בית פורומים מנשה לוסטיג

נאכט שטימעס!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/6/2009 10:01 לינק ישיר 
נאכט שטימעס!

נאכט שטימעס!

ס'איז אינמיטן נאכט! ס'איז שא שטיל, אלעס שלאפט און רוהט זיך אויס, ווען קאלטע שאטנס פון קלייניקע בעלי חיים, קען מען זען יעדע פלוצלינגע צייט אריבערהיפן די שטראסע, אדער קלעטערן איבער שטיגן און הויפן.

ווי אימער דערזעט זיך א שאטן פון א מענטשליכער געביין, וואס שפרייזט אינעם  נאכט ציל, פאר געזונט צו אנדערע געברויכן.

און איך שטיי  מיר שטיל איבערן גאניק, און פראביר אריינשעפן ווי מער פון די קלארע לופט וואס די נאכט געבט פאר, פארן וועלט, און גרייט צו א נייעם פרימארגן מיט פרישקייט.

אבער ווי שטיל עס איז נאר, אלץ העכער שרייעט ארויס א קול, וואס איז העכער פון הויעך.. די נאכט פויגלען קנאקן ארום אין א קאפעליע, זה מקשה וזו מתרץ.. ס'גייט אהין און צוריק..

ווידער די דזשומען פון די היישעריקן - צו וועלכע בעל חי, אינעם וויסטן אומ'באקאנטן וואלד אדער סביבה, מאכט דעם נאכט גרידזשענען העכער און העכער, ווי ס'וואלטן געווען נאכן שטילסטן קול - א רעדל צוריק צום העכטסטן טאן..

דאס זעלביגע פליג וואס מאכט נישט אויס פאר זיך - באטאג אין כמות, נאר נודשעט ארום און דאס אלעס, טוהט ביינאכט, אונטערן נאכט לעמפ, ארומפארפירן מיטן ריזן שאטן - וואס ער ווארפט ארום, און קאנטראלירט דאס סצענע מיט יעדן תנועה זיינע.

דאס שטילקייט און שארכן פון ווייט ווייט, און נאכאנאנדע פויגעל ברימעריי, מיטן בלאסע געזאנג, פארטויבן די אויערן און פארשלעפן די וועלטס געהירן, מיט טיפע פארשווימענע פארלאשענע רוהיגקייט.

די לבנה איז איבערגעדעקט מיט א ווייסן וואלקן דאכענע - ביז איבערן נאז.. און די פינקען שטערנס זענען צעזייעט איבערן הימל דעק, מיט א באצויבערן שיינקייט און רואיגע אויסשפרייט.

ווי פונקט פאסיג, אינעם בלאסן שיין פון די נאכט לעמפ, קענען די לייכטע און מילדע ווינטן, זיך אריינ'גנב'נען צווישן די לאדענס און שפארעס, פון די אפענע שויבן, און דערפרישן אלע ווינקלען מבית ומחוץ, מיט די באלדיגע פרימארגן טוי.

אלעס שלאפט! שאאא..

מ'דערוואגט זיך ניטאמאל זיך צוגעבן א איבריגן ריק, ווייל מיט יעדן אומגעראכטענעם תנועה, קען זיך ווער ערוועקן פון שלאף, צוסטרייסלען דעם נאכט בריאה, און ס'וועט ווערן וואכנאכט..

ווער דערוועקט זיך און בליקט ארויס מיט האלב פארלאשענע אויגן, אבער וישן ויחלום שנית.. ווער כאפט א הפסקה, און קוקט מיך אן מיט כינעזע אויגן.. און קערט זיך אום צום זיסן געלעגער.

אבער איינער, בלויז איינער, וואס שלאפט נישט. הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל. דער פון אויבן גיבט ניט קיין אויגן וויש, ער האלט א שטענדיגע עינא פקיחא, און שוינט און היט זיין אויגן אפל – כלל ישראל.

טוועני פאר סעבן.. איז דער משגיח בין חלונות הרקיע מגין ומזהיר איבער זיין ליב פאלק, בני אברהם אוהבו זרע יצחק יחידו עדת יעקב בחירו, און גלעט און צערטלט די נשמות און גאנצן בריאה יצירה ועשי'ה און איז מאציל שפע קודש בכל העולמות.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > נאכט שטימעס!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext