|
|
| נשלח ב-27/7/2009 02:23 |
|
| |
די תקנות זינין דערווייל נישט אין קראפט,
ס'ווערט געטון אויף א נארמאלע אופן, און נישט יעדער וועט מיטהאלטען אלע דעטאלען, דער וואס דארף וויסען וועט מען מודיע זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2009 10:06 |
|
| |
איך הער אז קהל האט אויך געמאלדן אז די אלע מוסדות וואס וועלן ארדוויטייזען אין דער איד וועלן נישט קענען מער האבן קיין וואנט פישקעס אין די סאטמארע בתי מדרשים און אין די בית החיים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 03:51 |
|
| |
| העלד כתב: |  | ארגינעלער האלט דיך צום ארגינעלן שמועס איך גלייב דיר אז עטס ארבעטס אויף א פראיעקט
אקעגן משה וואס וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור פאר א לאנגע צייט א שטייגער ווי פארמעגליך
אבער יעצט רעדט מען פון דעם איד מערכה, און אויב מיילך דייטש איז גרייט צו ליידן פאר זיין רבין איז משה גבאי אויך גרייט, און קיין איין צייטונג וועט נישט אונטערגיין דערפון העכסטס וועלן זיי דערלייגן אפאר טאלער,
און די מערכה איז פונקט אזוי אקעגן דער בלאט ווי אקעגן דער איד, דער חילוק איז נאר אז די אהרונים גייען עס אנפירן
פשוט ווייל זיי זענען בעסערע מלחמה פירערס. און עס גייט גארנישט טוישן קיינעם, און איבערקייען און פארטיידיגן דעם "קלוגן" באשלוס פון דיינע ראשי הקהלה, ווייזט אז דו פארשטייסט אויך ווי קלוג דאס איז.
|
|
ס'איז אינטערעסאנט איבערצוליינען די ווערטער נאכדעם וואס דערווייל שטייען די זאלונים בראש המערכה און לאזן נישט מאכן קיין אפילס פארן איינעם חטא פון:
נישט ווייל מען האט געלייגט אין בלאט
נאר
ווייל מען האט נישט געלייגט אין איד
דאס איז א מדריגה פון נעם המדות
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 04:07 |
|
| |
און אט נאך א בליק וואס זיי האבן געשריבן אין "ילדים אנחנו" בשעתו
די חלמ'ער קעפ שיסן זין שוין ווייטער אין די פיס.
נאכן ברך משה'ס איסור אויף דער בלאט, האט סאטמאר נישט געפירט א מערכה קעגן די עדוועטייזערס דארט.
סאטמאר האט פארשטאנען אז מ'לעבט אין א פרייע מדינה און "יעדער" קען לייגן אין וועלכע צייטונג ער וויל, און מ'האט קיינמאל נישט אפגעהאלטן א מוסד פון פירן א געלט אקציע פאר דעם איינעם חטא פון עדוועטייזן אין דער בלאט.
מיט זייער יעצטיגע אקציע שיסן זיי זיך אליינס אין די פיס, זיי צווינגען סאטמאר צו נעמען שריט קעגן די עדוועטייזערס פון דער בלאט. די חלמ'ער קעפ מאכן קיינמאל נישט א חשבון וואס ווי אזוי זייער אייגענע שריט קען זיי בעקפייערן.
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 02/11/2009 4:09:59
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 04:25 |
|
| |
אךי קען ממש נישט גלויבן אז די מעשה מיט זיבענבערגן איז א פאקט. עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 04:42 |
|
| |
מנחם,איך בין דא מיט גוטע נייעס פאר דיר: די פיקטיווע געשיכטעלע איז נעבן א פאקט קיינמאל געשטאנען!, אגב, ס'איז די ערשטע מאל דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2009 20:25 |
|
| |
סוי זעליגעל
פארציילסט מיר אז ראדני קליימער אין קינגס טעררעס וכו' באלאנגט נישט פאר די זאלי'ס
ווייל דארט האט מען אראפגעריסן אלע צעטלעך אין נישט געלזאט אויסרופן אין לייגען א טישעל.
אין טענה'סט דאך א זאלי האט עס נישט בויקאטירט.
אגב, האמת כ'האב הנאה צו זעהן ווי בלינד די זאלי'ס זענען ווען זיי שרייבען
און מ'האט קיינמאל נישט אפגעהאלטן א מוסד פון פירן א געלט אקציע פאר דעם איינעם חטא פון עדוועטייזן אין דער בלאט.
די טעמע ווערט שוין באהאנדעלט אין א באזידנדערע אשכול
|
|
|
|
| נשלח ב-5/11/2009 21:48 |
|
| |
החזרת עטרה ליושנה
פין אימעיל
קהל אין ק''י איז מחזיר עטרה ליושנה מיט בויקאטירן דעם ממשיך דרכו פין שמיציעגען פארוועטס
היסטאריע חזר'ט זיך איבער
|
|
|
|
| נשלח ב-5/11/2009 21:58 |
|
| |
דער אינהאלט פין קהל'ס בריוו
קהל יטב לב ד'סאטמאר
וויכטיגער מודעה
אזוי דער ראדיא סטעישאן WEVD וואס באלאנגט צום פארוועטס האט היינט דינסטוג חי' תמוז גערופען נישט צו שטיצען די סאטמערע מוסדות, אין שוין זינט דאן א וואך צייט זידלען זיי אויף דעם שמיציגסטען אין נידריגסטען אופן אויף ''סאטמאר'' מיט אירע גלאררייכע מוסדות הקדושים , איז אינזער אנטווארט ווי פאלגענד:
מיר פארדערן אויף אינזערע מעמבערס, אין בעטן אינזערע פריינט, אין פרייינט פין אינזערע מוסדות דא און אין א''י, סאוט אמעריקע, בעלגיע, ענגלאנד, קאנאדא, און אין אנדערע לענדער, אז זיי זאלען נישט אדווערטייזען אין אויביגען מחלל שבת'דיגען ראדיע סטעישאן, נישט קויפן אין נישט ניצען די פראדיקטען וועלכע ווערן אדווערטייזט דורך דעם אויביגען ראדיא סטעישאן, אין אויך נישט שטיציען די מסודות וועלכע אדווערטייזען אין דעם ראדיא סטעישאן, וועלכע וויל ח''ו צוגרונד לייגען אינזערע ישיבה מיט אירע 3500 תלמידים אין די אנדערע מוסדות הק'
מיר וועלן אי''ה פין צייט צו צייט פארענפענטליכען די רשימה פין די קאמפאניס וועלכע אדווערטייזען, און אויך די רשימה פין די מוסדות וועלכע באנוצען זיך אין שטיצען דעם אויביגען ראדיא סטעישאן
 |
|
|
|
|
|