בית פורומים אחים אנחנו

קיט"ל ק"י אסיפה בנוגע דער יוד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/7/2009 09:22 לינק ישיר 
קיט"ל ק"י אסיפה בנוגע דער יוד

ווי מען האט זיך דערוואוסט איז זונטאג אווענט פארגעקומען  אין קרית יואל א "גרויס קהל" מינטינג וואו עס האט זיך באטייליגט אויך אלע טובים, גבאים, ראשי הקהילה פון קרית יואל, מאנסי, וו"ב, ב"פ איבער צוויי געפערליכע פירצות הדת וואס 'קומט פאר אין כעלעמער קהילה.

עס האט אויפגעטערעטן דער "טאשן שניידער"  אז  לעצטענס קומט פאר אזעלכע פירצות אינערהאלב כעלעם וואס פאדערט באלדיגע שריט.  די  כעלעמער קהל'ס לייט זזענען געווען באצויבערט פון די דברי חן וחכמה פונעם "טאשן שניידער" וואס  האט אראפגעלייגט די צוויי הויפט פירצות וואס פלאגט קהל כעלעם דקיט"ל בקר"י.

נומער איין פירצה איז אז עס איז נאך אלץ פאראן אידן וואס אדווערטייזן אין "דער איד". און עס איז געבליבן איינשטמינג פון אלע כעלמער לייט אז ווער עס וועט אדווערטייזן איז "איד" איז אויס מעמבער!

צוויי, אז ווי יעדער ווייסט און ליינט "פארמעגליך" וואס איז רח"ל השכלה ממש, און קיינער ווייסט נישט וואס נאך דארט וועט נתגלה ווערן, ווי למשל אז שמואל דוד מארקאוויטש האט באצאלט דעם "האט ליין", אדער אז אלישע שמואל איז  א שוטה אויך, דעריבער איז איינשטימינג באשלאסן געווארן און פראטאקאלירט אז  יעדער איינער איז מחיוב אלעס צו טון אפצושטעלן "פארמעגליך"!

רבש"ע האבן די כעלעמער נישט וואס צו טאן נאר זיך וויסנדיג פון א הייד פארק שרייבער?
זענען זיי געווארן מענטשן וואס ציטערן אז די וועלט וועט געוואויר ווערן אז בילדער אין די מאגאזינען זענען באשטעלט דורכ'ן רבינ'ס הויז?
ווער וואלט געגלייבט ווי שטארק "אחים אנחנו" וועט ווערן בלויז נאך זעקס חדשים?... עס קומט גוטע צייטן...

תוקן על ידי שסופסקים ב- 22/07/2009 18:07:38




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 17:04 לינק ישיר 

געלעכטער!

וועלעכער האטליין מיינסטו? דארט וואו מען הערט וואו דאס שפיגעלע פון ענקער דאמאלאזירטע פארטיי, בן פראדעל! אלס ראצער פון די הויכע 20 גער יארען פיסקעט פארן קאשו רב ז''ל וואס האט נאך משמש געווען ברבנות און דער אלטער היים?
אדער וואו מען האט געהערט ווואו ר' זלמניו זאל לעבן רופט אן זיין צוקנימפטער גבאי מיט א נאמען וואס ער האט מקבל געווען פון זיין גרויסען רבי'ן ר' שימעלע זי''אויף אלע זאליס וועקי
געלעכטער!!! הער דיך איין! די ארוינים נעמען זייער הייליגער רבי זאל זיין גזונט, זייער ערענסט, און יעדע פעולה וואס ווערט געטאן קעגען אים, באדערט זיי, און זיי פראבירען עס אפצושטעלן,

ברוך הוא אלקינו שהבדלנו פון די זאליס, וואס שעמען זיך און לאכען פון זייער אייגענע פורים רב!

מען האט נישט גערעד פון דעם פעלשער פארמעגליך!

מען האט יא גערעד פון יוד, איך מיין דיין קאלעגע בן פראדעל, איז גארנישט אזוי צפירידען פון די רזעלאציע נעכטען, עס איז מסתבר אז ער וואלט ווען געוואלט עס זאל זיין פארקערט, אז ער זאל צוזאם נעמען זיין כעלעמער קהל(קאפי רייד 09) די לעפקעס מיט די יאקאבאוויטשלעך! אין די רעזעלאציע זאל זיין אז די אלע מוסדות  וואס עטווערטייזען און בלאט נאר נישט שטעלן קיין טישלעך און די זאלי שוהלען! 
אפשר וואלט דאס געהאלפען אונטער ברענגען דעם בלאט מער וואו די אלע ''פאני בריווען'' וואס האבן ארויסגעשפראצט נאכ די ערשינונג פון דער בלאט וואו שוואמען נאך א רעגן, און כלל ישראל האט ממש געוויינט פאר געלעכטער 
ניין געלעכטער????

תוקן על ידי פארשטיי ב- 20/07/2009 17:02:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:06 לינק ישיר 

פארשטיי, וואס איז די בושה אז מען האט יא גערעדט גערעדט פון פארמעגליך ביי די "גרויסע" מיטינג? איך זעה גארנישט ראנג מיט דעם. עס איז נישט קיין שפק אז די אלע "פארמעגליך ארטיקלעך" ווערען געליינט דורך קינד און קייט, און דער הגה"ק באקומט אן אויסזען ווי א קראנהאפטיגער פארשוין און עס עפענט אויף די קעפ פאר די מאסן אז די אלע בילדער, די אלע פראפעגאנדע מיטלען זענען גרוילהאפטיג, און עס ברענדט גארנישט.
פארוואס קען נישט זיין אז דוד עקשטיין זעט אין פארמעגליך א סכנה פארן קדוש הדור?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:16 לינק ישיר 

הער באלאנד וואס הייסט וואס איז די בישה? איך ''פארשטיי'' נישט וואס די שרייבסט דא?
מען ההאט פלען נישט גערעד פון דעם! דו האלסט אז מען דארף יא רעדן פון אים! קען זיין! אפשר ביי די נעקסע מיטונג אקע?

מען דארף נישט האבן קהל צו פארמעגליך! מען ארבייט יעצט אויף עפעס, בנוגע דעם פארמעגליך! ווארט צו מיט געדילד, ביז דערווייל כאפ קעלבענע התפעולת, פון זיינע פלאצעפירטע געמויזעכס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:31 לינק ישיר 

אבער דעם וועם מען האט געכאפט אנפירן א שמיציגע סייט דא אויף היידפארק בלייבט יא א מעמבער ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:37 לינק ישיר 

יא, ער איז דעך נישט קיין סכנה פאר די פארטיי..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:38 לינק ישיר 

עה! פארוואס זאגסטו ליגנד אז מען ארבעט עפעס קעגן פארמעגליך? קיינער מאכט זיך אפילו נישט וואוסענדיג דערפון, יעדער לאכט דערפון. פארוואס זאגסטו אז מען ארבעט אויף עפעס קעגן דעם נארישן אויסגעשפיעלטן חוזק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:38 לינק ישיר 

פאר מיר פערזענליך אלס א ראצער וואס פירט א הייד פארק פורום איז א געוואלדיגער כבוד אז א גאנצע קהלה זעצט זיך צוזאמען און איז מטכס עצה וואס מען טוט מיט "דער איד" און מיט "אחים אנחנו".

זייער גאנצע קהלה מיט זייער וועד הצניעות מיט אלע קלאפער געצייג האבן געדארפט אנקומען צו א באבובער אינגערמאן געוואר צו ווערן אז זיי האבן א גיפטיגע שלאנג וואס דרייט זיך ביי זיי אינטער די פיס וד"ל. נאכן זיך דערוויסן מאכן זיי ווייטער א שווייג פון זייער פורום, די פראבלעם בלייבט "אחים אנחנו", וזה יהי' שכרי.

תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 20/07/2009 18:34:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2009 18:42 לינק ישיר 

 געלעכטער! גוט גענפערט און פינטעל!!!

מיכל וואלף!

פריי דיך נאך נישט! מען האט נישט גערעד דערפון, דארט זענען געזעצען נארמאלע באזעצענע מענטשען, מען האט נישט גערעד קיין ווארט פון די דאזיגע שטותים, עס איז דא א ספעציעלע קאמיטע וואס ארבייט יעצט אויף דעם פראבלעם, נישט מטעם הקהלה!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:46 לינק ישיר 

2 פראגעס:

1. האט מען דארט מפורש גערעט פון אן "אינטערנעט ארטיקל", אדער אך ורק פון "דער איד", ביטע ענטפערן קלאר, איך געב ענק אלע רעכטן צו זאגן סברות אז זיי האבן "געמיינט" פארמעגליך, אבער בלויז צו שטעלן די טריקענען פאקטן גראד, איז גוט די ליינער זאל וויסן וואס איז באמת געווען און יעדער זאל זיך אליינס באשליסן צו זיי האבן "געמיינט" דעם אדער יענעם.

2. פארוואס ווען די בני יואל רבנים האבן גע'אסרט דער איד איז עס געווען הייליג און יעצט ווען די אהרוניס טוען עס אויפן זעלבן צייטונג איז עס כעלעם?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:47 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:

 עס איז דא א ספעציעלע קאמיטע וואס ארבייט יעצט אויף דעם "פראבלעם",



וואסערע פראבלעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:47 לינק ישיר 

זאג נאר פארשטיי "די ספעציעלע קאמיטע וואס ארבייט יעצט אויף דעם פראבלעם" ארבעט אויך אויף די פראבלעם פון דעם אפיציעלע פארטיי פורום? ארבעטן זיי אויך אויף אזעלכע פורום'ס ווי למשל יענעם שגץ וואס דער באבובער אינגערמאן האט געשטעלט אין פלאץ אדער נאר אויף "די פראבלעם" פון פארמעגליך און אחים אנחנו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2009 18:51 לינק ישיר 

טייערע מנהל מען ארבייט נישט אויף די פראבלעם פון אחים אנחנו

מען ארבייט אויף דעם פראבלעם וואס רופט זיך פארמעגליך!

הסבר:

עס קימט א מענטש און ער פעלשט היסטאריה, שטעלט אראפ פאלשע פאקטען! קען ח''ו זיין א מציאות טאמער משיח וועט נישט קימען! א א פאר יאר ארום וועט אויף שטיין א דור וואס וועט נישט האבן געדענקט די גאנצע השתלשלות פון די פארלאפענע 10 יאר, און זיי וועלן גלייבען איין ווארט פון דעם פעלשער פארמעגליך
דעריבער ארבייטען מען יעצט אויף א געוויסע פאריעקט, אז דאס זאל נישט צושטאנד קימען!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:52 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
2 פראגעס:

1. האט מען דארט מפורש גערעט פון אן "אינטערנעט ארטיקל", אדער אך ורק פון "דער איד", ביטע ענטפערן קלאר, איך געב ענק אלע רעכטן צו זאגן סברות אז זיי האבן "געמיינט" פארמעגליך, אבער בלויז צו שטעלן די טריקענען פאקטן גראד, איז גוט די ליינער זאל וויסן וואס איז באמת געווען און יעדער זאל זיך אליינס באשליסן צו זיי האבן "געמיינט" דעם אדער יענעם.

2. פארוואס ווען די בני יואל רבנים האבן גע'אסרט דער איד איז עס געווען הייליג און יעצט ווען די אהרוניס טוען עס אויפן זעלבן צייטונג איז עס כעלעם?



איך ווייס נישט אויב דעמאלטס איז עס געווען הייליג, אבער אנדערש איז עס זיכער געווען, דעמאלטס האט מען עס גע'אסר'ט ווייל מען האט געשריבן קעגן רבנים, יעצט האט מען עס נישט גע'אסר'ט, מען האט געסטראשעט... און שעפעלע דאס איז כעלעם.


דרך אגב וואלט איך געוואלט וויסן וואס איז "יעצט" געשעהן, וואס האט דער איד יעצט געשריבן מער אדער ערגער קעגן ר' אהרן ווי אין דער פארגאנגענהייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:57 לינק ישיר 


אנטשולדיגט מר. פארשטיי איך וויל דיך אביסל פאררעכטן...

פארשטיי כתב:


קען ח''ו זיין א מציאות טאמער משיח וועט נישט קימען! א א פאר יאר ארום וועט אויף שטיין א דור וואס וועט נישט האבן געדענקט די גאנצע השתלשלות פון די פארלאפענע 10 יאר, און זיי וועלן גלייבען איין ווארט 
דעריבער ארבייטען מען יעצט אויף א געוויסע פאריעקט, אז דאס זאל  צושטאנד קימען!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:58 לינק ישיר 

איך בין נישט מחילק מיט דיר!!!! טראכט פאר די שרייבסט אה אה אה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > קיט"ל ק"י אסיפה בנוגע דער יוד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext