בית פורומים אחים אנחנו

קיט"ל ק"י אסיפה בנוגע דער יוד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/7/2009 19:02 לינק ישיר 

די חלמ'ער קעפ שיסן זין שוין ווייטער אין די פיס.

נאכן ברך משה'ס איסור אויף דער בלאט, האט סאטמאר נישט געפירט א מערכה קעגן די עדוועטייזערס דארט.

סאטמאר האט פארשטאנען אז מ'לעבט אין א פרייע מדינה און "יעדער" קען לייגן אין וועלכע צייטונג ער וויל, און מ'האט קיינמאל נישט אפגעהאלטן א מוסד פון פירן א געלט אקציע פאר דעם איינעם חטא פון עדוועטייזן אין דער בלאט.

מיט זייער יעצטיגע אקציע שיסן זיי זיך אליינס אין די פיס, זיי צווינגען סאטמאר צו נעמען שריט קעגן די עדוועטייזערס פון דער בלאט. די חלמ'ער קעפ מאכן קיינמאל נישט א חשבון וואס ווי אזוי זייער אייגענע שריט קען זיי בעקפייערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 19:07 לינק ישיר 

עס וואלט ווען געווען א גלייכע זאך!!!

אזוי וועט כולל שומר החומות מער נישט קענען שפילען זייער עקעלדיגע פאלטיק, זיי ועלן מיזען אפמאכען וואו זיי עטווערטייזען, אויב און דער יוד, וועלן זיי נישט קענען זיצן נאך געלט און ב''פ קר''י און און וומ''ס, נאר און אלטען ביהמ''ד אויף ראדני סט'
און און מאנסע ביים ר' חיים יושע!!!

לכוארה גייען כמעט אלע מוסדות האבן א פראבלעם, אדער ביידעי צייטונג ארויסגעבער!!!

עס קימט א פעסטע מערכה קיקט אויס!!!



תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 20/07/2009 19:21:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 19:18 לינק ישיר 

די גערער טוהן אין א"י באזוכן הייזער צו זעהן אויב מ'האט אינטערנעט, אפשר זאלן זיי אויכעט שיקן שליחים צו טשעקן ווער ליינט אחים אנחנו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2009 19:34 לינק ישיר 

די מלחמת  חרמה פינעם טאשן שניידער ( ענק האבן באמערקט אז ווי נאר הער פארמעגליך האט בארירט דעם טעמע  פין טאשען שניידער  האט זיך דער כעלעמער צושפילעט) איך האף אז עס וועט ווערן אויפגעקלערט א פסיכלאגישען אפהאנדלונג אויפן טאשען שניידער אנגעהויבן  פין זיין געווענזעם אפיס אין די בראנקס -וואס האט זיך געמוזט פארמאכען צוליב סיבות....וואס וועט דא "נישט" ווערן אויסגעלופטערט ווייל עס איז צו שמוציג   (עס איז באקאנט די ווארט פין  פין דאכט זיך דער הייליגער נועם אלימלך על דבר פעור אז דאס רעדן פין אזא זאך איז אויך מטמא)


 דא האט איר די ארונישע שעלטערייען 

עס געפעלט מיר זייער די אויסדריק
d stupid articles in Yid


1 of D issues by Kools Asifa today was to take care about d stupid articles in Yid against d rabon shel Yisrul c"k murn rabiny Hghk Shlita

 Kuhl Meeting: As Der Yid Write Dirty On Rabbiny, All Moisdes Who'll Advertise Will Not Be Allowed To Campaign In Any Kuhl B


תוקן על ידי piskal ב- 20/07/2009 19:38:09



תוקן על ידי piskal ב- 20/07/2009 19:47:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 19:36 לינק ישיר 

כולל שומרי החומות שפילט נישט קיין פאליטיק און  א ודאי נישט קיין "ביליגע פאליטיק", פאר זיי שטיין איין זאך פאר די אויגן. די טובה אין אינטערעסע פון "עניי ארץ ישראל". ליידער האט נאך קיין שום ארטאדאקסישע גרופע נישט אינטערגעשטלעט קיין שפיצלעך אפצוטון דעם הייליגן מוסד, חוץ שמואל ווידער מיט זיין טריפה'נע בלאט.

נאך אלע שפיצלעך פראבירן די הנהלת המוסד צו שטיין ווייט פון פאליטיק. יעצט קומען זיי צו א מצב אז זיי מיזן זיך מישן אין שמוציגע פאליטיק אדאנק די "ערוואקסענע מענטשן" וואס זענען געזעצן ביי די נעכטיגע מושב לצים.

איר קענט זיין זיכער אז אויב וועלן זיי זיין געצווינגען צו נעמען א שטעלונג וועלן זיי תיכף אריבערגיין צום צד פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וויסענדיגע אז די נדבנים געפינען זיך ביי אים און נישט ביי ענק... ענקער רבי האט שוין ברבים ערקלערט אז מ'דארף שטיצט "די אייגענע" מוסדות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 19:51 לינק ישיר 

 מען קען גראדע א ביסעל פארשטיין די זאליס!

זייער ווארטזאגער איז דער בארימעטער ש''ד, וואס איך  האלט נישט איצטעט  ביים אראפגעבן איצט זיינע מעשים טובים:

און דער ווארט זאגער ביי סאטמאר איז הרה''ח הבנש''ק רבי אלישע שמואל האראוויטץ שליט''א
וואס ווען ער האט נאר געהאלטען א דרשה, האט ער בטוטו''ד, מיט א נארמאלע אויסשפראכע אראפגעריסען דאס צביעות און פאלטשקייט, פון די גאנצע זאלי באנדע,

יעדער געדענקט נאך נאך זיין דרשה ביי א שמות תשס''ה זענען ד' זאליס ארום געלאפען וואו פארסמטע מייז, עס האט זיך ממש געקענט דאכטען אז ר' אלישע האט פאר יעדן זאלי געטרעטען אויף די הינער אויג

דעריבער האט דער פעלשער פארמעגליך גענימען אויף זיך די מיסיע בשליחות פון די סאמע העכסטע פירער פון די זאלי פארטיי אראפ צו רייסען ר' אלישע,

עס איז א גיטער סימן!

תוקן על ידי פארשטיי ב- 20/07/2009 19:48:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 19:56 לינק ישיר 

פארשטיי וואקס אינטער אביסעלע.

מיטן שרייבן הרה''ח הבנש''ק רבי שליט"א

ווערט ער נאך נישט מכובד ביי "קיינעם" אפילו נישט ביי די ארוינים וואס האבן געליטן פון זיינע "חתונה פאליסיס" יבוא יומו, "דערווייל" האט אים קיינער נישט געקלאגט... (צו זיין מזל איז ער ארויני, קען זיין אז אפילו "נאר" וועגן דעם איז ער ארויני, ווען וואלט ער געווען א זאלי וואלט ער שוין געזעצן!).

דרך אגב, איך מיין אז אלס א קעפל פאר דעם אשכול וואלט געווען ריכטיגער צו שרייבן "שמואל ווידער'ס ענגע אינטערעסע פירט שוין ווייטער אריין די ארויני פארטיי אין א בלאטע.



תוקן על ידי פימפנאטער ב- 20/07/2009 19:55:32




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2009 20:09 לינק ישיר 

די מערכה וועט ווארשיינליך האבן א שטארקן עפעקט אויף די אלע מוסדות
על טהרת הקודש וואס דארפן צוקומען צו די געלט פון ביידע צדדים,
לאמיר אנכאפן א מוסד ווי באר שבע פון הרה''צ ר' שמעון אופק שליט''א
די קומענדיגע מאל ווען  ער וועט קומען נאך געלט אויף וויליאמסבורג
וועט ער נישט קענען אדווערטייזן נישט אין דער איד און פארשטייט זיך
נעמען א זייט און אדווערטייזן אין בלאט וועט ער אודאי  נישט.
סך הכל
משה גבאי אין מיילך דייטש וועלן דערלייגן אפאר טאלער
ר' שמעון אופק וועט מוזן שוערער ארבעטן צו אפעלירן צום ציבור

פארוואס זיי רעכענען זיך נישט מיט די אלע מוסדות וועלעכע מוטשענען זיך גאר שטארק פינאנציעל 
איז אומפארשטענדליך  און איך וואלט עס אנגערופן אכזריות אויך, 
ווי איז די גרויסע קנאות פון דעם גרויסן קנאי? ער פארשטייט דאך אויך אז עס גייט נישט אונטערברענגען נישט  דעם איד און נישט די זאליס  דערמיט, און וויפיל זיין שונא משה וועט ליידן דערפון וועט דאך זיין צייטונג און זיינע מענטשן  אויך ליידן,
פאר אביסל טריץ איז מען טאקע אלעס גרייט? אזש ביז גיין מיטן קאפ אין אנט אריין? 
פאר אני ואפסי פארקויפט מען דעם גאנצן קנאות?? אתמהה

די איינציגסטער וועלעכער לאכט א גוטס דא איז חיים שלמה פישער (וועלעכער האט עס ווארשיינליך אנגעדרייט] אז זיינע 2 דם שונאים משה גבאי און מיילך דייטש  דערלייגן געלט
(געשאסן 2 קוילן מיט איין פייל)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 20:29 לינק ישיר 

זייטס נישט קיין פערדען אריין צוקריכען אינעם פערדס קאפ

ווער עס איז נישט בלינד זעהט אין דעם א  ריכטיגע  אפטייטש פין פערדעריי וואס קומט טאקע נישט פין קיין אנדערן ווי דער פערד קאפ אליין

 ער זיצט אין ניו העמפשיר אין לערנט מתוך  אין פארמעגליך  ארטיקלען אין  ער לעבט נאך אין עולם הדמיון

אז דא גייט ער שיסען דעם שאס אויף צוריק

ר אלישע האראוויץ איז א פיינער איד
איי ער האט אנגעזעצט אין באגנבעט אידישע קינדער? נישט געפערליך

מען האט שוין געהערט אזוינס אין די היימישע גאס

(אגב דעם טאשען שניידערס  גאנצער מישען אין די שמוץ איז נישט מער ווי א כסות ענייים פאר זיינע גניבות וואס ער האט געטוען מיט זיינע אחים לדעה  אייגענע ארונים וואס ביז דערווייל איז עס נישט אנגקומען אין קארט -וואס אויב די SEC וועט זיך אין דעם אריין מישען ?...וועלן אסאך אידן וואס האבן מיט אים מיטגעארבעט זיין אין פעקעל..........)

עס איז פין פערד קאפ  אליין



תוקן על ידי פערדעריי ב- 20/07/2009 20:27:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 20:49 לינק ישיר 

הער סיס!!! האסט פארגעסען צוצולייגען מיטן פוס אויפן טיש! וואו דער קליינער בעבי ברידער!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 21:06 לינק ישיר 



עס איז נישט די ערשטע מאל וואס דער פערד קאפ לעבט אין דינייעל

איך גדענק אז תשמ"ח האט דער פערדקאפ אליין אויפגעשטעלט אין די ישיבה אין געהאלטען א דרשה געגן די צייטונג פין ר אברהם פריעדמאן ני"ו  וואס דאן געוען נאך אין די ערשטע יארען פאר זיין עבירה   פין לאזען סקלוען אריין שטעלן א מזל טוב פאר ר נחמן בראך ני"ו

ער האט גאסערט באיסור חמור אריין צושטעלן א מזל טוב סיי פאר חתנים אין סיי פאר זיך פארהערן  עפעס
 
לויט ווי איך גדענק אזוי דעם לשון

 עס איז געמאכט צו שטויסען סאטמאר אין קיינער אין כ"ש בחורים זאלען דאס נישט שטיצען!!!1

היינט ווען עס איז ספעלשי אריין צושטעלן אין די צייטנג פין ר אברהם איז עס שוין מותר


א היפאקריטישער פערד  וואס אפילו דו וועסט וועלן אים לערנען מענשטהייט  וועט ער דיר געבן מזל טוב דורך די שפאלטען פין וויין פלאש 

עס איז נישט די ערשטע אין נישט די לעצטע  פערדעריי

דזשאסט א סעמעפעל ווי אזוי א היינטיגער אינגערמאן בחור  קען זעהן לייוו זיין פערדישקייט

פארמעגליך לייג אוועק דעם פאקט פאר  אי"ה  די חלק פין  ס"ט תש"ע

תוקן על ידי piskal ב- 20/07/2009 21:06:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 21:07 לינק ישיר 

פיסקל הער אויף צו רופן א אדמו"ר מיט א שם גנאי.

לעצטע אזהרה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2009 21:23 לינק ישיר 

ר' אהרן האט שוין לאנג געהאלטן די "אנש דייקא" דרשה זיינע חסידים זאלן שטיצען נאר זיינע אייגענע מוסדות, די אהרונים זוכן תירוצים וויאזוי צו קענען אויפהערן שטיצן ערליכע מוסדות אין ארץ ישראל וועלכע זענען נישט אונטערגעווארפן בלויז אונטער ר' אהרן טייטלבוים.

ביי רוב אהרונים איז סייווי נישטא קיין געפיל צו שטיצן מוסדות אין ארץ ישראל, דאס איז געווען דעם "בעל דברי יואל'ס" דאגות, און מיטן היינטיגן רבין האט עס נישט קיין שייכות!
דער היינטיגער רבי האט איין דאגה, "איך זיך און מיך".
און זיין באקאנטע דרשה קעגן כולל שומרי החומות האט ער חוזק געמאכט פון די כולל יונגעלייט וואס האלטן נישט ביים לערנען, נאר זיצן אין כולל ווייל זיי ווילן נישט גיין אין מיליטער.

ר' אהרן קוקט שוין לאנג מיט א קרום אויג אויף די אלע "פרעמדע" מוסדות ווי כולל שומרי החומות וכדומה. און עס שמעקט אים נישט אז זיי מאכן געלט ביי אים אין בית המדרש אדער פון זיינע חסידים.

יעדער פארשטייט אז א מוסד התורה אדערווערטייזט אין דער איד, ווייל ער דארף געלט סאטמאר'ע חסידים אין וויליאמסבורג, און זיי אדווערטייזן אין דער בלאט ווייל זיי דארפן געלט פון חסידי מהר"א, זיי אדווערטייזן אין המודיע ווייל זיי דארפן געלט פון די גערער חסידים, און המבשר אויב זיי דארפן פון אנדערע חסידות'ער, אדער המחנה החרדי אויב זיי דארפן פון די בעלזער!
ווען איינער אדערווערטייזט אין המודיע, וואס איז פול מיט ציונות מדאשקע לדאשקע, האט ר' אהרן טייטלבוים נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער ווען איינער אדעווערטייזט אינעם ברודערס צייטונג, וועט ער טשעפענען יענע מוסדות.

דאס בעבישקייט וואס ליגט אין די החלטה איז דאך זייער פשוט, ווייל "דער איד" וועט נישט אונטערגיין פון אזא אקציע, און איך גלייב נישט אז אזא אקציע וועט ברענגען זיי זאלן טוישן זייער מהלך פון שרייבן וואס זיי שפירן פאר וויכטיג.
זיי וועלן נישט אויפהערן צו שרייבן קעגן דעם פיאניר פון הליכה בערכאות אין אמעריקא, און אפילו זיי זאלן דערלייגן געלט וועט זיין ווער עס וועט מנדב זיין די קאסטן!

יעדעס מאל ווען מען הערט ווי ר' אהרן נעמט אונטער אזעלכע אטאקעס קעגן ערליכע מוסדות, דארף מען עקסטער טאנצן חסדי ה' כי לא תמנו, אז מען האט געקענט פטור ווערן פון ר' אהרן טייטלבוים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2009 21:47 לינק ישיר 

עס איז ממש אומגלויבליך ווי מען האלט מיט די כעלעמער. זיצט א גאנצע קהילה וואס דארפן אנפירן א ריזן קהל איבער די גאנצע וועלט, און מען איז דן אויף אזעלכע שטותים אז פאר נארמאלע מענטשן וואלט געדארפט זיין א בושה און א חרפה צו באלאנגען אין אזא קהילה און ביי אזא סארט רבי'ן.
ברוך אלקינו שהבדילנו פון אזעלכע פערדן.
ווען מען טראכט אריין נאר אביסל, ווערט דאך שווער, וואס קענען זיי טון פאר דעם פארמעגליך אויב האט ער נישט קיין קינדער אונטער ר' אהרן? סיידן, אויב וואוינט ער אין קרית יואל און ער האט "טעכטער", דאן קען ער יא זיין אויף צרות. וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 22:03 לינק ישיר 

נאך א קשיא:

3. ווען דער ברך משה אליין האט געשריבן א בריוו קעגן בלאט, דעמאלטס איז עס געווען הייליג און טייער, אבער ווען בלויז א קהל טוט די זעלבע קעגן דער איד איז עס כעלעם, בעביש, שלעכט, ציוניש. איז דאס נישט היפאקריטיזם?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > קיט"ל ק"י אסיפה בנוגע דער יוד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.