|
|
| נשלח ב-22/7/2009 08:41 |
|
| |
| יענקעלע11 כתב: |  |
YES WE CAN,
די ערשטע כמעשה'דיג נורמאלע תגובה,
יעצט, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
אדאנק פאר די דברי חיזק
איר זענט געגאנגען אין אפעלעט קארט פאר א preliminary injunction
וואס מיינט אז איר פארלאנגט פון קארט צו געבן א סטעי נאך בעפאר די פריסידינגס,
נאך איידער מען האט אויסגעהערט די צוויי צדדים, און דאס צו קריגן דארף זיין א "עמערדזשענסי"
in order to obtain a preliminary injunction a movant must demonstrate [1]
a likelihood of ultimate success on the merits; [2] irreparable harm unless the injunction is
granted; and [3] that the equities are balanced in its favor
1# די האסט א טעות א preliminary injunction מיינט א רעגלער סטעי אין א עמערדזשענסי סטעי מיינט א עמערדזשענסי סטעי 2# איך מיין אז מען דארף זיך נישט קריגען וואס preliminary injunction מיינט סאיז נישט וויכטיג צי דעם דעבעטע מיין POINT איז נאר אז נאך ראוזנוואסער זענען מיר אויך געגאנגען פאר
preliminary injunction
אין מיר האבען עס באקימען ממילא זעה איך נישט פארוואס יעצט זאל זיין אנדרעש
YES WE CAN, אזוי ווי די פארשפרעכסט אז דו ביסט גרייט אויסצוהערן און ביסט גרייט זיך צו לערנען וועל
איך דיר געבן צו פארשטיין דעם חילוק פון דעם סטעי נאך ריכטער ראזענוואסער ביז צום יעצטיגן סטעי,
א "סטעי" מיינט אז אלעס זאל בלייבן אזוי ווי עס איז געווען פארן קארט, דאס מיינט אז מען זאל גארנישט טוישן
ביז נאך דעם פיינל פסק פונעם אפיעל, ביי ראזענוואסער זענען די אהרונים געגאנגן אין קארט און פארלאנגט מוציא צו זיין די
נכסים פון חזקת הזאלונים און זיי איבער געבן לחזקת הארונים, ראזענוואסער האט טאקע געפסקעט אז רבי בערל פריעדמאן איז דער לעגאלער פרעזידענט און אז די אהרונים זאלן "איבערנעמען" די פירערשאפט פון קהל יטב לב, האבן די זאלונים פארלאנגט א סטעי (וואס אגב איז זיי זייער שווער געווען צו באקומען) און פארלאנגט אז זיי זאלן נאך "בלייבן" די פירער פון קהל יטב לב. אבער דא איז דאך פארקערט, דו זאלונים זענען געגאנגען אין קארט פארלאנגען אז מען זאל זיי געבן בעלות (אדער כאטש א שותפות) אויפן בית החיים דאס מיינט זיי ווילן צו נעמען פון די חזקת הארונים און מען זאל דאס לייגן בחזקת הזאלונים, ריכטערן דעמערעסט האט דאס צוריק געוויזן און דאס נישט נאכגעגעבן, קומען זיי און פארלאנגען א preliminary injunction און מען זאל שוין אצינד תיכף "צו נעמען" בעלות (אדער א חלק פונעם בעלות) פון די אהרונים און דאס זיי געבן, אזא זאך זאך איז זייער נישט מסתבר אז זיי זאלן באקומען, ווייל דאס איז נישט קיין "שב ואל תעשה", דאס איז א "קום ועשה".
פליז זיי מיר מסביר פארוואס נאך רוזאנוואסער זענען מיר געווען מער בעלי בתים ווי היינט די פראבירסט טאקע מיט א שיינע ספין אז דעמאלטס איז געווען שב ואל תעשה אין היינט איז א "קום ועשה איך זעה עס די זעלבע זאך נאך רוזאנוואסער ווי היינט ענק זענען געגאנגען אין געטרענספערט די בית החיים אין רויזנוואסער האט עס אפראווד אין ענק האבען געהאט די דיד זענען מיר געגאנגען בעטען א סטעי אז די בית החיים איז אינזערס איך זעה נישט קיין גרעסערע קום ועשה ווי דעם! איך האלט אז פינקט פארקערט אז דעמאלטס איז געווען אסאך גרעסערע "קום ועשה ווי יעצט דעמאלטס האסטי כאטשיג געהאט א ריכטערס אפראוועל אויפען טרענספער אין היינט האסט עס נישט!! יענקעלע איך האף אז די ביסט נישט ברוגז אז איך ווייז דיר אויף ווי ראנג די ביסט אבער וי נישט וי איז דאך דעס א ערענסטע דעבאטע גלייב מיר איך מיין גארנישט פירסנעל
דאס איז טאקע ענקער פראבלעם, איר קענט נישט אפיעלן דעם דיד ווייל אויף דעם איז נאכנישט דא קיין פסק
און די מיט די סערטיפיקאטן האט איר א מעידזשאר פראבלעם, ווייל IN ORDER דאס געריכט זאל פסקענען אז
מען דארף אנערקענען אייערע סערטיפאקטן זענען זיי געצווינגען אייך צו געבן בעלות און צו פסקענען אז איר זענעט
בארעכטיגט צו פארקויפן סערטיפיקאטן און דאס זענען זיי נישט בארעכטיגט צו זאגן,
קודם כל אין די סערטיפיקיט קעיס בהאנדעלט מען נישט מכאן ולהבא ווער עס קען פארקיפען פין היינט אין ווייטער יענץ האט צי טיען מיט די אמבריזיא קעיס דעס וועט זיך ווענדען ווער סאיז די סטאטיס קווא (אין לשטותך אויב סאיז בכלל דא איינס) אבער לאמיר זאגען אז ענק געווינען אין די אפאלט דייוזען אפהעלס אמבריזיא (אגב וואס איך האלט אז סאיז נישט שייך איך רעד נאר לשטותך) זענען אבער אלע אלטע סערטיפאקטן SAFE ווייל אז דאס געריכט זאל פסקענען אז מען דארף אנערקענען אינזערע סערטיפאקטן דארפען מיר נישט ווייזען קיין בעלות!! ענק וואס ווילען VOIDEN סערטיפאקטן דארפען ווייזען בעלות!! סאיז דאך דא סערטיפאקטן וואס זענען שוין אלט 10 20 אין 30 יאר נאך פאר די מחלקה האט זיך אנגעהאבען! יעצט זיי מיר מסביר וואזי קענען ענק קימען אין מבטל זיין דע קאנטראקטען ווען די אליין ביסט מודה אז די קארט האבען נישט געגעבען פאר קיינעם קיין בעלות?וואזי קען א ספק בעלות מוציא זיין פין א וודאי קאנטראקטען?
לאמיר אביסל צו לייגן דעם ענין וואס דו האסט אזוי ליב צו ערוועינען דאס ווארט "סטאטוס-קווא" וואס איז ארויף
געברענגט געווארן מאנכע מאל אין די פרעסידינגס סיי ביי ריכטער באראש און אזוי ווייטער, און אויף וואס דו
האסט באשלאסן אז איר זאלונים זענט "סטאטוס-קווא" אבער למען האמת איז דאס ביי דעם דאזיגן קעיס זייער
א שווערע סוגי', ווייל געווענדליך ווען דאס געריכט קען נישט באשליסן זאגן זיי אז אלעס זאל בלייבן "סטאטוס-קווא"
וואס מיינט אלעס זאל בלייבן ביים אלטן, אבער דא איז דאס זייער שווער צו פסקענען, ווייל ווי דו זעהסט אונז ביידע
קענען אפילו נישט אגריען וואס ס'איז סטאטוס-קווא, פון ווען הייבט מען דאס אן צו רעכענען, די גאנצע זאך האט זיך
אנגעהויבן מיט די טענה אז דער רבי ז''ל האט ארויס געווארפן רבי בערל פריעדמאן, נו, אויף דעם האט ריכטער
באראש געפסקעט, אז יא, דער רבי האט געהאט א רעכט עהם ארויס צו ווארפן נאר ער איז נישט איבערגעצייגט אז דער
רבי האט עהם טאקע ארויס געווארפן, נו, פון ווען רעכענט מען סטאטוס-קווא, מיר טענה'ן אז פון ווען רבי בערל
איז געווען דער פרעזידענט, און איר טענה'ט אז מען זאל גיין צו די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אז דאס
מיינט סטאטוס-קווא, און גלייב מיר, דער קארט גייט דאס לכאורה נישט באשליסן, די DAY TO DAY OPERATION
אפשר יא, אבער נישט אויף בעלות,
איך פארשטיי האסט א טענה פארוואס מיינט די סטאטוס-קווא פין די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אפשר מיינט עס פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט,?אבער וואס זעל איך טיעןאז סאיז א גזרה מן השמים אין ווען די אפאלט האט געגעבען זייער סטעי נאך רוזןוואסער האבען זיי קלאר געשריבען אז די סטאטיס קווא מיינט פין די צייטען פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אין נישט פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט
אין יענקעלע איך קען שוין קוים ווארטען ווען קארט גייט נאר באשליסען די
DAY TO DAY OPERATION , אבער נישט אויף בעלות,
אלזא גייען מיר צוריק צו די סוגי' פון "סטאטוס-קווא" און אויף דעם וועלן מיר דארפן ווארטן צו זעהן וואס דער אפעלעט
קארט וועט פסקענען, איך האלט אז זיי וועלן יא רעכט געבן פאר ריכטער אבראזיא, און לויט דיר וועלן זיי דאס
אפ ווארפן, נו, נזכה ונחי' ונראה, דורכליינענדיג אלע פארפירן פון די זאלונים און פון די אהרונים זעהט מיר אויס
ווי מען זאגט "לעניית דעתי" אז די אהרונים וועלן זיגן, (יא, איך פארשטיי, איך בין באיעסט, אמת,) דו האלסט אין
איין ברענגן ראיות פון פראוויזארישע פסקים פון ווען דאס געריכט האט נאך געהאלטן אז זיי גייען דא מאכן ארדענונג
און זיי וועלן באשליסן דעם קאנפליקט, ווי שפעטער דאס האט זיך פארצויגן, האבן זיי מחליט געווען אז זיי זענען
גאר ווייניג אינטרעסירט זיך צו מישן אין דעם קאנפליקט מיטן אויסרייד אז דאס איז רעלידזשעס, און זייט דעמאלטס
איז מען אלץ אנגעקומען צום פסק אז דאס איז רעלידזשעס און גייטס ווייטער, ס'זעהט אויס אז זיי גייען זיך אין
דעם סכסוך נישט מישן, אגב, האלט איך אז ריכטער ראזענוואסער איז זייער א קליגער מענטש און זיין פסק האט
געהאט זייער אסאך שכל'דיגער תוכן,און פארגעס נישט, די אפעלעט קארט האט נישט אפגעווארפן זיינע סברות
זיי האבן נאר געזאגט (ווי איך האב פריער געשריבן) אז דאס איז רעלידזשעס און אפילו דו ביסט גערעכט קענען
(אדער ווילן מיר זיך) נישט מישן. און ניין ביסט נישט גערעכט, ער האט נישט געזאגט אז ער איז מחולק מיט באראש,
להיפוך ער האט קלאר געשריבן אז ער איז נישט בכוח מהפך צו זיין ריכטער באראש'ס פסק, נאר ער האט געלערנט
פשט אין באראש פסק און זיין פשט האבן די אפעלעט קארט קיינמאל נישט אפגעווארפן,
א ואדאי האט ער געמיזט שפילען טאמעוואטע עה ..ער זאגט ממש די זעלבע זאך ווי באראש.. ווייל לעגעל קען ער טאקע נישט זאגען אנדרעש ווי באראש אבער קאם אן...קודם לאז מיך רעדען פין דיין סטעטמינט אז ער האט געזאגט ממש ווי באראש! ני לאמיר זען באראש האט קלאר דינייד ענקער מאשען אין נישט אפראוואד די עלעקשען פין בערל פרידמאן אין רוזנוואסער האט געזאגט אז איך אפראוואס עס יא ממש די זעלבע ווי באראש יא?אמת? אין יעצט וועל איך אביסעל רעדען פין זיין טיפשות קודם זאגט אז ער וויל רעדען צים רבין אין וואס די רבי וועט זאגען אזי וועט זיין!!! פארגעס נישט די געים דארף דאך גיין ווייל אזי האט באראש אליין געזאגט ....אין נאכדעם זאגט ער אז יאנקל קאהן קימט מכח די רבי ממילא איז עס גארנישט ווערט ווייל די בארד איז באלאבאס!!.... דעס איז נאר א מיקצית מין המקצית פין די סתירות וואס ער האט געהאט אין זיין פסק!! איך וועל דיר נאך זאגען מער ווען רוזעןוואסער שרייבט ווען אביסעל נארמאלער זיין פסק אין נישט אזי ווילד וואלט עטץ נאך אפשר געהאט א שענס צי געווינען די אפיל אבער ער האט געשריבען אזוי משיגע אז די אפאלאט קארט איז שנעל געווארען א מבין אויף עם סהאט נאר געבעקט פייערד אויף ענק!! די וועלט זאגט א ווערטעל.. מיט וועם מען דרייט זיך אזוי לעבט זיך. ער האט זיך געדרייט מיט די ארונים האט ער געשריבען זיין פסק ווי אן ארוני אין דעס האט ענק באגראבען!! אין ווער געדענקט נישט אין די נאכט פין די לויה פין די ברך משה זכר צדיק לברכה האט מען גענימען רוזינוואסער אין עפעס א בינקער אין ארויס באקימען פין עם א ארדער אז אזוי ווי בערל פרידמאן איז דאך פרעזידענט.. יא יא סאיז טאקע דא א סטעי אבער אזוי סאיז א EMERGENCY ממילא קען נאר ער אנפירען מיט די לויה! אין יעצט לאז מיך דיך פרעגען יענקעלע
האסטי שוין אמאל געהערט אז א ריכטער געט ארויס א ארדער פין עפעס א בינקער אן אויסהערען ביידע צדידים יא אזוי גייט עס ? אבער פיר שנעל אויס... רויזענוואסער איז געווען זייער קליג...
אוי וויי וויי, מישט דו צוזאם לאקשן מיט פארדייעס, קודם כל ביסטו עפעס אבסעסט מיט ברענגן פראוויזארישע
לאנג אפגעלאפענע פסקים, אבער קענסטו דען נישט ליינען קיין ענגליש?, האבן זיי דען געגעבן עמעצן דעם "סטאטוס-קווא"?
זיי האבן נאר געזאגט אז ביז צום ענדגילטיגן פסק זאל מען גאנישט "טוישן" פון וואס עס איז געווען JULY 1 2005
אלעס זאל ווייטער פארן ווי ביז איצט, נו מיינט דאס אז זיי האבן אייך געגעבן עפעס בעלות, זיי האבן דאס דאך פארבאטן
פאר "ביידע" צדדים, נו, לויט דיר איז קיינער נישט בעל הבית, הא?
איך האב דיר שוין געזאגט יענקעלע אז א פסק לויפט קיינמאל נישט אפ אין נאכדערצי ווען די אפאלט האט געגרענט אינזער מאשען אין צירוקגעשעלט די סטאטיס קווא דאס מיינט אז די סטעי איז אריין אין קראפט!! זעסט יענקעלע איך טריי צי זיין נייס סאיז שוין די צווייטע מאל וואס די מאכסט די נארישע סטעטמינט (א אפגעלאפענע פסקים) געדענק האק דיר עס ארויס פין קאפ סאיז נישט דא אזא זאך
אין ביטע זיי מסביר וואס איז די טשענס יעצט מער ווי נאך רויזנוואסער אין פארוואס
יענקעלע אין צים שליס מיז איך דיר זאגען אז סאיז געווען א פלעזיר צי האבען א דעבעט מיט דיר איך מיז דיר זאגען האסט דיך אויפגעפירט אזו האנערבעל גלויב מיר ווען די שטייסט ווען יעצט לעבען מיר וואלט איך דיר געגעבען א גיטען הענד שעק...
אין יעצט וואלט איך דיך געוואלט אויפמארקזאם מאכען אזוי עס איז איינגעפירט אז נאך יעדע דעבאטע איז דא קלאזינג סטעטמינטס פין ביידע קאנדידאטען וואלט איך דיך געוואלט פרעגען צי די ווילסט גיין קודם אדער די ווילסט אז איך זאל גיין קודם? זעסט יענקעלע איך בין נייס איך וויל קודם הערן וואס די ווילסט......
|
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 22/07/2009 8:51:11
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 18:47 |
|
| |
YES WE CAN,
אדאנק פאר די דברי חיזק
נישטא פאר וואס,
1# די האסט א טעות א preliminary injunction מיינט א רעגלער סטעי אין א עמערדזשענסי סטעי מיינט א עמערדזשענסי סטעי 2# איך מיין אז מען דארף זיך נישט קריגען וואס preliminary injunction מיינט סאיז נישט וויכטיג צי דעם דעבעטע מיין POINT איז נאר אז נאך ראוזנוואסער זענען מיר אויך געגאנגען פאר
preliminary injunction
אין מיר האבען עס באקימען ממילא זעה איך נישט פארוואס יעצט זאל זיין אנדרעש
ס'קען זיין אז דו ווייסט וואס עס מיינט א preliminary injunction אבער וואס עס מיינט א "סטעי"
זעהט אויס אז דו ווייסט נישט, און אויב וועסטו דאס משיג זיין וועט דיר פארענטפערט ווערן רוב פון
דיינע קשיות, איך האב דיר קלאר געשריבן וואס עס מיינט און וואס עס פארלאנגט זיך כדי צו באקומען
פון קארט א preliminary injunction קודם כל דארף דער תובע איבערצייגן אז ער האט א גיטן טשענס
סוף כל סוף צו געווינען דעם קעיס, צווייטענס דארף ער איבערצייגן אז דאס איז א עמערדזשענסי וואס אויב
ווארט מען מיטן פסק ביז צום ענדע וועט מען ליידן תוצאות וואס מען קען נישט צוריק דרייען, וואס מיינט
א מעוות לא יוכל לתקן, (למשל: א נפטר וואס מען לייגט ערגעץ אנדערשט, קען מען נישט צוריק דרייען אויב
געווינט מען שפעטער דעם קעיס), דריטענס דארף דער תובע איבערצייגן אז אויב באקומט ער נישט דעם
סטעי איז "זיין" שאדן גרעסער פון דעם שאדן פונעם נתבע אויב מען גיט "יא" דעם סטעי,
אצינד וועלן מיר דאס צולייגן אויף קליין געלט, לדעתי האבן די זאליס שוין ביים ערשטן תנאי אויגעסטרייקט,
ווייל ווי שוין געשריבן האבן זיי א גאר שוואכן טשענס צו געווינען אן ענטגילטיגן פסק לטובתם, ווייל וויאזוי
מען וויל נאר דרייען די פאקטן איז מען געצווינגען צו צוקומען צו רעלידזשעס און ווער עס איז רבי און וואס דעם
רבי'נס רצון איז, דער צווייטער תנאי איז אויך דא נישט שייך, ווייל כולי עלמא מודים אז די אישו איז נאר געלט,
און מיט געלט (אויב איז מען א מעמבער) קען מען ליגן אין בית החיים, נו, געלט קען אלץ צוריק גיין, און דאס
איז נישט קיין irreparable harm דאס איז געווען דער מיינונג פון ריכטערן דעמערעסט ווען זי האט באשלאסן
אראפ צו נעמען איר "פראוויזארישן" TRO, דער דריטער תנאי איז יא שייך דא, ווייל די זאליס פארלאנגען נישט
אז די אהרונים זאלן "נישט" קענען ניצן דעם בית החיים נאר זיי פארלאנגען אז זיי זאלן דאס "אויך" קענען ניצן,
איז דאך זייער שאדן ביים נישט באקומען דעם סטעי פיל גרעסער פון דעם אהרונים שאדן אויב גיט מען יא א סטעי,
על כל פנים די ערשטע צוויי תנאים איז דא נישט שייך ועל כן האלט איך אז זיי וועלן דאס נישט באקומען.
פליז זיי מיר מסביר פארוואס נאך רוזאנוואסער זענען מיר געווען מער בעלי בתים ווי היינט די פראבירסט טאקע מיט א שיינע ספין אז דעמאלטס איז געווען שב ואל תעשה אין היינט איז א "קום ועשה איך זעה עס די זעלבע זאך נאך רוזאנוואסער ווי היינט ענק זענען געגאנגען אין געטרענספערט די בית החיים אין רויזנוואסער האט עס אפראווד אין ענק האבען געהאט די דיד זענען מיר געגאנגען בעטען א סטעי אז די בית החיים איז אינזערס איך זעה נישט קיין גרעסערע קום ועשה ווי דעם! איך האלט אז פינקט פארקערט אז דעמאלטס איז געווען אסאך גרעסערע "קום ועשה ווי יעצט דעמאלטס האסטי כאטשיג געהאט א ריכטערס אפראוועל אויפען טרענספער אין היינט האסט עס נישט!! יענקעלע איך האף אז די ביסט נישט ברוגז אז איך ווייז דיר אויף ווי ראנג די ביסט אבער וי נישט וי איז דאך דעס א ערענסטע דעבאטע גלייב מיר איך מיין גארנישט פירסנעל
איך פיל מיך ווי א טעיפ-רעקארדער, וואס שפילט איבער דעם זעלבן ניגון נאכאמאל און נאכאמאל, און איך האלט נישט
אז נאך איבער חזר'ן נאכאמאל וועסטו דאס יא כאפן, ווייל פשוט, מיט א זאלונישער IQ איז זייער שווער צו פארשטיין
אפילו א פשוטער שכלדיגער סטעיטמענטס, אבער למען כבודך וועל איך דאס נאך איינמאל פראבירן ואולי יחוס,
דו מישט ווייטער צוזאם א סטעי מיט אן פסק, ראזענוואסער האט געשריבן א "פסק" בנוגע דעם דיד און דער אפעלעט
קארט האט דאס צוריק געדרייט, נו ביי א פיינעל פסק איז נישט שייך די דריי תנאים וואס איך האב געשריבן, א פסק
איז א פסק, און זעלבסטפארשטענדליך אז איין צד האט געווענדליך שאדן ביי א פסק, ס'דארף נישט זיין קיין מעוות
לא יוכל לתקן, ווייל דאס איז דאך א פיינעל פסק, די גאנצע סברה פון שב ואל תעשה (וואס דאס איז די טייטש פון
א "סטעי") און קום ועשה איז נישט שייך ביי א פיינעל פסק, אצינד אז דו האסט שוין דעם שליסל פראביר נאכאמאל
צו ליינען מיין תגובה, און וועסטו זעהן אז ס'איז אזוי קלאר און דייטליך פשוט קילורין לעינים, און אויב נאך אלעמען
וועסטו נאך אלץ נישט פארשטיין, פיל איך סארי פאר דיר ווייל ס'איז אין תרופה למכתך,
קודם כל אין די סערטיפיקיט קעיס בהאנדעלט מען נישט מכאן ולהבא ווער עס קען פארקיפען פין היינט אין ווייטער יענץ האט צי טיען מיט די אמבריזיא קעיס דעס וועט זיך ווענדען ווער סאיז די סטאטיס קווא (אין לשטותך אויב סאיז בכלל דא איינס) אבער לאמיר זאגען אז ענק געווינען אין די אפאלט דייוזען אפהעלס אמבריזיא (אגב וואס איך האלט אז סאיז נישט שייך איך רעד נאר לשטותך) זענען אבער אלע אלטע סערטיפאקטן SAFE ווייל אז דאס געריכט זאל פסקענען אז מען דארף אנערקענען אינזערע סערטיפאקטן דארפען מיר נישט ווייזען קיין בעלות!! ענק וואס ווילען VOIDEN סערטיפאקטן דארפען ווייזען בעלות!! סאיז דאך דא סערטיפאקטן וואס זענען שוין אלט 10 20 אין 30 יאר נאך פאר די מחלקה האט זיך אנגעהאבען! יעצט זיי מיר מסביר וואזי קענען ענק קימען אין מבטל זיין דע קאנטראקטען ווען די אליין ביסט מודה אז די קארט האבען נישט געגעבען פאר קיינעם קיין בעלות?וואזי קען א ספק בעלות מוציא זיין פין א וודאי קאנטראקטען?
מען איז נישט דן דא אויף די אלטע סערטיפיקאטן, וואס די אהרונים שרייבן קלאר אז זיי נעמען אן, (זעלבסט
פארשטענדליך אויב די אישו פון מעמבערשיפ איז באשטעטיגט, וואס אין דעם קען דער קארט נישט אריין רעדן,
ווייל דאס איז PURE רעליגיע), דער גאנצער דין ודברים איז אויף נייע סערטיפיקאטן וואס די יאנקל כהנא גרופע
האבן אנגעהויבן צו ניצן די לעצטע פאר יאר, וואס לויט די אהרונים זענען זיי דאס נישט בארעכטיגט צו ניצן
נאר אויב זיי באקומען בעלות, און דאס האט דער קארט שוין באשטעטיגט אז בעלות קענען זיי נישט געבן פאר
קיין שום צד, סא, איז זייער פשוט, די אלטע חברה קדישא סערטיפיקאטן און די יעצטיגע סערטיפיקאטן וואס ווערן
ווייטער פארקויפט דורך די חברה קדישא וועט מען געוויס ווייטער אנעמען, ווייל דאס איז נישט קיין טויש פון ביז יעצט
אבער צו באשטעטיגן די נייע סערטיפיקאטן פון די זאלונים איז פשוט אז דער געריכט איז נישט ביכולת דאס צו
באשטעטיגן אן זיי געבן בעלות און דאס איז נישט מעגליך,
איך פארשטיי האסט א טענה פארוואס מיינט די סטאטוס-קווא פין די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אפשר מיינט עס פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט,?אבער וואס זעל איך טיעןאז סאיז א גזרה מן השמים אין ווען די אפאלט האט געגעבען זייער סטעי נאך רוזןוואסער האבען זיי קלאר געשריבען אז די סטאטיס קווא מיינט פין די צייטען פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אין נישט פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט
אין יענקעלע איך קען שוין קוים ווארטען ווען קארט גייט נאר באשליסען די
DAY TO DAY OPERATION , אבער נישט אויף בעלות,
ווידער, נעם אריין אין קאפ דעם חילוק פון א פסק צו א סטעי, א סטעי מיינט זאלסט דיך ווייטער פירן ווי דו האסט
דיך געפירט ביז צום אנקומען אין קארט, מאך נישט קיין שום שינוים ביז נאך דעם ענטגילטיגן פסק, און בשעת'ן קומען
אין קארט איז דאך יאנקל כהנא/שאול פערלשטיין געעוען ביים רודער האט דער קארט געזאגט אז ביז נאכן פסק
זאל דאס ווייטער זיין אזוי, אבער אויב ווילסטו א "פסק" פון "סטאטוס-קווא" דארף דער קארט צוריק גיין ביז פארן
סכסוך און נישט ביז צום אנהייב פונעם קארט, והדברים פשוטים מאוד, (פאר א נארמאלן מענטש...).
א ואדאי האט ער געמיזט שפילען טאמעוואטע עה ..ער זאגט ממש די זעלבע זאך ווי באראש.. ווייל לעגעל קען ער טאקע נישט זאגען אנדרעש ווי באראש אבער קאם אן...קודם לאז מיך רעדען פין דיין סטעטמינט אז ער האט געזאגט ממש ווי באראש! ני לאמיר זען באראש האט קלאר דינייד ענקער מאשען אין נישט אפראוואד די עלעקשען פין בערל פרידמאן אין רוזנוואסער האט געזאגט אז איך אפראוואס עס יא ממש די זעלבע ווי באראש יא?אמת? אין יעצט וועל איך אביסעל רעדען פין זיין טיפשות קודם זאגט אז ער וויל רעדען צים רבין אין וואס די רבי וועט זאגען אזי וועט זיין!!! פארגעס נישט די געים דארף דאך גיין ווייל אזי האט באראש אליין געזאגט ....אין נאכדעם זאגט ער אז יאנקל קאהן קימט מכח די רבי ממילא איז עס גארנישט ווערט ווייל די בארד איז באלאבאס!!.... דעס איז נאר א מיקצית מין המקצית פין די סתירות וואס ער האט געהאט אין זיין פסק!! איך וועל דיר נאך זאגען מער ווען רוזעןוואסער שרייבט ווען אביסעל נארמאלער זיין פסק אין נישט אזי ווילד וואלט עטץ נאך אפשר געהאט א שענס צי געווינען די אפיל אבער ער האט געשריבען אזוי משיגע אז די אפאלאט קארט איז שנעל געווארען א מבין אויף עם סהאט נאר געבעקט פייערד אויף ענק!! די וועלט זאגט א ווערטעל.. מיט וועם מען דרייט זיך אזוי לעבט זיך. ער האט זיך געדרייט מיט די ארונים האט ער געשריבען זיין פסק ווי אן ארוני אין דעס האט ענק באגראבען!! אין ווער געדענקט נישט אין די נאכט פין די לויה פין די ברך משה זכר צדיק לברכה האט מען גענימען רוזינוואסער אין עפעס א בינקער אין ארויס באקימען פין עם א ארדער אז אזוי ווי בערל פרידמאן איז דאך פרעזידענט.. יא יא סאיז טאקע דא א סטעי אבער אזוי סאיז א EMERGENCY ממילא קען נאר ער אנפירען מיט די לויה! אין יעצט לאז מיך דיך פרעגען יענקעלע
האסטי שוין אמאל געהערט אז א ריכטער געט ארויס א ארדער פין עפעס א בינקער אן אויסהערען ביידע צדידים יא אזוי גייט עס ? אבער פיר שנעל אויס... רויזענוואסער איז געווען זייער קליג...
אלל-רייט, איך בין נישט גרייט צו פירן מיט דיר א וויכוח איבער ריכטער ראזענוואסער'ס פיקחות, אבער ווער עס האט
דורך געליינט זיין פסק און דעם אפעלעט קארט'ס פסק ווי זיי האבן דאס איבערגעדרייט, דארף מודה זיין אז ריכטער
ראזענואסער איז א חכם מחוכם, יעדער איז מודה ובתוכם אני הקטן אז ריכטער ראזענוואסער האט זייער שטארק
געוואלט געבן פאר די אהרונים א געווינס, און האבענדיג באראש'ס פסק פאר זיך האט ער נישט געקענט מחולק זיין
מיט עהם, ער איז נאר געגאנגען מיט איין טריט ווייטער, ער האט געהאלטן אז געבן "בעלות" פאר רבי בערל פריעדמאן
בתורת "סטאטאס-קווא" הייסט נישט אריין געמישט, און דער אפעלעט קארט האט געזאגט אז געבן בעלות פאר
איין צד הייסט שוין אריין געמישט. און דאס איז טאקע דער פראסק וואס די זאלונים באקומען פון קארט נאך קארט,
זיי ווילן "בעלות" אלץ סטאטוס-קווא, און אויב געט מען בעלות אלץ סטאטוס-קווא קומט צוריק ראזענוואסערס פסק,
דער אפעלעט געריכט האט דאס דאך נישט אפגעוארפן נאר געטענה'ט אז דאס הייסט אויך געמישט, דו''ק ותשכח.
איך האב דיר שוין געזאגט יענקעלע אז א פסק לויפט קיינמאל נישט אפ אין נאכדערצי ווען די אפאלט האט געגרענט אינזער מאשען אין צירוקגעשעלט די סטאטיס קווא דאס מיינט אז די סטעי איז אריין אין קראפט!! זעסט יענקעלע איך טריי צי זיין נייס סאיז שוין די צווייטע מאל וואס די מאכסט די נארישע סטעטמינט (א אפגעלאפענע פסקים) געדענק האק דיר עס ארויס פין קאפ סאיז נישט דא אזא זאך
אלזא, א פסק לויפט טאקע נישט אפ, אבער א סטעי איז נאר ביז צום ענטגילטיגן פסק, און דאן איז אלעס בטל
ומבוטל און נאר דער געשריבענער פיינעל פסק איז גילטיג, YOU DON'T LIKE IT?, איז , TOO BAD !!! . סארי.
אין ביטע זיי מסביר וואס איז די טשענס יעצט מער ווי נאך רויזנוואסער אין פארוואס
HO NO, נישט נאכאמאל, HERE YOU GO AGAIN,
יענקעלע אין צים שליס מיז איך דיר זאגען אז סאיז געווען א פלעזיר צי האבען א דעבעט מיט דיר איך מיז דיר זאגען האסט דיך אויפגעפירט אזו האנערבעל גלויב מיר ווען די שטייסט ווען יעצט לעבען מיר וואלט איך דיר געגעבען א גיטען הענד שעק...
אין יעצט וואלט איך דיך געוואלט אויפמארקזאם מאכען אזוי עס איז איינגעפירט אז נאך יעדע דעבאטע איז דא קלאזינג סטעטמינטס פין ביידע קאנדידאטען וואלט איך דיך געוואלט פרעגען צי די ווילסט גיין קודם אדער די ווילסט אז איך זאל גיין קודם? זעסט יענקעלע איך בין נייס איך וויל קודם הערן וואס די ווילסט......
אויב ביסטו גרייט פאר א קלאזינג סטעיטמענט, BE MY GUEST,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 22:45 |
|
| |
CORRECTION
איך דארף דא קאריגירן איין פוינט וואס איך האב געשריבן אז אויפן דריטען תנאי צו באקומען א
preliminary injunction האב איך געשריבן אז:
דער דריטער תנאי איז יא שייך דא, ווייל די זאליס פארלאנגען נישט
אז די אהרונים זאלן "נישט" קענען ניצן דעם בית החיים נאר זיי פארלאנגען אז זיי זאלן דאס "אויך" קענען ניצן,
איז דאך זייער שאדן ביים נישט באקומען דעם סטעי פיל גרעסער פון דעם אהרונים שאדן אויב גיט מען יא א סטעי,
האט מען מיך מעורר געווען אז דאס איז אויך נישט אזוי זיכער, ווייל די זאליס פארלאנגען פונעם געריכט אז
מען זאל באשטעטיגן צו קענען באערדיגן אין קרית יואל'ער בית החיים סיי וועמען זיי ווילן און קיינער זאל זיי
נישט קענען צוריק האלטן, און דאס קען זיין א irreparable harm וואס מיינט א מעוות לא יוכל לתקן,
ווייל אויב באשליסן די זאליס דארט צו באערדיגן למשל (הער אויף צו שרייען, איך האב נאר געשריבן למשל...)
א ציוני אדער גאר א מחלל שבת, איז לויט די זאליס פארלאנג, קען זיי קיינער נישט שטערן דאס אדורך צו פירן,
נישט קיין סאטמארער רבי און נישט קיין שום דיין, קיינער קיינער זאל דאס נישט קענען שטערן, און אויב געט זיי
דער געריכט נאך דעם preliminary injunction ווי זיי פארלאנגען, איז דאס שוין גאר א irreparable harm ווייל
נאכן באערדיגן איז שוין נישט שייך ארויס צו נעמען, איז על כן למעשה זייער שאדן אויב געט מען "נישט" נאך דעם
preliminary injunction בכלל נישט אזוי גרויס ווייל אפילו לויט זייערע טענות איז די גאנצע אישו נאר געלט און
געלט קען צוריק גיין, אבער אויב וועלן זיי עווענטועל פארלירן דעם פיינעל פסק און ביני לביני וועלן זיי האבן
דארט באערדיגט נפטרים וואס באלאנגען נישט דארט, דאס קען מען שוין נישט צוריק ציען,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2009 23:21 |
|
| |
| יענקעלע11 כתב: |  |
איך פיל מיך ווי א טעיפ-רעקארדער, וואס שפילט איבער דעם זעלבן ניגון נאכאמאל און נאכאמאל, און איך האלט נישט
אז נאך איבער חזר'ן נאכאמאל וועסטו דאס יא כאפן, ווייל פשוט, מיט א זאלונישער IQ איז זייער שווער צו פארשטיין
אפילו א פשוטער שכלדיגער סטעיטמענטס, אבער למען כבודך וועל איך דאס נאך איינמאל פראבירן ואולי יחוס,
דו מישט ווייטער צוזאם א סטעי מיט אן פסק, ראזענוואסער האט געשריבן א "פסק" בנוגע דעם דיד און דער אפעלעט
קארט האט דאס צוריק געדרייט נו ביי א פיינעל פסק איז נישט שייך די דריי תנאים וואס איך האב געשריבן, א פסק
איז א פסק, און זעלבסטפארשטענדליך אז איין צד האט געווענדליך שאדן ביי א פסק, ס'דארף נישט זיין קיין מעוות
לא יוכל לתקן, ווייל דאס איז דאך א פיינעל פסק, די גאנצע סברה פון שב ואל תעשה (וואס דאס איז די טייטש פון
א "סטעי") און קום ועשה איז נישט שייך ביי א פיינעל פסק, אצינד אז דו האסט שוין דעם שליסל פראביר נאכאמאל
צו ליינען מיין תגובה, און וועסטו זעהן אז ס'איז אזוי קלאר און דייטליך פשוט קילורין לעינים, און אויב נאך אלעמען
וועסטו נאך אלץ נישט פארשטיין, פיל איך סארי פאר דיר ווייל ס'איז אין תרופה למכתך,
איך מיש נישט אויס א סטעי מיט א מיט א פסק איך רעד פין די סטעי וואס מיר האבען באקימען נאך רוזענוואסער וואס דארט איז יא שייך געווען די דריי תנאים איך רעד נישט פין די פיינעל פסק פין ווען די אפאלט האט צירוקגעדרייט וואס דעמאלטס איז טאקע נישט שייך די דריי תנאים אלזוי יענקעלע איך וועל פריבירען נאך איין מאל !ביטע זיי מסביר פארוואס נאך ראוזנוואסערס פסק ווען אינז זענען געגאנגען פאר א סטעי האבען מיר יא געמיט די דריי תנאים והא ראי/ אז אינז האבען באקימען א סטעי אין היינט MEATEN מיר נישט די דריי תנאים אין אויף אייןוועגס זיי שוין נייס אין ביטע זיי מסביר פארוואס היינט ווען ענק האבען די דיד פין די בית החיים אין איך גיי פאר א סטעי בין איך א קים ועשה אין דעמאלטס נאך ראזנוואסער ווען ענק האבען געהאט די דיד פין די בית החיים אין איך בין געגאנגען פאר א סטעי אין איך האב עס באקימען בין איך געווען א שב ואל תעשה
,
מען איז נישט דן דא אויף די אלטע סערטיפיקאטן, וואס די אהרונים שרייבן קלאר אז זיי נעמען אן, (זעלבסט
פארשטענדליך אויב די אישו פון מעמבערשיפ איז באשטעטיגט, וואס אין דעם קען דער קארט נישט אריין רעדן,
ווייל דאס איז PURE רעליגיע),
די ארונים נעמען עס יא אן נעמען עס נישט אן ווער פרעגט זיי? איך האב דיר פריער געפרעגט די קשיא אבער די האסט מיר נישט גענטפערט ממילא וועל איך עס ענטפערען! יענקעלע נעם דיר עס אריין אין קאפ לאמיר זאגען אז ענק געווינען אין די אפאלט דייוזען אפהעלס אמבריזיא (אגב וואס איך האלט אז סאיז נישט שייך איך רעד נאר לשטותך) זענען אבער אלע אלטע סערטיפאקטן SAFE ווייל אז דאס געריכט זאל פסקענען אז מען דארף אנערקענען אינזערע סערטיפאקטן דארפען מיר נישט ווייזען קיין בעלות!! ענק וואס ווילען VOIDEN סערטיפאקטן דארפען ווייזען בעלות!! סאיז דאך דא סערטיפאקטן וואס זענען שוין אלט 10 20 אין 30 יאר נאך פאר די מחלקה האט זיך אנגעהאבען! יעצט זיי מיר מסביר וואזי קענען ענק קימען אין מבטל זיין דע קאנטראקטען ווען די אליין ביסט מודה אז די קארט האבען נישט געגעבען פאר קיינעם קיין בעלות?וואזי קען א ספק בעלות מוציא זיין פין א וודאי קאנטראקטען?
דער גאנצער דין ודברים איז אויף נייע סערטיפיקאטן וואס די יאנקל כהנא גרופע
האבן אנגעהויבן צו ניצן די לעצטע פאר יאר, וואס לויט די אהרונים זענען זיי דאס נישט בארעכטיגט צו ניצן
נאר אויב זיי באקומען בעלות, און דאס האט דער קארט שוין באשטעטיגט אז בעלות קענען זיי נישט געבן פאר
קיין שום צד, סא, איז זייער פשוט, די אלטע חברה קדישא סערטיפיקאטן און די יעצטיגע סערטיפיקאטן וואס ווערן
ווייטער פארקויפט דורך די חברה קדישא וועט מען געוויס ווייטער אנעמען, ווייל דאס איז נישט קיין טויש פון ביז יעצט
אבער צו באשטעטיגן די נייע סערטיפיקאטן פון די זאלונים איז פשוט אז דער געריכט איז נישט ביכולת דאס צו
באשטעטיגן אן זיי געבן בעלות און דאס איז נישט מעגליך,
זאג נאר קיש וואלי יאנקעל קאהן מרדכי דוד ווידער ספרא שפילמאן ועוד.. זענען אויך פין די נייע סערטיפיקאטן וואס די יאנקל כהנא גרופע האבן אנגעהויבן צו ניצן די לעצטע פאר יאר הא? אדער דעס עיז שוין אלט 20 יאר וואס ענק ווילען מבטל זיין
יענקעלע איך וייס נישט צי די מאכסט דיך סתם תאמעוואטע אדער די ביסט פלען ברען דעד....
ווידער, נעם אריין אין קאפ דעם חילוק פון א פסק צו א סטעי, א סטעי מיינט זאלסט דיך ווייטער פירן ווי דו האסט
דיך געפירט ביז צום אנקומען אין קארט, מאך נישט קיין שום שינוים ביז נאך דעם ענטגילטיגן פסק, און בשעת'ן קומען
אין קארט איז דאך יאנקל כהנא/שאול פערלשטיין געעוען ביים רודער האט דער קארט געזאגט אז ביז נאכן פסק
זאל דאס ווייטער זיין אזוי, אבער אויב ווילסטו א "פסק" פון "סטאטוס-קווא" דארף דער קארט צוריק גיין ביז פארן
סכסוך און נישט ביז צום אנהייב פונעם קארט, והדברים פשוטים מאוד, (פאר א נארמאלן מענטש...).
אהא סא די האלסט טאקע אז די DATE פין די די סטאטיס קווא וואס אינז האבען באקימען ביי די סטעי אין סטאטיס קווא וואס אינז האבען באקימען ביי די פיינעל פסק זענען צווי אנדערע DATES ? נעבעך נעבעך.....
אלל-רייט, איך בין נישט גרייט צו פירן מיט דיר א וויכוח איבער ריכטער ראזענוואסער'ס פיקחות, אבער ווער עס האט
דורך געליינט זיין פסק און דעם אפעלעט קארט'ס פסק ווי זיי האבן דאס איבערגעדרייט, דארף מודה זיין אז ריכטער
ראזענואסער איז א חכם מחוכם, יעדער איז מודה ובתוכם אני הקטן אז ריכטער ראזענוואסער האט זייער שטארק
געוואלט געבן פאר די אהרונים א געווינס, און האבענדיג באראש'ס פסק פאר זיך האט ער נישט געקענט מחולק זיין
מיט עהם, ער איז נאר געגאנגען מיט איין טריט ווייטער, ער האט געהאלטן אז געבן "בעלות" פאר רבי בערל פריעדמאן
בתורת "סטאטאס-קווא" הייסט נישט אריין געמישט, און דער אפעלעט קארט האט געזאגט אז געבן בעלות פאר
איין צד הייסט שוין אריין געמישט. און דאס איז טאקע דער פראסק וואס די זאלונים באקומען פון קארט נאך קארט,
זיי ווילן "בעלות" אלץ סטאטוס-קווא, און אויב געט מען בעלות אלץ סטאטוס-קווא קומט צוריק ראזענוואסערס פסק,
דער אפעלעט געריכט האט דאס דאך נישט אפגעוארפן נאר געטענה'ט אז דאס הייסט אויך געמישט, דו''ק ותשכח.
יענקעלע איך האב נייעס פאר דיר איך האב ציגהערט צי דיין עדווייס עס אללוועס...אין איך האב געטיען דעם דו''ק ותשכח אין געס וואט איך האב געטראפען! רוזינוואסער האט קיינמאל נישט געגעבן "בעלות" פאר רבי בערל פריעדמאן בתורת "סטאטאס-קווא" ער האט עס געגעבען בתרות בעלות אין ער שרייבט קלאר אז אזוי מיר האבען נישט געטשעלענשט ענקער עלעקשען ממילא איז בערל פרידמאן פרעזידענט אין ער האט אפראוועד ענקער עלעקשען וואס דאס איז קלאר פארקערט ווי באראש וואס האט נישט אפפראוואד ענקער עלעקשען אין פארדעם האט עס די אפאלט אפגעווארפען ווייל זיי האבען געהאלטען אז מען קען נישט געבען פאר קיינעם קיין בעלות מכח פרעזידענט פין קהל יטב לב אזוי ראזזעןוואסער האט געטיען! אבער געבען בעלות מכח סטאטיס קווא האבען זיי קלאר געהאלטעו אז מען קען יא אין פארדעם האבען זיי טאקע צירוקגעלייגט די בית החיים צי יאנקעל קאהן אין שאול פערעלשטיין
אלזא, א פסק לויפט טאקע נישט אפ, אבער א סטעי איז נאר ביז צום ענטגילטיגן פסק, און דאן איז אלעס בטל
ומבוטל און נאר דער געשריבענער פיינעל פסק איז גילטיג, YOU DON'T LIKE IT?, איז , TOO BAD !!! . סארי.
כא..כא.. איי העב בעד ניויס פאר דיר! דא זאגט אבער די סטעי מיט די פיינעל פסק די זעלבע אז? פיר אויס......
|
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 24/07/2009 23:24:16
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2009 20:51 |
|
| |
לויט ווי איך זעה, האסטו נישט קיין שום השגה וואס מען אפיעלט און וואס מען פארלאנגט פונעם אפעלעט, דו האסט זיכער נישט געליינט די פעיפערס וואס די זאליס האבן אריין געגעבן פארן אפעלעט קארט, דערפאר רעדסטו פאר פייער און וואסער, לאמיר פראבירן שטאטעלעך, ביטע שרייב וואס די זאליס אפיעלן אצינד און פון דארט וועלן מיר שטאטעלעך ווייטער גיין, ביטע שרייב נישט קיין דרשות און הסברים, נאר קלאר א פראגע און ענטפער סעשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2009 21:31 |
|
| |
יענקעלע ווען ער ווייסט ווען די תירוץ אויף דיין קשיא וואלט ער דאך ניטאמאל אנגעהויבען די דיסקאשען,
ער שרייבט דאך נאר ווייל ער ווייסט נישט וואס דא טוט זיך און צו שרייבען הוילע פאנטאזיעס מוז מען דאך נישט גארנישט וויסען.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 01:09 |
|
| |
יענקעלע ! אזוי אלע וואס האלטען מיט די דעבעטע אין די אליין זעסט שוין איין אז די האסט פארלארען די דעבעטע ממילא ווילסטי יעצט אז איך נאכאמאל אנהייבען די דיבעט פין אנפאנג מיט זאגען (לאמיר פראבירן שטאטעלעך, ביטע שרייב וואס
די זאליס אפיעלן אצינד און פון דארט וועלן מיר שטאטעלעך ווייטער גיין, ביטע שרייב
נישט קיין דרשות און הסברים, נאר קלאר א פראגע און ענטפער סעשן.) ניין יענקעלע די האסט גאהאט דיין טשענס ענד יוי מיסט די בויט...קענסטי מיר ענטפערען דע אלע אים פארענטפערטע קשיות וואס איך האב דיך געפרעגט אין קיינמאל נישט באקימען קיין ענטפער איז גיט אין אז נישט גיי איך שוין צי די קלאזינג סטעטמינטס!
דא האסטי די א LIST פין מיינע קשיות וואס איך האב נאך קיינמאל נישט באקימען א ענטפער
=====================================================================
דו ברענגסט אראפ א פסק פונעם קארט אויף א קעיס וואס איז שוין לאנג דערנאך,
געב נאר א קיק אויפן דאטום פון יענעם פסק, הא?
זאג נאר יענקעלע ווי אלט ביסטי איז דען שייך אז א פסק פין קארט זאל עקספיירען ? וואס מיינסטי צי זאגען )מיט דאס לאנג דערנאך)
=====================================================================
לאמיר אביסל צולייגן די היסטאריע פונעם קעיס אנגעהויבן מיטן הויעך געשעצטן
ריכטער באראש וואס לויט אייער ווערסיע האט איר עהם געהאט אין טאש,
און פון דארט וועלן מיר גיין ווייטער,
ס'איז אמת ויציב אז דער ריכטער באראש האט אייך געוואלט געבן א זיג,
און נישט נאר סתם געוואלט, ער האט זייער זייער שטארק געוואלט,
די אהרונים האט געהאט איינעם וואס האט זיך זייער שטארק מתחצף געווען פאר עהם
און ער האט פשוט געהאט א שטארקן אינטערעס אריין צו פליקן די צד הארונים,
דער פראבלעם איז אבער געווען אז לויט די טענות און לויטן געזעץ זענען די אהרונים געווען
פאלקאם גערעכט,
וואס גערעכט ווען גערעכט אפילו די דיסטינט ריכטער סמיט פין די אלבני געריכט וואס ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאלטען אז קארט קען זיך יא מישען אין ער האט געזאגט אז אפילו ווען מען שיקט עס צירוק צי די LOWER קארט דן צי זיין ווער עס איז פרעזידענט זעט ער נישט וואזוי בערל פרידמאן איז פרעזידענט ער לאכט אפ פין ענקערע דימיונות אין טענות
=====================================================================
רבי איז בעל הבית און דאס איז רעליגיע, און דערנאך אז דער קארט זאל פסקענען אז יאנקל כהנא
מיט שאול זענען פרעזידענטן, נו, דאס האבן זיי אייך נישט געקענט געבן ווייל דאס איז דאך א סתירה,
אויב קענען זיי זאגן ווער עס איז פרעזידענט דאן זענען זיי געצווינגען צו באשטעטיגן רבי בערל אלץ פרעזידענט,
און אויב איז דאס רעליגיע קענען זיי דאך נישט זאגן ווער עס איז פרעזידענט.
וואס? ער קען נישט האט דער שופט געזאגט ? ער האט 2 מאל געזאגט אין 2 באזינדערע פלעצער אין די פסק אז ער קען יא זאגען אין ער וועט יא זאגען ווער סאיז פרעזידענט אויב די רבי אדער די רליגעזע קערפערשארפט פין די קהילה וועט זאגען וואס ער וויל דא האסטי לייען As the Grand Rebbe has not given any indication of his wishes to the contrary, the Court leaves intact the status quo in terms of day-to-day operations of the Congregation and its institutions until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise.
נא סאיז א געוואלדגע סתירה מען רעד פין די רבי איז דיך עס א רעליגיעזע אישו דארף ער דא סטאפען נא שא..שא..מען דארף זיין שטיל דרך ארץ ? ניין אבער ער גייט וויטער אין זאגט until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise דאס מיינט אפילו ווען מען רעד פין די רבי איז עס קלאר נישט רעליגיעזע אישו אז ער קען יא זאגען אין ער וועט יא זאגען ווער סאיז פרעזידענט אויב די רבי אדער די רליגעזע קערפערשארפט פין די קהילה וועט זאגען וואס ער וויל ! יענקעלע האסט צווי אפשענס אדער גיי ווייטער פארקויף דיינע לאקשען פאר די קיוען אדער פרעג מיך אפ באט יוי בעטטער קאם אף מיט סאמטיג בעטטער
=====================================================================
אבער למעשה האבן די אפעלעט קארט ריכטער גענומען THE EASY WAY OUT, און איבערגעדרייט
ריכטער ראזענוואסער'ס פסק און געשריגן שב ואל תעשה מיר מישן זיך נישט, און מיר טוישן נישט גארנישט
דאס איס רעליגיע און מיר גייען נישט נעמען קיין שום נכסים פון איין צד און געבן פארן צווייטן,
וואס ? מיר גייען נישט נעמען קיין שום נכסים פון איין צד און געבן פארן צווייטן ?
דא האסטי! די פסק איך האב נאר מורא איין זאך אז באלד וועסטי זאגן אז די קענסט נישט קיין אידיש אויך נישט .........
============================================================
(Ordered that the order is reversed insofar as appealed from, on the law and as a matter of discretion,
דער פסק איז אז די פסק פין די LOWER קארט איז צוריקגעדרייט אויף די געזעץ
without costs or disbursements, the plaintiffs are denied summary judgment, and upon searching the
אן א קאסטס! די אנקלאגערס (די ארונים) פארלאנג אויף צי אפראווען די טרענפער פין די בית החיים איז צוריק געוויזן
record, summary judgment is awarded to the defendants Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc.,
אין נאכן נאכקיקען די רעקורדס געבען מיר די בית החיים פאר די אנגעקלאגטע
Jeno Kahana, Sol Perlstein, Jacob Schoenfeld, and Solomon Sander dismissing the complaint insofar as asserted against them,
ר יעקב כאהנא שאול פערלשטיין יעקב שענפעלד אין שלמה זלמן סאנדער מיר טיען אפווארפען די קלאגע אקעגען זיי
זיי געהאפט צו באקומען דאס וואס לעכצן אזוי שטארק, נו, האט זיך דער ריכטער שעק געדארפט אפזאגן
פון זייער קעיס וועגן זייטיגע סיבות און דער קעיס איז געגעבן געווארן פאר ריכטער אבראזיא, און דער
דאזיגער ריכטער אבראזיא האט זיי געגעבן דעם טויט קלאפ, ער האט קלאר געשריבן א פסק אז דאס וואס
די זאלונים זענען אין ראדני מיינט בכלל נישט אז זיי זענען מער בעל הבית דארט ווי רבי בערל פריעדמאן,
זאג נאר יענקעלע איך וויל דיך עפעס פרעגען ווען א קינד איז שלעכט אין חדר אין די רבי זאגט גיי אהיים אין דער מנהל זאגט ניין גיי נישט אהיים גייט דער קינד אהיים צי נישט? וואס ווילסטי מיר דא זאגען אז א ריכטער פין די LOWER COURT איז מחילק מיט די אפילס קארט האט עס אפילו א שאנס אז זיין פסק זאל בלייבען ?
=====================================================================
דאס האבן דאך שוין אלע קארטס קלאר
געפסקעט אז אין דעם קענען זיי זיך נישט מישן, איז דאך למעשה נישט קיין נפקא מינה, אדער איז דוד עקשטיין
מיט אלישע האראוויץ בעל הבית אדער איז רבי בערל פריעדמאן מיט רבי יצחק ראזענבערג בעלי בתים, דאס
איז זיכער אז דער קארט גייט נישט צונעמען קיין שום נכסים בכלל און דעם בית החיים בפרט פון איין זייט און
געבן פארן צווייטן, מען האט האט דאס שוין פראבירט און מען קומט אלץ צו אז דאס איז רעלידזשעס און זיי
מישן זיך נישט, אלזא זאלונים, אדער באצאלט איר מעמבערשיפ ביי אונז, אדער גייטס צו די בני יואל, אבער
פון קארט גייט איר גארנישט באקומען.
אין צי שליס לאם איך דיך פרעגען ווען צווי מענטשען קריגען זיך אויף א ירישה אין די קארט זאגט אז וילאנג איך וויס נישט ווער עס איז באלאבס קען קיינער גארנישט טאטשען איבערשרייבן נכסים! קימט איינער פין די צווי אין ער שרייבט איבער די נכסים אין דער אנדערער ליופט אין קארט היעלה אל הדעת אז קארט גייט זיך נישט מישען ? אזא פנים האט טראגט ענקער טרענספער פין די בית החיים
=====================================================================
מיין טייערער פריינד, שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, YES WE CAN ביסט א טיפיקל זאלי,
אלעס קענסטו, קענסט שרייבן זאכן וואס איז נישט געשטויגן, קענסט שרייבן גאנצע ליגיונות, קענסט פארדרייען
פאקטן, קענסט גיין אין ערכאות הציונים און שרייען אז די אהרונים זענען די וואס גייען, קענסט כאפן א פליק
פון ריכטערן דעמעראסט ווי זי שרייבט קלאר אז מענדל שווימער איז דער וואס וויל נישט גיין צו דין תורה און
זי צווינגט עהם יא צו גיין, און דו קענסט מיט א בלעכן פנים שרייען געוואלד אז רבי אהרן וועלץ איז גאר דער וואס
האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה, און איר האט גאר געווינען אין בארא פארק
אין לנו אלא דברי בן עמרם איך קים מיט א בית דין בישראל וואס זאגט קלאר אין דייטליך אז אהרן וועלץ איז דער מסרב לדין
אין די קימסט מיט א...וואס זאגט אז מענדל שווימער איז דער מסרב לדין ! וואס זאל איך דיר זאגען
=====================================================================
דאס איז א חלק פונעם זעלבן פסק וואס אונזער YES WE CAN שטאלצירט אזוי שטארק, נישט נאר דאס, די אפעלעט
ריכטער אליינס האבן דארט געפענט די טיר פאר א עווענטאעלע איבער שרייבן דאס גאנצע אדער א חלק פונעם בית החיים
פון קאנג. יטב לב וויליאמסבורג צו קרית יואל אויף וואס זיי שרייבן קלאר אז דער יעצטיגער פסק מיינט נישט אז מען
קען נישט איבער שרייבן דעם בית החיים נאר דער יעצטיגער טרענספער איז געמאכט געווארן אומלעגאל ווייל קהל יטב
לויט דיר קימט אויס אז דער פאפא שמש אדער שמאול דוד מארקעוויטש אדער JESSEY JACKSON קען טרענספערען די בית החיים ווייל די אפילס קארט האט אליין געזאגט (אז דער יעצטיגער פסק מיינט נישט אז מען
קען נישט איבער שרייבן דעם בית החיים נאר דער יעצטיגער טרענספער איז געמאכט געווארן אומלעגאל )
=====================================================================
ווייל קהל יטב לב וויליאמסבורג האט גארנישט בענעפירט פונעם טרענספער, אויב אבער ווערט דאס געטרענספערט אויף א לעגאלן וועג קען דאס יא אנגענומען ווערן
אפשר קענסטי מיר מסביר זיין פארוואס די יעצטיגע טרענספער האט יא בענעפירט קהל יטב לב
=====================================================================
אלזא ווייס איך שוין פארוואס דיין רבי איז אזא בעל מחדש נפלא,
דער רבי אהרן האט פארגעסן פון טרויפ AVE אז נאכזאגן איז נישט אינטרעסאנט,
און זאגט כסדר נאך, דא א גמרא, דא א צל''ח, דא א רבי עקיבא אייגער, און דא רמב''ם,
רמב''ן, שואל ומשיב, וכו', יא, א גרויסע חכמה נאך צוזאגן, דיין רבי אפילו א פסוק פון חומש
זאגט ער נישט נאך, אלעס אלעס איז ניי, שור שנגח את הפרה זה אומר כולו שלי, על שלשה דברים
העולם עומד דע מאין באת ולאן אתה הולך, וכו' אלעס אליין מחדש געווען, גארנישט איז נישט אלט,
פונקט ווי אין טרויפ AVE.
איך פארשטיי נישט עז ער זאגט יא אזי גיט פארוואס איז נאך נישט ארויסגקימען עפעס א ערענסטע ספר פין עם אויף קיין איין מקצוע אדער אין חשון משפט אדער אין יורה דעה אדער אין אורח חיים אזוי למשל חשב האפוד פין הרב פאדוואה אדער מאזני צדק פין ר מענדל זילבער אדער די שטארק אנגענימענע ספר פין ר יצחק מאנדעל אויף הילכות ריבית הא? אז ער איז אזא גאון פארוואס זאל נישט די וועלט הנאה האבען אלא מאי פיר אויס יענקעלע....אז זיין גאנצע גאונת הייבט זיך אן ביי הייד פארק אין עס ענדיקט זיך אין די בלאט
=====================================================================
אמת? היינט איז זונטיג? איא? (געדענקסט נאך?) אלזא פון וועלעכן בית דין רעדסטו, הא?
טארטיקוב? אדער לישקע?
איך רעד דא פין די שטארק אנגענימענע בית דין פין הרב גאביוף ובת דינו!... דרך אגב וויל איך פארשטיין וואזו קען זיין אז אהרן וועלץ האט נאך א דריסת הרגל אין ענקער קהילה ווען ער האט אינטערגעשריבען די שטרי בריריו פין הרב גאביוף ! סאיז דאך געשטאנען אין די בלאט אז טאמער
איינער וועט עפעס אננעמען פין די גאביוף ביד דין איז ארויסגעווארפען פין די קהילה?
=====================================================================
הא?, וואס פאלט דיר ביי?, אהרונים געווינען אין בארא פארק?, אבערוואס!!! יעדער ווייסט אז מענדל שוויממער האט געווינען!!!
די דזשאשקע ריכטערן דעמערעסט, איז א פאלנע בדחנ'טע, זי מאכט דזשאקס, זי שרייבט אז דער צד פון רבי אהרן וועלץ
האט געווינען און מענדל שויממער האט פארלוירן, זי האט פלעין נאר געמאכט א גרויסן דזשאק!, אמת?, יעדער האט
געזען אז ווען זי האט דאס אינטערגעשריבן האט זי אזוי געגעבן א ווינק מיט די אויגן, ווי איינער זאגט,
HERE YOU HAVE A BIG JOKE, יעדער ווייסט דעם אמת אז מענדל שוויממער האט געווינען BIG TIMES,
באלד וועלן נאך די אהרונים לייקענען אז ר' יעקב יואל חיים באנדא (בן ליבא מאטיל לרפ''ש) איז דער מעיאר פון קרית יואל,
זיי וועלן זיך נאך איינרעדן אז דזשארדזש בוש דער צווייטער איז געווען דער פרעזידענט און נישט אל גאר,
YES WE CAN, קאמאן גיוו מי א ברעיק.
יענקעלע פארדריי נישט די שמיס מיט זי מאכט דזשאקס!! געגעבן א ווינק מיט די אויגן!! לעטץ געט TO THE POINT
האט אהרן וועלץ געוואלט גיין צי דין תורה מיט א עיקול אדער אן א עיקול הא ?
האט ער געוואלט רעדען פין אלע נכסים פין סאטמאר ווילאמסבירוג מאנסי אדער נאר פין בארא פארק אין וואס האט ער באקיומען הא? אין יעצט זאג די ווער האט געווינען הא?
=====================================================================
אוודאי, אויף א לעגאלן אויפן קען מען איבער שרייבן א דיד, דאס איז דאך יעדער מודה, אגב, JESSY JACKSON
איז שוין אויפן עולם האמת, דארט ווי מענדל שוויממער איז עכט מעיאר, און דארט זענט איר עכט בעל הבית אויפן בית החיים.
יענקעלע MICKEL JACKSON איז געשטארבען נישט JESSY JACKSON אזא פנים האט אלעס ביי דיר די ווייסט נישט וואס עס טיט זיך מיט דיר
=====================================================================
ביים געריכט אין UP STATE בנוגע דעם דיד, איז דא כמה מהלכים וואס עס קען געשען,
קודם דארף מען געדענקן אז עס איז דא א ענדגילטיגער פסק פון די העכסטע קארט אין ניו-יארק
אז דאס געריכט איז נישט בארעכטיגט קובע צו זיין ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית פון
קאנג. יטב לב אין וויליאמסבורג, און פון דעם אז קיין איין ריכטער האט נישט געפסקעט ווער עס איז
סטאטאס-קווא איז קלאר געדרינגען אז דאס קענען זיי אויך נישט באשליסן
אויב סאיז טעקע אזו פארוואס האבען זיי צירוקגעדרייט די ערשטע טרענספער ? לאז עס ווי סאיז סטאטיס קווא?
=====================================================================
YES WE CAN, אזוי ווי די פארשפרעכסט אז דו ביסט גרייט אויסצוהערן און ביסט גרייט זיך צו לערנען וועל
איך דיר געבן צו פארשטיין דעם חילוק פון דעם סטעי נאך ריכטער ראזענוואסער ביז צום יעצטיגן סטעי,
א "סטעי" מיינט אז אלעס זאל בלייבן אזוי ווי עס איז געווען פארן קארט, דאס מיינט אז מען זאל גארנישט טוישן
ביז נאך דעם פיינל פסק פונעם אפיעל, ביי ראזענוואסער זענען די אהרונים געגאנגן אין קארט און פארלאנגט מוציא צו זיין די
נכסים פון חזקת הזאלונים און זיי איבער געבן לחזקת הארונים, ראזענוואסער האט טאקע געפסקעט אז רבי בערל פריעדמאן איז דער לעגאלער פרעזידענט און אז די אהרונים זאלן "איבערנעמען" די פירערשאפט פון קהל יטב לב, האבן די זאלונים פארלאנגט א סטעי (וואס אגב איז זיי זייער שווער געווען צו באקומען) און פארלאנגט אז זיי זאלן נאך "בלייבן" די פירער פון קהל יטב לב. אבער דא איז דאך פארקערט, דו זאלונים זענען געגאנגען אין קארט פארלאנגען אז מען זאל זיי געבן בעלות (אדער כאטש א שותפות) אויפן בית החיים דאס מיינט זיי ווילן צו נעמען פון די חזקת הארונים און מען זאל דאס לייגן בחזקת הזאלונים, ריכטערן דעמערעסט האט דאס צוריק געוויזן און דאס נישט נאכגעגעבן, קומען זיי און פארלאנגען א preliminary injunction און מען זאל שוין אצינד תיכף "צו נעמען" בעלות (אדער א חלק פונעם בעלות) פון די אהרונים און דאס זיי געבן, אזא זאך זאך איז זייער נישט מסתבר אז זיי זאלן באקומען, ווייל דאס איז נישט קיין "שב ואל תעשה", דאס איז א "קום ועשה".
פליז זיי מיר מסביר פארוואס נאך רוזאנוואסער זענען מיר געווען מער בעלי בתים ווי היינט די פראבירסט טאקע מיט א שיינע ספין אז דעמאלטס איז געווען שב ואל תעשה אין היינט איז א "קום ועשה איך זעה עס די זעלבע זאך נאך רוזאנוואסער ווי היינט ענק זענען געגאנגען אין געטרענספערט די בית החיים אין רויזנוואסער האט עס אפראווד אין ענק האבען געהאט די דיד זענען מיר געגאנגען בעטען א סטעי אז די בית החיים איז אינזערס איך זעה נישט קיין גרעסערע קום ועשה ווי דעם! איך האלט אז פינקט פארקערט אז דעמאלטס איז געווען אסאך גרעסערע "קום ועשה ווי יעצט דעמאלטס האסטי כאטשיג געהאט א ריכטערס אפראוועל אויפען טרענספער אין היינט האסט עס נישט!! יענקעלע איך האף אז די ביסט נישט ברוגז אז איך ווייז דיר אויף ווי ראנג די ביסט אבער וי נישט וי איז דאך דעס א ערענסטע דעבאטע גלייב מיר איך מיין גארנישט פירסנעל
=====================================================================
דאס איז טאקע ענקער פראבלעם, איר קענט נישט אפיעלן דעם דיד ווייל אויף דעם איז נאכנישט דא קיין פסק
און די מיט די סערטיפיקאטן האט איר א מעידזשאר פראבלעם, ווייל IN ORDER דאס געריכט זאל פסקענען אז
מען דארף אנערקענען אייערע סערטיפאקטן זענען זיי געצווינגען אייך צו געבן בעלות און צו פסקענען אז איר זענעט
בארעכטיגט צו פארקויפן סערטיפיקאטן און דאס זענען זיי נישט בארעכטיגט צו זאגן,
קודם כל אין די סערטיפיקיט קעיס בהאנדעלט מען נישט מכאן ולהבא ווער עס קען פארקיפען פין היינט אין ווייטער יענץ האט צי טיען מיט די אמבריזיא קעיס דעס וועט זיך ווענדען ווער סאיז די סטאטיס קווא (אין לשטותך אויב סאיז בכלל דא איינס) אבער לאמיר זאגען אז ענק געווינען אין די אפאלט דייוזען אפהעלס אמבריזיא (אגב וואס איך האלט אז סאיז נישט שייך איך רעד נאר לשטותך) זענען אבער אלע אלטע סערטיפאקטן SAFE ווייל אז דאס געריכט זאל פסקענען אז מען דארף אנערקענען אינזערע סערטיפאקטן דארפען מיר נישט ווייזען קיין בעלות!! ענק וואס ווילען VOIDEN סערטיפאקטן דארפען ווייזען בעלות!! סאיז דאך דא סערטיפאקטן וואס זענען שוין אלט 10 20 אין 30 יאר נאך פאר די מחלקה האט זיך אנגעהאבען! יעצט זיי מיר מסביר וואזי קענען ענק קימען אין מבטל זיין דע קאנטראקטען ווען די אליין ביסט מודה אז די קארט האבען נישט געגעבען פאר קיינעם קיין בעלות?וואזי קען א ספק בעלות מוציא זיין פין א וודאי קאנטראקטען?
=====================================================================
לאמיר אביסל צו לייגן דעם ענין וואס דו האסט אזוי ליב צו ערוועינען דאס ווארט "סטאטוס-קווא" וואס איז ארויף
געברענגט געווארן מאנכע מאל אין די פרעסידינגס סיי ביי ריכטער באראש און אזוי ווייטער, און אויף וואס דו
האסט באשלאסן אז איר זאלונים זענט "סטאטוס-קווא" אבער למען האמת איז דאס ביי דעם דאזיגן קעיס זייער
א שווערע סוגי', ווייל געווענדליך ווען דאס געריכט קען נישט באשליסן זאגן זיי אז אלעס זאל בלייבן "סטאטוס-קווא"
וואס מיינט אלעס זאל בלייבן ביים אלטן, אבער דא איז דאס זייער שווער צו פסקענען, ווייל ווי דו זעהסט אונז ביידע
קענען אפילו נישט אגריען וואס ס'איז סטאטוס-קווא, פון ווען הייבט מען דאס אן צו רעכענען, די גאנצע זאך האט זיך
אנגעהויבן מיט די טענה אז דער רבי ז''ל האט ארויס געווארפן רבי בערל פריעדמאן, נו, אויף דעם האט ריכטער
באראש געפסקעט, אז יא, דער רבי האט געהאט א רעכט עהם ארויס צו ווארפן נאר ער איז נישט איבערגעצייגט אז דער
רבי האט עהם טאקע ארויס געווארפן, נו, פון ווען רעכענט מען סטאטוס-קווא, מיר טענה'ן אז פון ווען רבי בערל
איז געווען דער פרעזידענט, און איר טענה'ט אז מען זאל גיין צו די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אז דאס
מיינט סטאטוס-קווא, און גלייב מיר, דער קארט גייט דאס לכאורה נישט באשליסן, די DAY TO DAY OPERATION
אפשר יא, אבער נישט אויף בעלות,
איך פארשטיי האסט א טענה פארוואס מיינט די סטאטוס-קווא פין די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אפשר מיינט עס פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט,?אבער וואס זעל איך טיעןאז סאיז א גזרה מן השמים אין ווען די אפאלט האט געגעבען זייער סטעי נאך רוזןוואסער האבען זיי קלאר געשריבען אז די סטאטיס קווא מיינט פין די צייטען פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אין נישט פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט
אין יענקעלע איך קען שוין קוים ווארטען ווען קארט גייט נאר באשליסען די
DAY TO DAY OPERATION , אבער נישט אויף בעלות....
=====================================================================
דער גאנצער דין ודברים איז אויף נייע סערטיפיקאטן וואס די יאנקל כהנא גרופע
האבן אנגעהויבן צו ניצן די לעצטע פאר יאר, וואס לויט די אהרונים זענען זיי דאס נישט בארעכטיגט צו ניצן
נאר אויב זיי באקומען בעלות, און דאס האט דער קארט שוין באשטעטיגט אז בעלות קענען זיי נישט געבן פאר
קיין שום צד, סא, איז זייער פשוט, די אלטע חברה קדישא סערטיפיקאטן און די יעצטיגע סערטיפיקאטן וואס ווערן
ווייטער פארקויפט דורך די חברה קדישא וועט מען געוויס ווייטער אנעמען, ווייל דאס איז נישט קיין טויש פון ביז יעצט
אבער צו באשטעטיגן די נייע סערטיפיקאטן פון די זאלונים איז פשוט אז דער געריכט איז נישט ביכולת דאס צו
באשטעטיגן אן זיי געבן בעלות און דאס איז נישט מעגליך,
זאג נאר קיש וואלי יאנקעל קאהן מרדכי דוד ווידער ספרא שפילמאן ועוד.. זענען אויך פין די נייע סערטיפיקאטן וואס די יאנקל כהנא גרופע האבן אנגעהויבן צו ניצן די לעצטע פאר יאר הא? אדער דעס עיז שוין אלט 20 יאר וואס ענק ווילען מבטל זיין
יענקעלע איך וייס נישט צי די מאכסט דיך סתם תאמעוואטע אדער די ביסט פלען ברען דעד....
=====================================================================
ווידער, נעם אריין אין קאפ דעם חילוק פון א פסק צו א סטעי, א סטעי מיינט זאלסט דיך ווייטער פירן ווי דו האסט
דיך געפירט ביז צום אנקומען אין קארט, מאך נישט קיין שום שינוים ביז נאך דעם ענטגילטיגן פסק, און בשעת'ן קומען
אין קארט איז דאך יאנקל כהנא/שאול פערלשטיין געעוען ביים רודער האט דער קארט געזאגט אז ביז נאכן פסק
זאל דאס ווייטער זיין אזוי, אבער אויב ווילסטו א "פסק" פון "סטאטוס-קווא" דארף דער קארט צוריק גיין ביז פארן
סכסוך און נישט ביז צום אנהייב פונעם קארט, והדברים פשוטים מאוד, (פאר א נארמאלן מענטש...).
אהא סא די האלסט טאקע אז די DATE פין די די סטאטיס קווא וואס אינז האבען באקימען ביי די סטעי אין סטאטיס קווא וואס אינז האבען באקימען ביי די פיינעל פסק זענען צווי אנדערע DATES ? נעבעך נעבעך.....
=====================================================================
אלל-רייט, איך בין נישט גרייט צו פירן מיט דיר א וויכוח איבער ריכטער ראזענוואסער'ס פיקחות, אבער ווער עס האט
דורך געליינט זיין פסק און דעם אפעלעט קארט'ס פסק ווי זיי האבן דאס איבערגעדרייט, דארף מודה זיין אז ריכטער
ראזענואסער איז א חכם מחוכם, יעדער איז מודה ובתוכם אני הקטן אז ריכטער ראזענוואסער האט זייער שטארק
געוואלט געבן פאר די אהרונים א געווינס, און האבענדיג באראש'ס פסק פאר זיך האט ער נישט געקענט מחולק זיין
מיט עהם, ער איז נאר געגאנגען מיט איין טריט ווייטער, ער האט געהאלטן אז געבן "בעלות" פאר רבי בערל פריעדמאן
בתורת "סטאטאס-קווא" הייסט נישט אריין געמישט, און דער אפעלעט קארט האט געזאגט אז געבן בעלות פאר
איין צד הייסט שוין אריין געמישט. און דאס איז טאקע דער פראסק וואס די זאלונים באקומען פון קארט נאך קארט,
זיי ווילן "בעלות" אלץ סטאטוס-קווא, און אויב געט מען בעלות אלץ סטאטוס-קווא קומט צוריק ראזענוואסערס פסק,
דער אפעלעט געריכט האט דאס דאך נישט אפגעוארפן נאר געטענה'ט אז דאס הייסט אויך געמישט, דו''ק ותשכח.
יענקעלע איך האב נייעס פאר דיר איך האב ציגהערט צי דיין עדווייס עס אללוועס...אין איך האב געטיען דעם דו''ק ותשכח אין געס וואט איך האב געטראפען! רוזינוואסער האט קיינמאל נישט געגעבן "בעלות" פאר רבי בערל פריעדמאן בתורת "סטאטאס-קווא" ער האט עס געגעבען בתרות בעלות אין ער שרייבט קלאר אז אזוי מיר האבען נישט געטשעלענשט ענקער עלעקשען ממילא איז בערל פרידמאן פרעזידענט אין ער האט אפראוועד ענקער עלעקשען וואס דאס איז קלאר פארקערט ווי באראש וואס האט נישט אפפראוואד ענקער עלעקשען אין פארדעם האט עס די אפאלט אפגעווארפען ווייל זיי האבען געהאלטען אז מען קען נישט געבען פאר קיינעם קיין בעלות מכח פרעזידענט פין קהל יטב לב אזוי ראזזעןוואסער האט געטיען! אבער געבען בעלות מכח סטאטיס קווא האבען זיי קלאר געהאלטעו אז מען קען יא אין פארדעם האבען זיי טאקע צירוקגעלייגט די בית החיים צי יאנקעל קאהן אין שאול פערעלשטיין
=====================================================================
אלזא, א פסק לויפט טאקע נישט אפ, אבער א סטעי איז נאר ביז צום ענטגילטיגן פסק, און דאן איז אלעס בטל
ומבוטל און נאר דער געשריבענער פיינעל פסק איז גילטיג, YOU DON'T LIKE IT?, איז , TOO BAD !!! . סארי.
כא..כא.. איי העב בעד ניויס פאר דיר! דא זאגט אבער די סטעי מיט די פיינעל פסק די זעלבע אז? פיר אויס......
=====================================================================
אין יעצט יענקעלע לעבען איך האב דיך געפרעגט אסאך קשיות זיי מיר מוחל
אין ענטפער מיר א תירוץ
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 28/07/2009 1:19:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 05:20 |
|
| |
זעהט איר, דאס הייסט א טיפיקל זאלוני,
דער שוטה האט זיך געקרוינט דער געווינער,
עפעס דערמאנט דאס מיך אין מענדל שוויממער,
שלמה פעדער, יאשקע וואלדמאן, יעקב מאיר פערענץ,
און אלע אנדערע געווינער, לא בחינם האט דער טיפש ליעב
צו שרייבן פון א גזירה מן השמים, ווייל דארט אויבן אויפן עולם האמת
איז דאך מענדל שוויממער דער עכטער מעיאר, און דארט זענען זיי דאך
די געווינער, נא, קען איך דען טענה'ן מיט א שטענדיקער געווינער?,
דער שוטה האט צוזאמען גענוצען אלע קעיסעס, אלע פסקים, אלע מאשענס,
אריין געלייגט אין א גרויס שיסל און געמאכט א גרויסן סאלאט,
ער ווענד מיך אפ מיט א פראוויזארישן מאשען וואס באראש האט זיי נאכגעגעבן,
און וואס ער האט מבטל געווען מיט זיין ענטגילטיגן פסק, און ער וויל נאר וויסן ווי אלט איך בין,
אפשר פארלאנגסטו צו וויסן ווי אלט ריכטער אבראזיא איז? אדער ריכטערן דעמערעסט איז?
ווייל ווי עס זעהט אויס האלטן זיי אויך אז דער דאזיגער מאשן איז בטל ומבוטל כעפרא דארעא,
יא, איך האב פארגעסן, אז אזוי ווי דו רעדסט דאך נישט פונעם עתיד, ווילסטו אונז נאר מודיע זיין
אז די ריכטער "גייען" דאס צוריק דרייען, נו, וועלן מיר זעהן וואס עס "גייט" געשעהן, לעת עתה
איז זייערע פסקים גילטיג און קראנט,
אה אה !! דער דיסענט ריכטער האלט ווי דו?, און אזוי ווי ביי איך געווינען דאך די לאזערס, די מינאריטעט,
דריבער קומסטו כסדר מיטן מיינונג פון דעם לאזער וואס אפילו זיינע אייגענע קאלעגן האבן געפסקעט
אנדערשט פון עהם, קען טאקע זיין אז ער לאכט פון מיינע דמיונות, אבער זיינע אייגענע חברים האבן
געלאכט פון זיינע דמיונות...
אבער דער נעקסטער פאראגראף TOPS IT OFF, און ער שרייבט דאס איבער נאכאמאל און נאכאמאל
אן צו באגרייפן וואס פאר א טיפש ער איז, ער ווענד מיך אפ ווען איך שרייב אז דער קארט קען זיך נישט מישן
אין רעליגיע במילא קען ער נישט באשליסן ווער עס איז פרעזידענט, נאר דער רבי קען דאס באשטעטיגן,
(אגב, געדענקט יעדער דעם פאלשן בריעוו פונעם רבין וואס די זאליס האבן צוזאמען געשטעלט מיט
א COPY AND PASTE וואס איז פארבליבן אין אפיס פון איד און וואס האט מגלה קלונם געווען ביים
געריכט און עד היום פלאגט זיי דער דאזיגער פאלשער בריעוו) און דער שוטה שרייבט אז דער ריכטער
קען יא זאגן ווער עס איז פרעזידענט, ווייל ער שרייבט "אז אויב און ווען דער רבי וועט באשליסן ווער עס איז
פרעזידענט וועט "ער" דאס באשטעטיגן" און ער קלאפט זיך אין די פלייצע און רופט זיך אן דער געווינער...
ער האט א מעכטיגע קשיא, אני הקטן שרייב אז די ריכטער גייען נישט צו נעמען קיין נכסים פון איין צד
און געבן פארן צווייטן, און ער פרעגט מיך אפ ווייל די ריכטער האבן דאך צוריק געדרייט דעם דיד,
נו, וואס מיינט איר רבותי, אז נאך ענטפערן עלעף מאל וועט ער יא פארשטיין, אבער עס איז א שאד צו טענה'ן ווייל
זיין ענטפער וועט ווייטער זיין די זעלבע מעכטיגע קשיא, איך האב עהם שוין מסביר געווען אז דאס איבערשרייבן
דעם דיד איז געווען פעלערהאפטיג לויטן געזעץ, און זיי האבן דאס צוריק געקערט צו קאנג, יטב לב פון וויליאמסבורג
וואס די תובעים זענען דאן געווען דער צד פון יאנקל כהנא/שאול פערלשטיין, אבער זיי האבן קיינמאל נישט
באשטעטיגט אז יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין זענען די פרעזידענטן פון קהל יטב לב וויליאמסבורג,
ווייל וואלטן זיי דאס יא באשטעטיגט וואלטן מיר דאך היינט צו טאג נישט געווען אין קארט, און לאמיר נישט פארגעסן,
די זאליס אפילן נישט אצינד וועגן בעלות פון בית החיים ווייל אויף דעם איז נאכנישט דא קיין פסק, דאס גייט מען
הערשט דן זיין אפסטעיט ניו יארק ביים נעקסטן סעשאן, זיי ווילן נאר אז "ביז צום נעקסטן פסק" זאל מען זיין
געצווינגען אנצונעמען די סערטיפיקעטס פון די 9 מוסרים והולכי לערכאות וואס ריכטערן דעמערעסט האט געפסקעט
אז זי קען דאס נישט פסקענען ווייל באערדיגן אין קרית יואל אפילו פאר די וואס האבן יא סערטיפיקעטס איז געבעיסט
אויף מעמבערשיפ און רעליגיע, און אין דעם קען זי זיך נישט מישן, און כאטש קיינער איז נישט קיין יודע עתידות
און קיינער ווייסט נישט וואס פאר א מהלך דער אפעלעט געריכט וועט נעמען -ווי איך האב שוין אויבן געשריבן-
אבער אפילו די זאלונים (איך רעד פון די נארמאלערע) זאגן אז זיי האבן א גאר שוואכן טשענס דאס צו געווינען,
ווייל די שטאטאטן שרייבן קלאר אז בשעת די פטירה וועט קהל באשליסן אויב דער נפטר איז בארעכטיגט
פאר א חלקה, און דאס איז לכולי עלמא תלוי אין זיינע רעליגיעזע התנהגות און אין דעם קען דאס געריכט זיך נישט
מישן.
דאס איבעריגע וואס ער שרייבט פון פאפער שמש מיט דזשעסי דזשעקסאן און וואלי פרידמאן מיט בן עמרם
פון די שטארק אנגענומענע בית דין פון גאבאיוף מיט בת דינו הייב איך נישט אן צו פארשטיין און געוויס קען
איך אויף דעם נישט קאמענטירן, אפשר ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך דאס פארשטיין,
אלזא, לאמיר טאקע נישט רעדן פונעם עתיד אויף וואס מיר וועלן דארפן ווארטן און זעהן וואס עס גייט געשען,
אבער ביזדערווייל אויב ווילט איר ליגן אין קרית יואל און אפילו אין סאטמאר ניו דזשערסי וועט איר דארפן
שיינערהייט באצאלן מעמבערשיפ פאר אונזער קהל יטב לב אזוי ווי משפחת שווארץ, פארקאש, מאשקאוויטש
נייטרא, וכו' האבן געטוהן, און אפילו די וואס האבן יא געקויפט און אפילו באצאלט מעמבערשיפ דארפן נאך אויך
זיך אויפירן עהרליך על פי התורה און אויב וואלי פרידמאן וכת דילי וועלן זיך אויפירן ווי הפקר יונגען וועלן זיי
קענען ליגן אין זייער בעק יארד און נישט אין בית החיים דסאטמאר אשר שם חלקת מחוקק ספון,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 22:57 |
|
| |
יענקעלע הער אויף צי שעלטען זיי נישט אזו ווילד איך האב דיך נישט געמיינט ארויס צי נעמען פין די כלים אין אז סאיז יא אזוי געשען איי עם סארי..OK?
זיי נישט ברוגז איך האב נישט געבעטען פין דיר קיין דרשות אדער סטעטמינטס איך האב נאר געפרעגט אפאר קשוית וואס איז נישט פארענטפערט געווארען בי די דעבעטע אין איך בין אויך געווען נייס איך האב דיר איבער געלזאט פלאץ אינטער א יעדע שאלה צי געבען א ענטפער!! אלל יוי העב טא דא איז לאג אריין אין דיין אקאנט אין גיי אריין אין דעם אשכול אין הייב אן צי ענטפערען אל ראשון ראשון ואל אחרון אחרון אין טאמער סאיז דא א שאלה אויף די האסט נישט קיין תירוץ איז גארנישט ווער זאגט אז די מיזט באקימען א 100 א 95 איז נישט גיט?
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 28/07/2009 22:58:22
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 23:19 |
|
| |
דער טיפש האלט זיך ביי זיינעם,
נישט גענטפערט און גמרנו,
איי אלע זיינע פראגן איז שוין פארענטפערט געווארן די והותר,
אבער ס'איז נאך אלץ נישט פארענטפערט.
איז אזוי, איך בין מיט עהם פארטיג,
ער האט זיך באטיטלט דער געווינער,
נו, זאל זיין אזוי,
אגב, איך האב איבערגעליינט מיינע תגובות
און נישט געטראפן קיין איין קללה,
יא, איך האב געטראפן,
ביי די זאלונים איז באצאלן פאר די אהרונים די גרעסטע קללה,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 23:45 |
|
| |
אגב, איך האב איבערגעליינט מיינע תגובות
און נישט געטראפן קיין איין קללה,
יא, איך האב געטראפן,
ביי די זאלונים איז באצאלן פאר די אהרונים די גרעסטע קללה,
יענקעלע געדענקסט נאך דעס האסט עס געשריבען זייט נעכטען דוק ותשכח..........
=========================================================
זעהט איר, דאס הייסט א טיפיקל זאלוני,
דער שוטה האט זיך געקרוינט דער געווינער,
=============================================
דער שוטה האט צוזאמען גענוצען אלע קעיסעס, אלע פסקים, אלע מאשענס,
אריין געלייגט אין א גרויס שיסל און געמאכט א גרויסן סאלאט,
================================================
און קיינער ווייסט נישט וואס פאר א מהלך דער אפעלעט געריכט וועט נעמען -ווי איך האב שוין אויבן געשריבן-
אבער אפילו די זאלונים (איך רעד פון די נארמאלערע
=====================================================
דער טיפש האלט זיך ביי זיינעם,
נישט גענטפערט און גמרנו
========================================
זאג נאר אפשר קענסטי מיר אפציילען וויפעל מאל די זאגסט טיפש שוטה ווייל איך קען שוין נישט איך האב אנגעהאבען אין איך בין שנעל מיד געווארן ווי סזעט מיר אויס איז אז די קענסט שוין נישט פארטראגען די HEAT אין איך מיין אז סאיז שוין געקימען די צייט אז די זאלסט צילאזען א צווייטען ענדיגן די דעבעטע
IF YOU CANT STAND THE HEAT IN THE KITCHECN GET OUT OF THE KITCHEN סאיז פשוט נישט קיין ישר אז סזאל בלייבען אזיפיל אים פארענטפערטע קשות! אלזוי יענקעלע איך געב דיר א איזי WAY OUT די קענסט ריזגנירען בדרך כבוד אדער וועל איך דיר מיזען פייערען געדענק איך האב דיך געווארנט....
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 28/07/2009 23:47:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2009 00:49 |
|
| |
נעבעך...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2009 00:56 |
|
| |
שוטה, טיפש, איז אבסעלוט נישט קיין קללה,
און פאר דיר איז דאס גאר א טיטל,
איך פארשטיי אז בינך לבין עצמך שעהמסטו דיך
זייער שטארק אז מען רופט דיך שוטה טיפש,
דו האסט דאך כסדר ערקלערט ווי קלוג דו ביסט
און דא אזא פאנטשער, מען רופט דיך גאר טיפש,
אבער קענסט דיך טרייסטן, אז איך האב דאך נישט געשריבן
אקס, פערד, חמור, צודרייטער, וכו' וואס איז פיל מער פאסיג
פאר דיר, אבער דאס איז נישט מיין שפראך, האב איך דאס נישט
געשריבן, און מיט דעם קענסט דיך טרייסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2009 03:07 |
|
| |
אזוי סזעט אויס האט יענקעלע נעבעך געכאפט אן....עפעס איז נישט אינגאנצען מיט עם ער שרייט אין שעלט שוטה, טיפש אקס, פערד, חמור, צודרייטער... ממילא לדעתי דארף מען דא ענדיגען די דעבעטע וי נישט איז ער דאך א אידיש קינד אין איך האלט אז טאמער די דעבעטע קען קאסטען אפילו די געזינט פין איין אידיש קינד איז מיר נישט ווערט די גאנצע זאך ממילא וואלט איך געוואלט הערן וואס דער עולם האט צי זאגען! זאל איך ווייטער אנגיין מיט די דעבעטע אדער זאל איך דא סטאפען? איך בעט נאכמאל דעם גאנצען עולם ביטע זיך נישט ציוילדעועטען אויף יענקעלען אדער מאכען חוזק!! לויט ווי איך הער איז ער פין א שיינע משפחה אין איך האף אז דער מנהל בשמחה וועט מיר שטיין צי הילף ובשם ה נעשה ונצליח
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 29/07/2009 3:07:29
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2009 18:34 |
|
| |
איז עפעס היינט געווען אין קארט?
|
|
|
|
|