בית פורומים כל העולם כולו

25 רבנים פין אלע קרייזען שרייבן אינטער א קול קורא אקעגעגן ראז קעסל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/6/2009 23:40 לינק ישיר 
25 רבנים פין אלע קרייזען שרייבן אינטער א קול קורא אקעגעגן ראז קעסל


אין דער איד די וואך איז דא קול קורא פין 25 רבנים אקעגען די בעל הבית פין ראז קעסעל - זייט 19

אינטער געשריבן געווארן ביי
פאפא-האליין- נייטרא- וויען- צעהלים-וויזניץ-שאפראן- וועגשייד-קאפיש- דומץ פאפא - דומ"ץ צעלים- בראשוב - דומ"ץ סקולען- שאץ- אשוי- קול משה- ביקסאד- יאוואשנא- סטראזניץ- דומץ פאפא ב"פ- סענטזשארץ-וואלקאן- ווייטצען - תולדות אהרן וומ"ס-

 

 

 
  
 
 
  
 

 
 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 00:09 לינק ישיר 

אזוי אמת ווי דאס?
  





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2009 00:34 לינק ישיר 

מ'דארף בעטן די אייגעטומער זאל לייגען ביימעלעך........

ווי עס קוקט אויס האבען די חתימת צאמגענומען דער זעלבער שקרן  וואס האט צאמגענומען די חתימות פאר די דורכגעפאלענע פראטעסט אין מאריאט,
אין גלייבט מיר אז ווען איינס פין די רבנים זאלען וויסן אז דא איז שוין געווען א די''ת וואס די זאליס האבען פארלוירן וואלט עס קיינער נישט אינטערגעשריבן (אויב זיי האבען עס אמאל אינטערגעשריבן)
דרך אגב, די זאל איז עני וועיס יעצט ארויסגעבן אויף א ליעס, אין אויב די זאלי'ס מיינען אז זיי טוען אפ ר' יצחק האבען א זיי א טעות, פאר אים איז עס קיין נפק''מ

תוקן על ידי rebyankel ב- 19/06/2009 0:35:28




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2009 00:38 לינק ישיר 

אויב גייט אייך א זאליס פראבירן איינצירעדן אז ער מיינט יודישקייט, דאן גייט אמאל דורך ביי עטרת אברהם, עני נאכט
א בנין וואס יודן האבען מנדב געווען געלט עס זאל זיין פאר ביליגע חתונות, אין עס לכתחילה געבויט געווארען אין הארץ פין ידישע געגנט,
דארט איז גילטיג דער גאנצער א''ג  קול קורא נישט נאר שבת (ווי ער שרייבט אויפן א''ג קול קורא) נאר ליידער ''יעדע נאכט''




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2009 09:23 לינק ישיר 

ברעיקינג!!!! אהרונימלעך זייט גרייט צום אטאם באמבע!!!, עס איז ארויסגעקומען די טעיפ ווי משכיל שמואל ווידער רעדט מיט נפתלי משה אינדיג וואספארא "עקשאן" מען זאל נעמען כלפי דעם קול קורא, ער פארציילט אים בין הדברים אז דער ווינער רב - ווי ער באקרוינט אים "מיין ידיד" - האט אים געלאזט רופן אז ער זאל לאזן וויסן די אחים ראזענבערג אז די הארעוואניע וואס זיי האבן אריינגעלייגט צו ערווארבן א גוטען נאמען גייט צופאלן מיט דעם קו"ק. - פרטים יבואו -



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 10:42 לינק ישיר 

תוכן הדברים פון די מעסעדזש: משה (נפתלי משה אינדיג) א גוטן, שמואל ווידער, איך האב יעצט גערעדט מיטן ווינער רב, האט מיך צוגערופן, פארציילט ער מיר אז מען איז געווען היינט חתמענען ביי אים א צעטיל קעגן ראז קעסיל , ער האט מיר געזאגט אז זיי האבן 20 נייטראלע רבנים, נישט פון די אנדערע סאטמאר, און ער זאגט מיר איך מאך דיך פאר א שליח אויסדריקלעך זאלסט אנרופן יצחק'ן מיט זיין ברודער'ן און זאלסט עס דערציילן און ער זאגט מיר איך האב נאכנישט אונטערגעשריבן, אבער קלאר אין דייטליך אז איך גיי נישט זיין דא א פורש מן הציבור, זאגט ער מיר, און אונז גיימיר אונטערשרייבן. איך האב אים אנגעהויבן פרובירן מסביר צו זיין, זאגט ער די שכנים זענען מער נאמן, און אפילו איין אזא חתונה איז א גרויסע סכנה, אשר על כן העט מען נישט קענען האט ער נישט קיין ברירה , אזוי ווי איך בין א גוטער פריינד האב איך אים געפרעגט וואס שטייט דארט, האט ער נישט געוואלט זאגן, אבער ער זאגט מיר זייער שארף ער האט מיר נאר געזאגט אז די גאנצע הארעוואניע וואס די אחים ראזענבערג האבן זיך אויפגעבויט וועט זייער זייער שנעל צוגרינד גיין. עפעס אזאלכע ווערטער האט ער מיר געזאגט. איז וואס איך האב געטון איז איך האב גערופן יצחק'ן, ווייל ער האט מיך געזאגט איך זאל רופן, ער האט זיך נאך געדרייט דארט, האט ער מיר געפרעגט צו איך האב גערופן האב איך געזאגט יא, איך האב גערופן יצחק מיט יודא אין איך האב איבערגעגעבן,ער פארט יעצט אוועק. יעצט רוף איך דיך, סא געט בעק טו מי עס סאן עס פאסיבעל, אונז דארפן מיר באשליסן צו נעמען עקשאן אויב ס'שייך צו נעמען עקשאן, אונזער מהלך וואס אונז האמיר צו טון , נישט אז דאנערשטאג צופרי אין איד זאל זיין א מיאוס צעטיל קעגן יצחק און יודא אין קעגן די גאנצע זאך, ווי העיוו טא עקט אן איט, סא פליז קאל מיך צוריק, מען דארף דא עפעס אויסארבעטן. זיי געזונט כל טוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 11:18 לינק ישיר 

באלאנד ווען די ניצט די דעם פראז פין אטאם באמבע
דערמאנסטו מיך ווי בן פראדל פלעגט זאגן " ווען די רבי גייט אהיים קומען פין פלארידע גייט ער ווארפן דעם " אטאם באמבע "
מען גייט נאכאמאל אסר'ן דעם בלאט....

איך וויל דיר נאר זאגן צי דער שמועס איז יא צי נישט, יעצט איינמאל זייט די פייט האט זיך אנגעהויבן זענען  די אהרוינים טויט חרוב אין זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין צי טיען
ווייל זיי ציטערן פין די רבנים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/6/2009 11:48 לינק ישיר 

ווי דער ווינער רב? לאז ער זיך קומען אנעמען פאר זיין פרענד שמואל ווידער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 23:22 לינק ישיר 

רוב רבנים האבן שוין אונטערגעשריבען אז די צעטיל איז בטל און שקר.

מען פרובירט נאך צו ארבעטן אפען הצדיק הקדוש דער שאפראנער.... אינעם וועגשיידער... אבער זיי זאגן ווי לאנג דער גנב קלמן גראס ציט נישט צוריק ציען זיי אויך נישט צוריק....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2009 21:33 לינק ישיר 

יונה בוסט אונז שוין שולדיג צופיל, קודם כל די מכתה הכחשה פון די רבנים וועגן ראז קעסיל (חוץ פונעם ווינער וואס האט קלאר געזאגט פאר שמואל ווידער אז ער גייט נישט זיין קיין פורש מן הציבור און ער גייט אונטערשרייבן). און צווייטענס די פראף אז י.ב. טייטלבוים שטייט אונטער די מסירה, און נישט שלום דייטש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 00:05 לינק ישיר 
די קלארע פאקטן

ווער עס וויל וויסען דעם אמת!
ווי באקאנט ביי יעדן אינק' די רבנים זענען די בעלי בתים פין ראוז קעסיל,  יודן וואס א דבר שבקדושה האט א ביי זיי א שטארקע  דין קדימה פאר זייער געלט, אין וועגן דעם לאזען זיי זיך קאסטן שווערע ''מיליאנען'' לכל דבר שבקדושה,
אין ווען די זאלי'ס, זענען אנגעקומען צו די רבנים אז זיי זאלען אינטערשרייבן זייער שקר, האבען זיי ציגעזאגט פאר די רבנים  3 זאכען: 1- מ'גייט נישט מפרסם די בריוו אין די גאס ביז די רבנים געבן רשות {יעדער ווייסט ווי זיי האבען דאס מקיים געווען}, 2- מ'גייט ניטש שרייבען קיין לשונות של גנאי אויף די בעלי בתים אין ס'גייט נישט בתורת מחאה נאר בתורת בקשה {דאס האבען זיי פאקטיש מקיים געווען, ווייל אנדערש האבען די רבנים נישט אינטערגעשריבן, זיי האבען איבערגעליינט די נוסח פאר חתמ'נן} 3- כדי צו ווייזען אז זיי מיינען נישט קיין פאליטיק, גייען זיי נישט נעמען קיין חתימות פין זאלי רבנים {וואס זיי האבען יא מקיים געווען, א שאד!}

מ'האט פאר די רבנים נישט פארציילט אז ס'איז שוין געווען א די''ת, אין די בעלי בתים האבען געווינען,

''אין ווען ווינער רב איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד פרייטיג צו נאכטס, אין געזעהן דעם צעטיל האט ער עס געהייסן אראפרייסן.....'' וויל מ'האט ציגעזאגט אז מ'גייט עס נישט מפרסם זיין, (געהערט פין א יוד וואס דאווענט אין וויען, וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה - נאכדעם שרייען די זאליס אז ער איז איינזייטיג {מ'שרייט עס אויף די גדולי הרבנים פין ארה''ק אויך})

צום ענין פין ראוז קעסיל, יעדער ווייסט אז אין די זעלבע צייט וואס די א''ג שכינים (איינער ווייסט ווי ש' וו' וואינט? ) האבען פראבעלמ'ן מיט ראוז קאסיל, ווייסט אויך יעדער אז קעגן איבער ראוז קעסיל איז היינט צו טאגס נישט פארהאן קיין איין ידישע דירה........ די נענסטע דירה איז א האלבע בלאק אוועק, ווען אין די אנדערע זייט איז דא 2 גאסען אהינציר א זאל וואס איז אינטער די הערשאפט פין א זאליס אין איז ממש אקעגן יודישע דירות, וואס האט ''יעדע נאכט'' פריצות'דיגע חתונות, ווער עס גייט אמאל דורך כאפט א שוידער וואס וומ''ס האט זיך ליידער דערלעבט, הגם יענער האט א שטיקעל ת' אז רוב געסט פארען אריין אין זייער ספעציעלע הויף, וואס דאס רעדיצירט טיילווייז דאס זיך דרייען אין די גאס פין די פריצות'דיגע, {איי די שכינים וואס וואינען אין די הייעך קעגן די זאל...},  אבער יעדער ווייסט ליידער איז אויפגעבויעט געווארען פאר עטליכע יאר ציריק אין הארץ פין וומ''ס ביי איינס פין די מערסט באווינטע גאסן, אין א ת''ת געביידע, א מערת פריצים וואס שטייגט איבער ביידע זאלען, ''יעדע נאכט'' {נישט נאר שבת} , {פרעגט ביי סיי  וועלכע נארמאלע שכינים וועט איר הערן וואס דארט טוט זיך יעדע נאכט, די האר פין קאפ קען זיך אויפשטעלן} אין....... די שכינים בליטיגען, {די מלמדים בליטיגען - וואס די ''יוגלעך - תשב''ר'' פין יענע ת''ת דארפען זעהן  ווען זיי גייען אהיים, אין בכלל איז עס לעבן די פראזשעקס, וואס דאס איז א שטארעק פינקט פאר קינדער מיט בייקס צו שפילן אויף יענע גאס, אין די קינדער שטייען אויסגעשור'ט ווי פענצי קארס קומען אן יעדע נאכט אין די האלבע נאקעטע - פריצות'דיגע זענען מטמא יעדן דורכגייער}, אין! יא טייערע יודן דער בנין האט גרויסע ווערטער ''עטרת יואל'' ע''ש רביה''ק ז''ל, אין דער בנין איז געבויט פין געלט פין אנ''ש חסידי סאטמאר, (אינעווייניג אין די לאבי דעקט מען צו די ווערטער, אבער אין גאס איז עס צו הויך)
אין ווייסט איינער ווי זענען די א''ג עסקנים??????????????????????????????????

וואס איז יא דיר פראבלעם מיט ראוז קעסיל????
די זעלבע פראבלעם ווי מיט הגאון האדיר רבי אליקום שלעזינגער שליט''א / הג' רבי חיים מאיר וואזענער שליט''א / הג' רבי אהרן דוד דונער שליט''א, / וכי' הרבנים הגאונים חברי וועד להצלת בתי עלמין באירופה!
די זעלבע פראבעלם ווי מיט הגאון האדיר בעל שבט הלוי שליט''א
די זעלבע פראבלעם ווי מיט הגאון האדיר דומ''ץ קרית יואל שליט''א
די ליסט איז זייער לאנג, אבער באקאנט פאר יעדן, ליידער

צום שלוס וויל ארויסברענגן: די מערסטע האב איך הנאה געהאט פין די נוסח וואס ר''מ יאזעפאוויטש שרייבט אליין צו: , ואני מכיר בהבעלי בתים שהם יראי ד' וכי'

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבען וועגן די צבועות פין די זאליס ביי ראוז קעסיל בפרט, ועוד חזון למועד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2009 01:11 לינק ישיר 

דער ווינער רב (וואס לשיטתך איז א געפערליכער היפאקריט אין שקרן, און א מחלל שבת דערצו אויך, נאך דעם וואס ער האט אפן געזאגט פאר שמואל ווידער אז ער גייט אונטערשרייבן האט ער דאס געהייסן אראפרייסן בעצם יום השב"ק) דארף לכאורה האבן א שיינע צאל שופלאדן.. אין איינס ליגט די היתר פאר די אהרונים צו גיין אין קארט, אין די צווייטע דער פת פארן וויליאמסבורגער עירוב, א דריטע שופלאד אינהאלט דער בריוו קעגן ראז קעסיל וואס ער גייט אונטערשרייבן ווייל ער וויל נישט זיין קיין פורש מן הציבור, א פערטע פארמאגט דעם מכתב חזרה וואס זיין ידיד שמואל ווידער האט פארגעשריבן צוריקצוציען פון דעם איסור. עכ"פ עס ווערט געזוכט א נדבן פאר נאך אפאר שופלאדן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 01:45 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
דער ווינער רב (וואס לשיטתך איז א געפערליכער היפאקריט אין שקרן, און א מחלל שבת דערצו אויך, נאך דעם וואס ער האט אפן געזאגט פאר שמואל ווידער אז ער גייט אונטערשרייבן האט ער דאס געהייסן אראפרייסן בעצם יום השב"ק) דארף לכאורה האבן א שיינע צאל שופלאדן.. אין איינס ליגט די היתר פאר די אהרונים צו גיין אין קארט, אין די צווייטע דער פת פארן וויליאמסבורגער עירוב, א דריטע שופלאד אינהאלט דער בריוו קעגן ראז קעסיל וואס ער גייט אונטערשרייבן ווייל ער וויל נישט זיין קיין פורש מן הציבור, א פערטע פארמאגט דעם מכתב חזרה וואס זיין ידיד שמואל ווידער האט פארגעשריבן צוריקצוציען פון דעם איסור. עכ"פ עס ווערט געזוכט א נדבן פאר נאך אפאר שופלאדן...


ווען האב איך געזאגט א ווינער רב איז א מחלל שבת?,
אגב, אין וויען דאווענט מען מנחה פאר'ן שקיעה

שעלט ווייטער!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2009 22:29 לינק ישיר 

רעב יאנקל, ווי איז דער צוריקצוה בריוו פונעם ווינער וכת דיליה (paid by friend of shmiel wider '09)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 22:39 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
רעב יאנקל, ווי איז דער צוריקצוה בריוו פונעם ווינער וכת דיליה (paid by friend of shmiel wider '09)


פרעג מיך נישט זאכען וואס איך האב נישט געזאגט
אגב, די בעסטע בריוו וואס כ'האב געזעהן איז די בריוו פין די ''גדולי הרבנים פין ארץ ישראל'' בנוגע די חבר איש משחית



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 23:32 לינק ישיר 

שינו שם שינו מזל... רעב יאנקל האט זיך געטוישט צו נאראמת (נישט ס'ערשטע ליגענט...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 25 רבנים פין אלע קרייזען שרייבן אינטער א קול קורא אקעגעגן ראז קעסל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext