מיט ציטער און שרעק איז מען געוואור געווארן אז די דיפארמענט אוו וועסיטגעשאנס, וואס פארפיגעט אויף די קעיס איבער די תפיסה פרשה, און די בר מצוה בן ר' טובי שטערן ני"ו, גרייט זיך די וואך צו שיקן א ספוניע צו כ"ק אדמו"ר מסוקלען שליט"א, צוליב דעס וואס די סקולען רבי שליט"א איז געווען די אפאציעלע גרענד ראביי ביי די בר מצוה.
עסקנים ארבעטן איצט ביטער שווער אז די זאך זאל זיך שוין אפשטעלען, און עס זאל נישט צושטאנד קומען, אבער ח"ו טאמער די רשעים וועלן דאס טוען וועט די יהדות החרדית מיזן ארויס גיין מיט מערכה כבידה.
נשלח ב-15/6/2009 06:33
איך האף אז דיין שאק איז לפחות אזוי גרויס ווי עס איז געווען פיר יאר צוריק ווען א זקן וצדיק הדור איז סערווירט געווארן מיט פעיפערס פון (פֶעמעלי) קאורט!!
נשלח ב-15/6/2009 06:54
נעבעך מען האט געגעבן דעם ברך משה פעפערס אז די איינקליך ווילן אים זעהן
וויפיל יאר האט אים געדראט אפשר קענסטו מיר זאגן ?
נשלח ב-15/6/2009 07:13
עס געדראט נישט דעם סקולענער רבי קיין איין מינוט נישט.
דריי נישט דעם קאפ, די ווייסט גאנץ גוט אז אין ביידע פעלער רעדט זיך פון דעם פחותת הכבוד פון די גדולים וזקינים, להבל"ח, פון דארפען אראפ קומען אין א קאורט.
נשלח ב-15/6/2009 07:29
דער ברך משה האט קינמאל נישט געדארפט אראפ קומען אין קארט
והא ראי' ער איז נישט געקומען.
נשלח ב-15/6/2009 08:33
היות די האסט צוויי מאל דא געוויזען אז די פרעגסט אבסורד קשיות וואס לייקענען פאקטן צו פארדרייען דעם שמועס און צו פארדעקן ענקער היפאקרעסי וועל איך דיר דירעקט נישט ענטפערן איך וועל נאר שרייבן פאר דעם עולם, אויב ווייסן זיי נישט אדער אויב זיי האבן שוין פארגעסן.
דער בירך משה זצ"ל איז סערווירט געווארן מיט קאורט פעיפערס און ער האט געדארפט ערשיינען אין פעמעלי קאורט.
מיט גרויס שתדלנות פון זיין געטרייען זון הרב ר' ליפא און זיין געטרייען גבאי ר' משה פר"מ מיט די ארבעט פון די לויערס האט בחסדי השם דער אידישער שופט דשאודזש לעווענטהל מסכים געווען צו אראפקומען און באזוכען דעם בירך משה זצ"ל ביי איהם אינדערהיים. (א זעלטענער ערשיינונג פון א דשאודזש)
נאך דעם וויזיט האט ער שוין איינגעזעהן דעם בייזוויליגקייט פון דעם קלאגע, דורך די קינדער פון דעם געוועזענעם קרית יואל'ער רב מיט זייערע קאזענס די קינדער פון דעם 53'ציגר אנטקעגן זייער גרויסן זיידען, און ער האט ארויסגעשליידערט דעם קעיס, און דער כבוד פונעם צדיק איז געראטעוועט געווארן.
(דאס אלעס קען מען אליין נאכקוקען אין דעם דעסישען פון דשאדזש לעווינטאהל דאטום 11/10/2005)
נשלח ב-15/6/2009 16:18
דאס איז געווען א הצלה אקציע צו ראטעווען דעם רבי'ן זצ"ל פון זיינע קידנעפערס טעראריסטן וואס האבן אים פארכאפט אויף די עלטערע יארן און אים אנגעשטאפט מיט מעדיצינען און געטון מיט אים וואס מען האט געוואלט ה"י.
קיין קינדער אייניקלעך אור אייניקלעך און קרובי המשפחה האט מען נישט צוגעלאזט און אים געפייניגט ווי א האסטעזש ר"ל, ס'איז געווען מלך אסור ברהטים און מען האט געטון אלעס ביכולת אים צו ראטעווען עד כדי כך אז בדינא דמלכותא האט מען אויך פרובירט אבער שטנא נצח ליידער ווי יעדער ווייסט אז די מאפיאנערן האבן געהאט אונטערגעקויפט דעם קארופטירטן סיסטעם און ווייטער געהאלטן דעם רבי'ן האסטעדזש ביז ער איז באפרייט געווארן לחיי עולם הבא. איין זאך איז זיכער אז די אלע רשעים וואס האבן געהאלטן האסטעדזש און געפייניגט דעם רבי'ן ז"ל זענען עתיד ליתן דין וחשבון און וועלן ביטער באצאלען פאר דעם.
נשלח ב-15/6/2009 20:03
הבדלה_מנין כתב:
היות די האסט צוויי מאל דא געוויזען אז די פרעגסט אבסורד קשיות וואס לייקענען פאקטן צו פארדרייען דעם שמועס און צו פארדעקן ענקער היפאקרעסי וועל איך דיר דירעקט נישט ענטפערן איך וועל נאר שרייבן פאר דעם עולם, אויב ווייסן זיי נישט אדער אויב זיי האבן שוין פארגעסן.
דער בירך משה זצ"ל איז סערווירט געווארן מיט קאורט פעיפערס און ער האט געדארפט ערשיינען אין פעמעלי קאורט.
די ווייסט זייער גיט, אין מיר האבען עס אפען געזאגט אין קארט, אז מיר ווילן נישט אז רבינו ז''ל זאל דארפן אראפקומען אין קארט, אין ווי אויך האט יעדער מיטגעהאלטן ווען ער האט געוואלט איבערגעבן די קארט פאפירן פאר די שטיב מענטשן אין קיינער האט עס נישט געוואללט איבערנעמן, כדי מ'זאל קענען מאכען דעם גרויסען שפיל אויף די גאס אין לייגען די בילד אויפן דעקל פין דער יוד (די זאליס האבען דעמאלטס געמיינט אז די גאס וועט גלייבן זייערע בילדער..), אין שפילן פאליטיק מיט'ן רבין'ס בלוט ר''ל
מיט גרויס שתדלנות פון זיין געטרייען זון הרב ר' ליפא און זיין געטרייען גבאי ר' משה פר"מ מיט די ארבעט פון די לויערס האט בחסדי השם דער אידישער שופט דשאודזש לעווענטהל מסכים געווען צו אראפקומען און באזוכען דעם בירך משה זצ"ל ביי איהם אינדערהיים. (א זעלטענער ערשיינונג פון א דשאודזש)
אויך מיר א זעלטענע ערשיינונג!, אינטערסאנט ריכטער ראזענוואסער האט אויך געבעטן אז ער וויל באזוכן דעם רבי'ן.
אויב שתדלנות, די 2 נידריגע בעלי בחירה אין זייערע ברודער אין שותפים האבען ג'שתדל'ט אין שווער געארבעט אז רבינו ז''ל זאל נישט קענען טרעפן זיינע באליבטע קינדער אין אייניקלעך, וכ''ש זיך מיטפרייען מיט זייערע שמחות, וואט דאס וואלט אים געגבן כוחות אין נחת, ליידער
נאך דעם וויזיט האט ער שוין איינגעזעהן דעם בייזוויליגקייט פון דעם קלאגע, דורך די קינדער פון דעם געוועזענעם קרית יואל'ער רב מיט זייערע קאזענס די קינדער פון דעם 53'ציגר אנטקעגן זייער גרויסן זיידען, און ער האט ארויסגעשליידערט דעם קעיס, און דער כבוד פונעם צדיק איז געראטעוועט געווארן.
ליידער, מלך אסור ברהטים
(דאס אלעס קען מען אליין נאכקוקען אין דעם דעסישען פון דשאדזש לעווינטאהל דאטום 11/10/2005)
לסיום הענין! יעצט קענסטו נאכזאגען שטיקלעך פין די שקרים פין דער איד, (וואס מ'האט דעמאלטס ארויסגעווארפן פין גאנץ קרית יואל אין מאנסי), ווען בשעתו האט יעדער מענטש געוויסט ווי פאלטש אין לעכערליך אין שמיציג די בעלי עבירה פארבירן ארויף צו ווישען אויפן רבין'ס געטרייעסטע אייניקלעך זייערע שקרים נאכדעם וואס נתגלה קלונם, פין זייערע שמיציגע אין פינסטערע מעשים מיטן רבי'ן ז''ל בלוט, אין מ'האט פראבירט צו שתדל'ן אין טוען פעולות אז די רשעות זאל זיך אויפהערן דורך אריינשטעלן נאך 2 גבאים אין געבן ציטריט פאר אלע קינדער אין אייניקלעך.
אויך נישט פארגעסען אז די זעלביגע מענשטען די בני המן וואס האבן אמאל געשיקט א סופניע פאר כ"ק בעל ברך משה זי"ע, טאנצען היינט ביי רז"ל און זענען פון זיינע הויפט שוויצערס.
ובפרט דער מסור ומלשין יאשקע מסור, וואס ער האט געזאגט פאר צענדליגער מיליאן גוים אויף cbs אז רבינו זצ"ל איז כומעני רח"ל.
צוריק צום סקולען רבי שליט"א, די רבי שליט"א איז געווען איין געגעבען אין די תפיסה אלס די אפעציעלער גרענד ראביי וואס קומט צו די בר מצוה, די סקולען רבי שליט"א איז למעשה אנגעקומען שפעט האט מען אים שוין נישט אריין געלאזט, צוליב דעם ארבעטן די עסקנים אז מען זאל אים אפלאזן.
גלייכצייטוג בעט מען דעם ציבור איין צו רייסן פארן סקולען רבי שליט"א וואס גייט די וואך דינסטאג דורך א שווערע אפעראציע.