בית פורומים כל העולם כולו

שוידערליך: היינז קעטשאפ אין קווינס ישיבה - ואין פוצה פה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/6/2009 02:04 לינק ישיר 
שוידערליך: היינז קעטשאפ אין קווינס ישיבה - ואין פוצה פה

שיין דערלעבט. ליידער אמת ויציב.

א ביטערע פייט אין קווינס ישיבה, ווייל ס'איז נישטא קיין הכשר.
ר' לייביש טייטלבוים (בן ר' שמואל) האט פארפירט אז מ'טאר נישט עסן די מאכלים אין ישיבה.

בחורים מאכן ראיאטען און ווארפען ארויס עסן אויף די פלאר.

בחורים האבן באמערקט די היינז קעטשאפ אנהייב וואך אין די קאך, און דערווייל האט די הנהלת הישיבה נישט געטאן קיין שום זאך.

פרטים נוספים יבואו




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2009 02:26 לינק ישיר 

יונה ס'נישט גוט, די מעשה קלעבט עפעס נישט, נעקסט טיים טריי עפעס בעסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2009 02:43 לינק ישיר 

אז מען גייט נישט אויסגעהאלטענע פלייש איז דעס שוין נישט קיין שום סופרייז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2009 11:24 לינק ישיר 

באמבע! זאלי וועד הכשרות נעמט אראפ די הכשר פון די קאך אין ישיבה גדולה צוליב די מעשה, די ישיבה קאכט ווי א קעסל, די פרומע רמי"ם האבן זיך פאראייניגט און א אפענע קריג קעגן די הנהלה כדי צורוקצושטעלן דעם הכשר. רז"ל האט שוין פאררופען אפאר אסיפות און פרובירט אפצושטילן די מערכה. הרה"ג ר' משה ראובן איצקאוויטש שליט"א יו"ר פון די זאלי וועד הכשרות האט דעם שבת דערקלערט פאר ווער עס האט אים נאר געפרעגט, אז די הנהלה גשמיות שטעלט זיך נישט צו צו די פרינציפן פון די וועד הכשרות, און גיט די בחורים צו עסן די שוואכסטע הכשרים, אלעס זיך צו שפארן אפאר טאלער, ממילא זענען זיי געווען געצווינגען (?...) אראפצונעמען דאס הכשר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 11:36 לינק ישיר 

האט פארגעסן צו שרייבען אז מהאט אויך געגעבען דארט חזיר שטיקלעך אין די סאפער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 19:08 לינק ישיר 

די מערכה פירט אן לייביש ב"ר שמואל טייטלבוים ( ער ריפט זיך לייביש צאנזער )
ער זיכט מערכה'עלעך אזוי ווי ער האט געמאכט פאשקעווילן פאר אפאר וואכן צוריק קעגן דער איד.
 
די וועד הכשרות פין קווינסער ישיבה ווערט באצלט דירן די זאלי קהל.
נאך פסח האט קהל איינגעמלאדן ,אז די ישיבה זאל באצלן פאר זייער הכשר
יוסף מרדכי כהנא האט געזאגט בשום אופן, די ישיבה דארף נישט קיין הכשר ,
איביריג ציזאגן וואספארע הפקרות ס'איז געווען אין קאך ס'איז געווון לארי פלארי
לייביש צאנזער האט די וואך אויף געהעצט די לומדים אין קווינס, אז די קאך אין קווינסער ישיבה איז טריפה, מען האט איבער געקערט אלע טעצער פלייש מיט פערפיל אין אויס געגאסן די טרינקן. 

די בחורים האבן געגעסן אויף סאפער ברויט מיט טונא. 

נ.ב. נישט פארגעסן באלאנד האט אויך פורבירט צי לייקענען פאר אפאר וואכן צוריק ווען זאלי רוצחים בחורים האבן ציפראסקעט א באס דרייווער.  

 



 



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 14/06/2009 19:10:29




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/6/2009 20:08 לינק ישיר 

CRC וועט זיכער געבן די השגחה אויך אויף לשעבר, אזויווי ביי קארנס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 22:07 לינק ישיר 

די זאלי ועד הכשרות האט אראפגענומען דעם הכשר.
אבער יוסף מרדכי כהנא פייפט אן. ער זאגט אז ער איז דער באלעבאס און דארף נישט קיינעמס הכשר.

בלומענפעלד האט שוין געהאלטן נאך א דרשה דאנערשטאג... (בסוד גמור) און האט געוואראנט אז מ'זאל נישט אפגעכאפן קיין טעיפס.

יעצט איז שוין די דריטע דרשה פון דעם לץ. וועלמיר האפן אז איינער וועט דאס אויך ארויסגעבן, וועט מען קענען צייגען פאר אלע זאלונים דא, ווער דער ליגנער איז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 01:23 לינק ישיר 

יונה, סתם פאר אינטערסאנקייט, דו באקומסט באצאלט פער תגובה אדער פער ליגנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 04:37 לינק ישיר 

לולא

וויאזוי באקומען ר' נפתלי בלומענפעלד באצאלט?

פער דרשה אדער פער טעיפ?



מאי ביניהו, איכא ביניהו.



אויב ער האלט א דרשה און מ'כאפט עס נישט אפ, באקומט ער באצאלט פון די פארטיי אדער נישט?


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 15/06/2009 6:03:42

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 06:55 לינק ישיר 

היינט זינטאג איז ווייטער געווען איבער דרייעניש

נפתלי בלומנפעלד האט ארויס געווארפן א בחור פין ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/6/2009 17:14 לינק ישיר 

רבותי!
קיינער פון אייך האט נישט קיין שום זכות צורעדן וועגן יא כשרע עסן נישט כשרע עסן.
איך לעב אין ירושלים עיר הקודש און ליידער זעה איך צו וויא ס'קומען אידן פון אמעריקע נישט קיין חילוק זאליס אהרויניס באבובער בעלזער ויזניצער ליטוישע 90 פראצענט אמעריקאנער אידן וואס קומען אין ארץ ישראל קוקן נישט בכלל אויף דעם ענין פון כשרות מ'פרעסט כל הבא ליד (ס'שטייט דאך קלאר כשר) צו ס'איז אין האטעל צו ס'איז סתם אזוי אין רעסטוראנט, ס'איז א בושה וחרפה ווען מ'גייט אריבער אין די טריפענע גאסן אין ירושלים אדער אין תל אביב אדער אין טבריה און מ'זעהט ווי די אמעריקאנער אידן זיצן אין די פלעצער וואס אפילו די גאנץ שוואכע אידן עסן נישט דארט וועמען זעהט מען יא אמעריקאנער אידן מיט בארד און פיאות זיצן און פרעסן אפילו גאנץ קליינע קינדער זעהט מען דארט דער עיקר ס'שטייט כשר, פאר וואס? ווייל חלילה ס'וועט אריבער גיין א טאג אן זיך אן צופרעסן מיט פפלליייישש מ'קען נאך חלילה צוזאם פאלן אויב וועט אריבער גיין איין טאג אהן קיין פלייש, נאכדעם ווייסט מען נישט פאר וואס ס'איז דא אזויפיל קליינע בחורימלעך וואס פאלן אוועק, ווייל נאר אויף די אינציגע זאך פון כשרות באכילה איז דא דער ענין פון "ונטמתם בם".

נאמר בתורה אל תשקצו את נפשתיכם בכל השרץ השורץ ןלא תטמאו בהם ונטמתם בם ויקרא י"א מ"ג.

אידן האט רחמנות אויף אייערע קינדער און עסט נישט און פלעצער וואס די כשרות איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן. נישט ביי שרי און נישט ביי בערי אין נישט ביי קפה רימון די אלע פלעצער איז טרייף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 18:30 לינק ישיר 

אבי געזינט וואס האסטו דא גענטפערט איין עוולה פארענטפערט נישט די צווייטע עפען א אשכול אין זיי מעורר דען ציבור אויפן גרויסן מכשול



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 18:30 לינק ישיר 

גוט געזאגט שפתים ישק !!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 19:17 לינק ישיר 

איך האלט אז סוכ''ס ווען יוסף מרדכי כהנא אויספירן ער איז א תקיף, אין ער וועט זיך נישט ברעכן אזוי שנעל פאר ר' לייבוש ט''ב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 19:45 לינק ישיר 

אין דער איד די פארגאנגענע וואך איז דא אן ארטיקל פארוואס די "פאזיטיווע" אהרונים זענען
לעצטנס זייער פארנומען מיט די סאטמארע ישיבה גדולה איו קווינס, ווער עס קען זאל עס ביטע
דא אריינסקענען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידערליך: היינז קעטשאפ אין קווינס ישיבה - ואין פוצה פה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext