דזשימי קארטער, סתם א צבוע'ניק
דזשימי קארטער, דער 39'טער פרעזידענט פון אמעריקע, געדינט January 20, 1977 – January 20, 1981
ער איז א אנשיקעניש פון א לינקער, ער איז לינקער פונם לינקסטען. ער האט לעצטנס ארויסגעגעבן א ביכל ער האט דארט זייער מיעס באשריבן מדינת ישראל, ער האט זיך געדארפט פארענטפערן דערויף.
ער שטייט 100% אויף די זייט פון די פאלעסטינע, ווען ס'ליגט אין זיינע הענט וואלט ער געמאכט איין גרויסע פאלעסטינע מדינה און אויסגעמעקט איזארעל פון די מאפע.
ער איז היינט געווען אויף א באזוך אין עזה, ער האט אן איין טראפ בושה געזאגט פאר ריפארטער'ס אז ער האט זיך ממש געדארפט ווישן די טרערען זענדיג די חורבן וואס מדינת ישראל האט געמאכט.
ס'איז בכלל נישט געקומען אויפן געדאנק צו לאזן טרערן אויף די אומשולדיגע ציווילע אידן וואס די אראבישע רוצחים האבן שוין קאלטבלוטיג ערמארדעט אריינגערעכנט אסאך היימישע אפילו פון אמעריקע, ווער געדענקט נישט די אומשולדיגע ווייבל פון סקווירא וואס איז ערמארדעט געווארן אויף א באס פון א זעלבסט מערדער צוזאמען מיט איר פיצל'ס אין די הענט.
מדינת ישראל ווארט זאגער האבן היינט איבערגעגעבן אז זיי האבן פארמיטן א שיסעריי אויף קארטער.
איך וואלט נישט געווינט ווען דאס זאל געשען...
 |
|
|