נאכדעם וואס די קנאים אין ירושלים האבן זיך אויפגעפירט ווי חיות מטורפים נאכדעם וואס די פאליציי האט ארעסטירט א מאמע וואס על פי חשד אויסגעהינגערט איר קינד צום טויט, די רידעריי רעכנט אריין פארברענען די שטאטישע מיסט קאסטענעס צוברעכן אלע טרעפיק לייטס, נאך היינט איז גאנץ ירושלים איין שטיק טרעפיק, האט די רעגירונג איינגעמאלדן אז זיי ווילן נישט האבן דעם בחור אויס מורא אז די קנאים וועלן ווייטער אנהייבן פראטעסטירן. הפעם מיטן תירוץ מ'זאל ארויסלאזן דעם "אומשילדיגער דראג שמוגלער"....
ניין ס'איז נישט אמת, אדרבה מדינת ישראל האט שטארק געארבעט אז מ'זאל דעם בחור ארויסנעמען פון יאפאן און אריבערברענגען קיין ארץ ישראל. דאס איז נאר געווען א דוגמא ווי די קנאים שיסן זיך אליינס אין די פיס...
אויך האט מדינת ישראל ערלעדיגט אז מ'זאל פאר די בחורים אריינלאזן כשר'ע עסן פון די חשובע הכשר פון חב"ד אין יאפאן. דאס איז זייער א גוטע נייעס צוליב דעם וואס די בחורים האבן געלעבט אויף פירות מיט ירקות, יעצט וועלן זיי באקומען געהעריגע פליישיגע און מילכיגע פארציעס.
נשלח ב-22/7/2009 18:54
אויב איז אמת אז די בחורים עסן שוין אזוי לאנג נאר פירות מיט ירקות, וואלט איך געוואלט זיי געבען א קוויטל
נשלח ב-22/7/2009 18:56
קו-שתים
עס קוקט אויס ווי די ביסט נעבעך אנגווייטיקט קעגען די היימישען ציבור
סא ברעכסטו נעבעך דא אויפן נעט
נשלח ב-22/7/2009 19:02
וילימסבורג
איך בין ח"ו נישט אנגעווייטאגט אויף קיין "שום" איד. קוק ווי שיין אידן פירן זיך אויף, ס'זיצן אין תפיסה 3 בחורים וואס האבן געשווינדלט דראגס און גאנץ כלל ישראל שטעלט זיך אויף די פיס זיי צו העלפן ממש בבחינת ר' משה לייב סאסובער.
אויב איינער פון די 3 איז א וויזניצער איז דאס דיין פראבלעם נישט מיין.
נשלח ב-22/7/2009 19:31
איך מיין אז קיינער איז נישט קיין ויזניצר
נאר לויט ווי איך האב געהרט זענען זיי גארנישט שולדיג גיי היינט נאכט צו די עצרת און ווילי וועסטו הערן די גאנצע מעשה
עס איז א חיוב פין לא תעמוד על דם רעך אין ח"ו נישט צו זיין פין נמנו לדבר מצוה ואינו נמנה עמהם
עס איז די העכסטע מדריגה אין צדקה ע"פ שו"ע
פינקט ווי עס איז געווען צו באגריסען די העראישע השתדלות לגבי די באפרייאונג פין ר חיים משה סטראלאוויטש ני"ו אין כל העולם כולו גיט פאר די שתדלנים דעם כבוד פין זיין מצילי ישראל - איז צו באגריסען די אומפארטיישע שטיצע פין "אלע " קרייזען אין וויליאסבורג וואס וועלן זיך ארויסשטעלען למען אסירי ישראל הנתונים בצרה ובשביה
רבותי איך האב געהערט די דרשה פונם סטמארע דיין פון אנטוורפן איך זאג אייך עס לוינט זיך צו גיין פאר דעם אליינס ער רעדט מורדיג און פון טיפן הארץ
נשלח ב-22/7/2009 20:10
hatzula כתב:
פינקט ווי עס איז געווען צו באגריסען די העראישע השתדלות לגבי די באפרייאונג פין ר חיים משה סטראלאוויטש ני"ו אין כל העולם כולו גיט פאר די שתדלנים דעם כבוד פין זיין מצילי ישראל