די מאמרים פון פארמעגליך קומען נישט אויף אנדערע שפראכען ווייל עס איז נאר געמאכט פאר סאטמארער וואס ליינען אידיש
ביי אנדערע אידען וועט די מאמרים נישט האבען קיין שום נאמנות פשוט פאר דעם ווייל די ידיעות פון פארמעגליך וואס גייט פאר אין אנדערע קרייזען זענען זייער קנאפ.
איך קען דיר ברענגען א סך משלים למשל ביי פארמעגליך איז פישמאן מיימון פון די הויפט פון מזרחי אין אמעריקע בשעת יעדער חדר יונגל פון א אנדערער קרייז ווייסט אז ער האט בכלל געוואוינט אין ארץ ישראל
איך רעד שוין נישט פון דעם וואס די הבנה פון פארמעגליך פון ליובאוויטש סקווער בעלז אין וויזניץ איז ממש זייער שוואך {קען זיין ווייל אזוי קוקט מען אן די קרייזען אין סאטמאר ווייל נאר אזוי קען זיך סאטמאר שפירען אז זיי זענען בעסער פון אנדערע, אדער קען זיין ער וויל פארקויפען באבקעס פאר די חברה וואס ווייסען נישט מער}
מצד שני די מאמרים וועגען סאטמאר זענען זייער אינטערסאנט אין מאכט א רושם ווי באגלייבט לכל הפחות צו מיר.
ממילא לאז אים שרייבען פאר די סאטמארער עולם ווי ער קען מצליח זיין.