בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2009 23:34 לינק ישיר 

ענטפער נישט. נעם עס בלויז אין באטראכט בעפאר דו מוטשעסט דיך ווייטער. (חוץ אויב דו ביסט א באצאלטער מענטש דאן האלט אן דיין פרנסה).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 23:48 לינק ישיר 

דער ארטיקעל וועט האבען דעם המשך פארשטיין צו געבען פאר אלע וואס ווינדערען זיך וואס איז מיט די גאנצע ארונישע פארטיי געשען אז מען קען זיי פארקויפען אז 82 פארקויפט הייט פלייש וואס איז אום געזאלצען; אז מען עסט אין די גרעסטע חסידישע ישיבה אין דער וועלט - סאטמאר ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג-קווינס - היינז קעטשאפ; אז ר' אהרן בויקאטירט כולל שןמרי החומות ווייל זיי האבען רח"ל זייער תקנה נישט אויף צו נעמען צוויי ברודערס פאר נשיאים; אז אתרא קדישא איז עובר אויף התגרות באומות; אז ר' עזריאל גליק איז עובר אויף הליכה לבג"ץ וואס איז נאך ערגער ווי צו גיין צו די בחירות; ביז פארוואס ר' אהרן האט דאס ערשטע מאל געטאנצען "שמות געטענץ" ביי ר' העניךס טאכטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:54 לינק ישיר 

די קלוגע ליינער הייבען שוין אן צו כאפען דעם המשך אבער פאר די בלאט קעפ וועט עס געדויערען ביזען ענדע פונעם ארטיקעל.

און ביטע איך מעג נאר ענעפרען פאר די וואס האבען פראגעס איבער וואס איך האב געשריבען.

עס איז שוין דא טויזענטער צופיות און אריבער הונדערט מגיבים אבער קיין איין ליגענט האט נאך קיינער נישט ארויפ געברענגט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 00:11 לינק ישיר 

פארמעגליך כתב:

עס איז שוין דא טויזענטער צופיות


דיינע קלוגע ליינער דא... האבן שוין אמאל אויפגעוויזן די פאקט וויאזוי מען קען אליינס ארויפרוקן די צופיות....

און וואס קלערסטו? קומענדיגע פרייטאג צו נאכטס וועט די טיש בעסער אויסזעהן - מיט די טויזענטער נייע אויפגעקלערטע חסידים?...

תוקן על ידי קרומע_קעפ ב- 16/06/2009 0:08:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 00:16 לינק ישיר 

אויב וועט רעב אהרון טאנצן נאכאמאל דעם הויה טאנץ לכבוד דעם ארטיקל איז מיר אויך גענונג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 00:18 לינק ישיר 

..........

תוקן על ידי cocokoko ב- 16/06/2009 0:34:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 00:53 לינק ישיר 

מיין טאטע לאזט מיר נישט ענטפערען פאר מענטשען וואס רעדען נישט צן די זאך. ממילא, קרומע קעפ, איך טאר דיר נישט ענטפערען. כיבוד אב איז א דאורייתא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 07:36 לינק ישיר 

ס'האט נישט קיין שום זין צו אפענטפערן יעדע מעשה'לע וואס פארמעגליך פארציילט, ווייל ס'איז ענדלאז, ממש יעדער איינציגע מעשה איז שוין דורכאויס די היסטאריע פון היידפארק צענליגע מאל אויסגעטענה'ט געווארן יעדע מעשה'לע האט לכאורה געבוירן 5 ביז 10 אשכולות, יעדע אינצידענט לייקענען עסן די ארונים שטיין און ביין, און זיי האבן גרייט א פונקט פארקערטע מעשה, איך דארף זיין א וועלטס ליידיגייער צו האבן די צייט צו איבערקייען יעדע קליינע אלטע אירעלעווענט היסטאריע. בקיצור מ'דארף איבערשרייבן גאנץ היידפארק.

 

איך וועל נאר זאגן בקיצור נמרץ דעם אנדערן זייט פונעם שטעקן אפאר פאקטן (אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז ס'ליגנט אבער איך האב רעכט עכ"פ עס צו זאגן):

 

פאקט 1: מתחלה, די ערשטע 85 פונעם ברך משה'ס לעבן האט דער רבי געוואלט אז סאטמאר זאל זיין איינס און אך ורק אונטער די הנהגה פון ר' אהרן, ער האט געהאלטן אז ער איז ראוי דערצו, אויף דעם זענען דא צענדליגע עדות, און רוב זאליס אינקלודינג ר' זלמן לייב וועלן דאס מודה זיין, ליתר שאת זענען דא די 2 עדים נאמנים וואס האבן דאס געזאגט ברבים, 1 ר' הירצקא צוויבל, 2 ר' ישראל חיים הורוויץ, אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז זיי זענען יצא מדעתם, זאל זיין אזוי.

 

2: דער רבי איז געווען דער ערשטער וואס האט מציע געווען די המצאה צו אריינברענגען ר' אהרן'ן קיין וומ"ב, ער האט דאס געזאגט פערזענליך פאר ר' בערל פרידמאן און ר' יאנקל קאהאן.

 

3: ר' בערל פר"מ איז קיינמאל נישט געווען ספעציעל אין ר' אהרן'ס אינערליכע סורקל, ער האט געוואוינט אין בארא פארק, געווען דער וומ"ב ראה"ק, ס'יז אבסורד צו זאגן אז ער האט געהאט עפעס א געהיימע אגענדע מיט ר' אהרן צו אנהויבן א מרידה קעגן דער ברך משה, די זעלבע איז מיט ר' דוד הויער און די איבריגע רוב אנדערע טובי הקהלה, זיי האבן גארנישט געהאט עפעס מער מיט ר' אהרן'ן ווי סיי ווער, ס'נישטא קיין שום באווייז אויף דעם.

 

4: דער גרעסטער און פאנאטישסטער חסיד פון ר' אהרן איז אלס נאר געווען זיין טאטע. דאס האט מען אלס געהערט הונדערטער מאל ברבים און ביחיד.

 

5: די איינציגע סיבה פארוואס די אלע טובי הקהלה און ר' בערל בראש האבן באשלאסן צו אריבערברענגן ר' אהרן קיין וומ"ב איז נאר ווייל זיי זענען אלע געווען חסידים נאמנים פון רבי'ן און זיי האבן געהאלטן פאר א דבר פשוט מאוד אז זיי זענען מיט דעם ממלא רצונו פון רבי'ן, ס'איז ביי זיי געווען איינגעבאקן אין די  ביינער ווי דער רבי האט אלס געוויזן זיין שאיפה אז בנו בכורו איז ראוי לאותו איצטלא און ער עתיד צו פירן עדת סאטמאר.

 

6: ר' זלמן לייב ווען ער איז געקומען קיין וומ"ס איז ער געקומען לחלק יצאת, נישט צו זיין נאך א רב אונטער זיין טאטע, למה נגרע, נאר צו זיין א צוקנופטיגער אדמו"ר, דער קונקורענץ פון ר' אהרן, א זאך וואס אויב ר' זלמן וואלט עס ווען מציע געווען פאר זיין טאטען בשנים כתיקונם וואלט ער איהם געגעבן אזא זעץ אז ער וואלט זיך געדארפט זוכן זיינע ציינער.

 

7: פון עטוואס א יאר 2 פאר יענעם חוה"מ האט דער רבי'ס מענטל מצב הבריאות אננגהויבן נאך צילאזן.

 

8: פאר קרוב צו 7 יאר און א צי, האט זיך אנגעהויבן א סיסטעמאטישע העצונג פון לגיונות אין בילולים קעגן ר' אהרן ביים רבי'ן ז"ל, מען האט נישט צוגעלאזט קיין איין מענטש וואס זאל זאגן איין גוט ווארט אויף ר' אהרן.

 

9: פון די ערשטע קלאסישע העצערייען אז ר' אהרן זאגט אז ער וועפט, דער רבי האט זיך דאן אויסגעדרוקט ברבים "איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא צער" איר הערט ווערטער פון א מלחמה איבערלעבער?

 

10: די צווייטער קלאסישע ליגנט, אז ר' אהרן און ר' מענדל האבן ציגע'גנב'ט זיין הויז, סתם א לצנות און א בלאף, וואס איך ווייס פאר א פאקט אז דער רבי ז"ל האט זיך זייער אויפגעגעסן דערפין, ער האט נעבעך ערנסט געהאלטן אז ר' אהרן איז פשוט'ער שווינדלער וואס זוכט איהם צו באנקראטירן און ארויסשטעלן האומלעס.

 

11:  די טרויעריגע באקאנטע מאחורי הפרגוד קאסעטן טוען דאס פעסטשטעלן.

 

12: ווען דער רבי ז"ל האט געמאכט זלמן לייב פאר וומ"ב רב ווי אויך געשריבן די צוואה, און בעסטן פאל (קודם דארף מען פעסטשטעלן צו דער רבי האט געוויסט וואס ער טוט אבער און בעסטן פאל)  האט ער עס געטאן אויפן חשבון אז ר' אהרן פירט א מרידה קעגן איהם, לויפט זאגן אז ער וועפט, גנב'עט איהם זיין הויז וכו וכו. דאס מיינט אז ער האט דא געטאן אזאך וואס איז לעולם נגד רצונו, נגד וואס ער האט אלס געוואלט כל ימי חייו, אלעס אויפן חשבון פון לגיונות, לצנות און בילבילום, און אילמלא ער וואלט געוויסט אז דאס איז אלעס סתם בלאף איז נישטא קיין שום מקום צו טראכטן אז ער זאל האבן חוזר געווען פון זיין ארגינעלן רצון

 

ע"כ בקיצור נמרץ דער כראנאליגיע פון די גאנצע פרשה, און איך זאג שוין פאראויס אז איך פלאן נישט און איך האב נישט קיין נערוון צו איבערקייען אלטע אויסגעדראשענע מעשיות, איך ווייס שוין ממילא וואס די תירוצים וועלן זיין, און נישט צו דעם האב איך געוואלט צוקומען.

 

וואס איך האב געוואלט צוקומען איז אזוי:

 

דער אמת איז די אלע מעשיות פון בימים ההם - 10 יאר צוריק - זענען כהיום שוין אין די קאטעגאריע פון "היסטאריע", ס'שוין אירעלעווענט, די אומשטענדן האבן זיך שוין דראסטיש געטוישט, כהיום זענען די צוויי צדדים צוויי זעלבסטשטענדיגע חסידות'ן בכל קצבי תבל, קיינער האט נישט "די בחורים מיט אינגעלייט'', יעדער האט זיך "זיינע" בחורים און "זיינע" אינגעלייט, קיינער האט נישט וומ"ס קיינער האט נישט בארא פארק (איך רעד נישט פון די בנינים) יעדער האט זיך זיין אייגן חסידות איבעראל, מיט זיינע אנטשטאלטן (צו אלטע צו נייע). און אפי' לו לצויר די ארונים זאלן לייגן א האנט אויף די אלטע בנינים אין וומ"ס, אדער די זאליס און ב"פ און קר"י וועט דער אויוונדערמאנטער מציאות זיך נישט רירן פון מקום דאס איז כתוב וחתום.

 

איז די שאלה פארוואס מאלט מען דא וואסער? דער תירוץ איז אזוי: די סיבה פארוואס די זאליס זענען אלס - און לעצטנס מער - פארנומען צו איבערקייען יענע היסטאריע איז ווייל זיי דארפן עס לעבנסווויכטיג פאר א בארואיגונגס פיל פאר זייער דעפערעסיע און דעמאראליזאציע. איך וועל עס מסביר זיין: דער אמת איז דאך אזוי, אודה ולא אבוש, יענעם חוה"מ האט ר' אהרן ארייגעכאפט א היסטארישע מכה שלא כתובה בתורה, דאס איז קלאר, קיינער וועט עס נישט לייקענען. אבער מיט דעם אלעם די מציאות איז אז לפלא גדול כהיום זענען די זאליס זייער דיסעפוינטעט און קריצן מיט די צייט זעהנדיג ווי ר' אהרן שטייט יעצט, אפי' דער זאלי וועט זאגן א מיליאן מאל "רב הצעיר" "ראדני" "צוויבל" "שמחת תרה" וכו וכו, איז עס אלעס משפה לחוץ, בתהום לבבו טראגט ער נישט אריבער וואו ר' אהרן שטייט. און מ'זעהט עס קלאר און דער איד עדיטאריעלס, בלומענפעלד, אדער סיי וועלעכער זאלי ווען ער צולאזט זיך.

 

די הארבע שאלה איז פארוואס? זייער פשוט, דער מציאות איז אז זייט יענעם חוה"מ, וואס א יאר שפעטער, האט זיך אלס מער געהויבן די קאנפידענט ביי יעדער זאלי אז ר' אהרן איז מער ווייניגער קאפוט, ער איז היסטאריע, ער האט נישט קיין שאנס צו זיין עפעס אן ערענסטער זאך, זיי האבן געמאכט זייער א לאגישער חשבון: דער רבי דער ברך משה איז דאך אינגאנצן מיט ר' זלמן לייב'ן, ער ארבעט אויף אלע פראנטן פאר איהם און קעגן ר' אהרן, על פיו ישק ומי יבא אחריו, דאס מיינט יעדער סתם פארעווער ערענסטער מענטש וועט גראד זיך צושטעלן צו ר' זלמן לייב'ן, פארוואס זאל איינער זיין משוגע און זיך קריגן קעגן רבי'ן אליינס, יעצט ר' זלמן לייב זעלבסט איז דאך דער קלוגער נועם המידות ער איז פרענדלי ער איז נארמאל ער לערנט בעסער אפ א שטיקל גמרא, וכו וכו, ווידער דער אהרן איז דאך א אפגעפליקטער משוגענער, קלאטשט ווי א צידרייטער הכל יודך, רייסט זיך מיט די גאנצע וועלט, זאגט עפרא לפומי', קוקט אויף מענטשן אין מקוה וכו וכו, נו פארוואס זאל א נארמאלער מענטש קוקן אויף זיין זייט, אויב מ'קען בדרך כבוד און מיט דיגניטי זיך צושטעלן צו זלמן לייב'ן, פארוואס זאל  מען גיין אן אומוועג צו זיך צישטעלן צו דעם צידרודלטן אהרן, העכסטנס וועט ער האבן זיינע פאר הונדערט משוגעים דא דארט וואס וועלן זיך עקשנ'ן, אבער סוף כל סוף, אחרי ככלות הכל וועט ר' זלמן לייב זיין דער נארמאלער אנגענומענער סאטמארער רבי מיט די צוואה און מיט די הויז אויף בעדפארד עוועניו, יעדער דרויסנדיגער רב וועט ליב האבן ר' זלמן לייבן ער איז דאך דער באטעמטער קלוגער, און ר' אהרן וואס האט נישט קיין חן און רעט ווי א צידרייטער, וועט זיצן און קלאטשן און קרית יואל ווי קיינער - אויסער זיינע פאנאטיקער - וועט נישט האבן קיין סיבה צו קוקן אויף זיין זייט. פארוואס יא?

 

דאס איז געווען דער חשבון פון יעדען דורכשניטליכער זאלי 10 יאר צוריק ווען די פילוג האט זיך אנטוויקלט, די וואס האבן שוין אמאל גערעדט צו א ריכטיגער זאלי פארשטייען עס זייער גוט, און וואס א יאר שפעטער איז די עקספעקטעישן מער און מער געוואקסן א ר' זלמן לייב גייט דא זיין דער פולקאמער יורש און אהרן איז רעדוצירט צו א סעקנד קלעסס רבי.

 

מ'דארף פארשטיין אז מצד הזלונים איז די גאנצע אגענדע נאר א פערזענליכע פייט, אלעס איז נאר נקמה קעגן דעם איינעם פארשוין, נעמליך אהרן ט"ב, זיי קענען איהם נישט סובל זיין, דאס איז ידוע, ווען זיי הערן זיין נאמען שווינדלט זיי די קאפ, ממילא ווען זייער אפעטיט איז אנגערייצט געווארן, און זיי האבן זיך ערענסט גערישט אז דער אהרן גיין מער ווייניגער אפגעווישט ווערן פון די מאפע, איז זעלבסטפארשטענדליך אז ס'זייער שווער צו אראפשלינגן פאר א זאלי צוקוקנדיג די מצב ווי ר' אהרן שטייט, וואס למעשה איז ער ארגיועבלי די גרעסטע חסידישע רבי און אמעריקע און אפשר אין די וועלט (אדער עכ"פ כמעט אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב איך וויל פשוט נישט אז מ'זאל זיך איבער דעם טענה'ן ווייל מ'וועט פארטיגן לכאורה אין יאר תשצ"ז) דאס איז ווייט נישט וואס דער זאלי האט זיך געשארפט די ציין יענעם חוה"מ.

 

ס'שווער צוריק צו טראכטן וואס דער מצב איז דעמאלטס געווען, היינט נעמט מען עס שוין פאר גרענטעד, אז ר' אהרן איז פון די גרעסטע רבי'ס, פירט סאטמאר, וכו, אבער טראכטנדיג צוריק וואסערע מצב ר' אהרן איז געווען יענע יארן נאך יענעם חוה"מ איז מיר ממש א נס ופלא גדול צו זעהן וויזוי ר' אהרן האט זיך צוריקדערארבערט צו אזא הויכן שטאפל, איך מיין איך זעה נישט קיין איין לאגישער סיבה פארוואס ער וואלט געדארפט האבן איין נארמאלער מענטש, דער רבי האט דאך נאר געוואלט ר' זלמן לייב, ער האט פארשטאלטן ר' אהרן, ר' זלמן לייב זיצט בכבוד אויף 550 בעדפארד, ער האט די קלארע צוואה, א שיינער נועם המידות, מלא חן, ווי האט דער אומב'חן'טער שלעגער אהרן די ביזנעס צו האבן אפי' 10 נארמאלע מענטשן, אלע ODDS זענען געווען קעגן איהם, ס'מוז זיין עפעס א רוחניות'דיגע כח, ווייל גשמיות זעה איך נישט, נישט קיין בנינים, נישט קיין צוואה, נישט קיין חן, נו וואס יא?

 

איך האף נאך ממשיך צו זיין, הרבה דיו נשארו בקולמוס

 

איך לאז רעאגירן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 08:08 לינק ישיר 


די מאכטס א שיטה וואס די זאליס האלטן , און נאכדעם זאג סטי אז זיי זענען דעפרעסט,

איך בין דאך איינע פון דעי מענטשען, און איך זעי נישט אז איך זאל זיין דעפרעסט, אדער איינע פון מיינע חברים זאלן זיין דעפרעסט, דאס איז א שיטה וואס מ'האט לעצטענס אויפגעבויט אין ענקער פארום, און פראבירן צו שלאגן קאפיטאל פון דעם,

אויב איז דיין ראיה פון איד,  וואס עס רעד אפשר צווי דריי מאל א יאר וועגן דיין רבי'ן, ווען מדארף מוחה זיין אויף א סטיה מדרכי רבותינו, ברענג אהער דעם בלאט, וואס איז וואך איין וואך אויס אנגעפילט מיט גאנצטע בלעטער, מאמרים, בייילאגעס, פון פשוט סתם ליצנות און נארישקייטן קעגן דעם צד שכנגד, ווייזט עס נישט אויף דעפערעסיע און דעמאראליזאציע.

און דעי ליגנעט וואס די ווילסט פארקויפן אז די זאליס האבן געמיינט אז אהרן איז היסטאריע, שטעלט זיך עס דעם אויפן מציאות, ווען יארן לאנג האט מען זיך געדארפט ארום שלאגן מיט ענק יעדע יו"ט און שבת, ביז נישט לאנג צוריק שמיני עצרת, און ווער רעד נאך פון די גרויסע יסוד איתן'ס, שבת התוועדות'ער, געשפיגן אויף רבינו שליט"א, קליינע באטאס, האט מען זיך אמאל געקענט איינרעדן, ווי אזוי ס'גייט היינט אויס זען.

ווען די וואלסט ווען געוואלט זאגן דעמאלס ווי אזוי ס' וועט הייינט אויס זען, וואלט מען דיר אנגעקוקט, פון לבנה אראפגעפאלן,
 
די עיקר וואס דע הייפעלע אידן האבן געווואלט איז אראפווארפן פון זיך דעם  יאך פון דעם בן סורר, לעבן א רואיג שטיל לעבען, און קענען דינען די אייבירשטן און נישט דארפן דינען דעם בן סורר.

און איינמאל דאס איז מקוים געווארן, און ס'איז נאך צוגעקומען די אלע בענעפיטן פון דער זייט פון די גרויסע הצלחה פון רבינו שליט"א מיט זיין קהילה, און צוזאמען מיט די גשמיות'דיגע "קאמפאט" פון דער זייט, ווי די גרעסטע חסיד'ישע ישיבה אויף דער וועלט, דרייסיג טויזענט (30,000) אידן ביי קידוש החמה, און גרעסטע קידוש החמה אויף דער וועלט, און די גרויסע עצרת פון צען טויזענט (10,000)אידן, טראץ די אלע השמצות,

איז די שמחה גאר גרויס, אריבער אלע גרעניצן, און א שלוות הנפש  רוט אויף די אלע טויזענטער חסידים, אז מקען דינעם דעם אייבירשטן מיט א רואיגע געמוט, און מיט א שמחת הנפש.

מודים אנחנו לך וכו' על נפלאותיך ועל טובתיך שבכל עת, ערב ובוקר וצהרים, הטוב כי לא כלו רחמיך, והמרחם כי לא תמו חסדיך כי מעולם קווינו לך.

תוקן על ידי שמעון93 ב- 16/06/2009 8:08:37




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 08:32 לינק ישיר 

קראך היט, שוין לאנג נישט געזעהן אזוי קלאר ארויסגעברענגט דאס ענין מיט אלע יסודת'דיג צדדים ווי אויך קען מען זעהן אז איין תגובהע נאך דיר שמעון93 זאגט איבער די זעלבע זאך נאר אין זאלישע ווערטער, אז זייער עיקר ציהל איז דא געוען אראפצווארפן דעם אהרן טייטלבוים זיי האבן בכלל נישט געזוכט א רבי זיי האבן זיך פלעין צוזאמגעשטעלט מיט זלמן לייב לקנטר, סא האב מיר שוין דא א באשטעטונג פון א זאלי אז די ביסט גערעכט דרך אגב אז יעדע מאל די איד שרייבט זייערע שמוציגע ארטיקלן געווענליך יעדע וואך, קען מען זעהן אז נישט קיין חילוק וועלכע שרייבער אבער אייביג קומען זיי צו צום זעלבן פוינטס: אראפווארפן ר אהרן אין שמיני עצרת אין ראדני אריזאנא ווייץ, שפאניא, ועוד ועוד ועוד יעדע זאך קומען זיי צו אלס צו די זעלבע פאר זאכן ודו"ק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 08:56 לינק ישיר 


איך האב פארגעסן צוצלייגן, (און ס'וועט נאך זיין אסאך וואס צוצלייגן), אז איינע פון די לגיונות וואס מבראבירט ענק לעצטענס אריינצושטיפן אין קאפ, דורך'ן בלאט און הייד פארק איז, (ביז נישט לאנג צוריק פלעגט מען ענק פארקויפן, ליגנט אין מציאות, אבער אזוי ווי דאס ארבייט שוין נישט היינטיגע צייטן אזוי שטארק, האט יונהלע אנגעפאנגן א נייע מהלך, פארקויפן ליגענט אין שיטות), אז די זאליס ווילן נאר אהרן, איטערברענגען און חוץ פון דעם גארנישט.

פארוואס קענט עטץ נישט טראכטען מיט א ניכטערע בליק, די ערליכע אידן אין סאטמאר, האבן געוואלט אראפווארפן פון זיך דאס רבנות פון סאטמאר וואס ער האט ארויף געצווינגן אויף די גאנצע קהילה, האט מען זיך געזוכט א נייע רב און א נייע מורה דרך, אינטער וועם מזאל זיך קענען אינטערווארפן, און קענען דינען דעם אייבירשטן,

איך מיין אז דאס איז גראדער אנגעקוקט די זאך.

און ב"ה די אייבירשטר האט אינץ צוגעהאלפן, און געטראפן א רב, ווי מקען אינטער זיין שוץ דינעם דעם באשעפער אויף אן ערליכען אויפן, און א רואיגן געוויסן.

הודי לה' כי טוב כי לעולם חסדו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 09:10 לינק ישיר 

קראך היט, איך וויל דיר נאר פרעגען איין קשיא. אויב רעדסטו פון דיפרעסיע, ווער איז מער דיפרעסט פונעם אווער אלל מצב אין סאטמאר, ר' אהרן אדער אחיו הצעיר? ביטע ענפער עס מיט איין ווארט אדער מערסטענס צוויי ווייל מען דארף צולייגען א ר', לויט די תקני הפורם...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 15:31 לינק ישיר 

חוהמ"פ תשנ"ט: ר' זלמן

ג' שלח תשס"ט: ר' אהרן

פארשטייט זיך דאס איז בלויז השערות, ווייל נישט איך נישט דו האבן גערעדט מיט איהם פערזענליך און זיי רעדן קיינמאל דערפין, און מ'דארף פשוט אריינקריכן אין זייער מח, מ'קען זיך איבער דעם קריגן פון היינט ביז נעקסטעס יאר פורים

אבער דאס איז ביי מיר מער קרוב למציאות אז דער היינטיגער זאלי איז סך מער אומציפרידן און קריצט מיט די ציין ווי דער היינטיגער ארוני, מ'זעהט דאס בחוש, זיי מוחל הער בלומענפעלד'ס דרשה ווי ער איז מעיד אז די גרעסטע זאלי רידערס נעמען אראפ דעם קאפ.

איך האף נאך צו מרחיב זיין הדיבור ביתר שאת...אויב צייט וועט מיך ערלויבן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 17:21 לינק ישיר 

 

קראך היט, דיין תגובה איז געוואלדיג קלאר ארויסגעברענגט

שמעון93 כתב:

די מאכטס א שיטה וואס די זאליס האלטן , און נאכדעם זאג סטי אז זיי זענען דעפרעסט,

איך בין דאך איינע פון דעי מענטשען, און איך זעי נישט אז איך זאל זיין דעפרעסט, אדער איינע פון מיינע חברים זאלן זיין דעפרעסט, דאס איז א שיטה וואס מ'האט לעצטענס אויפגעבויט אין ענקער פארום, און פראבירן צו שלאגן קאפיטאל פון דעם,
אין בשר המת מרגיש באיזמל, א זאך וואס איז א רגילות זעט מען נישט, דער חוה"ל רעדט שוין פארדעם פארוואס מענטשן זענען נישט מרגיש די חסדי הבורא ווייל מען איז אויפגעוואקסן מיט דעם, און די זעלבע ביי אונז אויך, תענוג תמידי אינו תענוג, אונז ווייס מיר נישט ווי העפי מיר דארפן זיין מיט וואס מיר האבן, ספרים רעדן אז פארדעם האט השי"ת באשאפן חושך מען זאל וויסן צו אפרישיעטן דעם אור, ווען איך טרעף מיר אמאל מיט א זאלי און איך הער ווי ער שעלט, איך הער מיט וואס ער פריידט זיך אין זיין יו"ט זע איך וויפיל איך דאף פרישיעטן אונזערע לעכטיגע ימים טובים
אויב איז דיין ראיה פון איד,  וואס עס רעד אפשר צווי דריי מאל א יאר וועגן דיין רבי'ן, ווען מדארף מוחה זיין אויף א סטיה מדרכי רבותינו, ברענג אהער דעם בלאט, וואס איז וואך איין וואך אויס אנגעפילט מיט גאנצטע בלעטער, מאמרים, בייילאגעס, פון פשוט סתם ליצנות און נארישקייטן קעגן דעם צד שכנגד, ווייזט עס נישט אויף דעפערעסיע און דעמאראליזאציע.
איך זע ב"ה נישט קיין איד, און איך גלייב אז נישט יעדעס מאל וואס אין איד שטייט עפעס ווערט עס געברענגט דא אויף הייד פארק, אבער קוק נאך אין די היסטאריע וויפיל ס'איז יא געברענגט דא וואס דער איד האט באשמוצט רבינו שליט"א און רעכן צו פלאס וואס מען שרייבט נישט דא, איך מיין ס'איז מער מאל וויפיל פינגערס איך האב אויף ביידע הענט,
אבער חזר גוט דעם ליגנט, ס'איז נאר צוויי דריי מאל ווען מען זעט א סטיה מדרכי רבותינו.
אנטשולדיגט, זיין גאנצע קיום איז דאך א סטיה, אפשר גייסטו מוחה זיין יעדן ר"ח ווען די מוסדות אין א"י באקומען תמיכה פון די מדינה, פארשטייסט אז ס'איז איין גרויסע סטיה, איז םארוואס פילסטו דא אזוי וויכטיג יעדער פאר וואכן אויפצווועקן די קינדערלעך און חזר'ן נאכמאל (וואשן מוחות הא?)

און דעי ליגנעט וואס די ווילסט פארקויפן אז די זאליס האבן געמיינט אז אהרן איז היסטאריע, שטעלט זיך עס דעם אויפן מציאות, ווען יארן לאנג האט מען זיך געדארפט ארום שלאגן מיט ענק יעדע יו"ט און שבת, ביז נישט לאנג צוריק שמיני עצרת, און ווער רעד נאך פון די גרויסע יסוד איתן'ס, שבת התוועדות'ער, געשפיגן אויף רבינו שליט"א, קליינע באטאס, האט מען זיך אמאל געקענט איינרעדן, ווי אזוי ס'גייט היינט אויס זען.

ווען די וואלסט ווען געוואלט זאגן דעמאלס ווי אזוי ס' וועט הייינט אויס זען, וואלט מען דיר אנגעקוקט, פון לבנה אראפגעפאלן
הער מיך צו, ענק האבן ראלס און רעגולאציעס נישט משנה צו זיין, און ביי דעם זענט עטץ געבליבן, אזוי ווי עטץ האט אנגעהויבן אזוי האלט עטץ ווייטער, ביזט גערעגכט מיט דיינע ווערטער ווען די וואלסט ווען געוואלט זאגן דעמאלס ווי אזוי ס' וועט הייינט אויס זען, וואלט מען דיר אנגעקוקט, פון לבנה אראפגעפאלן ווייל קיינער האט נישט געגלייבט פאר צען יאר צוריק אז עטס וועטס האלטן ביי אלף, יעדער האט געזאגט, יא יעצט האבן זיי גארנישט, אבער ווארט נאר, ער האט א ישיבה, ער בויט א ארמיי ביז צען יאר האסטו מענטשן וואס טאנצן פאר אים קדוש, און איך געב א קוק נאך צען יאר, אוי ווי מען טאנצט, אבער נישט קדוש, עמי בבית דארף מען האלטן דרשות און וויינען אז מען וואשט מוחות, איך האב געהערט די דרשה און איך האב אליין נישט געקענט גלייבן אז דאס איז אמת וואס איך הער, און דאס איז שוין נאך צען יאר, ווען מען האט שוין בחורים וואס בנים גדלתי אבער והם פשעו בי, ס'קומט מיר צומאל אויס צו רעדן צו בחורים פון קווינס ישיבה, און איך זע וויפיל זיי האלטן פון זייעררבין, זיי ווייסן דער רבי איז נישט דא צו זיין א מורה דרך, דער רבי איז דא צו זיין א שטעקן קעגן (ווי אזוי דו ווילסט עס אנרופן).

ב"ה אונז האבן מיר א רעגולאציע און א היסטאריע יא משנה צו זיין, אין שיעור למעלה, ווי ס'איז מרגלא בפומי' דרבינו שליט"א פאר בעסער איז נישטא קיין גבול, יא מיר קוקן נישט אויס ווי פאר צען יאר צוריק, ס'איז דא אסאך אידן וואס האבן פאר צען יאר צוריק נישט געעפענט קיין גמרא מחמת טירדת הפרנסה, און היינט ווייסט ער ער מוז האבן א שיעור, כהנה וכהנה, מלאך רע בעל כרחך יענה אמן, אבער אידן עסן היינט בשר עוף מיט א רואיגערע געמיט ווי פאר צען יאר צוריק, און אי"ה גאנץ בקרוב בשר בהמה.

ס'איז נישט מער ווי פאסיג צו ברענגן די מעשה וואס רבינו שליט"א האט אמאל פארציילט וואס ער האט מיטגעהאלטן אמאל ביי שלש סעודות ביים רבין ז"ל בעל דברי יואל, ס'איז געווען א חתן וואס איז געקומען געבן לחיים, דער חתן האט געהאט א שטריימל, און דערנאך איז דער אבי החתן געגאנגען געבן לחיים ער האט געגאנגען מיט א היט, און דער רבי געט אזא קוק, אויפן חתן און צוריק אויפן טאטן און רופט זיך אן, אבי נישט פארקערט!

עטץ קענטס פארפירן וויפיל עטס ווילטס, אונז זעמיר משנה, און מיר שרייען יא מיר זענען משנה, אברהם אבינו האט אויך משנה געווען, מתחלה עובדי עבודה זרה היו אבותינו, און ב"ה אבי נישט פארקערט, ב"ה מיר זענען נישט אין דעם לאגער וואס האלט זיך אן מיט אייזערנע קייטן נישט משנה צו זיין, חלילה!!!!!!!!!


די עיקר וואס דע הייפעלע אידן האבן געווואלט איז אראפווארפן פון זיך דעם  יאך פון דעם בן סורר, לעבן א רואיג שטיל לעבען, און קענען דינען די אייבירשטן און נישט דארפן דינען דעם בן סורר.

און איינמאל דאס איז מקוים געווארן, און ס'איז נאך צוגעקומען די אלע בענעפיטן פון דער זייט פון די גרויסע הצלחה פון רבינו שליט"א מיט זיין קהילה, און צוזאמען מיט די גשמיות'דיגע "קאמפאט" פון דער זייט, ווי די גרעסטע חסיד'ישע ישיבה אויף דער וועלט, דרייסיג טויזענט (30,000) אידן ביי קידוש החמה, און גרעסטע קידוש החמה אויף דער וועלט, און די גרויסע עצרת פון צען טויזענט (10,000)אידן, טראץ די אלע השמצות,
אין קץ לדברי רוח, איבערצוחזרן לגיונות, דאס דארף מען ניטאמאל פארענטפערן, איך פארגין דיר לשיטתך אפילו פוםציג טויזענט אידן
איז די שמחה גאר גרויס, אריבער אלע גרעניצן, און א שלוות הנפש  רוט אויף די אלע טויזענטער חסידים, אז מקען דינעם דעם אייבירשטן מיט א רואיגע געמוט, און מיט א שמחת הנפש.
מ'שרייט און מ'קוואקעט מ'וויינט און מ'פארפירט, אבער מ'איז בשמחהההההההההההההההההההה

אזא שמחה פאר אלע אונזערע שונאים געואונטשן


מודים אנחנו לך וכו' על נפלאותיך ועל טובתיך שבכל עת, ערב ובוקר וצהרים, הטוב כי לא כלו רחמיך, והמרחם כי לא תמו חסדיך כי מעולם קווינו לך.

תוקן על ידי שמעון93 ב- 16/06/2009 8:08:37




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 19:07 לינק ישיר 


איך האב געוויסט אז דאס קימט יעצט,

ווען מהאט נישט צו ענטפערן מיט שכליות, וועט מען פשוט מעתיק זיין די געשריבענע, און צולייגן רוטע אותיות, כדי צו האבן דעם לעצטען ווארט,

נא זאל דיר עס וואויל באקומען,

אבער די ווייסט דאך איך מיין נישט דיר, און די מיינסט נישט מיר, יעדער איינער מיינט נאר דעם ליינער, נו מיין איך אז זיי האבן גענוג קלאר ארויס דעם בילד,

ביי דעי וועי, האסט דיך אביסל פארפשקעט, ווען מזעט אז וואלןסח, מיט קראך_היט זענען די זעלבע, ביסטו מקיים דעם, יהללוך פיך ולא זר..., אבער נישט קשה, ס'מאכט נישט אויס קיין סאך ס'יז נישט קיין גרויסע נפקא אמינא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 8 9 10 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.