פאר חרדי'שע אידן איז ווייט נישט קיין סוד אז די פרייע פרעסע אין מדינת ישראל איז איינזייטיג און בלינד ווען ס'קומט צו סיי וועלכע טעמע וואס בארירט די רעכטע אין מדינת ישראל. ווער רעדט נאך ווען ס'קומט צו א חרדי זענען זיי גרייט אים אויפצועסן לעבעדיגערהייט. אלע שיינע פראזן וועגן יושר און אמינות ווערן צעבלאזן ווי איי שאלעכץ ווען ס'קומט צו האקן אויף א חרדי.
אין די לעצטע פאר וואכן האט דער רבש"ע אזוי געפירט אז ס'זאל נתגלה קלונם ווערן אויף אזא העסליכן אופן, ביז אפילו דער גרעסטער טייל פון די פרייע האבן זיך אנגעהויבן עפנטליך וואונדערן וואס איז געשען מיט די א.ג. "אביעקטיווע זשורנאליזם", וואס דארף זיין דער גרונד-פרינציפ פון יעדן זשורנאליסט און מידיא פארשטייער?
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די אומבאהאלטענע איינזייטיגע דעקונג און אפענער האס-שיסנדער גיפט קעגן די חרדי'שע מאמע וועלכע האט 'געוואגט' ארויסצוגיין אין א קאמף מיט די רוצחים/רופאים פון הדסה שפיטאל, וועלכע שטעלן געווענליך אהער א שיינעם פנים ווי א תם, אבער אונטערן טיש באגייען זיי זיך מיט די חרדים אויף א שרעקליך שענדליכן אופן. אויך דא האבן זיי פרובירט צו כאפן די פיש פאר די נעץ און ווען זיי האבן זיך דערשראקן אז די מאמע גייט זיך עפענען דאס מויל האט מען באשלאסן איר צו מאכן וואס זיי רופן א "רצח אופי", און איר 'ערלעדיגן' נאך פאר זי קען אנטון עפעס שאדן.
דורך זייערע פארבינדונגען אין די פאליציי, פראקוראטור, און די מידיא האבן זיי אנגעהויבן א שרעקליכן שמוץ קאמפיין קעגן די געטרייע אומשולדיגע מאמע. ווי נאר מ'האט איר ארעסטירט האט די גאנצע פרייע מידיא ווי אין איין כאר גענומען זינגען "האם המרעיבה" - קעגן די אנגענומענע פראצעדור, און דער פרינציפ אין יעדע דעמאקראטישע מדינה, אז יעדער באשולדיגטער איז ריין ביז ווען ער ווערט באשולדיגט - innocent until proven guilty.
בדרך כלל וועט טאקע די מידיא באצייכענען א באשולדיגטן אלס "חשוד ב......", אבער ווען ס'האנדלט זיך פון א חרדי'שע מאמע איז אלעס מותר.
יא די איזראעלי פרעסע כאפט זיך אפשר אויף זייער וויסטן דורכפאל, אבער נישט אונזער היימישער אסעמבלימאן דוד הייקינד וועלכער האט זיך פארמאסטן צו זיין אויך דער רוחניות'דיגע פירער פון כלל ישראל לעצטנס ביי די פרשה פון די ת"ת, און איצט האט ער מיט גרויסע פרעכע נעכטן ביי זיין ראדיא שאו איינגעלאדענט דעם דאקטאר פון שפיטאל און אים געלאזט אפען העצן קעגן אלע ערליכע רבנים ה"י.
אפילו די פרייע ליינער זענען שאקירט געווארן ווי איינזייטיג און בלינד די מידיא באנעמט זיך צו די פרשה. בלויז נעכטן איז ער געווען גענוג גוט צו זיין דער חשוב'ער דאקטאר, און די מאמע איז באוואשן געווארן מיט חירופין וגידופין פאר די 'חוצפה' פון אנטזאגן דורכצוגיין זיין פראצעדור, און יעצט ווי נאר ער האט געזאגט עפעס אנדערש ווי דאס וואס זיי האבן געוואלט הערן, ווערט ער באלד אפגעפרעגט און אומקאפעטענט.
צווישן די טויזנטער "קאמענטס" אויף זייערע סייטס (וואס זיי רופן טוקבקים) האט זיך אנגעזען א ריזיגער ציבור פון די פרייע עלעמענטן וועלכע האבן געשטורעמט קעגן די מידיא. אפילו די וועלכע זענען יא געווענליך בלינד פארגלייבט אין אלעס וואס די מידיא פארקויפט זיי האבן יעצט אפן געזען אז עפעס טויג נישט. אנדערע פון די לינקע האבן געהאט טענות פארוואס די מידיא פרובירט נישט כאטש צו מאכן דעם אנשטעל - ווי געווענליך - אז זי פרובירט צו זיין אביעקטיוו...
אין די זעלבע צייט האט זיך אפגעשפילט אן אנדערע געשיכטע ווען א יונגערמאן וועלכער לערנט זיך צו ווערן א דיין אין די רבנות הראשית האט אראפגעקלאפט אן עטיאפער פרוי. די פונקטליכע פרטים זענען נישט רעלעוואנט און נישט אינטערעסאנט. וואס איז יא נוגע איז דער פאקט אז די מידיא האט אים א נאמען געגעבן "האברך הדורס", צו דערמאנען כסדר אז דא רעדט מען פון עמיצן וואס פלאנט צו ווערן א דיין אין די רבנות.
אבער ווען אין זעלבן טאג איז א העלדישער יונגערמאן אריינגעשפרינגען אין א גאז גרוב אין פרואוו צו ראטעווען א דריי יאריג מיידל, האט די מידיא בכלל נישט געפינען פאר וויכטיג צו דערמאנען אפילו אז יענער איז א שותומ"צ - עמיצן וואס זיי גלייכן אזוי שטארק צו רופן "חרדי" אין פאל ער טוט עפעס נישט אויסגעהאלטן!
והעולה על כולנה.
דעם שב"ק איז פארגעקומען א שרעקליכע געשיכטע אין מדינת ישראל, וואס איז א דירעקטער רעזולטאט פון דעם פארדארבענעם פרייען חינוך און די גרויליגע נאכאנאנדע העצע קעגן פרומע אידן. א לינקער שלום אקטיוויסט, וועמענ'ס ווייב איז געווארן א בעלת תשובה און דעריבער אים איבערגעלאזט, האט באשלאסן זיך נוקם צו זיין אין איר דורך אוועקנעמען איר טייערסטער פארמעגן - ער האט מיט די אייגענע הענט דערשטיקט רח"ל איר איינציג דריי יאריג טאכטערל, וואס איז 'פערצופאל' אויך געווען זיין אייגענע טאכטער!
טראץ וואס דער טאטע האט זיך קלאר מודה געווען אין דעם שרעקליכן טאט, און אין גם אחד וואס פארלייקנט עס - אפילו זיין אדוואקאט פרובירט נאר צו נוצן די טענה אז ער איז נישט געווען גענצליך ביי זיך, וואס איז לכאורה ליגנט - פארט האט די מידיא ביים באריכטן די טרויעריגע פרשה אים כסדר אנגערופן "האב החשוד"! הונדערטער מאל האבן זיי איבערגעשריבן דעם "החשוד", כאילו ס'איז דא עפעס וואס צו צווייפלען.
ולא זו בלבד. זיי האבן נאך אראפגעברענגט מערערע ציטאטן פון זיינע פריינט און משפחה מיטגלידער וואספארא פיינער מענטש ער איז בעצם, און אז ס'האט אים זיכער אנגעכאפט עפעס א רוח. איינער פון זיי איז געגאנגען אזוי ווייט און גאר ארויפגעלייגט די שולד אויף די מאמע און איר חזרה בתשובה, וואס האט אים "צערודערט"! די נידערטרעכטיגע פארשוינען האבן זיך נישט געשעמט צו שרייבן די ווערטער "הכל בגלל החזרה בתשובה"!
דער אבסורדאלער דאפלטער סטאנדארט איז שוין געווען אזוי שטארק בולט, אז Ynet, די הויפט מידיא סייט וואס געהער צום פרייע צייטונג "ידיעות אחרונות", האט געמוזט ארויפלאזן אן ארטיקל וואס ברענגט אראפ דעם אויפברויז פון חרדי'שע נייעס סייטס איבער דעם מכלומרשטן 'אביעקטיוויטעט' און 'נייטראליטעט' פון די פרייע מידיא.
אפילו דאן האבן זיי בלויז ארויסגעברענגט די טענה פארוואס ביים חרדי שרייבט מען עס ארויס אין קעפל, און נישט ביים לינקן פרייען שלום אקטיוויסט. אבער די ריכטיגע רשעות - אז ביי די אומשולדיגע מאמע האבן זיי פארזיגלט איר גזר דין אן קיין געריכט, און ביים שולדיגן טאטן ווייסן זיי נאר פון "חשדות" צו זאגן - דאס האבן זיי שוין געמוזט פארהוילן פון זייערע ליינער.
א בליק אין זייערע קאמענטס (טוקבקים) צייגט וויאזוי די גרעסטע לינקע שטיצער זענען ביטער פארלוירן אין פארצווייפלטן פרואוו צו פארטיידיגן דאס וואס זיי מוזן גאנץ אפן מודה זיין אז די איזראעלי מידיא האט נישט אין זיך דאס מינדסטע נייטראליטעט ווען ס'קומט צו חרדים און אפילו שוואכער דערפון.
נשלח ב-27/7/2009 07:12
שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטן ארטיקל.
געגאנגען, עי 1.
נשלח ב-27/7/2009 08:21
געגאנגען אויב די קענסט (אדער א צווייטער) שרייב עס אויך און ענגליש, און שיק עס אריין צי די ישיבה וואלרד מעילבאקס.
נשלח ב-27/7/2009 10:30
אל גודס, די חברה קענען אידיש. זיי זענען דאך ישיבה'שע. שיק זיי אריין דעם לינק ווי ס'שטייט און גייט.
נשלח ב-27/7/2009 17:31
איך וויל ער זאל עס פאסטען אין "אט אף די מעילבאקס" (איך גלייב שווער ער וועט עס טהון) זאלען עס די חברה מיט פארדרייטע השקפות אויך זעהן (די קאמענטערס וואס זענען נאר ביזי מיט שנאת חינם ווען מ'רעדט פון א פרייער רוצח וואס האט געהארגעט זיין אייגען קינד) געגאנגען קענסט אפי' צולייגען פארן אריינשיקען, בנוגע די "סעילף העיטונג דזשאס" קאמענטערס אויף די היימישע בלאגס
נשלח ב-27/7/2009 18:07
כ'שטעל מיר אויך צו צום ביטע, אז איינער וואס קען זאל דאס איבערטייטשן אויף ענגליש, פארשפרייטען אזא ארטיקעל אויף ענגליש קען האבן א געואלדיגן תועלות.
נשלח ב-27/7/2009 19:03
אויב געגאנגען טייטש עס נישט איבער, מיין איך אז זיסקייט איז דער פאסיגער מענטש עס איבערצוטייטשען,
געגאנגען לאז דיך הערן אויב די גייסט עס אליין טהון?
מעיגליך יעצט וועט ער עס שוין יא פאסטען, נאכדעם ער האט שוין געפאסט קשיות אויפען שפיטאל פון די עדה.
אפי' יעצט האבען נאך קאמענטערס א "חוצפה" צו זאגען היתכן די עדה נעמט א שטעלונג אן אויסהערען ביידע צדדים, וואס אפי' עס וואלט געווען אמת, פארוואס פרעגט ער נישט די זעלבע קשיא אויף זיין אייגענע קאמענט? פארוואס פרעגט ער נישט די זעלבע קשיא אויף די פרעסע?
פארדרייטקייט האט אויך א שיעור!!!
נשלח ב-27/7/2009 23:25
א דאנק פאר די קאמפלימענטן.
היות כ'בין נישט קיין גוטער שרייבער אין ענגליש, וואלט ראטזאם געווען אז עמיצער אנדערש זאל עס טון, ולמצוה גדולה יחשב.
נשלח ב-28/7/2009 01:11
היות געגאנגען האט זיך אפגעזאגט פון שרייבען אויף ענגליש, בעטען מיר פון הער זיסקייט זאל ארויפשארצען די ארבעל,
The tragic murder of 3-year-old Noa Goldring has shocked the nation and has led to an awareness on the part of the secular media, on Monday quoting a number of chareidi news agencies and the deive terms used regarding the murderer.
The daily Yisrael HaYom for example cites that chareidi agencies describe the father who strangled his daughter in her sleep as a ''left-wing secularist'' and similar terms are also used in other reports, prompting the Israeli media to stop and take notice. The reports surrounding the murder are the chareidi response to the chareidi-bashing seen in other recent cases, highlighted by the hit-and-run trial of Itamar Biton, the son of Chadera's sephardi chief rabbi and of course, the Meah Shearim mother suspected of abusing her toddler son. In both these cases, which were given prominent media coverage, the ''chareidi'' label was never omitted, making certain to make the connection with the alleged wrong-doer and the shomer shabbos community.
The chareidi media used the recent murder to show that in the secular press, the murderer is described as ''the father'' and not ''a known left-wing activist'' or ''secularist'', questioning why when the defendant is shomer shabbos or chareidi does the media run to place a highlight on the suspect's level of religious observance.