פין אישי:
די מקווה גייט אי''ה האבען זעלטענע חומרות אין הידורים, דער סאטמער וומ''ס רב האט לעצטענס באזיכט ביי רוב היימישע מקוואות אין פראבירט צו נאכמאכען יעדע הידור אין חומרא, דער בויער הרה''ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק, (וואס האט שוין געבויט 2 גרויסע היימישע מקוואות) האט לעצטענס בייזוכט די מהודר'דיגע מקווה פין הג''ר יושע רז''ב שליט''א חבר בדי''ץ אין בית שמש, ווי אויך זענען דא אויך עוסק עטליכע מומחים אין מ'זיצט לאנגע שעות דורצוגיין יעדן פרט,
די מקווה וועט אי''ה זיין א כבוד פאר סאטמאר.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
אגב, ווער עס נאכנישט געהאט די געלגענהייט אריינצוטראגען די שקל הקודש פאר רבנינו שליט''א זאל עס זעהן צו טוהן ווי פריער {ווען ער קומט אהיים פין ניו העמפשיר} די זכות איז אין לשער, מ'זעהט אפענע זאכען - חוץ לדרך הטבע פין העלפן בויען מקוואות, די רב האט אויסגערעכנט ביי זיין דרשה אין כולל אן א שיעור אפענע זאכען חוץ לדרך הטבה - א חלק דערפון מיט נעמען {מיט רשות}, אין אויף דעם מקווה זענען שוין אויך א שיינע צאל צוגעקומען צום רב, אין פארציילט ווי זיי זענען געהאלפן געווארען פין זייערע פראבלעמן, אין זכות פין נעמען א חלק אין טהרת וקדושתן של ישראל,
מצווה הבא לידך אל תחמצנה
 |
|
|