בית פורומים כל העולם כולו

געמיין: נאך א שטאפעל אין רשעות קעגן קברי ראשונים ואחרונים ז''ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/6/2009 19:38 לינק ישיר 
געמיין: נאך א שטאפעל אין רשעות קעגן קברי ראשונים ואחרונים ז''ל

אין א פרישע פראוו צו ציברעכן די אלע וועלכע טוען פאר כבוד המתים אין די בתי חיים אין אירופה ושאר ארצות, האבען די שררה דארשטיגע צישפרייט בילדער כאילו מ'זעהט אז הרב שודריך {דער רב הראשי פין פולין וואס נעמט אייביג אן די הוראות פין הגאון בעל שבט הלוי אין הגאון רבי אליקום שליט''א, אין זיין הייליגע וועד, אין האט באקומען 2 וואכען ציריק גרויס חיזוק ביי זיין באזוך בבית הגאב''ד ירושלים שליט''א}, שיקט א משגיח אין לאזט אויפגראבען קברים אין אוסטורלינקא, ר''ל
אין אזוי אים אראפרייסן, פאר זיין היילגע ארבעט, אין חסד של אמת.

דער אמת וואס דארט איז פארגעקומען איז שוין געווען באריכטעד, אז דארט פאררעכט מען פייפס אויף א גאס, {וואס מ'האט שוין ליידער איינמאל אויפגעגראבען ביים בויען דעם פייפליין,} אין ווען הרב שודריך איז געוואר געווארען דערפון האב ער געזעהן אז די שאדען איז שוין פארטיג ליידער אין ס'נישט דא קיין שום וועג עס אפצושטעלן, האט ער כאטש געבעטן מ'זאל נישט אויסמישען די הייליגע עצמות מיט די אנדערע זאמד אין אפפאל, אין מ'זאל אים געבן יעדן עצם וואס זיי זעהן דארט, אין ער האט אראפגעשיקט א משגיח וואס זאל שטיין על המשמר אין אכטוג געבן אויפן כבוד המתים,
אין אויף דעם קענען קומען די בלוט דארשטיגע זאליס אין פאר תאוות הנצחון וועט מען אים פראבירן אינטערצו רייסן,
אבער כלל ישראל ווייסט שוין ווער די געמיינע מענטשן זענען, אין לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, יעדע פעולה וואס זיי טוען ווערט זייער אימווערדיגער אוויפפירונג מער אויפגעדעקט ב''ה.
 פאלגענד איז א קאפי פינעם פאשקעוויל פין די זאלי'ס... וירא הקהל


אגב, האב איך געוואלט פרעגן די זאליס וואס פאר א פעולות זיי האבען געטוהן עס אפצושטעלן??? {זיי האבען דאך נישט קיין פראבעלם מיט קיינעם, טאלעדא יוכיח....}

תוקן על ידי rebyankel ב- 24/06/2009 19:38:57




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/6/2009 19:48 לינק ישיר 

רחמנא לצלן קודם רעדט מען אויפן רבין דערנאך קומט מען שוין צו מהרהר
צו זיין אויף הגה''ק משודריך שליט''א ה''י.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2009 19:57 לינק ישיר 

ניין, יעדער פאשטייט ענק האבען גארנישט קעגן הרב שודריך פערזענליך נאר קעגן זיינע הייליגע פעולות....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/6/2009 20:54 לינק ישיר 
די מלחמה קעגן הרב שודריך אין זיינע הייליגע פעולות

די מלחמה גייט שוין ציריק א לאנגע צייט פאר'ן גרויסען חטא, פין זיך בייגען צו די הוראת פין הגאונים הנ''ל
יעדער געדענקט ביי די פרשה אין קראקא א פאר יאר ציריק ווען דער איש מושחת האט ארומגעהאנגען וומ''ס מיט מיעסע פאשקעווילן קעגן הרב שודריך {כלשונם הניוויל: מייקל שודריך}, האט דעמאלטס הגאון רבי אליקום שליט''א אנגערופן איינע פין די עסקנים אין אמעריקע אין אים געבעטן איבערצוגעבן פאר די אידן אין אמעריקא זיי זאלען וויסן דעם אמת ווער הרב שודריך איז, {זיי האבען אים דעמאלטס געמאכט זינללאזע רדיפות אין פאני קאללס טעגליך מיט פאשקעווילן לשה''ר אין השמצות כדרכם השפל ר''ל), דער עולם האט דעמאלטס אנגעהויבן זעהן וואס דא גייט פאר, אין ווי ביליג די זאליס פירן זיך אויף אויך אין דעם פאל, ה''י.
בייגעלייגט איז א קאפי, פין ר' אליקום'ס ווערטער וואס מ'האט מפרסם געווען, (מ'האט נישט מפרסם געווען זיין גאנצע רייד וועגן ס'געווען זייער שארף, אבער ווער עס האט עס זאל עס ביטע ארויפלייגען אדער שיקען צו [email protected])




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/6/2009 21:42 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל [email protected]






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געמיין: נאך א שטאפעל אין רשעות קעגן קברי ראשונים ואחרונים ז''ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext