|
|
| נשלח ב-29/6/2009 23:51 |
|
| |
ווער האט היינט צו טאג דעם בית החיים,
כא, כא, כא, איך קאטשקע מיך פאר געלעכטער,
עפעס א גרויסער זאלי חכם, מסתמא שאול פערלשטיין בכבודו ובעצמו
האט געפענט א אשכול אין די זאלי פורום מיט די פראגע "ווער "גייט" געווינען
דעם בית החיים", יא, שאול דארף דאך בארוהיגן זיינע קיעלעך וואס זענען
נעבעך ביטער דערשלאגן פון זייערע גרויסע דורעכפעלער אין געריכט,
און ער דארף זיי דעליווערן עפעס א שטיקל חיזוק, האט ער באשלאסן צו
רעדן פונעם עתיד, וואס עס "גייט" זיין, נו, מיט דעם קען דאך קיינער נישט
טענה'ען, ווייל קיינער ווייסט דאך נישט וואס עס "גייט" זיין, און אזוי חלום'ט
דער שאול פערלשטיין הויעך און די קיעלעך זאגן עהם נאך, שאול שאול, דו האסט
דאך שוין ברבים געזאגט דיין פרעדיקשאן, אז אלעס בלייבט ביים אלטן,
און איך האב נישט קיין שום סיבה דיר נישט צו גלייבן "אז אלעס בלייבט ביים אלטן"
דער חכם עתיק שאול קייט דארט איבער זיינע אלטע אויסגעדראשענע טענות וואס ער האט שוין
כסדר אריין געגעבן אין קארט און מאל נאך מאל האט דאס דער קארט צוריק
געוויזן, און געזאגט אז זיי גייען זיך נישט מישן, דער מציאות איז אז קיין שום קארט גייט לכאורה
נישט צונעמען קיין שום רכוש פון איין צד און געבן פארן צווייטן, זיי האבן
פשוט געטראפן א מיטל זיך אפצושאקלען פון דעם גאנצן סכסוך מיט א תירוץ
אז דאס האט צו טוהן מיט רעליגיע און זיי קענען זיך נישט מישן,
ס'איז פשוט פאר די ריכטער א EASY WAY OUT, ומה לי ולצרה הזאת,
און מיט זיינע אלטע טענות וויל ער איבערצייגן זיינע אייזעלעך אז ער גייט צוריק באקומען דעם
בית החיים, און די נארישע אפגעפליקטע זאלונים מערמלען עהם נאך,
למען האמת ווייסט דאך קיינער נישט וואס עס "גייט" זיין, לב מלכים
ושרים ביד השם, און רעדן פונעם עתיד איז פשוט אין גראד שיינע זיסע חלומות וואס יעדער קען
פאנטאזירן און טראכטן וואס ער וויל, שאול טייערער, לאמיר ענדערשט רעדן פונעם היינטיגן טאג,
פון נעכטן און פון אייער נעכטן, פארוועמען האט לעיזער קעסטענבוים באצאלט, הא?, פארוועמען
האט משפחת המנוח ר' מרדכי צבי פארקאש ע''ה באצאלט, הא?, פארוועם האט משפחת
משה פריעדמאן (איינער פון די תשעה מוסרים) באצאלט?, פארוועם האט דער נייטרא רב הרב
יצחק מאשקאוויטש שליט''א באצאלט? פארוועם האט משפחת לאבין זידיטשוב באצאלט?
פארוועם האבן די צענדליגע נפטרים פון די לעצטע 10 חדשים באצאלט, הא?,
יא אויב פאנטאזירן בארוהיגט דיך און דיינע קעלבלעך קען איך דיר זאגן JUST KEEP IT UP,
חלום און חלום טאג און נאכט, און מיר וועלן זיך ווייטער קייקלען פאר געלעכטער
און איר וועט ווייטער צאלן ווי טאטעלעך, און ווייטער שעלטן קללות נמרצות,
איך מיין ס'איז די עכסטע צייט ארויס צו נעמען א פעידזש פון שמואל דוד גאנץ'ס
ביך און שלאגן כפרות מיטןן גאנצן בית החיים, איר קענט לאזן צוואה פאר די קלוגע קינדער
(אזוי ווי שמואל דוד האט געטוהן) נישט חלילה צו באצאלן א פעני פאר די אהרונים
און זיך באצייטענס באזארגן א קרקע ערגעץ אנדערש אזוי ווי שמואל דוד גאנץ האט געשריבן,
בכלל שעפ איך נחת ווען דו ברענגסט א ראי' צו דיין פרעדיקשאן פון דיין און פון דיין רבי'נס
בוזעם פריינד המסור הידוע יאשקע וואלדמאן, און דו פארפעלסט נישט צו באטאנען אז
אין חכם כבר נסיון און אז ער גיבט אונז נישט מער ווי צוויי וואכן ביז מיר פארלירן דעם בעלות
אויפן בית החיים, זאג נאר שאול זיסער, ווען איז יאשקע מסור פרעדיקשאן מקויים געווארן?
ביי די ווילידזש עלעקשאנס אדער אפשר ביי די אלע צענדליגע קעיסעס
וואס ער האט פארלוירן אין קארט? דער מסור יושקע האט נאך קיינמאל נישט
געווינען קיין שום קארט קעיס אקעגן קהילתינו הקדושה, ער איז דער גרעסטער לאזער
אין די היסטאריע, (אפשר היינט צו טאג זענט איר שוין גרעסערע לאזערס,
איך דארף פשוט מאכן א חשבון), איך פארשטיי אז ביי די נעקסטע תגובה וועסטו ברענגען
א ראי' פון יעקב מאיר מיט די גראז אויף די האנד און פון מענדל שוויממער פון בארא פארק
זיי זענען דאך אויך מלומד בנצחונות, אלזא לאמיר הערן וואס זיי האבן צו פרעדיקטן.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 29/06/2009 23:54:07
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 00:11 |
|
| |
יענקעלע! טוה א קיק! עס איז דא א וועלט! וואס קיקט אויס בערך אזוי! לאך נישט! גיי אריין און אחים אנחנו וועסטו זיך עס ממש איבערצייגען! עס איז לא יאומן כי יסיפר
קר''י:
מענדל שווימער מעיאר!
די זאליס האבן דער בה''ח!
ר' ארי' ראזענפעלד דיין און די שטאט
וומ''ס
די נייע הערליכע צו געבויטער שטאק אויף ויואל משה און כלילת יופי
הגז''ל: וואוינט און די הויז פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל אויף 550 בעדפארד עווניו
בארא פארק:
משה חיים ווידער גבאי בהמ''ד הגדול
יעקב בערקאוויטש אדמיניסטראטור
מענדל שווימער מנהל המוסד!
הגרז''ל קימט און 53 שעפן נחת פון די אייניקליך
ר' חיים דוד כ''ץ איז דיין
ירשלים:
הר''ר ישראל חיים מנשה איז רב און פירט די גאנצע עידה ביד רמה!
בני ברק:
אשר זאב גרין טיילט עליות און ביהמ''ד
יענקלע: דאס איז א אנדערע וועלט, וואו אינז פשוטע מענטשען האבן גאר קיין השגה נישט! וואס פארשטיימער דען? פון די איינציגסטע מענטשען און דער כדור העולם וואס האבן אן השגה און דער וועלט איז די הויעך געשעצטער רה''ק דער חכימא דיהידאי הרב החסיד המרומם, ר' שאול פערלשטיין ה' ירים הודו
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 01:04 |
|
| |
דער אמת איז אז איך האב שוין רחמנות אויף זיי, איך האס היבש חברים וואס באלאנגען אין יענעם לאגער יעדער פאר זיינע אייגענע סיבות, און פשוט זיי גייען צוגרינד, זיי האבן דא פרובירט צו עפענען א מוסד און בחרפתם דאס געדארפט אפשפארן, הלוואי וואלט זיי יא געלונגען עס וואלט געווען א טובה פאר ביידע צדדים, אבער שקר אין לו רגלים און אן קיין פיס קען מען נישט שטיין,
גיב א קיק למשל רבי חיים דוד כ''ץ, א יונגערמאן א תלמיד חכם איך בין פערזענדליך זייער נאנט (געווען) צו עהם א יונגערמאן א תלמוד חכם, א יונגערמאן וואס האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות מיט די יונגעלייט ביז ער האט זיך פארקויפט זיין נשמה פאר א נזיד עדשים ער איז שוין היינט צו טאג פארזינקען אין די נו''ן שערי טומאה ער איז גרייט מתיר צו זיין כל עבירות שבתורה אויב מיינט ער אז דאס וועט וויי טוהן פאר רבינו הקוה''ט שליט''א, ער פארגעסט אז אונזער רבי זאל זיין געזונט קומערט זיך גאנץ ווייניג וואס ר' חיים דוד כ''ץ האלט און וואס ער מיינט, ער קיקט בכלל נישט אויף צוריק, ער פארט מיט אזא שוואונג אז ר' חיים דוד קען נישטאמאל מיט האלטן, לא בכדי האבן אלע גדולי הדור עהם אנערקענט אלץ דער רבן של ישראל, יעדער וויל וויסן וואס האלט דער סאטמארער רבי, זיין מיינונג איז היינט צו טאג דער דעצידירענטער מיינונג, איך האב א געשוועסטער קינד אין קרית יואל וואס איז פון די בני יואל און האט לעצטענס חתונה געמאכט דא אין בארא פארק דערציילט מיר דער מחותן אז ער האט געפרעגט זיין מחותן (מיין קאזין) וואס פאר א פלייש ער זאל נעמען צו די חתונה מיעל-מארט אדער פון בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל, וואס מיינט איר האט דער בני-יואל'ניק גענטפערט, ער זאל באשטעלן פון קרית יואל פלייש, יא, אפילו די שונאים ווען עס קומט צו אידישקייט ווייסן זיי אז רבינו שליט''א איז דער וואס זארגט אז כלל ישראל זאל האבן א כשר שטיקל פלייש, און ער פירט דורך זיינע אלע הידורים וחומרות אויפן העכסטן מאס, ווען עס קומט צו מצות אויף פסח וואס פאר א מצות מיינסטו נוצן ר' טודרוטס זילבער אדער ר' הערשל מילער (אראדער רב)? יא, זיי נוצן מצות פון אריזאנא ווייץ על אפם וחמתם פון די זאלונים, כאטש זיי זענען ווייט פון זיין גיטע פריינט אבער ערליכע יודן זענען זיי, און ווען עס קומט צו כשרות פארלאזן זיי זיך אויף רבינו שליט''א, שטעלט אייך פאר אז דער קאמפעטישן פאר זייער רבי איז נישט רבינו שליט''א נאר דער וויליאמסבורגער רב האלט שוין היינט צו טאג פיל ווייטער פון עהם,
לא בחינם גיסן זיי אויס זייער כעס אויף הרה''צ וויליאמסבורגער רב שליט''א, ווען זייער רבי קען נישט צוזאם שלעפן קיין 150 יודן צו שלש סעודות און ביי זיין נעפיו זיצן וואך נאך וואך קרוב צו טויזענט אידן, נו, דאס איז שוין אביסל צופיל אדורך צוטראגן, די זאליס זענען זייער דעפרעסט, זיי זענען נישט מסיח דעת פון אונז, זיי לייגן זיך מיט אונז זיי שטייען אויף מיט אונז, יעדעס דריטע ווארט איז עפעס א קללה אדער אויף רבינו שליט''א אדער סתם אויף די אהרונים, זיי זענען שטארק דערשלאגן און דערנידערט, זייער גאנצער חסידות איז נאר צו שעלטן, אדרבה, כאפ א שמועס מיט א זאלי, און זעה ווי לאנג עס געדוירט ביז ער זאגט דיר אז ער האט גארנישט מיט זיין רבי, ער שעהמט זיך מיט עהם, און ער איז פשוט מקנה דעם סיפוק הנפש און חדוה עילאה וואס די אהרונים האבן מיט זייער רבי, ועל אלה דוה לבם, זיי האלטן דאס נישט אויס, און איך האב פשוט רחמנות אויף זיי.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 30/06/2009 2:22:41
_________________
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 01:20 |
|
| |
דאס וואס די שרייבסט וועגן הר''ר חיים דוד:
די פאקט איז אז ר' חיים דוד איז געווען גאר א גיטער דיין, ער האט זיך אויסגעצייכענט און יעדע מעלה וואס א דיין דארף האבן, ער איז געווען באמת געטריי פאר די קהלה, און פאר יעדער חבר הקהלה
דער אמת איז אז קהל האט אים נישט געוואלט אפזאגען פון זיין פאסטען, זיי האבן גאנץ גוט געוויסט אז עס וועט שאפען א געוואלדיגע חלל און די קהלה, און די מציאות איז אז עס האט געשאפען א שטיקעל חלל
זיין פראבלעם איז נאר געווען איין זאך!
ער האט זיך נישט געוואלט אונטערווארפען און כ''ק רבינו שליט''א, ער האט אים נישט געוואלט אנערקענען, דעריבען האט אים קהל געמיזט שיקען צו א געוויסע קליינע קהלה און ב''פ וואס האט נאך נישט קיין בהמ''ד, מקווה, ת''ת מיידל סקול, אד''ג עס נאר א בוטשער סטאר! און זיי האבן זיך אונטער געווארפן די אונטער די זעלבע מג''ש וואו ר' חיים דוד הי''ו
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2009 07:52 |
|
| |
| יענקעלע11 כתב: |  | |
בכלל שעפ איך נחת ווען דו ברענגסט א ראי' צו דיין פרעדיקשאן פון דיין און פון דיין רבי'נס
בוזעם פריינד המסור הידוע יאשקע וואלדמאן, און דו פארפעלסט נישט צו באטאנען אז
אין חכם כבר נסיון און אז ער גיבט אונז נישט מער ווי צוויי וואכן ביז מיר פארלירן דעם בעלות
אויפן בית החיים, זאג נאר שאול זיסער, ווען איז יאשקע מסור פרעדיקשאן מקויים געווארן?
ביי די ווילידזש עלעקשאנס אדער אפשר ביי די אלע צענדליגע קעיסעס
וואס ער האט פארלוירן אין קארט? דער מסור יושקע האט נאך קיינמאל נישט
געווינען קיין שום קארט קעיס אקעגן קהילתינו הקדושה, ער איז דער גרעסטער לאזער
אין די היסטאריע, (אפשר היינט צו טאג זענט איר שוין גרעסערע לאזערס,
איך דארף פשוט מאכן א חשבון), איך פארשטיי אז ביי די נעקסטע תגובה וועסטו ברענגען
א ראי' פון יעקב מאיר מיט די גראז אויף די האנד און פון מענדל שוויממער פון בארא פארק
זיי זענען דאך אויך מלומד בנצחונות, אלזא לאמיר הערן וואס זיי האבן צו פרעדיקטן.
|
|
ייענקעלע! איך מיז אביסעל אויף פרישען דיין זיכרון האט דען נישט יאשקע וואלדמאן געווינען אלע קעיסעס אקעגען ענק
קעיס # 1 זיינע קינדער האבען ענק נישט געקענט ארויס ווארפען ביז נאכן זמן אין נישט אזוי ענק האבען געוואלט אינמיטען זמן
קעיס # 2 די חרדים בית המדרש שטייט היינט אדער נישט הא..אדרבא יע זאג מיר נאר ייענקעלע! 1 קעיס וואס ענק האבען געווינען אקעגען יאשקע וואלדמאן!! אבער דער אמת פליז וויל איך געדענק נאך אביסעל היסטערי
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 06/07/2009 7:58:00
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|