| נשלח ב-12/7/2009 07:46 |
|
| |
בלעקאוט אין קרית יואל דעם שבת
אינמיטן דאווענען צופרי איז געווען א בלעקאוט אין א גרויס חלק פון שטעטל, אריינגערעכנט די גרויסע ביהמ"ד און קרן ויואל משה וואו קאליבער רבי שליט"א האט געדאווענט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2009 19:53 |
|
| |
עס קומען פאר בלעקאוטס אין אנדערע שטעט אין אמעריקע אויך, און עס זענען דא פאטהאלס אין די גאסן פון אנדערע שטעט אין אמעריקע אויך, פארוואס האלטן די קרית יואל'ער אידן אז דווקא זייער פראבלעמען דארפן פובליצירט ווערן?
מיט א קורצע צייט צוריק האט ווערייזאן געטאן קאנסטראקשען ארבעט אין מאנסי און אפגעהאקט דעם טעלעפאן פאר הונדערטער איינוואוינער, פאר אפאר וואכן האבן די אלע מענטשן נישט געהאט קיין טעלעפאן.
ווען דאס זאל פאסירן אין קרית יואל, שומו שמים, עס וואלט זיך איבערגעדרייט טישן און בענק און מען וואלט גערופן פאר א פוטש קעגן אברהם ווידער.
א גרויסע צאל מאנסיער גאסן און סיידוואקס זענען צעלעכערט און צעברעקלט און מענטשן כאפן פלעט טייערס, באקלאגן זיך און זענען מיט דעם יוצא ידי חובותם, אבער אין קרית יואל אז ס'איז דא איין פאטהאל אויף בעיקערטאן כאפט מען א פיקטשער און מען לייגט עס ארויף אויף היידפארק, למען ישמעו ויראו.
אין די צייט וואס ראמאפא פיקסט איבער דעם קליינעם חלק פון מעיפעל נעבן די סאטמארער שול האט מען שוין איבערגעמאכט און אויסגעברייטערט און געבויט נייע סיידוואקס אויף האלב קרית יואל'ער גאסן. אבער קיינער לייגט עס נישט ארויף אויף היידפארק און מען מאכט נישט קיין ברייטל דערפון.
אלזא, טייערער שקל שלם, אויב וואוינסטו אין קרית יואל פארצייל אונז עפעס "נייעס", עפעס וואס האט נישט צו טאן מיט האוזינג, סוער, לעקטער, פאטהאלס, גארבידזש וכו' וכו' זאכן וואס קומען פאר אין יעדע אנדערע שטאט אין די גאנצע וועלט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2009 23:16 |
|
| |
קול מבשר האט געמאלדען אז מען האט עס אפגעהאקט צוליב א קאר עקסידענט אין א עלעקטריק פאל, וואס מענטשען זענען פארכאפט געווארען אין די לעבעדיגע ווייערס. זיסקייט און וואס איז אין ווילאמסבורג ווען די סיטי טוט נישט אפרייניגען אירע סיידוואלקס פון שניי למשל ביי די אווערפעס העכער די BQE הייוועי?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2009 23:12 |
|
| |
דער נאר זאל ארויסגיין פון מקוה. כהאב גארנישט געמיינט און גארנישט געטראכט, פלעין דערציילט א מעשה און דו פילסט דיך אזוי אפענדעד. דו הייבסט מיך אן מאכן טראכטן אז איך דארף איינעם באשולדיגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2009 17:45 |
|
| |
ארבעט איך דען ביי ארענדזש ענד ראקלענד אז דו זאלסט זיך באנוצן מיט דער פראזע?
וואלסט דאך פאר'ן זעלבן געלט געקענט שרייבן,
דער פוילער ארבעט דאפלט...
וואו תורה דארט חכמה...
מי קאסא סו קאסא...
וויפיל נעגל אויפ'ן דאך אזויפיל מלאכים אויף דער וואך...
בכל אופן, מיסטער, דו האסט מיך אינגאנצן נישט אפענדעד. איך בין נישט קיין קרית יואל'ער, און אוודאי נישט קיין קרית יואל'ער פירער. אפשר טאקע ווייל איך וואוין נישט אין קרית יואל באדערט מיך ענקערע נארישע אשכולות יעדעס מאל ווען ס'פאסירט א בלעקאוט אדער איינער האט געכאפט א פלעט טייער.
עס זענען דא אידן וואס צאלן הונדערט און פופציג דאלאר א טאג פאר פארקינג טיקעטס און 12,000 דאלאר א יאר אין פראפערטי טעקסעס, א.א.וו. זיי וואלטן זיך געוואונטשן ווען זיי האבן נאר אזעלכע פראבלעמען ווי דאס וואס די קרית יואל'ער אידן פארמאגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2009 19:21 |
|
| |
זיסקייט, איך בין אייביג מיט דיר אבער יעצט איין מאל זאלסט די מיך אנטשולדיגען, א בלעק אוט איז אלץ א אינטערעסאנטע נייעס צו באריכטן און איך זעה נישט דערין קיין שום נעגעטיווס
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2009 22:29 |
|
| |
זיסקייט, זאלסט מיר מוחל זיין, אבער די זוכסט א פייט.
שקל שלום האט געמאלדען א טריקען שטיקל נייעס וואס עס קען זיין אינטערעסאנט פאר די ליינער, א בלעקאוט מאכט זיך נישט יעדען טאג און איז אייביג א נייעס.
עס קוקט נישט אויס ווי ער וויל באשמוצען איינעם, און עס איז נישט שייך קיינעם צו בלעימען אויף דעם, א בלעקאוט קען אייביג פאסירען און עס איז נישט אינטער קאנטראל פינעם ווילעזש.
האוזינג, סוער, לעקטער, פאטהאלס, גארבידזש וכו' וכו' האט צו טוען מיטען ווילעזש וואלסטו געקענט זאגען אז ער זוכט צו באשמיצען די ווילעזש, אבער א בלעקאוט איז א פלעינע נייעס.
ביטע זוך נישט צו אינטערדריקען די שרייבער דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2009 04:26 |
|
| |
מישמאש און יכול, איך זע אז איר פארשטייט נישט מיין פוינט. ווער רעדט פון באשמוצן איינעם? איך האב נאר ארויסגעברענגט אן אינטערעסאנטע פוינט אז די גרעסטע פראבלעם פון א קרית יואל'ן איד איז אז ס'איז געשען א בלעקאוט. שקל שלם האט שוין צוויי מאל געעפנט אן אשכול איבער א בלעקאוט.
וועגן דעם האב איך געזאגט פאר די קרית יואל'ער אידן: קוקטס ענק אום וואס אידן אין אנדערע שטעט מאכן מיט און איר וועט זען אז איר וואוינט אין א גאלדענע מדינה. מיין חבר איז אנגעקלאגט געווארן דורך סעקשאן 8. ער איז געגאנגען צו די צוויי ארגאניזאציעס אין מאנסי וועלכע דארפן מכלומר'שט פארטרעטן די אינטערעסן פונעם ציבור. מען האט אים געזאגט אז דאס איז נישט קיין לאיער'ס אפיס. און אויב ער האט א פראבלעם זאל ער קאלן א לאיער. דער יונגערמאן איז געווען פארלוירן ביז גאר און ער האט נישט געוואוסט וואס צו טאן, ביז ווילאנג איינער האט אים געזאגט, גיי קיין קרית יואל. זיי האבן די עביליטיס און ווילינגנעס דיך צו העלפן.
דער יונגערמאן איז נישט קיין אהרוני און דעריבער איז ער נישט געגאנגען צו די ווילידזש נאר צו מאיר דייטש'ס אפיס וואו א פרוי האט אים געגעבן פשוט'ע אינסטראקשנס וואס ער האט צו טאן און ער האט זיך ארויסגעדרייט פון זיינע פראבלעמען. אלזא, ס'האט גארנישט מיט ווילידזש שמילידזש, ס'האט מיט דעם אז אין קרית יואל זענען דא די נויטיגע אינסטאנצן וואס העלפן יעדן איינעם.
אין מאנסי האט ווערייזאן איין טאג געגראבן און אפגעהאקט דעם טעלעפאן פאר הונדערטער מענטשן וועלכע האבן פאר אפאר וואכן נישט געהאט קיין פאון. אויב וואלט דאס פאסירט אין קרית יואל וואלט מען שוין געמאכט גאנצע אשכולות און מען וואלט קאמפלעינט און מען וואלט באשולדיגט און מען וואלט אראפגעריסן. און אין קרית יואל וואלט דער מעיאר אויפגעהויבן א טעלעפאן און עס נישט אראפגעלייגט ווילאנג דער פראבלעם ווערט נישט פארראכטן, און עס וואלט תיכף פארראכטן געווארן. וויבאלד ס'איז אבער נישט געשען אין קרית יואל איז עס נישט באריכטעט געווארן אויף היידפארק.
איך געדענק וויאזוי נישט לאנג צוריק האט איינער געעפנט אן אשכול אויף היידפארק מיט א בילד פון א, יא איין, פאטהאל, אויף בעיקערטאון, און ער האט אראפגעריסן דעם ווילידזש, נאך יענעם טאג איז דער פאטהאל געווען פארראכטן. יעדן טאג ווען איך כאפ זעצעס אין מיין קאר פארנדיג פון שול אהיים און צו די ארבעט, דערמאן איך זיך פון דעם אשכול און ס'קומט מיר צו לאכן.
קרית יואל'ער אידן צאלן ביליגערע טעקסעס ווי יעדע אנדערע אידישע געגנט אין ניו יארק, זיי צאלן נישט קיין פארקינג טיקעטס, זיי וואוינען נישט אין קיין קליינטשיקע הייזקעס, זיי צאלן נישט קעמפ און קאנטרי געלט, זיי מוטשען זיך נישט מיט קיין בילדינג פערמיטס, זיי האבן נישט קיין שום נאו פארקינג זאונס, זיי האבן נישט קיין שום טראפיק פאליס צו אינפארסן טראפיק לאוס (אז מען טראכט אריין איז דאס גראדע א חסרון) די ווילידזש שטעלט צו פראגראמען און גרענטס און העלפט מענטשן מיט'ן אויספילן די דאקומענטן צו קענען באקומען די נויטיגע פינאנציעלע הילף, און אזוי כהנה וכהנה.
פארט אבער אז איינער וועט מאכן א פאול וועט ער זען אז די קרית יואל'ער אידן זענען די אומצופרידנסטע מענטשן אין די וועלט. פארוואס איז דאס אזוי?
ביי די פארלאפענע סקול באורד וואלן ווען ס'איז געווען א ריזיגער טוירנאוט אין מאנסי און 100 פראצענט פון די היימישע וואוטערס האבן געשטימט פאר די זעלבע קאנדידאטן, האב איך געזאגט פאר איינעם אז די סיבה פארוואס ס'הערשט אזא שטארקע אחדות און ווארעמקייט אין מאנסי ארויסצוגיין שטימען איז וויבאלד זיי עסן שטיינער שוין צענדליגער יארן פון זייערע היימישע פארטרעטער וואס געבן זיי נישט קיין שום סערוויס, און דעריבער ווייסן זיי ווי געפערליך דער מצב איז. די סעקנד וואס די מאנסיער אידן וועלן אנפאנגען צו באקומען גוטע סערוויס און ס'וועט זיי מער גארנישט פעלן וועט דאס אחדות צעפאלן און איר וועט זען מאנסיער אידן וואס זאגן אז מען זאל נישט ארויסגיין וואוטן ווייל אויף מעיפעל עוועניו איז דא א פאטהאל...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 21:49 |
|
| |
איך פארשטיי נישט
מען מעג שוין נישט פארציילען קיין נייעס אז עס איז דא א פלאפ אין א שטאטישע סיסטעם?
אויב עס שטערט זיי באמת קענען זיי מתקן זיין אז עס זאל מער נישט געשען.
מען קען מיינען מען האט דא באשמוצט יחידים וואס איז באמת אסור.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2009 00:41 |
|
| |
ניין עס איז נישט געווען א "פלאפ"
עס איז געווען א קאר "עקסידענט" כדי עס זאל מער נישט געשעהן דארף מען לייגען צעמענטענע בעריקעידס ארום "יעדע" עלעיקטריק פאל טאקע אזעלכע מענטשען ווי דיר האט זיסקייט געמיינט, מ'בלעימט די ווילעדש אויף זאכען וואס זיי וואלטען אפי' מיטען גרעסטען גוטען רצון נישט געקענט פריווענטען
|
|
|
|
|