בית פורומים כל העולם כולו

זאליס בעטן א סטעי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/7/2009 05:32 לינק ישיר 

עס זעיט אויס אז יעס ווי קען איז אן ארוני וואס מאכט ליצנות פון די זאליס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 19:32 לינק ישיר 

אלזא איך קען מיט דעם יעס ווי קען נישט ארויס קריכן,
ער רעדט "נישט" פונעם עתיד, ער זאגט נאר וואס עס "גייט זיין",
ווייל דאס איז קלאר אז פונעם יעצטיגן מצב איז ער דאך נישט צופרידן,
ער גייט ערשט לעתיד קעשן דעם טשעק, סא, לאמיר מאכן א שטיקל
סך הכל, וואס עס הייסט א זאלונישער געווינס און וואס איז א אהרונישע געווינס,
און וואס מיינט אז קיינער האט נישט געווינען,
ווייל לויט די היסטאריע איז דאך ביי די זאלונים סיי וואס פאר א פסק עס קומט
ארויס דערקלערן זיי וויקטארי, און שרייען אז אקאראט דאס האבן זיי ערווארטעט,
וועל איך דא אראפ שרייבן מיין מיינונג און ווען הייסט א אהרונישער ניצחון
און ווען נישט, און איך ערווארט פון מיין קאנטערפארט אויך צו פארשרייבן וואס
עס איז א זאלונישער ניצחון און וואס איז א אהרונישער ניצחון (אויב עס איז בכלל שייך אזא זאך).

באשר הוא שם האלט מען אצינד ווי די זאליס פארלאנגען ביים אפעלעט קארט א סטעי
אויפן פסק פון ריכטערן דעמערעסט אויף די לעצטע פסק ווי זי האט ארויס געווארפן די
קלאגע פון די 9 מוסרים מיט די טענה אז דאס איז רעליגיע און די זאליס פארלאנגען אז
מען זאל לייגען א עמערדזשענסי סטעי און אז זיי זאלן "אויך" קענען נוצן דעם בית החיים אין
קרית יואל,

איז לדעתי, וועט דאס דער אפעלעט קארט צוריק ווייזן און זיי נישט געבן קיין "עמערדזשענסי" סטעי,
פשוט, ווייל עס איז נישט קיין עמערדזשענסי, קיינער פון די 9 חברה זענען נישט טויט, און קיינער
איז נישט שטערבליך קראנק במילא איז דאס נישט קיין עמערדזשנסי, = זאלונים פארלוירן, במילא אהרונים געווינען.

אבער דאס איז נאכנישט עק וועלט פאר די זאלונים, ווייל דאס איז דאך נאר אויפן עמערדזשענסי סטעי,
דער אפיעל פראצעדאר וועט נאך ווייטער גיין, און געוויס וועלן זיך די זאלונים טרייסטן מיט דעם,
און יעס ווי קען וועט ווייטער שרייען אז ער גייט קעשן דעם אלטן פסק בנוגע דעם דיד,
יעצט, דעם אפיעל גייען זיי לדעתי אויך ארויס ווארפן פשוט ווייל די דאזיגע אישו איז נאכנישט געפסקעט
געווארן, דאס גייט מען ערשט דן זיין ביים קומענדיגן געריכן אין UP STATE ווי ריכטערן דעמערעסט
האט דאס געשיקט, און ווי באקאנט קען מען נישט אפיעלן א פסק על שם העתיד, בעפאר מען קומט ארויס מיטן פסק.
אהרונים געווינען,  עטליסט נאך א יאר בעלות אויפן בית החיים. 

ביים געריכט אין UP STATE בנוגע דעם דיד, איז דא כמה מהלכים וואס עס קען געשען,
קודם דארף מען געדענקן אז עס איז דא א ענדגילטיגער פסק פון די העכסטע קארט אין ניו-יארק
אז דאס געריכט איז נישט בארעכטיגט קובע צו זיין ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית פון
קאנג. יטב לב אין וויליאמסבורג, און פון דעם אז קיין איין ריכטער האט נישט געפסקעט ווער עס איז
סטאטאס-קווא איז קלאר געדרינגען אז דאס קענען זיי אויך נישט באשליסן, אפילו ריכטער באראש
וואס האט לכתחילה יא געגעבן דעם סטאטאס-קווא פאר די זאלונים, האט דאס ביים ענדגילטיגן פסק
זיי דאס נישט געגעבן, און ריכטער אבראזיא איז דאס מסביר אין זיין פסק זייער קלאר בטוב טעם ודעת.

דאס איז יעדער מודה אז געווענדליך איז א סכסוך בנוגע א דיד נישט קיין רעלידזשעס אישו, און דער קארט
האט זיך פיל מאל אריינגעמישט און מחליט געווען אויף אזא סכסוך, אבער לא ראוי זה כראוי זה,
ווייל געווענדליך איז דער סכסוך צעווישן צוויי רעלידזשעס קארפארעישאן'ס וואס יעדער צד האט א קלארן
בעל הבית און קיינער טענה'ט נישט קיין בעלות אויפן צווייטן קארפארעישאן, די טענה איז בלויז אויפן דיד,
אבער דא ביי אונז איז דאך שנים אוחזין בטלית, צוויי צדדים שרייען אז כולו שלי, נו, דא איז סופו מוכיח
על תחילתו אז מען קען פשוט נישט באשליסן ווער עס איז בעל הבית אויפן בית החיים אן דעם מען זאל
דארפן דעצידירן בעלות אויף קהל יטב לב וויליאמסבורג. (דאס איז זיכער אז דער קארט איז נישט בארעכטיגט
צו טיילן המוציא'ס און באשליסן א יחלוקו און געבן א שותפות, עס עקזעסטירט נישט אזא באגריף אין קארט.

איז דא עטליכע וועגן וואס איז לכאורה מעגליך,
1) אז דער קארט זאל באשליסן אז אזוי ווי למעשה קען דער קארט נישט געבן קיין בעלות פאר קיין
שום צד, וועלן זיי דאס שוין לכתחילה ארויס ווארפן על שם העתיד און אלעס זאל בלייבן -ווי שאול האט געזאגט-
ביים אלטן. א פארלוסט פאר די זאלונים.
2) דער קארט וועט פסקענען אז די אהרונים זענען אצינד יא נאכגעקומען דאס געזעץ און יא לעגאל איבער געשריבן
דעם בית החיים, און אז אלעס איז  יא לעגאל און אז קרית יואל יואל זענען די לעגאלע בעלי בתים
אויפן בית החיים, א מעכטיגער פארלוסט פאר די זאלונים.
3)  אז דער קארט וועט צוריק קערן דעם דיד פאר קהל יטב לב וויליאמסבורג. אן דעם וואס זיי זאלן זיך מישן
ווער עס איז בעל הבית אין וויליאמסבורג, (וואס דאס קענען זיי דאך בשום אופן נישט באשליסן), און אפילו סטאטאס-קווא
וועלן זיי אויך נישק קענען באשליסן ווייל סטאטאס-קווא אפילו לויט ריכטער באראש איז געווען ר' שלמה ווערצבערגער
(שמש) און ר' דוד הערש מערץ וואס ביידע זענען היינט צו טאג אהרונים, אלזא, ווייטער א פארלוסט פאר די זאלונים.

אצינד לאמיר אריבער שפרינגען צום לעצטן אפיעל פון די זאלונים אויפן עווענטועלן פסק פונעם בית החיים,  ווי די
זאלונים וועלן שרייען סטאטוס-קווא, האלט איך אז דער געריכט וועט ווייטער שרייען אז לאטס אונז אפ, דאס איז
רעליגיע און מיר מישן זיך נישט, אבער הערטס מיך גיט צו!!!, עס איז דא A VERY SLIM CHANCE גאר א קליינע
פראצענט אבער פארט איז דאס א מציאות, אז זיי זאלן געבן סטאטוס-קווא פאר די אהרונים, (נאר בנוגע דעם דיד),
על כל פנים א סאך א בעסערן טשענס ווי דאס צו געבן פאר די זאלונים. אלזא ווייטער א פארלוסט פאר די זאלונים. 

יעצט לאמיר הערן איינמאל פאר אלע מאל פון מיין בר פלוגתא קלארע דיבורים, וואס ער האלט ס'גייט זיין
און וויאזוי און פארוואס, אדרבה, מיט אזא אפענע פרעדיקשאן ווען קיין שום צד נישט קענען לערנען פשטים
אז למעשה האבן זיי יא געווינען, זאל ער שרייבן וואס ער ערווארט און ווייניגער ווי דאס איז א פארלוסט,

אגב, אויב איז דא א מציאות אז ביידע זאלן קענען ניצן דעם בית החיים, (וואס איז אויבן אויף נישט מעגליך)
דאן האט קיינער נישט געווינען און נישט פארלוירן, אבער עם כל זה ווען זיין א גרויסער סימבאלישער און מאראלישער  
ניצחון פאר די זאלונים, אבער ווי געזאגט, ס'איז כמעט אומ-מעגליך, זייער איינציגער האפענונג איז צו שלעפן די 
זאך ווי לאנג זיי קענען און אריין געבן א שטיקל פאלשע האפענונג און טרייסט פאר זייערע קעלבלעך, און
מיט דעם ווייטער צו שטיפן זייער אזוי וואקעלדיגער מעמבערשיפ קאסירונג. 








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 22:58 לינק ישיר 

יענקעלע פליז קאם אן
האסט טאקע נישט געטראפן קיין VERY SLIM CHANCE אז די זאליס זאלן געווינען?
פליז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 00:15 לינק ישיר 

העלד,
קודם כל אין מיין לעצטן פאראגראף האב איך יא געשריבן א וועג וואס קען זיין 
א קלינגענדיגער ניצחון פאר די זאלונים, אבער ווי געשריבן איז דאס כמעט אומ-מעגליך,
דאס מיינט A VERY VERY SLIM CHANCE, אבער נישט געזארגט, באלד וועט דיין 
קאלעגע יעס ווי קען אפיר קומען מיט זיינע פרעדיקשאנס און וועט דיר געבן געניג וועגן
ווי אזוי די זאליס גייען (און האבן שוין) געווינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 05:15 לינק ישיר 

יענקעלע איך קען מיך נישט איינהאלטן, דו רעדסט א גראבע באנטש מיט שטותים
דא האסטו א בפירוש'ער יוד, וואס שרייבט אז:די קארט שליידערט "ענדגילטיג" ארויס בלא בלא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 08:41 לינק ישיר 

יענקעלע11 כתב:

אלזא איך קען מיט דעם יעס ווי קען נישט ארויס קריכן,
ער רעדט "נישט" פונעם עתיד, ער זאגט נאר וואס עס "גייט זיין",
ווייל דאס איז קלאר אז פונעם יעצטיגן מצב איז ער דאך נישט צופרידן,
ער גייט ערשט לעתיד קעשן דעם טשעק, סא, לאמיר מאכן א שטיקל
סך הכל, וואס עס הייסט א זאלונישער געווינס און וואס איז א אהרונישע געווינס,
און וואס מיינט אז קיינער האט נישט געווינען,
ווייל לויט די היסטאריע איז דאך ביי די זאלונים סיי וואס פאר א פסק עס קומט
ארויס דערקלערן זיי וויקטארי, און שרייען אז אקאראט דאס האבן זיי ערווארטעט,
וועל איך דא אראפ שרייבן מיין מיינונג און ווען הייסט א אהרונישער ניצחון
און ווען נישט, און איך ערווארט פון מיין קאנטערפארט אויך צו פארשרייבן וואס
עס איז א זאלונישער ניצחון און וואס איז א אהרונישער ניצחון (אויב עס איז בכלל שייך אזא זאך).

באשר הוא שם האלט מען אצינד ווי די זאליס פארלאנגען ביים אפעלעט קארט א סטעי
אויפן פסק פון ריכטערן דעמערעסט אויף די לעצטע פסק ווי זי האט ארויס געווארפן די
קלאגע פון די 9 מוסרים מיט די טענה אז דאס איז רעליגיע און די זאליס פארלאנגען אז
מען זאל לייגען א עמערדזשענסי סטעי און אז זיי זאלן "אויך" קענען נוצן דעם בית החיים אין
קרית יואל,

איז לדעתי, וועט דאס דער אפעלעט קארט צוריק ווייזן און זיי נישט געבן קיין "עמערדזשענסי" סטעי,
פשוט, ווייל עס איז נישט קיין עמערדזשענסי, קיינער פון די 9 חברה זענען נישט טויט, און קיינער
איז נישט שטערבליך קראנק במילא איז דאס נישט קיין עמערדזשנסי, = זאלונים פארלוירן, במילא אהרונים געווינען.


מען גייט נישט פאר קיין עמערדזשענסי סטעי מען גייט פאר א רעגליער סטעי פאר די פילע פענעל פין 4 ריכטער אין צי באקימען א רעגילער סטעי דארפען זיך נישט וואלגערן קיין טויטע מענטשען אויף די גאסען! נאך רויזנוואסער האבען מיר אויך באקימען א סטעי ממילא זעה איך נישט פארוואס יעצט זאל זיין אנדרעש אז די קענסט מיר מסביר פארוואס דעמאלטס איז געווען מער  עמערדזשענסי ווי היינט דעמאלטס וועל איך צירוקציען פין מיינע רייד

  אבער דאס איז נאכנישט עק וועלט פאר די זאלונים, ווייל דאס איז דאך נאר אויפן עמערדזשענסי סטעי,
דער אפיעל פראצעדאר וועט נאך ווייטער גיין, און געוויס וועלן זיך די זאלונים טרייסטן מיט דעם,
און יעס ווי קען וועט ווייטער שרייען אז ער גייט קעשן דעם אלטן פסק בנוגע דעם דיד,
יעצט, דעם אפיעל גייען זיי לדעתי אויך ארויס ווארפן פשוט ווייל די דאזיגע אישו איז נאכנישט געפסקעט
געווארן, דאס גייט מען ערשט דן זיין ביים קומענדיגן געריכן אין UP STATE ווי ריכטערן דעמערעסט
האט דאס געשיקט, און ווי באקאנט קען מען נישט אפיעלן א פסק על שם העתיד, בעפאר מען קומט ארויס מיטן פסק.
אהרונים געווינען,  עטליסט נאך א יאר בעלות אויפן בית החיים.
 

יענקעלע! מיר אפיעלן נישט די דיד מיר אפיעלן די קעיס פין די סערטיפעקיטס אין טאמער מיר געווינען די אפיל אדער מיר באקימען א סטעי ביזטי אויך מודה אז די טעם וועט זיין וויhל אונז זענען די סאטאיס קווא!! איף דעדס די קעיס האב איך נייעס פאר דיר! ענק וועלען קענען ווארטען אויף אונז אין אראנדש קאנטי מיר וועלען קיינמאל נישט אונקימען עס וועט אפילו נישט אויספעלען אויב אונז זענען די סטאטיס קווא איז די פירום טרענספער עניווע נישט קיין טרענספער עס וועט אפילו נישט אויספעלען צירוק צילייגען 

ביים געריכט אין UP STATE בנוגע דעם דיד, איז דא כמה מהלכים וואס  עס קען געשען,
קודם דארף מען געדענקן אז עס איז דא א ענדגילטיגער פסק פון די העכסטע קארט אין ניו-יארק
אז דאס געריכט איז נישט בארעכטיגט קובע צו זיין ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית פון
קאנג. יטב לב אין וויליאמסבורג, און פון דעם אז קיין איין ריכטער האט נישט געפסקעט ווער עס איז
סטאטאס-קווא איז קלאר געדרינגען אז דאס קענען זיי אויך נישט באשליסן

אויב סאיז טעקע אזו פארוואס האבען זיי צירוקגעדרייט די ערשטע טרענספער ? לאז עס ווי סאיז סטאטיס קווא?


, אפילו ריכטער באראש
וואס האט לכתחילה יא געגעבן דעם סטאטאס-קווא פאר די זאלונים, האט דאס ביים ענדגילטיגן פסק
זיי דאס נישט געגעבן, און ריכטער אבראזיא איז דאס מסביר אין זיין פסק זייער קלאר בטוב טעם ודעת
.
יענקעלע איך וויל נישט אויסזען ווי קיין ארוני יעצט BUT LETS BE HONEST איך האב עס נאך קיינמאל נישט אויף געברענקט במשך אינזער דעבאטע אבער יעצט אז די ביסט נישט אזו ווילד מיין איך אז סאיז א שעת הכושר עס אויפציברענגען! האלסטי טאקע אז ריכטער אבראזיא פסק האט הענט אין פיסאין סהאט אפילו א שאנס דורךצילעבען אינזער אפיל? האט דעס דען באראש געזאגט אדער געמיינט אז סאיז נישט דא קיין סטאטיס קווא? לויט ריכטער אבראזיא וויבאלד באראש האט דינייד אלע מוישעןס מיינט דאס אז אלע פלימנערי ארדערס איז געווארען אויס!! יא יא דאס וואלט אלעס געזאגט געווארען ווען ער זאגט ווען נאר דאס

 All petitions,
 counterclaims are  dismissed and all outstanding motions in all three actions before the Court are denied to the extent stated


אבער ער גייט דיך ווייטער אין זאגט


 the Court leaves intact the status quo in terms of day-to-day operations of the Congregation and its institutions until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise.

דאס מיינט אפילו ער דינייד טאקע די מאשענס אבער די פלימנערי ארדערס לאזט ער יא! אדרבה יענקעלע זאג מיר וואזי מען קען לערנען אנדרעש פשט I WILL BE HAPPY TO LISTEN

2#  אבראזיא זאגט אז די אפאלט קארט האט געזאגט ווען אונז האבען געבעטען אינזער עמערדזשענסי סטעי האט די ריכטער געזאגט  HE DOESN'T SEE ANY LIKE BILETY OF SUCCESS וואס דעס איז א שקר אין  3# סוף כל סוף האט מען יא באקימען א סטעי אין פין דעם רעד ער אפילו נישט! אין די גרעסטע דוזאק איז נאך וואזי ער טייטשט אפ וואס די סטאטיס קווא מיינט
 
the Court leaves intact the status quo in terms of day-to-day operations of the Congregation  

ער זאגט אז די סטאטיס קווא  מיינט אז די מחלקה וועט אנגיין ביז די רבי זאגט וואס ער וויל!! איי  גיי פארשטיי וי קימט אריין די ווערטער פין 

in terms of day-to-day operations of the Congregation  גיי פארשטיי

 איך האלט ער איז אסאך א גרעסער טיפש ווי ראזענוואסער!! ראזענוואסער האט כאטשיג געזאגט אז ער דיסאגריד מיט באראש אבער צי זאגען אז דעס האט באראש געמיינט קאם אן יענקעלע ...

דאס איז יעדער מודה אז געווענדליך איז א סכסוך בנוגע א דיד נישט קיין רעלידזשעס אישו, און דער קארט
האט זיך פיל מאל אריינגעמישט און מחליט געווען אויף אזא סכסוך, אבער לא ראוי זה כראוי זה,
ווייל געווענדליך איז דער סכסוך צעווישן צוויי רעלידזשעס קארפארעישאן'ס וואס יעדער צד האט א קלארן
בעל הבית און קיינער טענה'ט נישט קיין בעלות אויפן צווייטן קארפארעישאן, די טענה איז בלויז אויפן דיד,
אבער דא ביי אונז איז דאך שנים אוחזין בטלית, צוויי צדדים שרייען אז כולו שלי, נו, דא איז סופו מוכיח
על תחילתו אז מען קען פשוט נישט באשליסן ווער עס איז בעל הבית אויפן בית החיים אן דעם מען זאל
דארפן דעצידירן בעלות אויף קהל יטב לב וויליאמסבורג. (דאס איז זיכער אז דער קארט איז נישט בארעכטיגט
צו טיילן המוציא'ס און באשליסן א יחלוקו און געבן א שותפות, עס עקזעסטירט נישט אזא באגריף אין קארט.



זיי נישט ברוגז אויף דעם האב איך דיר שוין גענטפערט אפאר שירות ארויף

איז דא עטליכע וועגן וואס איז לכאורה מעגליך,
1) אז דער קארט זאל באשליסן אז אזוי ווי למעשה קען דער קארט נישט געבן קיין בעלות פאר קיין
שום צד, וועלן זיי דאס שוין לכתחילה ארויס ווארפן על שם העתיד און אלעס זאל בלייבן -ווי שאול האט געזאגט-
ביים אלטן. א פארלוסט פאר די זאלונים.

כא..כא..כא.. יענקעלע א מסארי דא מיז איך שוין לאכען! איך האב נייעס פאר דיר אלעס ביים אלטען מיינט נישט נאך די גנבה דאס מיינט  the status quo which existed as of July 11, 2005
דא האסטי די עקזעגט קויט ווארט ביי ווארט פין די סטעי וואס מיר האבען באקמען (נישט מער געדאכט) פין די אפאלאט דיוזען אין March 3, 2006 

   the parties, their officers, agents, successors, assigns, or any other person acting on their behalf, are enjoined from changing the status quo which existed as of July 11, 2005, the date this action was commenced, with regard to the management of, and the parties' use of, the subject Congregation's main synagogue and any other assets, including the cemetery property

2) דער קארט וועט פסקענען אז די אהרונים זענען אצינד יא נאכגעקומען דאס געזעץ און יא לעגאל איבער געשריבן
דעם בית החיים, און אז אלעס איז  יא לעגאל און אז קרית יואל יואל זענען די לעגאלע בעלי בתים
אויפן בית החיים, א מעכטיגער פארלוסט פאר די זאלונים.

איך אגרי  אבער נאר טאמער....

3)  אז דער קארט וועט צוריק קערן דעם דיד פאר קהל יטב לב וויליאמסבורג. אן דעם וואס זיי זאלן זיך מישן
ווער עס איז בעל הבית אין וויליאמסבורג, (וואס דאס קענען זיי דאך בשום אופן נישט באשליסן), און אפילו סטאטאס-קווא
וועלן זיי אויך נישק קענען באשליסן ווייל סטאטאס-קווא אפילו לויט ריכטער באראש איז געווען ר' שלמה ווערצבערגער
(שמש) און ר' דוד הערש מערץ וואס ביידע זענען היינט צו טאג אהרונים, אלזא, ווייטער א פארלוסט פאר די זאלונים.

רעד נישט קיין שטיתים באראש האט קיינמאל נישט געזאגט אז  ר' שלמה ווערצבערגער
(שמש) און ר' דוד הערש מערץ איז די סטאטיס קווא! ער האט געזאגט אז די סטאטיס קווא איז די אפיס פין 152 ראדני אין וויבאלד זיי האבען געארבעט דארטען אין יענע צייטען האבען נאר זיי געמעגט פארקפען זיצען וכדמה סהאט גארנישט געהאט מיט זיי סהאט געהאט מיט די אפיס לויט דיר קימט אויס אז שלמה שמש קען יעצט אריין גיין אין ראדני אין פארקפען זיצען? COME ON...

אצינד לאמיר אריבער שפרינגען צום לעצטן אפיעל פון די זאלונים אויפן עווענטועלן פסק פונעם בית החיים,  ווי די
זאלונים וועלן שרייען סטאטוס-קווא, האלט איך אז דער געריכט וועט ווייטער שרייען אז לאטס אונז אפ, דאס איז
רעליגיע און מיר מישן זיך נישט, אבער הערטס מיך גיט צו!!!, עס איז דא A VERY SLIM CHANCE גאר א קליינע
פראצענט אבער פארט איז דאס א מציאות, אז זיי זאלן געבן סטאטוס-קווא פאר די אהרונים, (נאר בנוגע דעם דיד), 

ביטע זיי מסביר וואס איז די טשענס יעצט מער ווי נאך רויזנוואסער אין פארוואס

יעצט לאמיר הערן איינמאל פאר אלע מאל פון מיין בר פלוגתא קלארע דיבורים, וואס ער האלט ס'גייט זיין
און וויאזוי און פארוואס, אדרבה, מיט אזא אפענע פרעדיקשאן ווען קיין שום צד נישט קענען לערנען פשטים
אז למעשה האבן זיי יא געווינען, זאל ער שרייבן וואס ער ערווארט און ווייניגער ווי דאס איז א פארלוסט,

איך ערווארט אז מיר גייען באקימען א געזינטען סטעי מער ווייניגער וואס אונז האבען באקימען MARCH 3 2006 איך זעה נישט פארוואס נישט אז די האלסט אנדרעש ביטע זיי מסביר פארוואס דעמאלטס יא אין היינט נישט


אגב, אויב איז דא א מציאות אז ביידע זאלן קענען ניצן דעם בית החיים, (וואס איז אויבן אויף נישט מעגליך)

לעגאל זעה איך נישט קיין וועג אז ביים סוף זאלען ענק האבען א דריסת הרגל אין דעם בית החיים נאר וואס זאל איך ענק זאגען אונז האב מיר דאך א גרויסען רבי א נעם המידות ער וועט ענק זיכער נישט מאכען קיין פראבלעמען טאמער ענק וועלען זיין וואל








תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/07/2009 8:51:00




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/7/2009 19:52 לינק ישיר 




YES WE CAN,
די ערשטע כמעשה'דיג נורמאלע תגובה,
יעצט, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,


מען גייט נישט פאר קיין עמערדזשענסי סטעי מען גייט פאר א רעגליער סטעי פאר די פילע פענעל פין 4 ריכטער אין צי באקימען א רעגילער סטעי דארפען זיך נישט וואלגערן קיין טויטע מענטשען אויף די גאסען! נאך רויזנוואסער האבען מיר אויך באקימען א סטעי ממילא זעה איך נישט פארוואס יעצט זאל זיין אנדרעש אז די קענסט מיר מסביר פארוואס דעמאלטס איז געווען מער  עמערדזשענסי ווי היינט דעמאלטס וועל איך צירוקציען פין מיינע רייד 

איר זענט געגאנגען אין אפעלעט קארט פאר א  preliminary injunction
וואס מיינט אז איר פארלאנגט פון קארט צו געבן א סטעי נאך בעפאר די פריסידינגס,
נאך איידער מען האט אויסגעהערט די צוויי צדדים, און דאס צו קריגן דארף זיין א "עמערדזשענסי"

in order to obtain a preliminary injunction a movant must demonstrate [1]

a likelihood of ultimate success on the merits; [2] irreparable harm unless the injunction is

granted; and [3] that the equities are balanced in its favor
 
YES WE CAN, אזוי ווי די פארשפרעכסט אז דו ביסט גרייט אויסצוהערן און ביסט גרייט זיך צו לערנען וועל
איך דיר געבן צו פארשטיין דעם חילוק פון דעם סטעי נאך ריכטער ראזענוואסער ביז צום יעצטיגן סטעי,
א "סטעי" מיינט אז אלעס זאל בלייבן אזוי ווי עס איז געווען פארן קארט, דאס מיינט אז מען זאל גארנישט טוישן
ביז נאך דעם פיינל פסק פונעם אפיעל, ביי ראזענוואסער זענען די אהרונים געגאנגן אין קארט און פארלאנגט מוציא צו זיין די
נכסים פון חזקת הזאלונים און זיי איבער געבן לחזקת הארונים, ראזענוואסער האט טאקע געפסקעט אז רבי בערל פריעדמאן איז דער לעגאלער פרעזידענט און אז די אהרונים זאלן "איבערנעמען" די פירערשאפט פון קהל יטב לב, האבן די זאלונים פארלאנגט א סטעי (וואס אגב איז זיי זייער שווער געווען צו באקומען) און פארלאנגט אז זיי זאלן נאך "בלייבן" די פירער פון קהל יטב לב. אבער דא איז דאך פארקערט, דו זאלונים זענען געגאנגען אין קארט פארלאנגען אז מען זאל זיי געבן בעלות (אדער כאטש א שותפות) אויפן בית החיים דאס מיינט זיי ווילן צו נעמען פון די חזקת הארונים און מען זאל דאס לייגן בחזקת הזאלונים, ריכטערן דעמערעסט האט דאס צוריק געוויזן און דאס נישט נאכגעגעבן, קומען זיי און פארלאנגען א preliminary injunction און מען זאל שוין אצינד תיכף "צו נעמען" בעלות (אדער א חלק פונעם בעלות) פון די אהרונים און דאס זיי געבן, אזא זאך זאך איז זייער נישט מסתבר אז זיי זאלן באקומען, ווייל דאס איז נישט קיין "שב ואל תעשה", דאס איז א "קום ועשה". 

יענקעלע! מיר אפיעלן נישט די דיד מיר אפיעלן די קעיס פין די סערטיפעקיטס אין טאמער מיר געווינען די אפיל אדער מיר באקימען א סטעי ביזטי אויך מודה אז די טעם וועט זיין וויhל אונז זענען די סאטאיס קווא!! איף דעדס די קעיס האב איך נייעס פאר דיר! ענק וועלען קענען ווארטען אויף אונז אין אראנדש קאנטי מיר וועלען קיינמאל נישט אונקימען עס וועט אפילו נישט אויספעלען אויב אונז זענען די סטאטיס קווא איז די פירום טרענספער עניווע נישט קיין טרענספער עס וועט אפילו נישט אויספעלען צירוק צילייגען 

דאס איז טאקע ענקער פראבלעם, איר קענט נישט אפיעלן דעם דיד ווייל אויף דעם איז נאכנישט דא קיין פסק
און די מיט די סערטיפיקאטן האט איר א מעידזשאר פראבלעם, ווייל IN ORDER דאס געריכט זאל פסקענען אז
מען דארף אנערקענען אייערע סערטיפאקטן זענען זיי געצווינגען אייך צו געבן בעלות און צו פסקענען אז איר זענעט
בארעכטיגט צו פארקויפן סערטיפיקאטן און דאס זענען זיי נישט בארעכטיגט צו זאגן,

לאמיר אביסל צו לייגן דעם ענין וואס דו האסט אזוי ליב צו ערוועינען דאס ווארט "סטאטוס-קווא" וואס איז ארויף
געברענגט געווארן מאנכע מאל אין די פרעסידינגס סיי ביי ריכטער באראש און אזוי ווייטער, און אויף וואס דו
האסט באשלאסן אז איר זאלונים זענט "סטאטוס-קווא" אבער למען האמת איז דאס ביי דעם דאזיגן קעיס זייער
א שווערע סוגי', ווייל געווענדליך ווען דאס געריכט קען נישט באשליסן זאגן זיי אז אלעס זאל בלייבן "סטאטוס-קווא"
וואס מיינט אלעס זאל בלייבן ביים אלטן, אבער דא איז דאס זייער שווער צו פסקענען, ווייל ווי דו זעהסט אונז ביידע
קענען אפילו נישט אגריען וואס ס'איז סטאטוס-קווא, פון ווען הייבט מען דאס אן צו רעכענען, די גאנצע זאך האט זיך
אנגעהויבן מיט די טענה אז דער רבי ז''ל האט ארויס געווארפן רבי בערל פריעדמאן, נו, אויף דעם האט ריכטער
באראש געפסקעט, אז יא, דער רבי האט געהאט א רעכט עהם ארויס צו ווארפן נאר ער איז נישט איבערגעצייגט אז דער
רבי האט עהם טאקע ארויס געווארפן, נו, פון ווען רעכענט מען סטאטוס-קווא, מיר טענה'ן אז פון ווען רבי בערל
איז געווען דער פרעזידענט, און איר טענה'ט אז מען זאל גיין צו די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אז דאס
מיינט סטאטוס-קווא, און גלייב מיר, דער קארט גייט דאס לכאורה נישט באשליסן, די DAY TO DAY OPERATION
אפשר יא, אבער נישט אויף בעלות,

בפרט ביים בית החיים, איז דאך קלאר אז דער סטאטוס-קווא איז לצד הארונים, ווייל אפילו די זאלונים זענען מודה
אז שלמה שמש מיט יוסף ווייס האבן דאס געפירט ביז היינט, יא, איך פארשטיי אז אייער טענה איז אז זיי האבן דעמאלטס געארבייט פאר אייך, אבער דאס מחליט צו זיין איז פארבינדן מיט מחליט צו זיין אז איר זענט טאקע בעל הבית און
דאס איז פארבינדן מיט די גאנצע סוגי' פון בעלות אויף די קארפארעשאן וואס זיי האבן שוין געפסקעט אז דאס איז
פארבינדן מיט רעליגיע.

אויב סאיז טעקע אזו פארוואס האבען זיי צירוקגעדרייט די ערשטע טרענספער ? לאז עס ווי סאיז סטאטיס קווא?

זיי האבן טאקע צוריק געדרייט דעם דיד (וואס איז לכולי עלמא נישט קיין רעליגיעזע אישו, אבער "בעלות" אויפן
בית החיים האבן זיי פאר קיינעם נישט געגעבן,

יענקעלע איך וויל נישט אויסזען ווי קיין ארוני יעצט BUT LETS BE HONEST איך האב עס נאך קיינמאל נישט אויף געברענקט במשך אינזער דעבאטע אבער יעצט אז די ביסט נישט אזו ווילד מיין איך אז סאיז א שעת הכושר עס אויפציברענגען! האלסטי טאקע אז ריכטער אבראזיא פסק האט הענט אין פיסאין סהאט אפילו א שאנס דורךצילעבען אינזער אפיל? האט דעס דען באראש געזאגט אדער געמיינט אז סאיז נישט דא קיין סטאטיס קווא? לויט ריכטער אבראזיא וויבאלד באראש האט דינייד אלע מוישעןס מיינט דאס אז אלע פלימנערי ארדערס איז געווארען אויס!! יא יא דאס וואלט אלעס געזאגט געווארען ווען ער זאגט ווען נאר דאס


 All petitions,
 counterclaims are  dismissed and all outstanding motions in all three actions before the Court are denied to the extent stated


אבער ער גייט דיך ווייטער אין זאגט


 the Court leaves intact the status quo in terms of day-to-day operations of the Congregation and its institutions until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise.

דאס מיינט אפילו ער דינייד טאקע די מאשענס אבער די פלימנערי ארדערס לאזט ער יא! אדרבה יענקעלע זאג מיר וואזי מען קען לערנען אנדרעש פשט I WILL BE HAPPY TO LISTEN

2#  אבראזיא זאגט אז די אפאלט קארט האט געזאגט ווען אונז האבען געבעטען אינזער עמערדזשענסי סטעי האט די ריכטער געזאגט  HE DOESN'T SEE ANY LIKE BILETY OF SUCCESS וואס דעס איז א שקר אין  3# סוף כל סוף האט מען יא באקימען א סטעי אין פין דעם רעד ער אפילו נישט! אין די גרעסטע דוזאק איז נאך וואזי ער טייטשט אפ וואס די סטאטיס קווא מיינט
 
the Court leaves intact the status quo in terms of day-to-day operations of the Congregation  

ער זאגט אז די סטאטיס קווא  מיינט אז די מחלקה וועט אנגיין ביז די רבי זאגט וואס ער וויל!! איי  גיי פארשטיי וי קימט אריין די ווערטער פין 

in terms of day-to-day operations of the Congregation  גיי פארשטיי

 איך האלט ער איז אסאך א גרעסער טיפש ווי ראזענוואסער!! ראזענוואסער האט כאטשיג געזאגט אז ער דיסאגריד מיט באראש אבער צי זאגען אז דעס האט באראש געמיינט קאם אן יענקעלע ...

אלזא גייען מיר צוריק צו די סוגי' פון "סטאטוס-קווא" און אויף דעם וועלן מיר דארפן ווארטן צו זעהן וואס דער אפעלעט
קארט וועט פסקענען, איך האלט אז זיי וועלן יא רעכט געבן פאר ריכטער אבראזיא, און לויט דיר וועלן זיי דאס
אפ ווארפן, נו, נזכה ונחי' ונראה, דורכליינענדיג אלע פארפירן פון די זאלונים און פון די אהרונים זעהט מיר אויס
ווי מען זאגט "לעניית דעתי" אז די אהרונים וועלן זיגן, (יא, איך פארשטיי, איך בין באיעסט, אמת,) דו האלסט אין
איין ברענגן ראיות פון פראוויזארישע פסקים פון ווען דאס געריכט האט נאך געהאלטן אז זיי גייען דא מאכן ארדענונג
און זיי וועלן באשליסן דעם קאנפליקט, ווי שפעטער דאס האט זיך פארצויגן, האבן זיי מחליט געווען אז זיי זענען
גאר ווייניג אינטרעסירט זיך צו מישן אין דעם קאנפליקט מיטן אויסרייד אז דאס איז רעלידזשעס, און זייט דעמאלטס
איז מען אלץ אנגעקומען צום פסק אז דאס איז רעלידזשעס און גייטס ווייטער, ס'זעהט אויס אז זיי גייען זיך אין
דעם סכסוך נישט מישן, אגב, האלט איך אז ריכטער ראזענוואסער איז זייער א קליגער מענטש און זיין פסק האט
געהאט זייער אסאך שכל'דיגער תוכן,און פארגעס נישט, די אפעלעט קארט האט נישט אפגעווארפן זיינע סברות
זיי האבן נאר געזאגט (ווי איך האב פריער געשריבן) אז דאס איז רעלידזשעס און אפילו דו ביסט גערעכט קענען 
(אדער ווילן מיר זיך) נישט מישן. און ניין ביסט נישט גערעכט, ער האט נישט געזאגט אז ער איז מחולק מיט באראש,
להיפוך ער האט קלאר געשריבן אז ער איז נישט בכוח מהפך צו זיין ריכטער באראש'ס פסק, נאר ער האט געלערנט
פשט אין באראש פסק און זיין פשט האבן די אפעלעט קארט קיינמאל נישט אפגעווארפן,

כא..כא..כא.. יענקעלע א מסארי דא מיז איך שוין לאכען! איך האב נייעס פאר דיר אלעס ביים אלטען מיינט נישט נאך די גנבה דאס מיינט  the status quo which existed as of July 11, 2005
דא האסטי די עקזעגט קויט ווארט ביי ווארט פין די סטעי וואס מיר האבען באקמען (נישט מער געדאכט) פין די אפאלאט דיוזען אין March 3, 2006 

   the parties, their officers, agents, successors, assigns, or any other person acting on their behalf, are enjoined from changing the status quo which existed as of July 11, 2005, the date this action was commenced, with regard to the management of, and the parties' use of, the subject Congregation's main synagogue and any other assets, including the cemetery property

אוי וויי וויי, מישט דו צוזאם לאקשן מיט פארדייעס, קודם כל ביסטו עפעס אבסעסט מיט ברענגן פראוויזארישע
לאנג אפגעלאפענע פסקים, אבער קענסטו דען נישט ליינען קיין ענגליש?, האבן זיי דען געגעבן עמעצן דעם "סטאטוס-קווא"?
זיי האבן נאר געזאגט אז ביז צום ענדגילטיגן פסק זאל מען גאנישט "טוישן" פון וואס עס איז געווען JULY 1 2005
אלעס זאל ווייטער פארן ווי ביז איצט, נו מיינט דאס אז זיי האבן אייך געגעבן עפעס בעלות, זיי האבן דאס דאך פארבאטן
פאר "ביידע" צדדים, נו, לויט דיר איז קיינער נישט בעל הבית, הא?

איך אגרי  אבער נאר טאמער....

הא!!! I FEEL SOOOOO GOOD... יישר כח חמה ולבבית.

רעד נישט קיין שטיתים באראש האט קיינמאל נישט געזאגט אז  ר' שלמה ווערצבערגער
(שמש) און ר' דוד הערש מערץ איז די סטאטיס קווא! ער האט געזאגט אז די סטאטיס קווא איז די אפיס פין 152 ראדני אין וויבאלד זיי האבען געארבעט דארטען אין יענע צייטען האבען נאר זיי געמעגט פארקפען זיצען וכדמה סהאט גארנישט געהאט מיט זיי סהאט געהאט מיט די אפיס לויט דיר קימט אויס אז שלמה שמש קען יעצט אריין גיין אין ראדני אין פארקפען זיצען? COME ON...


די סוגי' פון סטאטוס-קווא האב איך שוין פריער אויסגעשמיסט, און מיר וועלן דאס לאזן מיט דעם.

ביטע זיי מסביר וואס איז די טשענס יעצט מער ווי נאך רויזנוואסער אין פארוואס

שוין פריער מסביר געווען, שוין פארגעסן? נעבעך...

איך ערווארט אז מיר גייען באקימען א געזינטען סטעי מער ווייניגער וואס אונז האבען באקימען MARCH 3 2006 איך זעה נישט פארוואס נישט אז די האלסט אנדרעש ביטע זיי מסביר פארוואס דעמאלטס יא אין היינט נישט


I DON'T THINK SO, ליסטן, חזער דיר איין מיינע הסברים, איך קען נישט יעדע מינוט דיר איבער חזרן,

לעגאל זעה איך נישט קיין וועג אז ביים סוף זאלען ענק האבען א דריסת הרגל אין דעם בית החיים נאר וואס זאל איך ענק זאגען אונז האב מיר דאך א גרויסען רבי א נעם המידות ער וועט ענק זיכער נישט מאכען קיין פראבלעמען טאמער ענק וועלען זיין וואל

כא... כא... כא... א גיטן פורים...











דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 20:41 לינק ישיר 

יענקעלע פארוואס זאלסטו זיך נישט לערנען פון עקספיריענס נישט פאראויס צו זאגן קיין עתידות?
דערמאן דיך נאר נישט לאנג צוריק,
 קוק נאר דא

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1956984&forum_id=16386

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1960942&forum_id=16386
די בושות פון די פאראויס ווייסער זענען געווען זייער גרויס
אויסער דעם הילכיגן פראסק פון דעם עצם פסק, זעה זאלסט נישט נאכאמאל אויסקוקן ווי דעמאלס
 און טרעף עפעס בעסערע שאנסן פאר די זאליס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 21:00 לינק ישיר 

זיי נישט אזא גרויסער העלד,
איךהאב לעצטענס דורך געליינט מיינע אלע אלטע תגובות,
און וואס זאל איך דיר זאגן,
-איין מינוט, לאמיך מיר א קלאפ טוהן אין די פלייצע,-
אלעס איז געשריבן בטוב טעם ודעת,
אמת, איך האב געשריבן אז דער קארט קען נישט פסקענען לטובת הזאלונים
ווייל דאס איז היפוך פונעם געזעץ,
אבער קיינער האט נישט פאראויס געזעהן אז זיי וועלן בכלל נישט
פסקענען, ווייל נישט פסקענען בכלל איז נישט קיין סעלאשן נאר מאכט נאר
דעם סכסוך פיל ארגער, אבער למעשה האבן זיי יא גענומען דעם מהלך
און אויב גלייבסטו נישט אז דאס האט נאכמער קאמפליצירט דעם סכסוך
געב נאר א פרעג די זאלונים, אצינד שפרינגען זיי אז מען דארף זיך יא מישן,
נו, מען קען נישט טאנצן אויף צוויי חתונות, אדער יא מישן, אדער נישט.

למעשה בין איך מודה, אז עתידות ווייסט נישט קיינער נאר דער כל יכול,
און איך ווייס נישט וואס עס גייט פאסירן,
האבן די זאליס א טשענס צו געווינען?
א וודאי יא!!!
וויפיל פראצענט?
וואס איז די נפקא מינה?
ווען די קויפסט א לאטערי וויפיל פראצענט האסטו צו געווינען?
נעקס טו נאטינג, אמת?
אבער דער געווינער האט אויך נאר געהאט דעם זעלבן נעקסט טו נאטינג פראצענט
און עם כל זה האט ער געווינען,
סא דער פראצענט איז אירעלעווענט.
און אלעס וואס איך שרייב איז נאר לכאורה און בדרך הטבע
וואס איך האף און מיין אז עס גייט זיין,
אבער לב מלכים ושרים ביד השם
און רבות מחשבות בלב איש און ועצת השם היא תקום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 21:22 לינק ישיר 

זיי נישט אזא גרויסער העלד,
איךהאב לעצטענס דורך געליינט מיינע אלע אלטע תגובות,
און וואס זאל איך דיר זאגן,
-איין מינוט, לאמיך מיר א קלאפ טוהן אין די פלייצע,-
אלעס איז געשריבן בטוב טעם ודעת,

כא כא כא פון דיינע אלטע קלוגע תגובות איז נישט דא ווער עס זאל דיר קלאפן אויף די פלייצע
נאר דו אליינס מוזט  עס טוהן, די אפעלאט שופטים האבן נעבעך נישט איינגעזעהן דיין גרויס חכמה
נעבעך.
א סך הכל פון דיינע תגובות איז אז נארמאלערהייט בדרך הטבע גייען די זאליס נישט באקומען
א TRO, און אויב עס וועט זיי געלונגען יא צו באקומען וועסטו מוזן מודה זיין אז עס איז חוץ לדרך הטבע, לאמיר דאס אוועקלייגן און איך האף און איך בין מתפלל אז איך זאל בקרוב קענען זיך אונטערשמייכלן פון דעם פרעדיקשאן דיינע אין פריידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 21:44 לינק ישיר 

ווי אזוי פלעגט מעיאר קאטש צו זאגן?
איף יא אגרי וויט מי 12 אאוט אף 12 טיימס יו מוסט גא טו בעלוויא,
פארשטייסטו?
איך היט נאך אלץ אבאאוט 900
און דאס איז נאך אלץ אסאך בעסער פון אלע זאלונישע פרעדיקשאנס,
פון מיינע אלע פרעדיקשאנס בין איך נאך אלץ גערעכט געווען 9  אאוט אויף 10 מאל,
סא, I AM STILL PROUD OF MYSELF,
א פרעדיקשאן איז ווי א חלום אדער א ווישפול טינקינג,
טאמער ליינסטו פעיפערס פאשטייסטו וואס איך מיין,
סיי ביי פאליטיק, ספורטס, וועטער וכדומה,
קומען ארויס גרויסע מומחים און יעדער פרעדיקט וואס עס גייט זיין,
יא, דער האט פרעדיקטעד אז דזשאליאני גייט געווינען די פרעזידענסי,
דער האט פרעדיקטעס אז די ניו יארק מעטס גייען געוינען די ווארלד סיריעס,
יענער מומחה האט פרעדיקטעד אז דער זומער גייט זיין שרעקליכע היצן,
נו, אזא פנים האבן אלע פרעדיקשאנס,
און אויב נעמסטו אזוי ערענסט אן פרעדיקשאנס,
ביסטו אינעם ראנג וועב בלעטל,

זאג נאר, אויב באקומט איר נישט קיין Preliminary Injunction קען איך
ערווארטן אז דו גרויסער העלד, וועסט מיר א קלאפ טוהן אין די פלייצע,
אדער וועסטו דיר ווייטער טוישן דעם ניק און זיך נישט וויסענדיג מאכן,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 22:01 לינק ישיר 

יענקעלע איך האלט שוין אויף א וועג מיט דיר פון
און אלעס וואס איך שרייב איז נאר לכאורה און בדרך הטבע
זאגסטו שוין יעצט אז
:
א פרעדיקשאן איז ווי א חלום אדער א ווישפול טינקינג,
טאמער ליינסטו פעיפערס פאשטייסטו וואס איך מיין,
סיי ביי פאליטיק, ספורטס, וועטער וכדומה,
קומען ארויס גרויסע מומחים און יעדער פרעדיקט וואס עס גייט זיין,
יא, דער האט פרעדיקטעד אז דזשאליאני גייט געווינען די פרעזידענסי,
דער האט פרעדיקטעס אז די ניו יארק מעטס גייען געוינען די ווארלד סיריעס,
יענער מומחה האט פרעדיקטעד אז דער זומער גייט זיין שרעקליכע היצן,
נו, אזא פנים האבן אלע פרעדיקשאנס,


איך האב נאך ביזדערווייל נאכנישט געמאכט קיין שום פרעדיקשאן לויט קיין איינס פון דיינע פשטים דערין
אבער מיט דעם אלעם אויב מיר באקומען נישט קיין סטעי וועל איך דיר זיכער קלאפן אויף די פלייצע,
(נישט קיין שטארקע, ווייל איל וועל שוין מורא האבן פון דיר)אויב דו וועסט נאך בכלל קוקן אויף מיין זייט.........
אבער איך ערווארט אויך אז אויבפארקערט מיר באקומען יא א סטעי זאלסטו קומען דא ברבים קלאפן
 אין די פלייצע פון YESWECAN
מסכים?.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 22:16 לינק ישיר 

     YEP !!! YOU HAVE A DEAL.
אבער זאג מיר שטילערהייט,
ווען איר גייט פארלירן, אויף וואס פאר ניק נאמען גייסטו טוישן, הא?
דער נאמען יענקעלע בלייבט ווייל זה שמי לעלם, WIN OR LOOSE,
אבער דער העלד און YES WE CAN קומען ארויף נאר נאכדעם ווען
מען איז מחליט אז עס איז צייט צו פארשווינדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 22:21 לינק ישיר 

דיעל געשלאסן צווישן אונז. יעצט דארפן מיר זעהן אז YESWECAN זאל אויך מסכים זיין צום דיעל
נא מסכים?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 06:49 לינק ישיר 

העלד גיי וי די שווארצע פעפער וואקסט יעצט ווען די דעבאטע איז שוין כמאט פארטיג אין מען האלט שוין באלד ביי די קלאסינג סטעטמינטס ריקסט דיך אן יעצט? פיינלי ווען איך האב שוין אויף געבויט א שיינע געביידע ביסטי דא ? ווי ביסטי געווען ביז יעצט ווען איך האב געדארפט אביסל הילף מיט מאכען די RESEARCH אויף באראשס ראוזנוואסער אין די אפאלט דיווזען פסקים!! יענקעלע איך וויל דיך בעטען א פרזענליכע טובה ענטפער נישט העלד גארנישט סאיז פשוט נישט קיין יושר דעס איז א2 א צווי מאן דעבאטע נישט קיין 3

 



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 22/07/2009 6:48:35




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס בעטן א סטעי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.