בית פורומים כל העולם כולו

ר' ארי' לייב גלאנץ אין די נייעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/6/2009 00:06 לינק ישיר 

סאיז נאריש צו זאגען אז ראביי גלאנץ איז פארטיג, מענצער האט אויך געהאט זיין פרשה מיט די האומס און זיך זייער שיין ארויסגעדרייט
וואס יא, ער וועט שוין נישט טון אזוי שנעל קיין טובות פאר קיין אידען אין תפיסה מיט עפעס וואס מקען זיך ארויפכאפען
אלעס וועגן א נארישע בילדינג אין וואס פאפאוויל נישט גיין צו דית.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2009 00:41 לינק ישיר 

די משפחה פון דעם טובי' שטערן ארום און ארום זענען זאליס. 90 פראצענט פון די אידן ביי יענע בר מצוה זענען געווען זאליס.

דאס ווייזט אז ר' ארי' לייב איז א איד וואס האט געטאן פאר יעדן איינעם, און נישט נאכגעטשעקט יענעמ'ס טלית קטן.

עס איז אומגלויבליך וויאזוי א איד א רשע גייט און מאכט חרוב די לעבנס פון אזויפיל צעבראכענע אידן, הנתונים בצרה ובשבי', און זייערע משפחות, אלעס נאר פאר פערזענליכע פאליטישע חשבונות.

דער זאלי מסור ימ"ש וועט האבן א ביטערן סוף. די טרערן פון די אלע אידן וועמען ער האט יעצט וויי געטאן מיט'ן ברענגען א סוף צו די הייליגע ארבעט פון ר' ארי' לייב'ן, וועלן ארויפגיין אויבן אין הימל און מקטרג זיין אויף אים און כ'בין אים נישט מקנא וואס ס'ערווארט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2009 01:14 לינק ישיר 

ס'איז נישט פאפא. ס'איז נידערמאן.
הערט אויף צו לעבן אין דריעם לענד.

קלארע באווייזן אז נידערמאן מיט שלום דייטש אברהם יעקב פרידמאן קא. זענען אונטער דעם.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2009 01:45 לינק ישיר 

די בוסט למעשה דער וואס פרובירט אריינצופירן דעם עולם אין דריעם לענד. בשעת ווען עס שטעלט זיך ארויס אז פאפא האט אריינגעלייגט ר' ארי' לייב'ן אין זאק אריין, פרובירסטו צו פארקויפן פאר די קעלבלעך אז ס'זענען גאר די זאלי'ס וואס זענען דערין שולדיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2009 02:05 לינק ישיר 

קען זיין אז נידערמאן מיט פרידמאן און ש. דייטש זענען פאפא'ער חסידים.

ידם במעל הזה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2009 02:37 לינק ישיר 

יונה איך מיין אז עס איז שוין די העכסטע צייט אויסצושליסן די זאליס פון כלל ישראל, דא מסור'ן זיי 2 מאל אין איין וואך, קודם דעם פא. בחור אין קרית יואל, נאכדעם ר' ארי' לייב פאר די קארעקשאן דפט., פון די אנדערע זייט געבן זיי פאר די בחורים צו פיטערן טריפענע קעטשאפ. ווידער הערט מען אז זיי גייען אין ערכאות וואך איין וואך אויס מיט פרישע קלאגעס, און טריפענעם בג"ץ זיצן זיי אנע בושה. אין שפאניע גראבן זיי עצמות. פארן עולם החרדי באצאלן זיי נישט. נאכדעם הערט מען גאר אז זיי שטיצן די מחללי שבת און ירושלים עיה"ק. און דאס איז נאר וואס איז פארקומען אין די פארגאנגענע וואך (איך בעט מחילה אויב איך האב פארגעסן איינע פון דיינע לגיונות וואס די האסט דא פארקויפט במשך די וואך...), ווער ווייסט וואס נאך עס קומט???!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2009 02:41 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער ס'האט אים גע'מסר'ט אבער קיין נשמת ישראל האט דעס זיכער נישט געטיען
ס'שווער זיך פארצישטעלן דאס רשעות אין די קאנסקעוונעצן פין די מסירה ווי ס'וועט אלץ אפקטירין  יודען.
אין בן דוד בא עד שירבו המסורות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2009 20:19 לינק ישיר 

באלאנד, פוכטבער , וכל שם וחנוכה דאית ליה

אבגעזען פין ענקערע שיינע שטותים אין תגובהס

איך וויל וויסען איין זאך , קענט עטס זיך אויפשטעלען פאר'ן ארון קודש אין זאגען

" ידנו לא שפכו את הדם הזה"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2009 20:36 לינק ישיר 

ר' ארי' לייב אין תפיסה? הלוואי!!!
דער שגץ און אכזר וואס האט גענומען ר' משה דוד נידערמאן און ארויפגעלייגט בלבולים אין שמיציגע מעשיות אויף איהם נאר כדי צו באקומען אביסעלע פארשטינקענע כבוד פון זיינע אפגעפליקטע ארונימ'לעך.

איך ווייס אז שלום דייטש האט איהם נישט געמסרט, הלוואי וואלט ער איהם ווען יא געמסרט, ר' ארי' לייב האט געגאנבעט שווערע טויזענטער דאללאר פון UTA טויזענטער טאטעס האבן זיך געפלאגט חודש איין חודש אויס צו צאלן שכר לימוד און דער שייגעץ האט זיך אנגעפאקט זיינע טאשן פאר זיינע לעלוס.

די אידן האט מען נישט אריבער געפירט קיין רייקערס איילענד ס'איז הויל בלאף ''גרינג'' איז שוין לאנג באקאנט פאר זיין באקן מעשיות, ער ווערט רויט ווען ער זאגט אמת....

די ארונים פארגעסן אז זיי האבן געמסרט ר' משה דוד נידערמאן ווען זיין זונס הויז אין קרית יואל איז געווען רעדזשיסטערד אויף זיין נאמען. 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/6/2009 20:56 לינק ישיר 

פרוכטבאר, אט אזוי יעצט רעדסטו די ריכטיגע זאלי לענגוויטש, איך רעכן זיך נישט מיט קיין תורה, נישט מיט קיין שולחן ערוך מיט גארנישט ארי' לייב גלאנץ איז אן אהרוני איז א מצוה איהם צו מסר'ן אין מען שלאגט זיך נאך ווער סזאל נעמען די קרעדיט פאר די גוטע שטיקל פונקט אזויווי ווען ס'געשעהט א טעראר אטאקע ח"ו קומען ארויס אלע טעראריסטן אין נעמען קרעדיט פאר דעם די זעלבע דא אן אהרוני איז ער חייב מיתה, איי דיינע אייגענע מענטשן וועלן ליידען? חיי שעה הייסט אויך געלעבט... שלום דייטש האט זיך נישט געקענט איינהאלטן א וואך איון שוין געשיקט פאריגע וואך מעסעדזשעס אין קיינער האט איהם נישט געגעלייבט ווייל סאיז קיינער נישט בייגעפאלן אז די חברה האלטן שוין אזוי ווייט צו גיין אפטוהן אלע אידן וואס זיצן ליידער אין תפיסה פשוט ווייל ר' ארי לייב העלפט זיי פרוכטבאר די גיי ווייטער אן אין שטעל קלאר פארן עולם די זאלי שיטה פון עת לעשות לה' אין אהרן טייטלבוים איז די קליפה אין אלעס אויף די וועלט איז מותר איהם אונטערצוברענגן אדער זיינע מענטשן. קיפ איט אפ ירא הקהל וישפוט דרך אגב האט מען געזעהן פאריגע וואך ביי די חתונה אין ק"י ווי צוויי שוואגערס פונעם נעמלעפיצער רב רז"ל פילאפף מיט ר' זושא כ"ץ האבן זיך נישט באטייליגט וויל די קליפה איז געזעצן דארט נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 21:15 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער דער צורידערטער פרוכטבאר איז, אבער קיין זאלוני איז ער נישט. עס קען נישט זיין. ער מוז זיין א מאסקירטער ארוני, אדער א פאלנער שטאטס משוגענער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 21:42 לינק ישיר 

גרינג כתב:
ירא הקהל וישפוט דרך אגב האט מען געזעהן פאריגע וואך ביי די חתונה אין ק"י ווי צוויי שוואגערס פונעם נעמלעפיצער רב רז"ל פילאפף מיט ר' זושא כ"ץ האבן זיך נישט באטייליגט וויל די קליפה איז געזעצן דארט נעבעך
און די שטיין שוואגערס, האבן א אנדערע תירוץ, איינער ווייל ער קען דארט נישט טרעפן די סענדס סטריט פנימער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 21:14 לינק ישיר 
אוי ה''י, אימגלויבלעך ווי זיי האבען זיך דערקייקעלט!!!

אריינקוקענדיג אין די פרשה קען זיך די האר פין קאפ אויפשטעלן, ווען מ'זעהט ווי ווייט די רשעות אין אכזריות דערגרייכט,
מ'קען גלייך זעהן אז דא איז נישט סתם  מ'האט געכאפט א טשעפלאן ביי א פארברעך, נאר מ'זעהט ווי דא ארבעט א באצלאלטע PR קאמפעני קעגן ר' אר'י לייב, איך ווייס נישט אויב ס'דא איין צייטונג וואס האט נאכנישט געווידמעט א ארטיקלען וועגן דעם ''גרויסען פארברעך'' - אזש פין די גרויסע קעפעלעך קען מען מיינען אז מ'האט געכאפט דעם גרעסטן טעראריסט אין אמעריקע, זיי פראבירן אנצידרייען וועם זיי קענען מיט די גרעסטע מאס אכזריות, האפענדיג אז פין גרויס דריק פין די פרעסע וועט זיך יעדער מורא האבען אנצינעמן פאר אים אין מ'זאל אים געבן די מאקסימום שטראף ה''י

נאכדעם קומען די אלע מוסרים אין רופן אן, ר' ארי' לייב, אין אפערען הילף {לפנים}, מיט זייערע בלעכענע פנים'ער, אין ווילן נאך אנשמירן כאילו פאפא האט דא געהאט א יד אין דעם רשעות....

ני מילא ר' ארי' לייב, זיי ווילן אים זעהן געהאנגען ה''י, אבער די אנדערע יודן (רוב פין זיי זאלי'ס) היושבים בצרה ובשביה וואס וויל מען נעבעך פין זיי???

מוסרים! ס'נישט מעגליך אז ענק גלייבן אין שכר ועונש, אבער סוועט קומען א טאג וואס וואס ענק אין אלע רשעים וועלן מיזען מודה זיין,  אבער דעמאלטס וועט שוין זיין צו שפעט, טוט תשובה ווילאנג מ'קען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:58 לינק ישיר 
אזווי איינער וויל מיר טעראזירן אין אישית בנוגע מיין תגובה איבער דעם מסור, וויל איך קלארשטעלן מיין חוות דעת

דער עוסק בצרכי ציבור, איז נישט סתם געכאפט געווארען ביי א א''ג עוולה, דא פירט מען דורך א PR קאמפעני א שטארקע קאמפיין ביי די פרעסע כדי זיין עבירה זאל זיין ווי שטערקער אין זיין שטראף זאל זיין ווי ביטערער (וואס פין דעם האבען די ארעסטאנטען די מערסטע שאדען, נעבעך) ר''ל,
ניצענדיג אביסל שכל שטעלט זיך יעדער פאר ווער האט א רעקארד פין רשעות'דיג באגראבען איינעם וואס גייט נישט אין שפאן (זאל עס זיין אזא גאון ווי רבי אליקום שלעזינגער שליט''א (ווי די ביליגע בעלי בחירה ארבעטן נאך יעצט צו שטערן זיינע אויפטהון פאר קברי ישראל, סיי אין שפאניע סיי אין אנדערע מקומות) צו א עסקן ווי ר' שמואל ווידער וכו' (די ליסט איז זייער לאנג, ליידער)- וואס ב''ה ביי ביידע פעלער איז עס נישט געלונגן) בלייבט נאר איבער צו טראכטען פין איין פארטיי, הגם יעדער שטעלט זיך פאר ווער יענער שליח לדבר עבירה איז, האב איך אבער נישט באשטעטיגט ביי קיין איין פין מיינע תוגובות אז ס'איז יענער, ווייל כ'האב נאכנישט געזעהן קיין פראף (אין ס'קען זעהן מ'וועט קיינמאל נישט זעהן), {אין אויב ס'קוקט יא אויס אזוי פין מיינע תגובות ווי איך צייג אן אויף א פרטיות'דיגע מענטש אין '' יענער איז טאקע נישט דער מסור'', בעט איך אים איבער ברבים}
אין אזוי אויך דאס וואס יענע פארטיי וויל עס ארויפשמירן אויף פאפא, איז א זאך וואס האט נישט קיין פשט, מ'האט זיי נאכנישט געכאפט ביי אזעלכע רשעות,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 00:03 לינק ישיר 

בקיצור דיין פראבלעם איז, דאס אז מיר ווילן באגראבן ר' אליקום שלעזינגער מיט שמואל ווידער. נו נו, איך הער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' ארי' לייב גלאנץ אין די נייעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.