אין ישיבה אז די דברי יואל איז פאלטש ווייסט איינער דערפין אויב ביטע פארציילן פארן עולם
נשלח ב-18/8/2009 00:04
ס'איז א אלטע מעשה אהרן האט געזאגט פאר די בחורים אין ישיבה אז די דברי יואל איז נישט דעם רבי'ןס תורות, ס'איז תורות וואס געדינגענע שרייבער דורך (ר') יוסל אשכנזי האבן געשריבן.
אזוי זאל די אלע אידין וואס האבן הנאה פון די אלע שיינע ארטיקלן קענען עס אהיים נעמען און געבן צו ליינען די בני בית אז זיי זאלן אויך קענען מיט לעבן מיט די זאך
מיין משפחה זענען לאנג יעריגע מתפללים אין קליימער, יענע יאר גייענדיג אין ביהמ"ד הו"ר ביינאכט טרעפט מען א צעטיל אויפן טיר אז קהל אסר'ט צו טאנצן הקפות אין קלענערע שולן, בלויז אין ראדני.
דער צעטיל האט ארויסגערופן בייז בלוט ביז גאר, די צייטן זענען דאן געווען גאר היציג און אזא צעטיל האט נאר געקענט ערגער מאכן.
קיינער האט אבער נישט געוויסט בשעת מעשה ווער עס שטייט אונטער דעם צעטיל.
שפעטער האט מען למעשה יא געעפענט דעם שול און דער עולם האט געטאנצן די הקפות, אויב מיין זכרון דינט מיר האט דער גוי אראפגעריסן דעם צעטיל.
מאנכע האבן יא געוויסט צו זאגן אז אונטער דער צעטיל שטייט חיים הערש שווארץ דער פירער פון איחוד התלמידים. מפי השמועה האט ער געלייגט אזוינע צעטליך אין אנדערע סאטמארע שולן אויכעט.
אבער נאך אלץ האט מען נישט געוויסט די מאטיוון אונטער דעם צעטיל.
אבער ליינענדיג דעם ארטיקל איבער דעם געוואלדיגן השתוקקות פון ר' אהרן צו טאנצן די הקפות יענע יאר און אויף זיין גוטהייסונג איז געלייגט געווארן די צעטליך מיטן האפענונג אז ער וועט האבן וואס מער מענטשן אין ראדני.
נשלח ב-5/10/2009 07:56
די ערשטע נאכט סוכות ביים טיש איז ר' אהרן שרעקליך ווילד געווארן, דער עקספערעזשעס מחלה ל"ע האט ביי אים אויסגעקלאפט אויפן העכסטן. חיים שלמה דער גבאי האט עפעס געזאגט פארן הויז בחור זאל אוועקנעמען די "חלה דעקל" מער האט דאך שוין נישט געפעלט....
נשלח ב-8/10/2009 23:44
קליינע הערה,
איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט מיטגעהאלטן פון די נאנט די מעשה ווען די דריי רבנים זענען געגאנגען פועל'ן ביים לובאוויטש'ן צו הייסן מימון פישמאן אויפהערן מיט'ן ח'ר'
שרייבט פארמעגליך
דעם רבין איז עס נישט צופיל אנגעגאנגען אבער עס זענען געווען רבנים וואס האבען דאס געוואלט אפשטעלן פאר יעדע פרייז''.''
זאגט מיר יענער יוד אז ס'האט דעם רבי'ן יא זייער געבאדערט, און ער האט געשיקט די רבנין זעהן צו אויפטוהן,
נאך לייגט ער מיר צוה, אז דער בירך משה איז געווען זייער א לאכעדיגער, און ווען דער ליבאוויטשער האט אנגעהויבן זאגן ''ער איז ניט דא'' איז ער ממש ארויסגעלאפן פון געלעכטער...