די זאליס דרייען זיך נעבעך מיט אַ פרישע נחמה, זיי האבן אַ בריוו פון בג"ץ אז ווי כאילו מענדל וואלערשטיין איז מנהל אויף די חברת שיכון קרית יואל אין בני ברק.... זיי פארגעסן ווידער אז היינט איז אַ קליינע וועלט און מיט איין טעלעפאן קאל ווערט מען געוואר דאס אינהאלט פון די בריוו.
און דא האט איהר דאס קלאר און דייטליך....
אַ היימיש'ער אינגערמאן האט אפגעקויפט די דירה פון הרה"ח ר' יעקב גוטמאן ע"ה, אצינד דארף די דירה איבערגעשריבן ווערן פונעם מוכר אויפן נאמען פונעם לוקח, די דירה איז אַ פריוואטע דירה און נישט קיין שליסל-געלט דירה פון די הנהלת המוסדות אזויווי אסאך אנדערע דירות, אבער וויבאלד די דירה איז אין די טעריטאריע פון שיכון קרית יואל דארף מען האבן דערצו די אישור (הסכמה) פון חברת שיכון קרית יואל.
אבער ליידער ווי באקאנט האט דאך מענדל וואלערשטיין בשליחות משלחיו פאלטש איבערגעשריבן די חברה שיכון קרית יואל אויף זייערע נעמען, און דערנאך אויך תובע געווען אין בג"ץ הציוני אז מ'זאל איינערקענען אין זייער בעלות אויף די חברה שיכון קרית יואל, אַ זאך וואס ליגט נאך היינט אפן אין בית המשפט הציוני אן קיין אנטשליסונג איבער די ריכטיגקייט פון די בעלים...
איז אצינד ווען דער לויער פון די מקח אויפן דירה דארף איבערשרייבן די דירה פונעם מוכר אויפן קונה, און ער דארף ווי דערמאנט באקומען דעם הסכמה פון די מנהלים פון חברת שיכון קרית יואל און ער ווייסט נישט צו וועמען זיך צו ווענדן, דעריבער האט ער געבעטן דעם בית משפט זאל איהם זאגן כדת מה לעשות.
האט דער געריכט גענטפערט אז אזוי ווי ביי דעם פאל פון די מכירה איבער דעם פריוואטע דירה איז נישטא קיין שום מחלוקת און יעדער (אריינגערעכנט דער מנהל המוסדות ר' משה חיים ווייס) איז מסכים צו די מכירה פון די דירה, איז אצינד ווען מ'דארף איבערשרייבן די דירה פונעם מוכר אויפן לוקח, גיט ער רשות פאר דער וואס איז כרגע פארשריבן אין רשם החברות אלס מנהל פון שיכון קרית יואל, צו מאשר זיין די איבערשרייבונג פון די ספעציפישע דירה אויפן נאמען פון דעם קונה. ע"כ המעשה.
יעדער בר דעת זעהט אז דאס געריכט איז בכלל נישט אריין אינעם ויכוח ווער עס איז די לעגאלע בעלים און מנהלים פון חברת שיכון קרית יואל, והא ראיה ער האט אפילו נישט געבעטן קיין אנטווארט פון די צווייטע זייט (הנהלת המוסדות און ר' משה חיים ווייס) אינעם סכסוך איבער'ן בעלות וואס איז אין בית המשפט.
דאס געריכט האט נישט מער ווי געזעהן אַ מוכר און לוקח וואס ווילן איבערשרייבן די דירה, און זיי דארפן דאך דערצו די אישור פון חברת שיכון קרית יואל אַ קערפערשאפט וואס איז מוטל במשפט, האט ער געגעבן רשות פאר'ן איצטיגן (פאלטש-אייינגעשריבענעם) מנהל צו מאשר זיין די איבערשרייבונג פון אט די פריוואטע דירה.
די וואונדער איז פארוואס פארקויפן זיי אזוינע לאקשן פאר זייער עולם, און זיי טראכטן נישט אז זייערע מענטשן קענען געוואר ווערן די אמת לאמיתו...