פארגאנגענע דאנערשטיג איז ארעסטירט געווארן א מאמע פון 6 קינדער אויפן חשד פון פייניגען איר'ס א 3 יעריגער קינד.
אנגעהויבן האט זיך דאס ווען בערך 18 חדשים צוריק איז די מאמע אנגעקומען אין שפיטאל מיט א קינד פון 1 יאר מיט 7 חדשים וועלכע איז געווען דיהיידערעיטיד און אויך געהאט א רעעש אין מויל, גענדיגט האט זיך דאס מיטן ארעסט פאריגע וואך.
פון דאס ערשטע מאל דאס קינד איז אנגעקומען אין שפיטאל ביז יעצט איז שוין דאס קינד געווען אין שפיטאל נישט ווייניגער ווי 10 מאל.
דאס במשך די לעצטע תקופה איז דאס קניד אנגעקומען אין שפיטאל מיט שטארקע סימנים פון הינגער, א אויפגעבלאזענע בויך וכדו', די דאקטוירים האבן מחליט געווען צו הלאט דאס קינד אין שפיטאל ספעציעל צוליב דעם וואס דאס קינד וועגט ווייניגער פון א דריטעל פון וואס ס'וואלט געדארפט וועגן. מ'רעדט דא פון א קינד פון בערך 3.5 יאר וואס וועגט קארגע 14 פונט. די דאקטוירים האבן תיכף מחליט געווען אז דאס קינד ווערט אויסגעהונגערט צום טויט רח"ל.
נאך עטליכע טעג ליגן אין שפיטאל האבן די דאקטוירים מחליט געווען אז עפעס איז פישי, די עקס רעיס און בלאוט טעסט'ס האבן גארנישט געוויזן, אויב אזוי פארוואס נעמט דאס קינד נישט צו נאך וואג? האבן זיי אנגעהויבן חושד זיין אז עפעס איז נישט גלאט מיטן מאמע'ן, האבן זיי אינסטאלירט אייס אינם צימער ווי דאס קינד האט זיך אויפגעהאלטען.
לויט די ווערסיע פון די פאליציי האט מען ארעטירט די מאמע'ן נאכן זען אויף די קליפס ווי די מאמע מישט אריין עפעס א אומבאקאנטע פליסיגקייט אין די איי ווי אויך קען מען זען ווי די מאמע האקט אפ די איי ווי. דאס האט פארשטערקערט די חשד פון די דאקטוירים אז די מאמע איז גייסטיש צורידערט רח"ל און וויל רח"ל אומברענגען איר אייגען קינד.
די מאמע טענה'ט אז מפייניגט איר בחינם, זי ווייזט אז זי איז א געטרייע מאמע צו אלע אירע קינדער, און אז זי האט זיך קיינמאל נישט אוועק געריקט אויך פון דעם קינד'ס קראנקען בעט. אויף צו פארענטפערן דאס אפהאקען די לעבענס וויכטיגע איי ווי האט זי געזאגט אז נאכן איינזען אז זי דארף אנקומען צום שפיטאל יעדע פאר וואכען האט זי פארשטאנען אז עפעס איז נישט גלייך האט זי זיך דורך געשמועסט מיט "רבנים און עסקנים"און זיי האבן איר געזאגט אז די "הדסה" שפיטאל מאכט סטאדיס (טעסט'ס) אויף קראנקע קינדער זיך צו קענען לערנען דערפון דעריבער האט זי באשלאסען אויסצושטעקן אלע נישט וויכטיגע מאשינען וואס זענען צוגעטשעפעט צום קינד.
די מאמע איז לכתחילה ארעסטירט געווארען אויף ביז נעכטן (יום ג') די פאליציי האט געהאט א שטילע אפמאך מיט די "עדה החרדית" אז די פרוי וועט באפרייט ווערן כדאי זי זאל קענען גיין צו פראפעשינעל העלפ. למעשה האלטען איר די פאליציי ארעסטירט ביז נאכן משפט (א זאך וואס קען זיך ציען א לאנגע צייט).
ירושלים'ער גאסען זענען געווארן איבערגעפילט מיט פראטעסטירער בפרט די "בר אילן" גאס ווי ס'איז שוין נעכטען (יום ג') געווען 15 ארעסטירטע און 3 פארוואונדעטע, היינט (יום ד') פארנאכט'ס איז אויך געפלאנט א גרויס הפגנה פון פרויען - דאס ערשטע מאל אינם ירושלימער היסטאריע - קעגען דאס האלטען די מאמע פארשלאסען.
מיסט קאסטענעס ברענען די גאסען פלאקערען....
נשלח ב-15/7/2009 18:16
יעצט אין די מינוטען קומט אן די שרעקליכע נייעס אז די מאמע (זי האלטן אין 5'טען חודש) האט פון צער עגמות נפש און פחד מפיל געווען רח"ל עטליכע מינוט צוריק. ה"י
נשלח ב-15/7/2009 19:23
די ליידיגייער האבן ב"ה געטראפן וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט.
נשלח ב-15/7/2009 20:19
קו שתים שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו
נשלח ב-15/7/2009 20:26
די קאלטער יונג וואס די ביסט צענדליגער עדות געבן איבער אז די מאמע איז א אויסערגעווענליכע געטרייע מאמע און דא האנדלט זיך פון א רעכטער בליט בלבול.
נשלח ב-15/7/2009 22:52
אין ארץ ישראל שמועסט דער עולם אז די פליסיקייט וואס די מאמע האט אריינגעלייגט אין די אינפוזיה איז טראפען פון הרב יורוביטש
נשלח ב-16/7/2009 00:38
קו שתים
טרינק נישט קיין בלוט פון קיין איידשע קינדער.
די ביסט ניטש געווען בשעת מעשה, זי נישט קיין תובע, א שופט, מין א תליין צוזאמען!!!!!!1
נשלח ב-16/7/2009 19:15
די פרייע העצע מיט א בילד פונם קינד
נשלח ב-17/7/2009 00:17
נעבעך אויף די צובראכענע מאמע און קינדער, די רשעים די ציונים פייניגן איר און גיבן איר נישט די מינימאלע רעכטן וואס יעדע ארעסטאנט איז בארעכטיגט צו באקומען.
נשלח ב-17/7/2009 03:56
איך האב געטראפן א "תגובה" פון א טאטע וואס האט אליין א קינד אין א ענליכן מצב, וואס דאס קינד ליידט נעבעך אויך פון אזא פראבלעם.
התגובה של "חינוכון":
אני אבא לילד שניזון דרך מכשיר הזנה, ואתה יכול לצלם אותי או את אישתי מנתקים אותו מההזנה איזה 9-10 פעמים ביום, אהה ואני גם חרדי, אז אולי תעצרו אותי? ועכשיו לכמה עובדות, רוב החולים שמחוברים למכשירי הזנה מנותקים לסירוגין כמה פעמים ביום אם זה לצורך ניידות, רחצה וכו', וגם צריך ברוב המקרים לתת למערכת העיקול קצת מנוחה (תחשבו שאתם הייתם אוכלים כל היום ברצף איך הייתם מרגישים) וגם הצוות הרפואי אחרי כל ההנחיות הרפואיות של כמות ומשך זמן ההאכלות אומרת שעלינו ההורים שאנחנו מלווים את הילד לאורך כל היום ומכירים את התגובות שלו יש את השיקול דעת הכי טובה לשנות את הכמיות או את משך הזמן במידה ואנו רואים בזה צורך. כך שלקחת סרט שאמה מנתקת ילד ממכשיר הזנה ולהגיע מזה למסקנות זה טמטום אם לא רשעות.
נשלח ב-17/7/2009 05:19
הוציאה ממסגר נפשי
נא להתפלל עבור
האה"ח מרת יענטא בת יוכבד שתחי' לזכות ולהצלת
אשר הושלכה בכלא ע"י השלטון הרשע של הציונים ימ"ש בעלילת דם שפילה
שהקב"ה יוציאה מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלא ובזמן קריב, אמן.
*
וכן לכוון לרפואת בנה הילד חיים יהודה לייב בן יענטא שיחי'
לרפואה שלימה בקרוב בתוך שאר חולי ישראל, אמן.