בית פורומים כל העולם כולו

ביידען: מדינת ישראל קען אליין באשליסן אויב צו אטאקירן איראן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/7/2009 18:11 לינק ישיר 
ביידען: מדינת ישראל קען אליין באשליסן אויב צו אטאקירן איראן!

אין א דראמאטישע צוריקדריי פון די אבאמא אדמיניסטראציע, האט וויצע פרעזידענט ביידען היינט דריי מאל געענטפערט ביי אן אינטערוויו וואס ער האט אפגעהאלטן פון איראק דורך סאטעליט פארבינדונג אז מדינת ישראל האט אייגענער סואווערניטעט און האט אליין די רעכט צו באשליסן אויב זי שפירט זיך באדראעט מצד איראן און איר צו אטאקירן. אין אנדערע ווערטער, אמעריקע וועט איר נישט שטיין אין וועג!

ווי עס שיינט האט אבאמא אנערקענט אז קיין געשפרעכן מיט איראן וועלן שוין נישט פירן אין ערגעץ, ספעציעל מיט די לעצטע אנטוויקלונגען דארט. אדער האלט ער אז אדאנק דעם אינערליכן קאנפליקט, ווען די קעגנער שטעלן זיך מכלומר'שט אויף די זייט פון דעמאקראטישע וואלן, וועט ער נישט קענען אפהאלטן די געשפרעכן אפילו אויב ער וויל.

גאט באהיט אונז פון די קאנסעקווענצן!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2009 01:54 לינק ישיר 

איך האלט אז פון ביידען קען מען נישט ארויסלערנען קיין שום פאליסי. ער האט א פריי מויל. ער רעדט און רעדט און קען זיך נישט פארמאכן דאס פיסק. ביידענ'ס ווערטער טוען נישט רעפרעזענטירן די אבאמא אדמיניסטראציע'ס פאליסיס, לענ"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ביידען: מדינת ישראל קען אליין באשליסן אויב צו אטאקירן איראן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext