בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2009 04:49 לינק ישיר 

דו אלע זאכן זענען נאר באלערנד פאר איינער וואס איז היינט געבוירן, אבער אזא איינער ווי איך וואס האט דורכגעליינט הדק היטב ממש יעדער היידפארק ארטיקל וואס האט א שייכות צו די סאטמארער פייט, זעה נישט קיין שום חדשות

ממש יעדער שורה קען זיך ארום קריגן 100 יאר

סתם מאכן חזרה אויף היידפארק?

סתם מאלן וואסער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 20:40 לינק ישיר 

היות די מנהל איז אין זיין זאלי גיסטע, מעקט לינקס אין רעכטס, קיינמאל נאכנישט געוועהן אזא זאך א אשכול וואס זאל זיין רעזערווירט פאר איינעם ווייל יענער האט אפגעמאכט אז ער איז נאכנישט פארטיג חלומען, (ער גיבט ניטאמאל א דאטום), ממילא  לייג איך עס דא אויך!

איך האב נאר געליינט דיין (פארמעגליך) ערשטע תגובה וואס איז מלא שקרים, ממילא איז נישט אינטערעסאנט געוועהן צי ליינען ווייטער, אין אריין גיין אין וויכוחים, באבקעס קענסטו פיטערען דא אויף היידפארק, סאטמאר (זאלי'ס בכללם) ווייסען די אמת, קיינער דארף נישט דיינע נייע פאקטען.

איין הערה:

הרב יושע נחמן בערגער פון ב.פ. האט דעמאלטס חוה"מ א שידוך געטוהן מיט זיי עלטסטע זוהן, ביינאכט איז ער אריין אל הקודש פנימה צום ברך משה ז"ל אפנעמען מז"ט, זאגט אים די רבי מיר קומט זיך אויך א מז"ט, פרעגט ר' יושע נחמן וואס איז די שמחה? זאגט די רבי: איך האב אויפגענומען מיין זוהן קרית יואל'ער רב פאר רב הצעיר!

כך שמעתי מפי בעל המעשה!
ודי לעכשיו!

אדרבה, גלייבטס מיר נישט, איך גיב אייך א נאמען אין איר קענט אים פרעגן! 

תוקן על ידי דברי_יואל ב- 15/06/2009 20:37:48




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/6/2009 21:07 לינק ישיר 

[quote]
איך האב נישט אפגעליינט די פארמעגליך ארטיקעל, ווייל עס איז לגמרי נישט אינטערסאנט צי זען ווי אזוי מען שרייבט איבער היסטאריע אז עס זאל שטימען מיט די היינטיגע פאקטן, בשעת ווען יעדער וואס האט עס מיטגעלעבט ווייסט דער אמת'ער מציאות,

איך וויל אבער פארשטיין א זייטיגע נקודה, פארשטייען נישט די זאליס אז די זאך פון שרייבען האט צוויי עקן?
קענענן דען נישט די ארונים ארויסגעבן א בוך מיט מעשוית אויף "רוב" ראשי קהלה פון רז"ל???
קען דען נישט היינט ארויסקימען א בוך וואס זאל באשרייבען וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט מיט רז"ל די אלע יארן??

אמת'ע צי נישט אמת'ע, דאס איז שוין נישט קיין נפקא מינה, ווייל די זאליס שריבען דאך אויך נישט קיין אמת, אבער עס איז דא געניג מעשוית ארויסציגעבן, וואס עס וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור מיט שמיץ אויף די קימענדיגע 10 יאר, דער עולם וועט זיך מחיה זיין מיט זאפטיגע מעשוית, די באטעפערנדע וועלן האבן בושות, ושלום על ישראל, א שטיין פאר א שטיין,

בכלל ווי יעדער ווייסט, איז דא גענוג עדות וואס לעבן היינט לאורך ימים ושנים, וואס קענען אין דער ערד לייגען רז"ל רבנות ביי א די"ת, ביי עני כשר' בי"ד, און דאס איז טאקע די סיבה פארווארס רז"ל האט מורא פין די"ת א ווי די נישט גיטע האבן מורא פון ויהי נועם, ער ווייסט אז איינמאל מען זיצט ביי  די"ת ביי עני כשר'ע בי"ד איז ער פארטיג,  וועגן דעם וועט ער און לעבן נישט גיין צי א די"ת, ביהרוג ועל יעבור, דערפאר פארשטיי איך נישט די גאנצע פוינט פון זיך נעמען איבער שרייבען היסטאריע, ווייל אויב שרייבען קענען די ארוינים ארויסגעבן גאנצטע ביכער אין די זאליס וועלן זיך נישט קענען פארמעסטן דערמיט, און די זאלי חברה ווייסען דאס

=

די זעלבע קשיא האב איך אויך אויף די חברה וואס האבן סוקסעספול אינטערגעברענגט ארי לייב גלאנץ!

חברה!!!  קען מען דען נישט טיען די זאלבע זאך פאר UJO אדער ODA אדער עני אנדערע זאלי אינסטוטויציע???
מסר'ן איז א שטעקן מיט צוויי עקן! עס איז נער'יש אז זיי האבן עס אנגעהויבן, און זיי דארפן דאנקבאר זיין אז ארי לייב איז איז א צדיק, און ער איז נישט נוקם ונוטר, זיי האבן אבער נישט קיין גאראנטי אויף אייביג

מען שלאגט נישט קיין שונא מיט די זאך וואס די שונא איז פינקט אוי שטארק ווי דיר, דאס האט צוריק געהאלטן די נוקעראלע קריג צווישן אמעריקע און רוסלאנד, און די זאליס דארפן האבן שכל נישט צו מסר'ן און נישט ארויסצוגעבן קיין נער'ישע פויבליקאציעס, ווייל די ארונים קענען די זעלבע


.



תוקן על ידי בן_ברוך ב- 14/06/2009 21:49:13

[/quote

גיט געזאגט אין צום פוינט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 21:09 לינק ישיר 

אל כבוד דברי יואל

דער אשכול איז געעפענט געווארען צו דיבעיטען איבער די זאכען וואס איך האב געשריבען.

איך גיי נישט לייקענען די מעשה פון הרב בערגער, ווייל איך גיי אים נישט אנרופען.

אבער מיין פוינט איז געווען אז ברבים האט בערל פרידמאן, דער הויפט שפילער אויף צו נעמען ר' אהרן פאר רב הצעיר, נישט דערמאנט  ביי די מיטינג פון קהל אז דער רבי האט היינט צופרי אויפגענומען ר' אהרן פאר רב הצעיר, נאר ער זאגט אז מען זאל נישט רופען ר' אהרן רב הצעיר, כאטש לויט ר' אהרן און לויט דיר הרב בערגער , האט דער רבי יא געזאגט רב הצעיר.

צווייטע פוינט מיינע איז, אז פון דעם טעיפ זעט מען אז דער רבי איז געווען 100 פראצענט ביי זיך יענעם זונטאג ביינאכט. און לויט דיר האט ער דעמאלטס געזאגט פאר הרב בערגער אז ר' אהרן איז געווארען דער רב הצעיר. נו פארוואס האט מען נישט דאס דערמאנט און גערעדט דערפון ביים רבין אין שטוב?

און לויט דיר אז דער רבי האט א האלבע שעה פריער געזאגט פאר הרב בערגער אז ער האט געמאכט ר' אהרן פאר רב הצעיר, פארוואס האט ער א האלבע שעה שפעטער חוזק געמאכט ברבים פון ר' אהרן מיט גאנץ קהל?

איך פרעג דיך א פשוטע קשיא. איך מוז פריער גלייבען די  טעיפס ברבים ווי דיין מעשה פון הרב בערגער. כאטש איך ווייס נישט דעם אמת.

אבער ביטע ענטפער מיר מיינע צוויי קשיות וואס אויבן אויף ווערט אפגעוואנדען די געשיכטע פון רב הצעיר.



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 15/06/2009 21:06:58




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 21:52 לינק ישיר 

איך האב א דריטע פראגע וויזוי איז דאס מעגליך אז ס'זאל זיין העיקר שכחתי, ביי זלמן לייב'ס הכתרה און פארגעסן פארוואס ער איז דא?

א פערטע פראגע: וויזוי קען דאס זיין אז יונה האלפערט זאל דארפן דערמאנען דער רבי יענעם א' חיי שרה, ביי די דרשה פון דברים ברומו של עולם וועגן די עתיד פון סאטמאר, ווען נישט, וואלט ער נאך יעצט אויך גערעדט פון די שואה און די טרייפענע אמעריקע.

א פינפטע פראגע: וויזוי איז מעגליך אז דער רבי זאל אזא האקעלע זאך ווי ארויסווארפן א ראש הקהל פונקט פון א הוקאפ אין פלארידע, ער האט נישט געקענט אויסהאלטן און ווארטן ביז ער קומט אהיים

א זעקסטע פראגע: וויזוי קען דאס זיין דער רבי לעת זקנתו וואס ער האט זיך כמעט קיינמאל זיך געלאזט הערן זאל פונקט זיך טרעפן די צייט און כח צו אסר'ן א צייטונג מיט איחוד

א זיבעטע פראגע: וויזוי קען דאס זיין אז נאך יארן וואס זיין זוהן פירט א מרידה קעגן איהם, ער איז מועיל בשליחות, זאגט אז ער וועפט, א סורר ומורה, זאל ער ביי יענען תנאים שיין שמייכלן און צערטלן איהם?

ס'דא אסאך אסאך פראגעס....ליידער קיינער ווייסט נאך עד היום דער ענטפער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 22:31 לינק ישיר 

רעגןשטראמל כתב:
איך האב א דריטע פראגע וויזוי איז דאס מעגליך אז ס'זאל זיין העיקר שכחתי, ביי זלמן לייב'ס הכתרה און פארגעסן פארוואס ער איז דא?

א פערטע פראגע: וויזוי קען דאס זיין אז יונה האלפערט זאל דארפן דערמאנען דער רבי יענעם א' חיי שרה, ביי די דרשה פון דברים ברומו של עולם וועגן די עתיד פון סאטמאר, ווען נישט, וואלט ער נאך יעצט אויך גערעדט פון די שואה און די טרייפענע אמעריקע.

א פינפטע פראגע: וויזוי איז מעגליך אז דער רבי זאל אזא האקעלע זאך ווי ארויסווארפן א ראש הקהל פונקט פון א הוקאפ אין פלארידע, ער האט נישט געקענט אויסהאלטן און ווארטן ביז ער קומט אהיים

א זעקסטע פראגע: וויזוי קען דאס זיין דער רבי לעת זקנתו וואס ער האט זיך כמעט קיינמאל זיך געלאזט הערן זאל פונקט זיך טרעפן די צייט און כח צו אסר'ן א צייטונג מיט איחוד

א זיבעטע פראגע: וויזוי קען דאס זיין אז נאך יארן וואס זיין זוהן פירט א מרידה קעגן איהם, ער איז מועיל בשליחות, זאגט אז ער וועפט, א סורר ומורה, זאל ער ביי יענען תנאים שיין שמייכלן און צערטלן איהם?

ס'דא אסאך אסאך פראגעס....ליידער קיינער ווייסט נאך עד היום דער ענטפער


דיין אלע קשיות זענען נאר קשיות פאר דעם וואס וויל האבן

יעדער איינער ווייסט אז זינט תשנ"ו האט רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל שוין נישט אויפגעטרעטן אין דער עפענטליכקייט פארן ציבור צוליב זיין געזונט, דאס האט אבער נישט אפגעהאלטן קיינעם פון אריינגיין זיך דורכרעדן מיט אים וויכטיגע ענינים, סידור קידושין, און... אז זיין זון זאל זאגן בשמו אז ער האט אים אויפגענומען פאר רב הצעיר,

במילא דאס איז געווען די סיבה פארוואס ווען ער האט זיך יא אויפגעשטעלט אין דער עפענטליכקייט איז ער נתרגש געווארן און גערעדט קודם פון דעם ציבור וואס ער זעהט און אז ער האט זי זכי' צו רעדן פאר אזא גרויסע ציבור וכו', עיקר שכחתי זאגט "נאר" א מענטש וואס איז ביים דעת און ווייסט וואס עס טוט זיך.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 22:36 לינק ישיר 

רעגןשטראמל כתב:
א זיבעטע פראגע: וויזוי קען דאס זיין אז נאך יארן וואס זיין זוהן פירט א מרידה קעגן איהם, ער איז מועיל בשליחות, זאגט אז ער וועפט, א סורר ומורה, זאל ער ביי יענען תנאים שיין שמייכלן און צערטלן איהם? 



ווייל ער איז געווען א געוואלדיגע נועם המידות (אזוי ווי זיין גרויסן זון כ"ק אדמו"ר שליט"א) און ער האט נישט געוואלט זאגן יענעם אין פנים אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 22:41 לינק ישיר 

רעגעןשטריימעל, דיינע קשיות זענען שטארקע, אבער די  כאפסט די פיש פאר די נעץ. איך מוז גיין אין א רייע און מען וועט האלטן דארט ביי א' חיי שרה, וועלען מיר דאס באהאנדלעןץ

אבער ווי מיר האלטען אצינד, זונטאג חוה"מ פסח תשנ"ט, זעט אויס אז דער רבי איז געווען פולקאם ביי זיך. דעריבער איז שווער די קשיא פארוואס האט בערעל מיט ר' אהרן נישט גערעדט מיטען רבין וועגען רב הצעיר?

איך גיי נישט ענפערען קשיות פון שפעטעריגע יארען. מיר וועלען דאס לאזען אויף דעמאלטס. און עס קען זיין אז דיינע קשיות וועט נישט פארענטפערט ווערען ווי לאנג דו וועסט ענטפערען קודם אויף מיינע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:02 לינק ישיר 

 

ווי מ'האט געזען פונעם גאנצן שמיעס דארט ביי די אויפנאמע קומט אויס איינס פון די צוויי זאכן אדער אז דער ברך משה זי"ע איז געווען אינגאנצן צומישט און בכלל נישט געוואוסט וואס ס'טוט זיך דארט און ווען ער וואלט געקענט וואלט ער געשריגן גייטס אייך אלע אוועק פון דא אדער האט ער יא געוואוסט וואס ס'טוט זיך אבער ער האט געהאט א שוואכקייט צום טיטול "רב הצעיר" אזוי ווי ס'איז משמע פון זיינע ווערטער אויפ'ן טעיפ און ער האט –מ'האט דעמאלץ אויפגענומען ר'זל פאר רב אין וומ"ס און טאקע נישט פאר רב הצעיר און ס'איז טאקע שטארק מעגליך אז ווען עטץ וואלט'ס געשריגן אז מ'זאל אויפנעמען רז"ל פאר רב הצעיר וואלט דער רבי אויךך נישט מיטגעשטימט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 23:09 לינק ישיר 

רעב יואליש, דו האסט א פוינט, אבער דא איז דאך ווייטער שווער א מוראדיגע קשיא. דער רבי פרעגט אים די נארמאלסטע קשיא אויף דער וועלט: דו ווילסט אנהייבען אריינצוקומען יעדע וואך עטליכע טעג, וויזוי קענסטו עס באוויזען, דו דארפסט דאך זיין אין די יישיבה?

פון די קשיא איז משמע אז נישט נאר "דאס ווארט" רב הצעיר האט דא געשטערט. נאר די עצם געדאנק אז ר' אהרן קומט אריין ווען ער מוז זיין אין ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:14 לינק ישיר 

און באמת גערעדט איז דאך טאקע נישט מעגליך אז איין מענטש זאל דינען אזא ציבור ווי עס וויאונען אין וויליאמסבורג און אין מאנרא. אפגערעדט אויב ער וואלט געווארען דער רב "בכל קהילות קדושות" סאטמאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:24 לינק ישיר 

פאר וואס איז עס נישט מעגליך, פארמעגליך? גור יוכיח!

כהאב פארגעסן רעדסט נישט צו קיין פרויען=דאסלעך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:26 לינק ישיר 

גור איז א רבי און נישט א רב. ער פירט נישט די קהילה און נישט די מוסדות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:30 לינק ישיר 

פארמעגליך, דו האסט א גוטע מהלך דא פון ברעינוואשן דעם עולם איינצוזעהן וואס דער ברך משה האט געוואלט,
אבער:
נאך פאר דו מוטזעסט דיך צו שרייבן ווייטער, נעם אין אכט: 1) האסט דיך צו שפעט דערמאנט... קיין איין ארוני האט היינט נישט קיין ספיקות ביי זיך וואס דער ברך משה האט געוואלט! 2)אויב ווילסטו פשוט מחזק זיין די וואס געהערן אן דיין פארטיי, דאן ברענג ליבערשט ארויס די רצון פון די הייליגע דיינים אדער פונעם קאשויער ז"ל וכדו', ווייל פאר זיי אינטערסירט גאנץ ווייניג די רצון פונעם ברך משה זי"ע. (און טאקע פון דא איז די תשובה צו דיין גאנצן ארטיקל... איז טאקע דער עולם אינגאנצן משוגע? פארוואס זענען די חסידים פון ברך משה פון ביז נ"ט ביי די ארונים, און ביי אייך זענען אלע אויסגעשפיגענע שונאים וועלכע האבן געטרונקען זיין בלוט?)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 23:32 לינק ישיר 

נארמאלער, איך קען נאר ענפערען ווען איינער האט א פראגע לגבי מיין ארטיקל אדער מיינע אנאליזען. אנטשולדיגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.