| נשלח ב-21/7/2009 22:12 |
|
| |
די ווייטע דערגרייכונג פון סופערעמעסי'ס ארטיקל
ממש צום באוואונדערן וואס עס קומט דא פאהר.
מיט א שטיקל צייט צירוק האט אונזער'ס א קאלעגע שרייבער מיטן נאמען "ספרעמעסי" ארויסגעגעבן בכתב זיינע געפיהלן בנוגע ווי ווייט מיר זענען אלע פארקראכן אינעם ענין פונעם נצחיות ה"רבי זכרונו לברכה".
דער שרייבער ביילייפיג רעדט צום זאך כאטשיק איך וואלט יא מחולק געווען מיט אים אין פארשידענע קליינע פרטים, אבער מה שנוגע לגופו של ענין האט ער דאן בארירט א מורא'דיגע פונקט, און א זאך וואס יעדער ביי זיך אין הארץ האט געוואוסט, נאר קיינער האט זיך קיינמאל נישט דערוואגט ארויסצוברענגען אויפן לשון - און אויך נאר אלס תוצאה פונעם פראבלעם - , האט דער שרייבער ארויסעגברענגט בטוב טעם ודעת ארויסגעברענגט אויפן כתב, וואס מיט דעם האט ער געענפענט גאר שווער פארמאכטע סטיטשעס, וואס האט געהויערט יארן לאנג אויף יעדעם פון ליינערס, און אזוי אויך אויף די אלע וואס דער ענין פונעם ארטיקל האט געגרייכט זייערע אויערן כאטשיק ער האט עס אליין נישט געליינט מחמת איזה סיבה, און אפילו פאר די אלע וואס ווייסן נישט פונעם ארטיקל (וואס דאס איז היינט צוטאג גאנץ א קליינער פראצענט).
אוןן יעצט צו אונזער ענין איז אזוי, אזוי ווי דער שרייבער ערווענט אינעם פערטן חלק, האט יעדער איינער אויפגענומען דעם ארטיקל אנדערש, - און איך וואלט זיך אביסל אנדערש אויסגעדריקט: יעדער איינער האט אויפגענומען דעם ארטיקל לויט וויאזוי עס קומט דאס בעסטע אויס פאר זיין פארטיי און פאר'ן מצב ווי ער האלט, ד.ה. אן ארויני האט געשריגן גוט גוט ווייל פשוט ס'רייסט דאך אראפ די זאלי'ס און פארשטייט זיך די בני יואל, דער זאלי ווייטער האט געשריגן פוי! פע! "אשר יגורנו בא" .. "!!!זיי ווילן נאר אויסרייסן דעם רבי'ן זכרונו לברכה..." וכו' וכו' וויאזוי יעדער האט עקספלעינד דער ארטיקל, וואס אגב איך אליין האב פון כמה זאליס געהערט בפה זיך אנדערש אויסדריקן וו זיי וואלטן\האבן זיך דא אויסגעדריקט, ווייל פשוט, וואס מ'האלט אין וואס דער ארטיקל איז איז איין זאך, אבער פאר יענעם קען איך דאך נישט מודה זיין אז יא! אמת ויציב! און אונז לעבן אין א פינסטערע נערישע פאנאטישקייט.
פאר די זאלי'ס איז אבער דער פראבלעם געווען פיל פאכיג, ווייל מיטן מאכן די אמונה טפילה אויס, און מיטן ארויסברענגען אז עסן כרעמזלעך שושן פורים תשס"ט ווייל "דער רבי ז"ל האט אזוי געטוהן" תשכ"א, איז לעכערליך און נעריש, מאכט מען אויס פון אלעם הייליגן (וואס ביי זיי איז הייליג), און לא די אז "די רבי ז"ל אידן" ווערן צו'נער געלייגט, גייט נאך מיט אז פון דעם קומט ארויס אז דאס נישט וועלן אויפנעמען א ממלא מקום אין סאטמאר כ"ו אב תשל"ט איז אויך נישט אזוי ווייט געקומען פון צובראכנקייט ווי פון פאנאטישקייט (און אפשר גאר פאלשקייט – און די זייט געלייגט דאס מציאות אז די אלע וואס האבן "נישט געוואלט אויפנעמען" האט זיך נישט צו לאנג נאכדעם ארויסגעשטעלט אז זיי האבן דייקא "יא געוואלט אויפנעמען" נאר נישט דעם סיגוטער רב נאר גאר "זיך אליין" ודוק ותשכח..) און אויב אזוי קומט דאך אויס דער רבי דער ברך משה איז נישט געווען אזא שלעכטע המצאה און אזוי גייט ווייטער די קייט אויף אלעם ביז זיין עלטסטער זוהן דער היינטיגער רבי שליט"א.
דא האבן זיך די זאלי'ס דערזעהן מיט א מורא'דיגע פראבלעם, אלע בנינים פון אלע יאהרן אנגעהויבן פון די שקצות'ן און געענדיגט ביי די צדקות'ן אלעס וואס מ'האט אלע יאהרן מטמא געווען און אלעס וואס מ'האט מטהר געווען, אלעס! ווערט דאך צובלאזן, ווייל אז מ'שטעכט אריין א נאדל אינעם באלאן-יסוד וואס דאס האלט אלעס אהן, פאלט דאך איין די גאנצע געביידע, און די גאנצע רבעזיכרוינעלברכה דעזיס פון אלע יאהרן גייט דאך צוגירנד, האט מען באשלאסן ניין! מ'וועט דאס נישט צולאזן.
איז וואס די עצה? מ'וועט "דיסטרעקטן" די אינגווארג מיט אנדערע זאפטיגע ליין מאטריאל, אזוי וועלן זיי פארגעסן פון די דאזיגע ארקטיקל (אין אגב האט זיי אויך אויפגעגעסן די אנדערע ארטיקל אינטערן קעפל "וואס דריקט שוין די מוחות צעהן יאהר") און אזוי ארום פארוואסערן דעם ארטיקל.
נו איז מען ארויסגעקומען מיט א המצאה באשרייבן "די פאקטן" פון די "היסטאריע" פון די סאטמארע "חלוקה", א לאנגער זאפטיגע ארטיקל וואס קלעבט נישט איין ווארט צום צווייטן, וואס כ'גיי אפילו נישט זאגן אז ס'איז שקר מקצה אל הקצה ווייל דאס איז איבעריג, אבער ווי זאגט דער וועלט, א ליגנער דארף האבן א גוטע זכרון, און אויב נישט קוקט מען טאקע אויס ווי דער שרייבער פון דעם ארטיקל וואס איז זיך סותר מינייהו בי' פון פאראגראף צו פאראגראף און פון שורה צו שורה, לויפט פון איין ענין צום צווייטן און ענדיגט נישט וואס ער הייבט אהן, וכו' וכו'.
און הערט ווי ווייט דאס האט דערגרייכט, דעם פארגאנגענעם שב"ק ביי שלש סעודות, דאווענענדיג אין א געוויסע שול וואס דארט געפינען זיך פון אלע סארטן, זעה איך נישט מער און נישט ווייניגער נאר א איד אין די הויכע פיפציגער יארן, א איד וואס אין די גאס הייסט עס אז ער האט ליב צו לערנען, א איד וואס נוצט שוין "ליינען גלעזער", זיצט א גאנץ שלש סעודות און ליינט דעם ארטיקל!!!
און גיי ווייטער , איך קום אהן צו א שמחה די וואך, און איך הער ווי א איד אויך אין די שיינע מיטעלע יארן רופט זיך אהן צו זיינ'ס א קרוב, נו? אן ארטיקל! וואס? הא? ס'גוט! דער פארמעגליך...
איך ווייס נישט ווי איך וואלט מיר אהין געטוהן פאר בושה ווען איך זאל הערן מיין טאטע אזוי רעדן פון א הייד פארק ארטיקל, אבער וואס ווייזט דאס? ווי שטארק דעפרעסט די אידן זענען באמת, און ווי ווייט ס'ווייטאגט זיי דעם אמת, אזוי אז ווען ס'קומט אזא ארטיקל זענען זיי זיך אזוי "מחי'"...
בלייבט נישט איבער מער ווי צו זאגן:
צו אייך זאלי'ס בני יואל: נעבעך, און פארגעסט נישט אז מיט ליגנט פארוואסערט מען נישט דעם אמת.
און צו אייך סופרעמעסי: אויב האט אייערע שרייב ווערק יא אזא ווייטע דערגרייכונג, דאן פארוואס האט איר זיך אפגעשטעלט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 19:24 |
|
| |
פארמעגליך איז נישט נאר א פעלשער נאר אויך אביסעל וואו ער רופט עס יצא מדעתו , פארוואס?
לאמיר אביסעל אנאליזען וואס דער פעלשער פארמעגליך טיט, ער שטעלט אראפ א יסוד, און אונזער פאל איז עס, אז רבינו שליט''א איז א נער, א קינד, און א מאכט ליב האבער, דאס איז זיין יסוד, און ער בעט נאך אונטער דעם יסוד מיט א פאר פאלשע מעשהליך, וואו אויך א פאר אומבטעמטע וויצען, וואס ער באקימט כלאמפעריש און זיין אימעל, דער נאך פארט שוין אלעס וואו געשמירט ער נעמט אמת'ע פאקטען, און ער שניצט אביסל אויס די פאקטען עס זאל שטימען מיט זיינע יסודות,
אזוי אז דער בילד שטעלט זיך ארויס אזוי ער וויל, און ער פארשאפט א נחת רוח פאר זיינע אויבערהארען, און פאר זיינע אנגעזעצטע קאלגעס די זאליס.
וואו למשל אז רבינו שליט''א איז געפארען קיין לאנדן, דאס איז כ''ע מודה אז עס איז אמת, פארוואס איז ער געפארען? איז אויך כ''ע מודה צו די חתונה פון די געראטענע זון פון יודעלע וויינטשטאק, אבער לויט די יסוד פון דעם פעלשער פארמעגליך אז רבינו שליט''א איז א מאכט ליב האבער, מיז בע''כ זיין אז רבינו שליט''א איז געפארען פארכאפען לאנדן,
נאך א משל, מען האט ארויס געווארפען יודעלע וויינשטאק פון רבינו שליט''א הויז, כ''ע מודה אז עס איז אמת, די סיבה, פארשטייט יעדע רעכטדענקיגער מענטש, איז געווען צילוב זיינע מענארן, וואו אויך צוליב זיינע פאסט טראגעריי, קימט צו גיין דער פעלשער פארמעגליך, וואס לויט זיין יסוד, איז רבינו שליט''א א מאכט ליב האבער, והא ריאה אז ער באקימען און אימעל אז דער רבי האט געזאגט פאר איינעם בלא בלא בלא ,,,,, ע''כ מיז זיין אז יודילע איז געפלויגען ווייל ער האט נישט געוואלט אז רבינו שליט''א זאל קימען צו די מאכט בחיי אביו,
לאמיר אריין טראכטען שטעלט אייך פאר אז עס קימט א בעלזער יונגעמאן, וואס האט די זעלבע קלאפעקאציעס, און די פעלד פון פעלשעריי וואו קאלעגע פעלשער פארמעגליך און ער גיבט אראפ אזא מעשה:
דער יסוד: סאטמארע רב זי''ע איז געווען א מאכט ליב האבער (עפ''ל) סאטמארע רב האט געוואלט זיין דער רשבה''ג דעריבער האט ער נישט געוואלט אז א צווייטער גדול בישראל זאל האבן א מיינונג(שקר) סאטמאר רב זי''ע האט פיינט געהאט די ציונים צוליב פראזענליכע סיבות 1 ווייל מען האט געשעפעט זיין ברידער דער הייליגער עצי חיים זי''ע וואס איז אוועק צוליב די הארץ עסענישען וואס ער האט געהאט פון די ציונים און סיגוט 2 ווייל די ציונים האבן אום נישט געוואלט ארויף לאזען אויף די באן, ביז ער האט געצאהלט שווערע געלטער פאר ד''ר ישראל קאסנער אז מען זאל אים ארויפלאזען, און די געלט האט ער ארויסגעשווינדעלט פון ר' פנחס פרוידיגער ז''ל דער רה''ק פון פעסט, (שקר)
נאכען אראפ שטעלן דעם געוואלדיגען יסוד: לאמיר אנפאנגען מיט די היסטארישע פאקטען:
דער רבי זי''ע האט געזען אז טאמער וויל ער זיין רשבה''ג וועט ער מיזען ווערן דער ירושלים ער רב, ער קען נישט וואוינען און ברוקלין און זיין רשכבה''ג, ווען און ירושלים וואוינט דער הייליגער בעלזער רב זי''ע מיט דער טשעבינער רב ז''ל און נאך, האט ער מיט טעראריסטישע מיטלען, אנגעדרייט אז מען זאל אים מיט געוואלד אויפנעמען פאר ירושלימער רב, ער האט געהאט מענטשען וואס האבן פארשטאנען צו פראפעגאנדע וואו ר' הערש פנחס מאשקאוויטש ז''ל מיט ר' ליפא שווארץ ז''ל מיט ר' יחיאל קליין ז''ל די שווער פון די גרעסטע פראפעגאנדע מייסטער פון דעם לעצטען יאר הינדרעט ר' יוסף אשכנזי ז''ל וואס ער האט ארויף געריקט דעם סאטמאר רב ז''ל אויף די ידישער וועלט מאפע, אזוי ארום איז ער געווארען ירושליםער רב און ער איז געגאנגען א שטאפעל נאנטער צו זיין לעבענס אמביציע פון ווערן א רשבה''ג,
וואו אויך און ברוקלין האט ער געפענט פאשידענע אונצעטאציעס וואו מקווה, מצה בעקעריי, ביקור חולים, פלייש באנק, אלעס מיט דער ציהל צו ווערן א רשכבה''ג, און ער זאל זיין ביי די מאכט, והא ריאה אז איך באקימען און מיין אימעל אמעשה פון איינער וואס איז אליינס געווען דער ביי אז בלא בלא בלאא...............
נאך דעם וואס דער סאטמארער רב זי''ע איז אנגעקימען צו זיין ציהל, ער איז שוין ירושלימער רב, האט דער פראפעגאנדע מיניסטער ר' יוסף אשכנזי באשלאסען אז מען מיז פארן קיין ישראל מיט די גרעסטע פאמפע דרמפע וואס איז נאר שייך, אזוי וועט דער סאטמארער רב זי''ע אנקימען צו זיין לעבנס ציהל און ווערן א רשבה''ג,
וכך הוה דער סאטמארע רב איז געפארען קיין ארץ ישראל, און זיינע פראפעגאנדע מיניסטארען האבן זיכער געמאכט אז ער באקימט א קבלת פנים אזאנס און א זעלעכס, מען האט אנגעטון די קינדער ווייסע העמעדער, זיי אריין געשטיפט פענדליך און דער הענד מיט געוואלד, מען האט איינגעשפאנט אלע פאליציי פון דן ביז באר שבע, באשטעלט אלע צייטונגען, וואס האבן שוין וואכען פארדעם געפאמפעט מיט ברייטע רעפעטאשען פונעם רשכבה''ג, די אלע ארטיקלען זענען געקימען פון די סאטמארע הויפקוואטיר און ברוקלין ........ ע''כ המשל ....
אקארשט אזוי טיט אונזער קאלעגע פעלשער פארמעגליך,
און ווען די דעפרעסטע זאליס וואלטען ווען פארנימען געווען, מיט זייער גרעסטע שוהל און לאפידות, וואלטן זיי זיך געהאלטען ביי די זייטען פון די געמויזעכס פון פעלשער פארמעגליך, זיי ואלטען זיך ביטער געשעמט מיט אים,
אבער אזוי די זאליס האבן נישט געוויסט דערפון אז מען בויט די גרעסעטע ביהמ''ד אויף דער וועלט און לאפידות, ווייל ר' זלמניו לאזטנישט קיין פראפעגאנדע והא ריאה אנטווערפען, נעילות החג, קידוש החמה, אד''ג
דעריבער האבן זיי זיך געמיזט מחזק זיין מיט געמויזעכס פון פעלשער פארמעגליך!
טאמער די זאליס וועלן אמאל טוישען זייער סטראטעגיע, (למשל נאך די פטירה פון דעם לאנגען בן פראדעל, ווייל אויף זיין בארד מיט די ווייסע פיאות גייט דאס נישט געשען) און זיי וועלן אנפאנגען ביזי זיין מיט פאזעטיווע זאכען אזא גאטונג וואו די לאפידות שוהל, וועלן זיי זיך ביטער שעמען מיט דעם פעלשער פארמעגליך, (ישט אלע זאליס, איך רעד פון די נארמאלע נישט אזא שטייגער וואו קאלעגע יחזקאלע, זעליג כהן ל''ע)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 19:46 |
|
| |
רבותי ווער עס מיינט אז עס איז דא עפעס וואס מורא צו האבן פון די געמיינע שקרים, וויל איך פרעגן, ווער ווייסט ווי מ'קען היינט פארשאפן דעם טריפהנעם ביכל "דער רבי מיטן שטן"? וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 19:58 |
|
| |
יא מען קען עס זען אויף א סייט וואס הייסט הייד פארק
פורם: אחים אנחנו
נאמען פון שרייבער: די אלטע ווערסיע, חיים ליבערמאן: נייע ווערסיע הער פעלשער פארמעגליך,
פאזיצע: ארבייט פאר די סאמע העכסטע פירער פון א געוויסע פארטיי, וואס איז הויפטקוואטירט, און וויליאמסבורג, א אידיש קווארטאל און די האנדעלס שטאט ניו יארק, און די פאראייניגטע שטאטאען
סיבה פון שרייבען: האס צו אידישקייט: פארזענדליכע נקמה
ציל: אונטער צו ברענגען סאטמאר: מחזק זיין זיין די עצמות יבישות, פון די אויבענדערמאנטע זאלי פארטיי
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/07/2009 7:51:35
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 21:38 |
|
| |
נישט מער און נישט ווייניגער נאר זיי (ער) איז גלייך מודה!!!
אינעם דערנעבענדיגער פורום האט נישט געשפעטיגט צו קומען די אנטווארט צו אונזער אשכול, און דער פותח האשכול פרובירט כיטרעהייט אוועקצומאכן סופערעמעסי'ס ארטיקל הלמאי "ווער ווייסט וואס דאס איז".. ער האט דאך נישט קיין אהנונג.
אפאר תגובות ארפאציר איז דער ניק "העלד" מודה אפעןנערהייט אזטאקע דאס וואס אונז שרייבן איז געווען די גאנצע ציל פון פארמעגליך'ס שקרים, אט ליינט:
די ארטיקל האט געהאט א מעכטיגן אפקלאנג ביי ביידע פארטייען פון סאטמאר, די אהרונים זענין געווען מוראדיג איקסיידעט דערפון און די זאליס זענען געווען אביסל באמאכט שפירנדיג אז מען האט אנגערירט גאר א האקעלן
נושא דאס איז זייער התקשרות צו זייער באליבטן און הייליגן רבי'ן זי''ע, זעהענדיג ווי אן ארטיקל אויף היידפארק קען האבן אזא ברייטן אפקלאנג און די אהרונים נוצן עס אויס פאר זייער פראפאגאנדע אויף זאכן וואס זיי קענען נישט שרייבן אין די ראמען פון א צייטונג איז אויפגעשטאנען דער אלעמען באקאנטן פארמעגליך מיט א קאנטער אטאקע
און ער טוט א סופער זשאב צו דערמאנען דעם ווער דער ר' אהרן איז באמת און סופערמעסיס גאנצע בנין צופאלט נעבעך. יעצט האלט עס דא אבער עס איז ווייט פון פארטיג די אהרונים סטראשענען אז עס גייט קומען גאר שיינע ארטיקלן צוריק צו שמייסן דעם פארמעגליך, און די אהרונים ווען זיי שווערן נקמה אנטוישן זיי נישט ממילא קען מען זיין זיכער אז עס קומט אסאך פאן דא אויפן פארק.
תגובות זענען איבעריג...
תוקן על ידי משה_גאבע ב- 22/07/2009 21:35:32
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 22:33 |
|
| |
יעצט לאמיר דיך פרעגן האט זיך געלוינט דאס געשעפט? וואלט ענק נישט פיל בעסער געווען ווען פארמעגליך ווערט ווען נישט געבוירן?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 22:51 |
|
| |
ניין!
ווייל דאן פון וואלטן מיר געוויסט וואס עס דריקט אזוי שטארק פאר די זאליס? און וואס עס דריקט?
אשרי יולדתו!!!!!! וואויל איז די מאמע וואס האט געבוירען פארמעגליך!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 22:57 |
|
| |
זיי ביטע מסביר וואס האסטו געמיינט פאר פארמעגליך און וואס ביסטו געוואויר געווארן אדאנק פארמעגליך?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2009 00:12 |
|
| |
הויכגעשעצטער סופערעמעסי!
ווען איך האב געענפענט דעם אשכול איז נאך געווען פאר די האסט ארויפגעלייגט דעם לעצטן ארטיקל.
אויב האב איך ביז דאן געהאט געמיינט אז דיינע אמתע און געמטאסטענע ווערטער האבו אן אפקלאנג, בין איך נאך יעצט געוואור געווארן אז דאס איז נאך אונטערגעשאצט!
איןן זאך קען איך דיר זאגן, כה לחי! ברענג אונז נאך, און איך ביו בטוח אז פון ווען די האסט אנגעהויבן מיט דיין נאבלע ארבעט האבן דיר שוין אסאך היסטאריקער אריינגעשיקט נאך, לאז דאס נישט אין דיינע ארכיוון, זיי מזכה די טויזענטער ליינער וואס ווילן וויסן דעם אמת!
און פאר די הייד פארק ליינער א ווארט:
פון סופערעמעסי'ס ארקטיקלען קען מען זיך ארויסלערנען א מורא'דיגער מוסר השכל, מ'קען מאכן א יסוד פון שקר, און אויף דעם בויען גאנצעטע בנינים יארן לאנג! אבער, ביז ס'קומט אויף איינער מיט די ריכטיגע פאקטן און מקורות וואס דאן ווערן אלע "פאקטן" אינגאנצן צובלאזן ווי א רויך.
קאמענטארן זענען איבעריג (מיין איך).
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2009 01:54 |
|
| |
בנוגע די טעמא וועמענס ארטיקעל האט מער אפקלאנג און השפעה, מיטן מעסטען לויט וויפיל "צפיות" מהאט, פארשטייט יעדער איז נעריש און אומלאגיש.
אינדערצייט וואס סופערמעסי האט געשריבען זיין ארטיקעל און צוויי דריי המשכים [איך רעד פון יעדער אשכול זעלבסט נישט פון ח"א ח"ב וכו'], טיילט זיך די ציפער אויף א דריטעל.
משא"כ פארמעגליך וואס האט שוין געשריבען זיין ארטיקעל אין קרוב צו פינף און צוואנציג טיילען טיילט זיך די ציפער אויף 25.
די הסבר איז פשוט ווייל יעדער וואס קוקט די ערשטע טייל וועט קוקען די צווייטע טייל און אזוי ווייטער די דריטער וכו', דעריבער איז פשוט אז די ציפער 100,000 מיינט נישט באזונדערע מענטשין נאר מצוטיילט לויט וויפיל המשכים דאס איז איינגיטיילט גיווארען.
ואי לא תימא הכי, צו דען זענען די ערשטע קוקערס נישט אזוי אנצוקט אין פארמעגליכס "רייכער און געלונגענער" ארטיקעל, צו האבען אפעטיט אויף ווייטער.
דעריבער אנהענגער און פארמעגליך זייטס נישט עקסיידעט אין די הויכע ציפערען, ווייל 100,000 צוטיילט אויף 25 איז 5000 צפיות בס"ה.
מיט דעם איז אויך פארשטענדיך פארוואס די צפוית פון סופערמעסי איז אראף אין די ח"ב וח"ג, ווייל די ארטיקלען זיינען פיל קורצער און געשריבען אין ווייניגער טיילען דעריבער טיילט זיך די ציפער אויף ווייניגער ווי אין די ערשטע.
דברים ברורים מללו, ואין צריך לפנים נאר להיות סדא וואס ווילען איינרעדען אנדערע אדער רעדן זיך איין אז זיי רעדען איין אנדערע אדער גאר פשוט רעדען זיך אליין איין, האב איך זיך ערלויבט צו שרייבען די דברים פשוטים.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2009 07:42 |
|
| |
איך ווייס נישט ווי די זעיסט 25 תגובות מיט 100,000 צפיות? פארמעיגליך'ס ארטיקעל האט יעצט בערך 40 תגובות מיט בערך 78,000 צפיות דאס איז קנאפע 2,000 צפיות פער תגובה,
זיין ארטיקעל באשטייט באמת פון אסאך מער חלקים נאר דער "נייטראלע" מנהל דארט (אדער גאר פארמעיגליך אליין ניצענדיג א מנהל משנה ניק), האט עס שפעטער צוזאמגעשטעלט אין ווייניגער חלקים, סא פער תגובה איז עס באמת אסאך ווייניגער צפיות. זיין הערות אשכול האט בערך 800 תגובות מיט בערך 57,400 צפיות דאס קומט אויס "ווייניגער" ווי הינדערט צפיות פער תגובה!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2009 16:06 |
|
| |
אדרבה ואדרבה באתי לעורר, יבוא חכם ויוסיף לקח, ויבינו איך שהם מנסים לשכנע והוא לא תצלח.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2009 18:42 |
|
| |
די פאקט איז אז סופרעמסי'ס ארטיקליך קען מען נישט אפפרעגן הן במציאות הן בסברא!
און פעלשער פארמעגליך'ס ארטיקליך איז במציאות אפגעפרעגט הן במציאות הן מסברא!
קיק וואס מען ענפערט אים אפ אויף יעדע זאך וואס ער שרייבט, און די אשכול מיטן נאמען ההערות..
נאר דער פארמעגליך האט בערך 6 ניקס וואס ער ניצט זיך אליינס צו קלאפען און ריקען וואס פארא גיטע ארבייט ער טיט! און וואו פול טרעיאלנען מענטשען ליינען עס טעגליך! אד''ג
משא''כ סופרעמסי שרייבט אפ וואס ער האט צו זאגען און ווערט תיכף נעלם פון דעם האריזאנט!
ער לאזט אז דער אפקלאנג פון זיינע ווערק זאל אפמאכען צו ער האט גוט געשריבן צו נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2009 09:11 |
|
| |
איך זע אז עטליכע האבן פארגעסן די שטאטוטן פון דעם פארום דעריבער וואלט איך געראטן מ'זאל דאס איבערליינען.
אט איז איין סעיף:
4. שרייבן א נאמען אדער אפילו נאר א שוואכן רמז איבער דעם אידענטיטעט פון א צווייטן מיטגלידער אויף היידפארק, אפילו אויב נישט פון דעם פארום, וועט באלד אויסגעמעקט ווערן, און דער שרייבער וועט אפגעשפארט ווערן. אויב עס וועט אויספעלן וועט גענומען ווערן נאך שטרענגערע שריט דורך די מערכת פון היידפארק.
ביטע זיך האלטן צו די תקנות הפורום .
|
|
|
|
|