|
|
| נשלח ב-22/7/2009 21:29 |
|
| |
די זעלבע זאליס וואס ווארפן ארויס פון זייערע שוהלן אלע מוסדות און צוועקן וואס האט א מינדעסטע שייכות מיט די אהרונים אדער ארוני ארבעט דארט קענען נישט פארשטיין די נייע תקנת הקהלה איין חילוק איז דא, ביי די זאליס מאכט עס יעדער זאלי אפ, און טוען עס אליין אן א מיטינג און אן א וואוט און ביי די אהרונים מאכט מען א גאנצע הירינג מיט א וואוט און א תקנה
ביי די זאליס איז עס פלעין "נארמאל" און ביי די אהרונים איז עס צוטיילט די מיינונגען
קיין איין צעטיל פון א אהרוני קען און קיין זאלי שוהל נישט לעגאל אריין אדער הענגן, קיין צוועק קען נישט נעמען קיין געלט ווער רעדט פון אפיל אדער א פישקע
נישט נאר זיי טוען עס פראקטיצירן נאר אפילו און דינוב אדער בראשוב ווילן זיי ארויפצווינגן זייערע פארטייאישע שיגאנען
א פראגע צו מען דארף דאס אויספירן ? %100
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 23:26 |
|
| |
לאמיר צילייגן די גאנצע זאך אויף קליין געלט אפקילן די היציגע טענער.
ס'פארשטייט א יעדער איינער ווען דער מארגן זושראנל האט געהאקט אויפן רבי'ן ז"ל א מען דארף אים אינטער ברענגן
מען האט געטיען אלע שייעגץ שטיק אין די וועלט אים אינטער צי ברענגן, אין ס'האט א יעדער בארעכטיגט
1) אין נישט פארגעסן דער מארגן זושראנל האט אויפן רבי'ן נישט געשריבן עמלק
אין דער איד דאס נארמאל מיט אלע שמות של גנאי.
2) דער מארגן זושרנאל פראבלעם איז געועון אז ס'איז געווען פול מיט השכלה
אין דער איד איז השכלה מיט ניאוף.
יעצט צי אלע זאליס וואס פלוצילם הייבן זיי אן מיט קראקאדיל טרערן וואס וועט זיין, דער בלאט גייט אויך פארלירן געלט
אין ווילן פארגעסן פין די אלע הכשה'לעך מיט די עיקר שכחתי'ס.
זארגט ענק נישט מיר וועלן לערנען בן פראדל א פרק אין הלכות מליחה.
אין יעצט צים ענין ! די איינציגעסטע וועג אז דער מהלך זאל מצליח אין ברעכן דעם עורף פין בן פראדל
1) אלע קהילות פין ווילאימסבורג קרית ואל בארא פארק מאנסי אין לאנדאן מיזן זיין פעסט באשלאסן
אז ווער ס'אדווערטייזט אין דער איד, איז אין סאטמאר ווי מען ריפט עס אין די דיפלאמטיטשע וועלט " פרעזאן נאן גראטע "
זאל יענע קהליה פין אינז אראפ קריכן,אין גיין קיין דותן, אין די זאליס זאלן יענעם אויס האלטן.
2) קהל האט אויף גענימען א יונגערמאן וואס זאל עס נאך גיין אין ס'מיז בכל תוקף ועוז אן קיין שים פשרות.
3) קהל טאר פאר אזא איינעם וואס אדוועטייזט אין דער איד נישט פארדינגען קיין זאל
4) ארים שיקן צי אלע קהילות ווי למשל באבוו פאפא וויען צעהלים סקווירא
וואס אפילו זיי קומען נישט נאך געלט סאטמאר זאלן זיי נישט אריין לייגן קיין שום מודעות אין א צייטונג וואס שרייבט אויפן רבי'ן דאס ווארט " עמלק"
איך קען בן פראדל גוט ווען ס'וועט שפירן זיין פרעזנדליכן טאש וועט ער שפרינגען ווי א צאפ
ער איז א תלמוד פין בלעמ'על אויף אלע באקן זיין רייץ פאר געלט איז אומבאשרייבלעך
5) מענטשן זאלן פארלאנגן פינעם סטאר אייגנטומער ארויס צי ווארפן דער איד.
אין נאר אזוי וועט מען מצליח, ס'איז נישט קיין שום קהילה וואס וואלט דאס טאלרירט מען זאל מבזה זיין רבי'ן וואך איין אין אויס
אין גאר שטיצן די קהליה וואס אדווערטייזט דארטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 23:35 |
|
| |
מען פראבירט נישט ארויף צווינגען אויף קיין איין מוסד גארנישט, נאר ווי לאנג
דער איד האלט אין איין שרייבן כל דבר אסור אויף כ"ק רבינו שליט"א, וועט קיין מוסד וואס וויל גיין נאך געלט אין סאטמאר די בכל אתר ואתר נישט קענען אדוועטייזען אין דער איד.
אויב פילען די מוסדות אז זיי מיזען דארט אדווערטייזען זאלן זיי אלס די קאסטעמערס פין דער איד פארלאנגען אז דער איד זאל אויפהערן שרייבן דברי חירוף וגידוף אויף רבינו שליט"א, וועלן זיי ווייטער קענען אדווערטייזען דארט.
יעדע קהלה אין דער וועלט וואלט דאס געטון ווען דאס וואלט געווען ביי זיי.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 23:48 |
|
| |
פון דעם מערכה זעהט זיך זייער שטארק ארויס פון די אהרונים זייער נעגאטיווע מהלך צו איעדן ענין זייער שנאה כבושה צו משה דער גבאי איז אזוי ווייט אז זיי זענען גרייט אריינצושטעכן א מעסער אין זייער אייגענעם צייטונג אבי משה זאל דערלייגן אפאר דאללער וואס עס פעלט איהם נישט ב''ה, אדאנק ענקער קוויטל געלט וואס די אהרונים פלעגן איהם אנשטאפן די טאשן פאר חנופה, אז ביים טיש זאל ער ארויפשיקן שיריים פאר איהם, וכדו' א רחמנות אויף זיי.
פארוואס וויינט אזוי ארגינעלער מיט קראקאדיל טרערן אקעגן דער איד? ווייל ער שרייבט אויף זיין רבי'ן עמלק? נישט פאר דעם האט מען א בלאט וואס שרייבט צוריק אקעגן ר' זלמן לייב און זיין בית דין אלף פעמים ככה? מיינט דאס טאקע אז זיי זעהען שוין איין אז זייערע מעכטיגע בלאט ארטיקלען האט נישט קיין שום ווערד און די זאליס שפירן מיטאמאל פאר וויכטיג זיך וויסנדיג צו מאכן פון זייערע סקאנדאלן און ביילאגעס, און פון די אנדערע זייט דער איד האט נאך יא עפעס א ווערד אז זיי מוזן זיך נעמען מיט אזא זשיהאד מערכה דערקעגן?? הלא דבר הוא?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2009 00:35 |
|
| |
די היפאקריטישע זאלי שפראך דערמאנט מיך פון זייער מחאה אויפן פארשיקן עזריאלן סאטמאר איז צוטיילט, ווען איין סאטמאר פארשיקט די ראשי פון די אנדערע סאטמאר שטעלן זיך די זאליס אויף מוחה זיין לעומת זה ווען זיי האבן געשטויסן און געשלאגן און מבזה געווען יעדן ארוני געשטימטער זקן און אנשי צבורי איז עס געווען זייער נארמאל
זיי זענען פשוט פארלוירן אז א שטעקן האט צוויי זייטן, זיי האבן עס פשוט נישט גענומען און באטראכט ביי די זאליס, גזילה איז נאר פון זיי, מחאה איז נאר פון יענעם, רציחה איז נאר אסור פאר א זאלי, טעראר פאר רבנים איז נאר אסור און ק"י און וומס איז עס א חוב
כהנה וכהנה קען מען זעהן ווי פשוט זיי שפרינגן פון די הויט ווען די דאשיק איז פארקערט, זיי דערהייבן נישט אז יענער טוט וואס ער וויל נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2009 01:19 |
|
| |
סאטמאר איז היינט גענוג שטארק אויב אלע קהילות וועלן זיך דערצו צישטעלן מסדר צי זיין בן פראדל דער הפקר יונג בן פראדל האט דאס פרובירט צי טיען מיטן בלאט ווען די בלאט איז נאך געווען א בעבי,
פלאס ער האט געהאט דעם ברך משה מיט זיך אבער ער האט קיין סוסקעס נישט געהאט,
1) ווייל מיט די זאליס קען מען צים טיש נישט גיין
2) ווייל מענטשן האבן געסטארשעט אז זיי גיין צי סטאפן אדווערטייזן אין דער איד אויכט
אין פאר זיין טאש האט פראדל מורא געהאט ווי ערווענט
פאר קהל קומט זיך שלעק ווי זיי זענען געווען ביז יעצט
אין ווי פארשטענדליך וועט נאך פאלגן אין דער איד העסליכע ארטיקלן ווי ערווארטעט
אין דאס וועט נאך פארבעסערן די יעצטיגע מערכה
אין טאמיר איינער האט נאך מורא פאר די " באבמעס" פין בן פראדל וויל איך יענעם דערמאנען
בן פראדל סלאגאן " ווען די רבי גייט אהיים קומען פין מיאמי גייט מען נאכאמאל אסר'ען דער בלאט "
אזא פנים טראגן זיינע באמבעס.
( אין נישט פארגעסן בן פראדל האט אן אלטען טאטען וואס דארף אויך האבן חלקה )
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2009 15:58 |
|
| |
ארינעלער, דעיס וואס די שרייבסט אזוי אומשולדיג איינגערינגעלט אז בן פראדל האט א אלטע טאטע וואס דארף א חלקה מיין איך שפילט דא בכלל נישט קיין פאקטאר,
אים אויס זאל זיין אלטע טאטע ליגען אין בעק יארד...
אים אויס איז ער ניטאמאל זיין טאטע...
קען זיין אז איך בין נישט גערעכט, נאר לויט וויפיל כ'האב געזעהן די אלע יארן ווי אזוי ער איז מכבד זיין טאטען פארשטיי איך אז אזוי איז דער מצב,
זאג האסטו אים אמאל געזעהן מכבד זיין זיין טאטע ביי א טיש אדער סיי ווי???
האסטו אים אמאל אפילו געזעהן רעדן מיט זיין טאטע???
האסטו אים אמאל געזעהן גריסען זיין טאטע???
האסטו אפילו געוואוסט אז ער האט א טאטע???
איך האב אפילו נישט געוואוסט אז די צוקוועטשטע אידל (איים סארי פארן אויסדרוק) דארט איז משה גבאי'ס טאטע,
און ווען איינער האט מיר דאס געזאגט האב איך נישט געגלייבט ווייל כ'האב עטליכע מאל געזעהן ווי משה וואקט אים אריבער און נישט נאר האט ער אים נישט געגריסט נאר ווען זיין טאטע האט אים אפגעשטעלט און געוואלט עפעס זאגען האט ער זיך ניטאמאל וויסענדיג געמאכט פון אים און ווייטער געוואקט.
יעצט צום ענין,
ס'איז קלאר אז מ'האט עפעס געדארפט טון דא,
איז עס א נארמאלע זאך אז ס'קומט ארויס א צייטונג און כמעט יעדע וואך האט ער העץ ארטיקלען פונעם ערגסטען סארט קעגן רבינו הגה"ק שליט"א א מנהיג הדור ואין פוצה פה????
און דעיס געט מען פאר אינגע קינדער צו ליינען, און זעען אז יא! מ'מעג שרייבען אלע לשונות של גנאי אויף א די גרעסטע חסידישע רבי פון דער וועלט און נישט אלס א בדיעבד אדער א טעות נאר אלס א לכתחילה! און פארוואס?? ווייל ער גייט נישט אין שפאן פון אפאר אויפגערייצטע געלט פרעסערס און אלקאהאלניקעס!!!!!
הישמע כזאת???!!!!!
און ס'איז שוין געווארען אזוי ווי א נארמאלע זאך וואך איין וואך אויס....
אשריך ראשי הקהלה בכל מקומות פארן טון אזא פאזיטיווע שאיט פון זיך אננעמען פאר די כבוד התורה און נישט מורא האבען פון גארנישט אפילו ס'וועט אפשר אויך שאטען פאר אנדערע צייטונגען!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2009 16:43 |
|
| |
ר' אלימלך דייטש, אליין א חבר הנהלת הקהלה, איז געווען ביי די אסיפה, און ער האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט וואספארא געלט שאדן ער וועט ליידן דערפון, אבער דעם רבינ'ס כבוד קומט פאר אלעם!
ותשוח"ח לו!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2009 17:27 |
|
| |
ארגינעלער, איך זע נישט קיין היציגע טענער. ביי אונזער שול איז יעדער איינשטימיג אז דאס איז געווען א געוואלדיגע זאך. אויב האט מען טענות איז עס: וואו איז קהל געווען ביז יעצט?
ווער ס'קען זאגן אז די אינטערעסן פון די אלע נישט-סאטמארער מוסדות קומען פאר אונזער הייליגן רבי'ן שליט"א דער קען זיך נישט אנרופן א סאטמארער חסיד.
דא רעדט מען פון א צייטונג וואס רעדט צוזאם ניבול פה און האט ארטיקלען נוסח משכילישע צייטונגען קעגן רבינו הגה"ק שליט"א יעדע איינציגסטע וואך.
קיינער האט קיינמאל נישט געהערט אז א מוסד זאל טענה'ן אז מען מוז זיי לאזן אדווערטייזן אין די משכילישע און ציוניסטישע צייטונגען, ווייל אז נישט האבן זיי שאדן געלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2009 18:42 |
|
| |
עס באדערט נאר פאר א פאר יודען וואס מיינען אז סאטמאר מיז שטיין בראש פון:
כולל שומר החומות!
קרן הצלה!
רב טוב!
נחמת ישראל!( וואס איז דער איינציגסטער מוסד וואס עדווערטייזט נישט און בלאט ''נאר און יוד'' ווייל ער בשיטה קעגן אנ''ש, נישט קעגן זייער געלט, געלט נעמט ער! פון אונז, אבער נאך וואו! נאר קעגען די מענטשען!)
דעריבער האלטען זיי אז די תקנה וועט ס''ה אויפטאן אז אז די דאזיגע מוסדות וועלן אדווערטייזען נאר און דשיד, ממלא וועט מען מיינען אז די אלע מוסדות זענען אונטער דער ראבינער וואס דרימעלט און די הייליגער בעט פון ברך משה זי''ע ,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2009 20:03 |
|
| |
פינאצילע סאנקציעס איז מיטל וואס די גאנצע וועלט פארשטייט
אין בן פראדל איז נישט קיין איקסעפשען.
איך האב הנאה פין גרויס קהל אז זיי האבן גענימען שריט.
כל הכבוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2009 21:04 |
|
| |
געגאנגען כתב ר' אלימלך דייטש, אליין א חבר הנהלת הקהלה, איז געווען ביי
די אסיפה, און ער האט קלאר געזאגט אז ער ווייסט וואספארא געלט שאדן ער
וועט ליידן דערפון, אבער דעם רבינ'ס כבוד קומט פאר אלעם!
ותשוח"ח לו!
ר' משה גבאי האט אויך קלאר געזאגט אז ער ווייסט וואספארא געלט שאדן ער וועט ליידן דערפון, אבער דעם רבינ'ס כבוד קומט פאר אלעם!
ותשוח"ח לו!
ממילא בלייבט אלעס ביים אלטן די צוויי וועלן פאר זייער רבינס כבוד שאדן האבן אפאר דאללער וואס ר' אברהם פר''מ וועט אריינשארן צו זיך.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2009 23:25 |
|
| |
| העלד כתב: |  | ר' משה גבאי האט אויך קלאר געזאגט אז ער ווייסט וואספארא געלט שאדן ער וועט ליידן דערפון,
אבער דעם רבינ'ס כבוד קומט פאר אלעם!
ותשוח"ח לו!
|
|
העלד אין א עקסטערן שמועס דארף מען טאקע אריין גיין וויפיל כבוד בן פראדל האט געברענגט פארן רבי'ן אין פאר סאטמאר
צי ביי לעפקאוויטש פרשה
ביי די בעדפארד הייזער
פרשת גט אברהם חיים פריעדמאן
פרשת גט יאקאבוויטש - שווארץ
פרשת פאן קאל צי הרה"ק ר' משה ארי' ערב יום כיפור
פרשת מבזה אין דער איד הרה"ג ר' יחזקאל ראטה
ווער איז געשטאנען אינטער די דרשת פין פגום אויף ר' אבהרם לייטנער
דרשת שיך אין זאקן אין נ' שערי טומאה אויף קאשוי רב
פרשה פארברענען די ילד שעושעים ביז נאך ישראלי לאנדא'ס נערווען אטעקע
פשרת השפלת אין מבזה דער ראש הקהל ר' סענדער דייטש ז"ל
פרשת פארכאפן דער איד
ווער האט אנגעפירט ווארפן שטיינער אויף רעבעצין, ווער האט ציגעשטעלט א דירה פאר די בחורים נאכן ארויס פין ישיבה ?
די העצריי ביים ברך משה ביי די שידוך פין ר' חיים הערש מייזעלס
די העצריי קעגן הרבנית חי' מייזעלס ע"ה
פארוואס האבן די בני ברך משה געהאלטן א דרשה פאר קהל תשמ"ט אז דער ברך משה זאל רעזעגניערן פין די רבנית ?
די אמת'ע פרשה ביי נחמן בראך ? איז דער נחמן בראך נישט געווען גערעכט ?
פארוואס איז דער ברך משה נישט געווען ביים ריבנציער רבי'ס לווי ?
פארוואס איז דער ברך משה אנטלויפן קיין מיאמי תשמ"ג ווען ר' יענקעלע איז געקומען קיין אמעריקע ?
ווען איז אליעזר מיט הערשעל קעסנטבוים גרויס געווארן
פרשת ר' ליפא ובנו ר' אנשיל שווארץ
פרשת קרית ויואל משה
פארוואס האט בן פראדל געזאגט אז מען זאל געבן פאר ר' נתן יוסף ז"ל זונות ?
וואס איז געווען בן פראדל'ס צינאמען אויף ר' ישראל חיים מנשה ?
פארוואס האט בן פראדל גע'רודפט די אלע עסקנים פין קרן הצלה ?
ווער איז בן פראדל געווען אלץ בחור ? מיט ווען האט זיך געדרייט ? פין וועלכע שטוב קומט ער ?
די באציואנוג פין בן פראדל'ס קינדער מיט דעם ברך משה'ס שטוב מענטשן ?
וואס איז געווען קהלס מיינוג פין די שייגץ ארויס דרשה ?
פארוואס האט זיך בן פראדל ציפראסקט מיט הרה"ג ר' הירצקא צוויבל ?
וואס איז געווען דעם דעם ציבור'ס מיינוג ווען מען האט אים אראפ געקלאפט ?
פארוואס איז ר' יחזקאל ראטה געווארן אויס דיין אין ב"פ
פארוואס האט בן פראדל אראפ געלאזט א פראסק פאר ר' מרדכי דוד קאהן שליט"א נאך אלץ בחור ?
וואס טוט בן פראדל היינט ציטאג ?
נאכדעם בדעם אשרייבנוג וועט מען וויסן וויפיל כוד בן פראדל איז גרייט צי אפערן פארן רבי'ן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2009 23:42 |
|
| |
ארגינעלער האלט דיך צום ארגינעלן שמועס איך גלייב דיר אז עטס ארבעטס אויף א פראיעקט אקעגן משה וואס וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור פאר א לאנגע צייט א שטייגער ווי פארמעגליך
אבער יעצט רעדט מען פון דעם איד מערכה, און אויב מיילך דייטש איז גרייט צו ליידן פאר זיין רבין איז משה גבאי אויך גרייט, און קיין איין צייטונג וועט נישט אונטערגיין דערפון העכסטס וועלן זיי דערלייגן אפאר טאלער, און די מערכה איז פונקט אזוי אקעגן דער בלאט ווי אקעגן דער איד, דער חילוק איז נאר אז די אהרונים גייען עס אנפירן פשוט ווייל זיי זענען בעסערע מלחמה פירערס. און עס גייט גארנישט טוישן קיינעם, און איבערקייען און פארטיידיגן דעם "קלוגן" באשלוס פון דיינע ראשי הקהלה, ווייזט אז דו פארשטייסט אויך ווי קלוג דאס איז.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2009 19:37 |
|
| |
אין קאנטרי גייט נישט אן די נייע תקנות? איז די בית המדרש אין איחוד נישט אונטער סאטמאר קהל? אדער זענען די תקנות נאכנישט אין קראפט?
|
|
|
|
|