בית פורומים אחים אנחנו

כ"ק אדמו"ר מתו"א מיט די קאפ אויף די פלייצעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/7/2009 21:03 לינק ישיר 
כ"ק אדמו"ר מתו"א מיט די קאפ אויף די פלייצעס

ווי באקאנט האט די בית משפט ארויסגעלאזט "די מאמע" אויף בעיל מיט א תנאי אז זי וועט גיין צו א סעקייעטריסט, זינטאג האט די פרוי געדארפט גיין צום סעקייעטריסט אבער נאכדעם וואס הרב שמידל (באקאנט פון די קברים פראטעסטן, ער איז דער רבי פון דעם פרויליך ביי וועם "די מאמע" שטייט יעצט איין) האט זיך אריינגעמישט און נישט געלאזט גיין צו א סעקייעטריסט האט אויסגעפלאצט א אינערליכע מלחמה אינערהאלב די עדה החרדית, פון איין זייט איז געשטאנען הרב שמידל מיט די גיבוי פון דעם גאב"ד העדה החרדית פון די צווייטע זייט איז געשטאנען עסקנים פון תולדות אהרן מיט די גיבוי פון זייער רבי.

הרב שמידל האלט אז מען טאר זיך בשום אופן נישט רעכענען מיט די מדינה אין אירע שופטים און מען טאר נישט גיין צו א סעקייעטריסט (איי מען וועט איר נאכאמאל ארעסטירן? נישט געפערליך וועט זיין "פאן" פאר נאך אפאר טעג) פון די אנדערע זייט האבן די עסקנים פון תולדות אהרן גע'טענה'ט אז מען טאר נישט אנערקענען די מדינה מיט אירע שופטים אבער דאס טאר ח"ו נישט זיין אויף די ריקן פון א מאמע אין פינעפטן חודש וד"ל.

די תולדות אהרן עסקנים האב געלאזט וויסן מיט די הסכמה פון זייער רבי אז אויב וועט מען ארעסטירן די פרוי ווייל זי איז נישט געגאנגען צום דאקטער וועלן די תולדות אהרן אידן נישט גיין מער פראטעסטירן לטובתה!

נעכטן מאנטיג נאכט האט זיך הרב שמידל געבראכן און "די מאמע" איז געווען ביים דאקטער, יעצט וועט נעמען אפאר טאג פאר די תוצאות פון די באזוך ביים דאקטער.

הפעם ניצט תולדות אהרן רבי זיין שכל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 21:17 לינק ישיר 

וואס וועט זיין אויב דער דאקאטער וועט טרעפן אין איר עפעס וואס געפעלט אים נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 21:21 לינק ישיר 

קו

די שאפסט מיר א געוואלדיגע נחת רוח עד אין לשער

גיב א קוק אויף דיין זייט, ענק זענען צושפליטער און צוריסן, צוזייט און צושפרייט, אנגעגעסען און אויפגעגעסען.

עיין ערך מאיר פרוש ראש עיריית ירושלים.
עיין ערך חינוך העצמעי
עיין ערך המבשר המודיע
ועוד

פון די אנדערע זייט האבן מיר דא א "וויכוח" צווישן עסקנים, ביידע צדדים זענען עסקנים לשם שמים, זיי זיכען און ווילען באמת די טובה פון דעם פרוי. אזעלכע וויכוחים איז געזינט.

איך קען דיר זאגן איין ווארט:

וויאזוי זאגט יונה? "פלוץ יפלוצין"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2009 21:56 לינק ישיר 

קו שתים
וואס איז מיט דיר געשען, פארוואס רופסטו אן די פרוי "די מאמע".

דו האסט געעפנט א אשכול מיט וודאות אז:

א נטורי קרתא מאמע פראבירט צו הרג'נען איר קינד

פלוצלונג דארף זי גיין צו א סאקייעטריסט?
ביזט נישט זיכער אז זי האט געוואלט הרג'ענען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2009 22:03 לינק ישיר 

יחזקאל, אויב א דאקטער זאגט אז זי איז קראנק איז א מצוה איר צו דערווייטערן פון די קנידער.

פוסק, יענס האב איך געשריבן נאך פאר די משפחה האט געזאגט אז זיי האבן אויך א צד. זעסט דאך עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א תולדות אהרן און נישט אלס נטורי קרתא, ס'איז געקומען מכוח די דיסאינפארמאציע וואס האט געהערשט ווען די נייעס איז ארויסגעקומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > כ"ק אדמו"ר מתו"א מיט די קאפ אויף די פלייצעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext