| נשלח ב-28/6/2009 07:16 |
|
| |
40 טויזנט פראטעסטירן חילול שבת אין ירושלים עיה"ק!
40 טויזנט אידן זענען זיך צוזאמגעקומען אויפן רוף פון ביד"ץ עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק מקבל
שבת זיין אויף רחוב בר אילן, אויסצודרוקן דעם פראטעסט און וויי געשריי קען די אפיציעל-באשטעטיגטע
חילול שבת אינעם "קרתא" פארקינג לאט.
במשך שבת נאכמיטאג זענען פארגעקומען שטורמישע פראטעסטן וואו די פאליציי האט ווידער
ארויסגעוויזן זייער געוענליכע רשעות'דיגע ברוטאליטעט קעגן די ערליכע מוחים. ס'ווערן ערווארטעט
שטורמישע טעג זינט דער פרייער מעיאר האט פארשפראכן אז ער וועט זיך נישט אונטערגעבן צו דרוק און
לאזן אפן דעם פארקינג לאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2009 21:11 |
|
| |
לאמיר האפן אז די צד הקדושה וועט זיגן.
וואס איך גלייך נישט איז די אויסדרוק וואס מ'נוצט אלס אז מ'האט ארעסטירט די "פרידליכע" מוחים...
די מוחים זענען געוואלדיגע העלדן וועלכע האבן פארקוקט אויף אלעם צוליב כבוד שמים, אבער וואס עפעס "פרידליך"? וואס איז די גדר פון פרידליך? צעשטערן די גאסן און שאסייען איז פרידליך? אונטערצינדן מיסט קאנעס איז פרידליך???.....
נישט חלילה פארשטיין פון מיינע ווערטער אז איך בין עפעס דערקעגן, אדרבה, נאר אזוי, מיט מסירות נפש. אבער די אויסדרוק פארשטיי איך נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2009 22:01 |
|
| |
מיך באדערט נישט דאס צעשטערן גאסן און אונטערצינדן פייערס. וואס מיר באדערט איז דער שרעקליכער חילול שבת וואס טייל מוחים האבן דורכגעפירט מיט'ן ווארפן שטיינער און אנדערע מוקצה זאכן.
דאס איז לדעתי סאך א גרעסערע עבירה ווי דער פארקינג לאט אליין ווייל חוץ חילול שבת איז עס אויך א חילול השם ווייל עס מאכט די פרומע אידן אויסקוקן ווי היפאקריטן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2009 01:39 |
|
| |
לדעתי האט נישט קיין שום פשט ארויסצולייגן דא ברבים א באשולדיגונג, אין די צייט וען דו רעדסט פון א זאך וואס עפעס א יחיד\יחידים האט געטאן. קיינער נעמט נישט קיין אחריות אויף יעדן פריוואטן בחור.אינגערמאן. (ובפרט אז עס האט נישט געברענגט קיינעמס אויפמערקזאמקייט בכלל, האט נישט קיין פשט עס אויפצוברענגען אפילו.)
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2009 02:04 |
|
| |
נארמאלער. די פארשטייסט נישט פארוואס מען זאגט, אז מען האט ארעסטירט די פרידליכע מוחים?. די וועמען מען ארעסטירט זענען געווענליך די פרידליכע מוחים. די וואס ווארפן די שטיינער מיט קעסטלעך, זיי מאכן פליטה באצייטענס, און קיינער ארעסטירט זיי נישט. די פאליציי מוז דאך אויף איינעם אויסגעבן די כעס, גייט עס אויף די פרידליכע מוחים וואס שטייען דארט מיט א זיכערקייט, וויסענדיג אז זיי האבן גארנישט געטוהן, אבער למעשה ווערן זיי ארעסטירט באגלייט מיט ברוטאלע מכות.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2009 03:25 |
|
| |
כ'האב גראדע בכוונה נישט גענוצט דאס ווארט "פרידליכע", אבער פאקטיש איז גערעכט דער וואס זאגט אז בדרך כלל ווען די פאליציי גרייכן צום ארט פון וואו מ'האט געווארפן די שמוץ און פלעשער טרעפן זיי אן די אומשולדיגע. די שולדיגע זענען געווענליך שוין לאנג פארשוואונדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2009 03:46 |
|
| |
משהמענטש, אויב איז עס טאקע אזוי בין איך מסכים. ס'איז מיר נישט בייגעפאלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2009 05:11 |
|
| |
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=10463&cat_id=1
דא האט איר א לינק וועלכע וועט אביסל געבן רעכט פאר מיינע ווערטער, דער בחור רעדט אויף העברייאיש, פאר די וואס פארשטייען נישט, (אדער ווילן הערן די שפראך) וועל איך איבערטייטשען בקיצור וואס ער זאגט. אגב, דער בחור זעהט ווי מאדערנטער ליטווישער, ער גייט אן א בארד. ער גיט איבער אזוי: מיר זענען געווען פינעף קילאמעטער ווייט פון די פראטעסטן, זענען צוגעקומען צוויי פארשטעלטע פאליציאנטען (מן הסתם מיט קאפלעך מ"מ.) האבן געכאפט מיין חבר מיט מיר, איך האב מיר אויסגעריסן, מיין חבר איז אן אמעריקאנער, מען האט אים געכאפט, און מען האט אים געזאגט "ביסט ארעסטירט", און מען האט אים אנגעקלאגט אויף זאכן ווי ער איז בכלל נישט געווען, מען האט אים אנגעקלאגט אז ער האט צובראכן סטריט לייטס, אז ער האט געשלאגן א פאליציאנט, ער האט צובראכן א פאליציי אויטא, און ער האט געסטראשעט אנדערע פאליציאנטען, דאס איז וואס זיי האבן אויף אים אויסגעטראכט, און ס'הייבט זיך נישט אן און לאזט נישט אויס, גארנישט גארנישט, און זיי זאגן אז ס'איז זיבן אזייגער, און ס'איז נאך א ליגענט פון זיי, ס'איז געווען פיר אזייגער. איך מיט מיינע חברים זענען גרייט צו גיין עדות זאגן לטובתו, ער איז נישט פון לאנד, קוים וואס ער רעדט עברית, ער קען זיך נישט אליין פארטרעטן, כ'בין דא געווען היינט אים ברענגען תפילין מען שטופט מיר אפ מען זאגט אז ער גייט האבן א משפט. ביז אהער איז בערך וואס דער מאדערנער בחור זאגט, (כ'זאג מאדערן הגם כ'שטעל זיך פאר דער בחור איז מדקדק בקלה כבחמורה, אבער שניידט זיך דאס גאנצע בארד).
 |
|
|
|
|
|