בית פורומים אברעמעלעס פורום

טראגעדיע בלייבט טראגעדיע, אבער שכל פארלירט נישט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/6/2009 21:15 לינק ישיר 
טראגעדיע בלייבט טראגעדיע, אבער שכל פארלירט נישט!

ס'איז ליידער א פאקט אז "קרן יתומים" קאמפיינס האבן באנקראטירט. ווען ס'ווערט נעבעך פארלוירן א אינגע נשמה ס'שטארבט א אינגער 40 יעריגער אינגערמאן אין זיינע שענסטע יארן איז דאס א געוואלדיגער בראך על גבי בראך. ס'איז זייער שווער פאר אזא איינער ווי איך וואס האט קיינמאל נישט געזען די זאך פון דערין 'באמת' צו פארשטיין די בראך ווען א משפחה מיט קליינע יתומים בלייבן אויפן וואסער. איך רעדט בכלל נישט וועגן די עגמות נפש וואס באטרעפט דעם נפטר'ס חברים אין משפחה, די וועלט איז ליידער פון מיט צרות און מיין הארץ איז נישט גענוג גרויס אויסצוגיין פאר יעדן אינגערמאן וואס פארלירט א חבר. איך רעדט וועגן די צרות צרורות וואס די אלמנה גייט אריבער.

דערשרעקט אייך נישט איך גיי נישט מאכן אן אפיעל... ליינט אין שטוינט ווי נער'יש אין שכל'לויז מענטשן זענען היינט. ס'איז א ווינדער אז אין היינטיגן קליגן וועלט האבן מענטשן שכל "מעיד אין טשיינע".

ווען ס'בלייבט נעבעך איבער א אינגע אלמנה מיט 4-10 קינדער אין שטוב ווערט תשעה באב א גאנץ יאר.

א בליק אריין אין אייער שטיב (לאו דווקא אייער'ס, ונשלמה פרים שפתינו) ווייזט א אינטערסאנט בליד, איר קומט אהיים נאך א שווערן טאג ארבעט, איר האט היינט אויך איינגעשריבן די קינדערלעך אין חדר און אין ישיבה פאר קומענדיגעס יאר, איר האט געדארפט באצאלן דעם באלאנס פון די פארגאנגענע יאר, באצאלן פאר קעמפ און אויך געבן א דיפאזיט פאר קומענדיגעס יאר... ס'באטרעפט (סתם פאר א ווילדע דוגמא, ס'דא וואס סקאסט זיי 2-3 און 4 מאל אזוי פיל) $5,000 אזוי אין איין טאג נישט מיר נישט דיר, און דאס איז שוין אויך נאכן רעדן מיט'ן אדמיניסטרעטער אין חדר און זיך איינבעטן און מיט'ן מנהל הקעמפ זענט איר אויך געזעצן 2 שעה אויפן טעל. דערנאך האט איר געדארפט רופן אין באנק אריין מאכן זיכער אז איר קענט טעקע "סווייפן" אייער "דעביט קארט" און דא ווארטן שוין נאך 7 קאסטעמער'ס אויפן טעל. וכו' ענדליך ווען איר הייבט אן זיך כאפן דעם אטעם רופט אייך דער פיש סטאר בעטן איר זאלט באצאלן א ביל פון נאך $250 וכו' וכו' וכו' און פלוצלינג יעצט נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער ראש ישיבה פונם 14 יעריגן בחור רופט אז איר זאל'ט שוין אריבערקומען צו אים אים אפיס, ס'איז גאר וויכטיג נאך פאר מ'נעמט אן די רעגיסטרעשאן פון קעמפ. (איר קענט דאס פונקט אזוי גוט ווי מיר).

דא שטעקט אבער נאך א זאך, מיר וועלן פארציילן פארן עולם אז איר האט א חתן אינדערהיים און מ'דארף קויפן פאר די כלה דאס און יעצץ און דאס ווייב רופט אייך בעטן א קרעדיט קארד איבערן טעל. אלס א דיפאזיט פאר די "פוירניטשער" גראדע זענט איר פון די שפארעדיגע איר האט זיך איינגעהאנדלט א גאנץ פעקל פאר פוירנישטער פאר בלויז $4,500 אבער ס'איז אויך געלט און היות איר האט פארגאנגענע חודש נישט געהאט צו באצאלן פאר די קרעדיט קארט קאמפעני די די "מינימום דאו" פון $187 קענט איר יעצט נישט ניצן דעם קארטל פארן דיפאזיט וכו' וכו' כו'

בקיצור נאך א גאנצן טאג ארבעט פאר פרנסה און פאר די שטוב, קומט איר אהיים און נישט מער נישט ווייניגער יעצט דארפט איר אויסהערן ווי זי לייגט אראפ א גאנצע פעקל מיט "צרות" קודם האט געצי אויסגעגאסן די מילעך צופרי און נאכדעם האט מיין שוועסטער יענטי מיט חוצפה מיר געלאזט אויף "האלד" 15 מינוט און נאך צו אלע צרות האט א שכנ'טע געלייגט איר קערידש און די ברייט און איך האב זיך געדארפט דורך שטיפן וכו' וכו' וכו'

קענט איר זיך פארשטעלן ווי אזוי ס'זעט אויס ווען מ'זאל נעמען דאס גאנצע פעקל וואס איר זענט אריבער במשך דעם טאג.... "באנק מנהל קעמפ שכר לימוד פיש סטאר קרעדיט קארד מנהל פון ישיבה קאסטעמער'ס וכו ("יו נעים איט") און איר ווארפט דאס פלוצלינג ארויף אויף די פרוי וואס וויינט אז שכנ'טע יענטי האט איר נישט גענוג שיין באגריסט אין גראסערי און אז דיין מאמע האט מער ליב דיין ברידער מעכי'ס ווייב............. האלוי? הערט אויף דמיונ'ען און פראבירט אייך פארשטעלן וואס פאסירט מיט די פרוי פון איין מינוט צום צווייטען...

פארדעם רופן איר חז"ל א אלמנה, "אל-מנה" איז טייטש א "צובראכענע כלי". ניין, נישט ווייל איר הארץ איז צובראכן, נישט פארדעם איז זי א "צובראכענע כלי" פאר דעם געלט איז איר שוויגער א גרעסערע רחמנות ווייל די אינגע אלמנה (מ'זאל נישט געפריווט ווערן) קען איין שיינעם טאג חתונה האבן צו א צווייטער וואס וועט זיין נאך אסאך בערסער צו איר ווי דער ערשטער... משא"כ די מאמע פונם נפטר האט פארלוירן איר הארץ לעולם ועד... זי (די אלמנה) איז א "צובראכענע כלי" ווייל זי דארף פלוצלינג ווערן "אויס פרוי", פון איין מינוט צום צווייטען איז זי אויס פרוי-מאמע זי ווערט א מאן-טאטע... נישטא מער ווען צו שפילן מיט די קינדער זי קען מער נישט זיין "נייס" צו די קינדער זי דארף ווערן די "שטרענגע טאטע" וכו'. אבער לאמיר לאזן די געפילן מיט די פסיכעלאגישע נקודות אין די זייט.

כסף מנלן?! מהיכן ירק זה חי?!

די פרוי דארף יעצט ווערן א מפרנס... אויך, ווער רעדט נאך וועגן 20-50 וואס ס'קאסט חתונה צו מאכן "יעדען" קינד באזונדער... פארדעם זענען מיר אידעלעך רחמנים בני רחמנים און צו יעדע טראגעדיע גרינדן מיר תיכף א "קרן יתומים" און מ'מאכט קאמפעינס מיט ריזיגע פלאקאטן וכו' מיר זענען אבער פארט נישט קיין נער'נים און מיר רעדן זיך נישט איין אז אזא קאמפיין דעקט די הוצאות... סיי פונם מגדל זיין דאס קינד (נישט 1 מ'רעדט אסאך מאל פון 10) און סיי פון חתונה מאכן. מאכט א שנעלע חשבון, לאמיר זאגן אז א געלונגענע "טיי אווענט" ברענגט אריין $10,000 (האלויי ווען). וואס קען מען טון מיט דאס געלט וואס ס'איז דא אין שטוב 8-10 אדער אפילו נאר 4 יתומים? ס'איז קוים גענוג אויף "איין" יאר שכר לימוד מיט קעמפ. רבוש"ע וואס טוט זיך מיט חתונה מאכן? ס'אידאך א 50 אלפים פאר "יעדעס" קינד....

די צדקה ארגאניזאציעס זענען שוין לאנג אויסגעשעפט, ואין הקוצץ משביע את הארי'...

וואס געשעט אבער ווען דער באשעפער האט געשיקט די רפואה פארן מכה און דער אינגערמאן איז אוועק און האט איבערגעלאזט 1-2 (ווי מער אלס בעסער) ערוואקסענע קינדער וואס פירן שוין א אייגען שטוב ב"ה? אה! דאן איז די מעשה אסאך אסאך גרינגער ב"ה סיי די חתונה געהאטע רעדן מיט'ן ראש ישיבה פונם 14 יעריגן, סיי זיי זארגן אז ס'זאל זיין א דיפאזיט פאר די פוירניטשער סיי זיי העלפן די מאמע'ן מיט'ן חינוך פון די קליינע כדי די מאמע זאל קענען בלייבן "א שטיקל" מאמע וכדו' אוודאי לויפן די גרויסע שנארן סיי ביי ארגאניזאציעס און סיי ביי יחודים און מיט רעכט.

נאכדעם וואס דער ציבור האט אנערקענט אז די צדקה ארגאניזאציעס געבן זיך נישט אן עצה זענען אויפגעקומען אפאר עסקנים מיט א וואשענער המצאה... זיי האבן געגרינדעט א היימישען "לייף אינשארענס קאמפעני" דאס איז -היינט שוין- באקאנט אלס "ערבים".

ווי אזוי ארבעט ערבים? (נאכאמאל, איך מאך נישט קיין אפיעל) און וואס פארקויפן זיי?

זיי שאפן א גרופע פון בערך 10,000 חברים, יעדער חבר שרייבט אינטער און געט א קרעדיט קארד. אין פאל וואס איינער פון די 10,000 חברים שטארבט נעבעך אינג און לאזט איבער א יתום וועט ערבים "טשארדשען" די קרעדיט קארד'ס פון די איבריגע 9,999 חברים... פאר נישט מער ווי $5... געוואלדיג ווער איז נישט גרייט צו לאזן טשארדשען זיין קרעדיט קארד $5 פאר א יתום?! (אויב איז געבליבן 2 יתומים וועט מען אייך טשארדען $10 א.א.וו.) אוודאי איז יעדער גרייט... דא ענדיגט זיך אבער נישט די זאך, ס'קומט נאך צו א "מתן שכרו בצדו", אויב דער באשעפער זאל אפהיטן און נאך איינער שטארבט און די 9,999 און יענער האט "באצאלט" די $5 דאלער פארן ערשטען יתום, וועט זיין זין באקומען נישט ווייניגער ווי $50,000 (יא איר הערט גוט פופציג אלפים), דהיינו, מ'וועט נאכאמאל שטארדשען די קארטלעך פון די איבריגע 9,998 און מ'וועט אריינברענגען נאך 2 מעמבער'ס אין די קלאב.

דאס הייסט א מעכטיג "לייף אינשארענס" ס'קען זיין אז במשך 10 יאר זאל דאס אייך נישט קאסטן אפילו נישט 1 פעני, און אייערע קינדער זענען ב"ה פארזיכערט מיט 50 אלפים "איטש". דאס הייסט אז די אלמנה באקומט פאר אירע 10 יתומים "א האלב מליון דאלער!!!!!, דאס דארף איר זיין גענוג אריינצלייגן אין באנק און "לעבן ברחבות אפילו נאר פון די אינטרעסט" און דערנאך ארויסשלעפן 50 אלפים צו יעדע קינד וואס זי מאכט חתונה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארשטייט זיך אז אלע רבנים פון אלע שיכטן אין קרייזן שטיצן זייער שטארק די זאך, און ס'ווערט געשטיצט WORLD WIDE

--------------------------------------

יעצט האט זיך געמאכט א ערענסטע איבערקערעניש אין ארץ ישראל ס'דרייט זיך איבער א וועלט, וואס איז געשען? בערך 2 וואכן צוריק איז נעבעך אוועק א אינגערמאן ר' ישראל ווינטער ע"ה אויפן א טרגעדישן אופן, נישט מער און נישט ווייניגער ער האט געכאפט א הארץ אטאקע בשעת'ן דרייוון אויפן וועג אהיים פון א ... קינד'ס חתונה... ער האט קוים גענדיגט טאנצן אויף זיין זין אליהו'ס חתונה און ... בראך! 

די מעשה האט זיך נישט גענדיגט דא, אונזער פרישער נפטר איז געווען א "חבר" אין ערבים, דאס הייסט אז יעדע קינד זיינס דארף יעצט באקומען 50 אלפים, ביז אהער אלעס פיין און וואויל, און ערבים שטעלט דאס צו, די אלמנה קען ב"ה ווייטער בלייבן א מאמע אין שטוב און חתונה מאכן די קינדער ב"ה. דא האט זיך אבער געמאכט א פראבלעם, דער פרישער חתן (וואס האט נעבעך פארלוירן זיין טאטע'ן א האלבע שעה נאך זיין גליקליכע חתונה), האט זיך געוואנדן צו ערבים מיט א בקשה, "היות מיין טאטע האט איבערגעלאזט גרויס חובות פון די חתונה, און אלעס פאלט אויף מיין מאמע'ס קאפ, זאל ערבים מוחל זיין צושטעלן פאר אים אויך די הוצאות... נאך עטליכע טעג האט ערבים גענטפערט אז לויט די הוראה פון די רבנים חברי וועד הרבנים פון ערבים "קען ערבים נישט באצאלן די חובות". און זיי האבן אויך צוגעגעבן עטליכע סיבות פארוואס. א. ווייל ערבים איז נאר א גארעטי פאר יתומים ביז צו די חתונה, און היות חתן דינן איז געווארן א יתום "נאך" די חתונה, קען ערבים נישט מחייב זיין די מעמבער'ס צו באצאלן די $5 אזוי אויך האט ערבים גע'טענה'ט אז די אויפטו פון ערבים איז געווען צו ראטעווען די אלמנה, מיט די אינגע יתומים, יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט ארויסנעמען א 14 יעריגער בחור פון ישיבה און אים הייסן 4-5 יאר גיין שנארן כדי זיך צו קענען חתונה מאכן, דער יתום דארף באקומען דעם מינימאלע זכות וואס יעדער ערליכער בחור האט פון זיצן מיט א רוהיגקייט אין ישיבה "ביז צו זיין חתונה". אבער היות דא איז דער חתן שוין א אינגערמאן זאל ער מוחל זיין אליינס באצאלן זיין חתונה! ווען וועלט איז וועלט (לדוגמא אין די גאנצע וועלט גוי'ים מיט אידן אייניג, מאכט זיך דער "חתן" אליינס חתונה, חוץ ביים היימישן [חסידישער-ליטווישער] ציבור). דער חתן איז טאקע באמת א רחמנות אז ער דארף זיך שטעלן אויף די פיס א טאג נאך שבע ברכות און נאך באצאלן חובות וואס "זיין טאטע" איז שולדיג, אבער מיט ערבים האט דאס נישט קיין קשר, זאל ער זיך ווענדן צו "אלע" צדקה קאסעס אין שטאט, ערבים איז געבויעט אויף א ספעציעלע אופן צו דינען ספעציעלע פעלער, דווקא נאר צו העלפן אלמנות מגדל זיין די קינדער און העלפן די קינדער זיצן אין ישיבה. ע"כ די מעשה מיט ערבים.
 
יעצט וועל איך זיך אפשטעלן און ברענגען אביסל פון די פלמוס וואס איז געווארן וועגן די מעשה, יעדער אינגערמאנטשיק וואס האט א קאמפיוטער און אינטערנאט האט אנגעהויבן ארויסגעבן זיינע געפילן און מחשבות איבער אלע פורום'ס...

דא האט איר וואס א ניק "הבדויה" שרייבט "אין יעדע גוטע זאך איז דא שלעכטס און מיר אידן זענען מומחים אויף דעם" ער לייגט ווייטער צו מיט גרויס חכמה, "איך קען עטליכע פעלער וואס רבנים האבן זיך געוואנדן צו ערבים נאך הילף חתונה צו מאכן א יתום און ערבים האט בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון" אוודאי נישט... ערבים איז א ארגאניזאציע פון "חברים" ווער ס'וויל קען זיך מצטרף זיין, אויב האט דער טאטע זיך נישט מצטרף געווען מעג\טאר ערבים נישט טשארדעשן די קרעדיט קארדס פון די חברים אפילו נאר מיט איין פרוטה... ערבים איז נישט דאס חתונה צו מאכן "די וועלט'ס יתומים" ערבים איז א "אינשארענס פאליסי" אויב גיבסטו $5 פאר יעדע יתום וועט דיין יתום (ס'זאל נישט אויספעלן) אויך באקומען $5 פון יעדע מעמבער. דער קליגער שרייבער לייגט נאך צו "יעדער ווייסט אז ס'דרייט זיך ביי ערבים שווערע טויזענטער'ס" דער נידריגער אומוויסענדער קריטיקירער אליינס איז נישט קיין חבר אין ערבים און ער קומט נאך ברוב חצפתו איינטיילן פאר ערבים אז זיי דארפן געבן פאר יעדעם.... ווען וואלט ער געווען א חבר אין ערבים וואלט ער געוויסט אז ערבים פארמאגט נישט "קיין איין פריטה". סך הכל ווען ס'מאכט זיך א יתום צווישן די חברים נעמט ערבים פון יעדען חבר $5 דורך טשארדשען די קרעדיט קארד און גיבן דאס איבער פאר די אלמנה ערבים האט נישט קיין קאסע......

לדוגמא, איר געדענקט אוודאי אלע די שוידערליכע טראגעדיע אין מומביי... יענע וואך אליינס איז געווען א סאך הכל פון 49 פרישע יתומים (נישט נאר פון מומביי) פון די היימישע געגענטער "ירושלים, בני ברק, בארא פארק, מאנסי, וויליאמסבורג" יעצט מאכט דעם חשבון, כדי צו קענען געבן פאר יעדע יתום 50 אלפים דארף מען צוזאמען שטעלן 2,450,000 (2 מיליון 450 טויזעט דאלער) און דאס איז אלעס פאר יתומים פון "איין" וואך. ווער גייט דאס באצאלן? ווער גייט אהערשטעלן די 2 און האלב מיליון דאלער אין איין וואך? ס'איז נישט מעגליך.

אבער היות ס'איז דא א ארגאניזאציע וואס הייסט ערבים און געוויסע "קליגע" אינגעלייט האבן זיך דארט איינגעשריבן, סהאט זיין טאקע געקאסט דא דארט $5 אבער יעצט באקומען זייערע יתומים 50 אלפים פאר יעדע יתום, למעשה איז צווישען אלע וואס זענען אוועק יענע וואך געווען נאר 1 מעמבער אין ערבים, ער האט איבערגעלאזט 4 יתומים, ערבים האט געטשארדשט די קרעדיט קארדס פון אלע מעמבער'ס יעדע קרעדיט קארד איז געווארן געטשארדשט פאר $20 דאס מיינט $5 פאר יעדע יתום, די אלמנה האט באקומען פון ערבים $200,000 און דאס אלעס אן אפילו איין "טיי אווענט" דאס מיינט אז די משפחה איז ארויס אן קיין טראפ בזיונות!

יעצט שטעלט אייך פאר ווען ערבים זאל טיילן אין די וועלט אריין פאר יעדע יתום... פון ווי זאלן זיי נעמען די געלט? איר וואלט בשום אין אופן נישט מסכים געווען אז ערבים זאל טשארדשען אייער קרעדיט קארט "אין די וועלט אריין" $5 דאלער דא $5 דאלער דארט מילא, אבער הונדערטער דאלארען יעדען חודש? אוודאי וואלט איר "געקענסעלט" אייער מעמבערשיפ דארט, ס'וואלט אייך שוין געווען ביליגער צו קויפן א גוי'אישן לייף אינשארענס פאליסי פון 5 מיליון דאלער!

דא האט איר וואס א צווייטער חכם "שמרני" שרייבט "אלס איינער וואס איז אליינס א חבר אין ערבים און איך האב אויך געברענגט אסאך מעמבער'ס צו ערבים וויל איך בעטן ברבים אז יעדער זאל שוין רופן ערבים אפזאגן זייער מעמבערשיפ"
א צווייטער ענטפערט אים גוט "קומסט מיר פאר ווי איינער וואס איז ברוגז אויף די באס דרייווער, קויפט ער שנעל אסאך טיקעטס און צורייסט דאס פאר'ן דרייווער אין פנים" דער חכם שמרני כאפט גארנישט אז ער טוט אפ זיין אלמנה מיט יתומים און נישט ערבים.
דער זעלבער "שמרני" וואס שרייבט "אלס איינער וואס איז אליינס א חבר אין ערבים" עטליכע שורות שפערטער בעט ער דעם עולם "ווער ס'ווייסט די טעל. נומער פון ערבים זאל דאס שוין מעלדן כדי איך זאל קענען קענסלען מיין מעמבערשיפ" דער קליין קאפ לייגט זיך צונער מיט'ן שרייבן פון איין זייט אז ער איז א מעמבער און פון די צווייטע זייט בעט ער דעם עולם אז ער ווייסט ניטאמאל זייער טעל. נומער.

אנדערע חכמים (אן א נעמען ווייל ס'איז דא אסאך) איך גלייב אז רוב פון זיי זענען ליטוואקעס. זיי לאזן זיך אריין אין וויכוחים "פונקליך ווען ענדיגט זיך די אחריות פון ערבים צו קאלעקטן פארן יתום", זיי טענה'ן אז היות ווען דער טאטע וואלט אוועק 6-7 שעה פריער וואלט ער דאך לכאורה יא געדארפט באקומען איז אויב אזוי א געוואלגידע רשעות וועגן 6-7 שעה נישט צו געבן וכו'.
געוויסע קליינע קעפ ענטפערן אפ אז ערבים איז גארנישט אנדערש ווי סיי וועלכע לייף אינשארענס פאליסי אויב ביסטו געדעקט ביז צו די 70 יאר וועט קיין איין קאמפעני נישט באצאלן אויב וועסטו שטארבען ביי די 70 יאר מיט א טאג.

זיי כאפן אבער נישט די נקודה, ערבים איז נישט דא חתונה צו מאכן יתומים ערבים  איז דא איבערצונעמען די פינאנציעלע אחריות וואס פאלט אויף די אלמנה כדי איר צו העלפן מגדל זיין די קינדער און זיי חתונה מאכן, יעצט אז ס'איז שוין ב"ה נישט די אלמנה'ס אחריות זאל דער חתן אליהו מוחל זיין זיך שטעלן אויף די פיס. ערבים איז נישט דאס צו פארזיכערן דעם חתן'ס רוהיגע כולל זיצן (אפילו ווען ער זאל באמת לערנען פלייסיג)

אין איין ווארט ערבים איז נישט דא צו באצאלן די חובות  פונם נפטר, אויב ערבים ניצט מיין קרעדיט קארד צו באצאלן חובות פונם נפטר קענען זיי היינט פארשליסן


-----------------

עסקני ערבים חזקו ידיכם, און לאזט אייך נישט ברעכן פון עטליכע ליידיגייער וואס באשמוצן אייך על לא עוול איר האנדעלט זייער ריכטיג און ערליך!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אברעמעלעס פורום > טראגעדיע בלייבט טראגעדיע, אבער שכל פארלירט נישט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext