בית פורומים כל העולם כולו

די אמת'ע פאקטן איבער דעם שידוך מיט וויזניץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/7/2009 01:34 לינק ישיר 

סופרעמסי א סופר זשאב געמאכט
איך וויל צילייגן א פאר נקידות

1) צי דעם סיפור וואס די האסט פארציילט אז דער ברך משה האט פארציילט אין קאנטרי וועגן די שידוך
האב איך היינט געשמועס מיט הרה"ח ר' מ.פ. שליט"א וואס איז געווען דערביי ביי  דעם שמועס , האט ער מוסיף געווען א וויכטיגע פונקט, דער ברך משה האט פארציילט אז ווען ער איז אריין געגאנגען צים רבי'ן ז"ל האט ער אים קיינמאל נישט געזאגט אז ער זאל נישט טיען דעם שידוך,
  האט ער געמאכט אזא חשבון אז קען זיין אים וויל נישט די רבי זאגן אז ער זאל עס נישט טיען דעם שידוך ווייל ס'פאסט נישט, אבער פאר א פרעמדער בעה"ב וועט ער יא זאגן אז אז ער זאל נישט טיען דעם שידוך.

האט ער אריין געשיקט הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער ע"ה דער שוחט וואס איז געווען זייער אינסטרימענטאל אינעם שידוך   
ר' שלמה איז אריין צים רבי'ן ז"ל פרעגן, צי ס'איז אמת אז דער רבי איז נישט מסכים צים שידוך, האט דער רבי ז"ל אים געזאגט ח"ו איך האב אזא זאך קיינמאל נישט געזאגט.
פין דא אין ווייטער האט דער ברך משה געזעהן אז פינעם רבי'ן ז"ל איז נישט דא קיין שום אפהאלט.

2) די רבי זאל זיין געזינט איז א סאך ימים טובים געווען ביים רבי'ן נאך די חתונה, אין יעדעס מאל האט אים דער רבי ז"ל צי געשיקט צים עמוד ביי מוסף.

3) די איינציגעסטע שידוך וואס דער ברך משה האט נישט געפרעגט דער רבי ז"ל בכלל איז געווען ביי ר' זלמן לייב 
ווייל ר' זלמן לייב האט געזארפט א חתן ווערן ביי שינ.....רב שליט"א פין מאנסי 
ס'האט שוין געהאנגען א צעטיל אין סיגוט'ער ביהמ"ד וועגן דעם שידוך 
2 שעה פארן לחיים קומט א פאן קאל אז דער אבי הבת וויל נישט דעם שידוך וועגן דער בחור איז נישט קיין יראת שמים וד"ל

דער ברך משה איז געווארן געפערליך אנגעצויגן, דא שמועסט שוין די גאס פין א שידוך, אין דא וויל נישט די אנדערע צד
האט ער געכאפט שנעל אינעם זעלבן טאג ר' משה שפיצ'עס טאכטער אפילו סאיז נישט דא קיין שום יחוס.

ווען די רבי ז"ל איז געוואיר געווארן דערפון האט אים עס זייער נישט געשמעקט, ווייל מען האט זייער נישט שיין געשמועס 
פין ר' משה שפיצ'ס שידוך זעלבעסט ואכמ"ל 


4) אין צי דיר ליפא'עלע וויל איך פרעגן אפאר שאלות 

א ) פארוואס האט דיך דיין טאטע ארויס געווארפן פין דער היים פאר 4 וואכן ?

ב) האסט אמאל געזאגט א ישר כח פאר דיין שוועסטער פאר דיך אריין נעמען אין שיקאגא פאר די 4 וואכן ?

ג) וועלכן ברידער האסטו געקאלט יענע וואך ווען דער ברך משה איז געווען אין בארא פארק אין געזאגט אויף דיין שווער ר' יוסף אשכנזי אז ער איז א יוד א שוטה ,אין די מיט ווייב ראטשי זענען ביי חייקי אין שטוב געוויינט  אויפן טעלפאן אז די בזיונות איז געפערליך גרויס אין עטץ שמעטס ענק ארויס צי גיין אויפן גאס, וועלכע ברידער איז דאס געווען ?

ד) 2 טעג פאר דיין חיים הערש איז א חתן געווארן אין ער האט געמאכט א עקסידענט וועלכער פעטער האט זיך געזארגט אז א צווייטער בחור זאל אויף טרעטן אין קארט  ?

ביי די וועי ליפא די יענקיס שטייען גוט .....
 


 






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 02:48 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז הגז"ל'ס שידוך איז נישט געווארן, ווייל איינער איז געקומען זאגן פאר יענעם רב
אז מען האט געכאפט הגז"ל ליינען מאגעזינען ביי דאקטער נייווירט, אין יענער רב האט תיכף געזאגט אז ניין ער טוט נשט דעם שידוך........
אין דער ברך משה רבי האט אויך געוואסט וואספארע סחורה ער פארמאגט האט ער גראד געכאפט דעם שפיצקע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 03:21 לינק ישיר 

צי זאגן אז די רבי ז"ל האט נישט געלאזט די חתונה איז אבסורד אין נעריש.
 
ווייל ווען די חתונה איז ווען דא אין אמעריקע וואלט דאך די רבי ז"ל קלאר געגאנגען
 
אזוי ער איז געפארן צי הרה"ג ר' מענדעלעס ברית אויף בארא פארק

אין דער גאנצער עולם וואלט אויך געגאנגען

איז נישט מסתבר אז די רבי זאל נישט האבן געלאזט גיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 03:50 לינק ישיר 

סוועט ענק גארנישט העלפן, ענק קענען פארציילן מעשיות מיט א בוידעם, סאטמארע חסידים האבן א פונקטליכע אפגעשריבענע צוואה פון רבין אין דעם ענין, וואס איז געדרוקט אין דברי יואל פר' יתרו וועגן בחורים למדנים וואס האבן חתונה מיט מיידלעך וואס רעדן העברעאיש.

מיך גייט אינגאנצן נישט אן צי דער רבי זי"ע האט אים יא פיינט געהאט צי נישט, צי ער האט יא געלאזט גיין צו די חתונה צי נישט. קיין מנהיג אין סאטמאר קען ער נישט זיין, און ער וועט נישט זיין! ווי דער מציאות האט זיך ארויסגעשטעלט ווען דער בוכ"ע ברוב רחמיו וחסדיו האט אונז באפרייט פון זיינע ביטערע נעגל ממש חוץ לדרך הטבע.

די גאנצע וועלט ווייסט היינט פונקטליך דעם אדרעס ווען מוויל הערן וואס "סאטמאר" האט צו זאגן בעניני אמונות ודיעות, ועל זה גאוותינו, ועל זה תקוותינו!



תוקן על ידי לולא_תורתך ב- 28/07/2009 3:47:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 04:20 לינק ישיר 

לולא, כאטשיק ס'איז פארקראכן פונעם נושא קען איך מיך נישט איינהאלטן פון איבערחזר'ן דיינע אמת'ע טיפזיניגע ווערטער...

די גאנצע וועלט ווייסט היינט פונקטליך דעם אדרעס ווען מוויל הערן וואס "סאטמאר" האט צו זאגן בעניני אמונות ודיעות, ועל זה גאוותינו, ועל זה תקוותינו!

נאכאמאל זאג איבער שיין:

די גאנצע וועלט ווייסט היינט פונקטליך דעם אדרעס ווען מוויל הערן וואס "סאטמאר" האט צו זאגן בעניני אמונות ודיעות, ועל זה גאוותינו, ועל זה תקוותינו!

יא! מיר זאגן דאס בפה מלא! ועל זה גאוותינו! ועל זה תקוותינו!

האסט נישט געקענט זאגן בעסער, און אגב פארגעס נישט, אז דער רבי ז"ל האט אים גראדע יא ליעב געהאט, און טאקע פאר די זעלבע סיבה וואס ברענגט אים צו זיין "דער אדרעס" ווען מ'וויל הערן וואס "סאטמאר" האט צו זאגן, טאקע פאר דעי זעלבע סיבה האט אים זיין גרוסער פעטער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ועל כל ישראל אזוי ליעב געהאט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 08:11 לינק ישיר 

איך שטיי אין איך שטוין סיי אויף די אהרוינים אין סיי אויף זאליס.

מען רעדט פין א שידוך פין א צירקע 43 יאר צוריק סיי האבן ב"ה חתונה געהאט
זיי האבן קינדער מיט איינקליך אין איר אייניקליך
אלע קינדער גיין אויפן דרך ה'
היטן שבת, טהרת המשפחה, לייגן תפילין.
אין איך מיין קיין איין קינד רעדט נישט עברית אין גייט נישט צי די בחירות..

וואס קריגט מען זיך דא
ווייל סאשע קען עברית

איך האב קיינמאל נישט געהרט פין קיינעם זאגן א סקווירא רבי איז א שייגץ ווייל ער איז א איידים אין ווישניץ אין זיין ווייב קען עברית ...

אין דאכט זיך מיר ר' זלמן לייב טייטלבוים האט א שוואגער שפיץ וואס איז אויך א איידים אין סערט ווישניץ פאר דעם ווערט ער אפגעפרעגט ?

וואקסט אויף קינדער, א שידוך איז מן השמים, דער רבשו"ע האט געוואלט דעם שידוך .



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/7/2009 15:20 לינק ישיר 

לאגיש די תכלית איז אפצילייקענען א שקר גס וואס די בני יואל מיט זאליס לייגן אן אויפן רבי'ן ז"ל
אין ס'איז ב"ה געלינגן דאס אויף ציווייזן
ווייל די רבי ז"ל האט פארקיינעם נישט געזאגט א ווארט קעגן דעם גרויסן  שידוך.





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/7/2009 16:10 לינק ישיר 

סופרמעסי; הערליך. עפעס א זכות האסטו געהאט אז ס'זאל צו דיר אנקומען אזא רייך שטיקל היסטאריע.

דער "סך הכל" צו דער "פאנטש ליין" וואס מיר נעמען דא ארויס איז: מעגסט האבן געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע אליין'ס, אויב האסטו נישט געפרעגט די "בני יואל" מענטשן, וועסטו פארדאמט ווערן דערפאר. ווייל - ווי געשריבן און אויפגעוויזן געווארן הונדערטער מאל - זיי פארשטייען בעסער די שיטה הקדושה.

ווי אזוי האט רבינו שליט"א געזאגט ברבים אין א דרשה, [תשמ"ה בערך, נאך הרב מענדל'ס חתונה, ווי מ'האט באשאסן וויזניצער רבי'ן]: זאל קיינער נישט קומען איינרעדן, אז דער בעל ויואל משה, האט נישט געקענט דעם ויואל משה! והדברים עמוקים.

האט דער "ברך משה" געטון דעם שידוך פאר'ן פרעגן דעם רבי'ן?, ניין! נו, וואס יעצט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 18:51 לינק ישיר 

איך האלט אין איין באקומען אין תיבה אישית נאך סחורה איבער דעם באם ליפא וואס איך וועל שפעטער ארויף לייגן

פין די אשת איש פרשה גיי איך נישט רעדן אין מען זאל מיר מער נישט שיקן איבער דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 21:41 לינק ישיר 

הביאו דברים בשם הרב מזשיבאו מונטריאל.

אני מכיר נכד הרב כ"ץ הנ"ל ואכן הסכים שהרבי התפלא על שלא השתתף בהפארשפיל.

אולם הגיד לי גם שהרב ברך משה שלח זק' לשאול חוות דעת הרב דבר"י ולא היה במוסכם, ושוב שלח הברך משה שכבר ראו את עצמם [אם כנה העדאה זו הכוונה על הרב מוויזניץ שראה מהר"א], והגיב הדבר"י 'הגם אם מצאו "הויקער" בהמדוברת אף לאחר שראו זא"ז גם היה עושין השידוך' ע"כ.

גם העיד כי זק' היה אז מאיזה סיבה באה"ק וכשהלך לקבל פרידה מהדבר"י צו עליו לא לקחת חבל בסעודת הנשואין.

נכד זה עלול שאינו מוסר דברים כראוי לכן הננו מבקש מי שיש לו קירבה אצל משפחת כ"ץ שיברר הדברים.

וזאת למודעי שאני לא באתי ח"ו לקנטר, כי אפי' יבואו אלף עדים שהרב דבר"י מנע הציבור להשתתף, אסור להאמין, שזה מבזה איש קדוש הלזה, ופשוט מי שהכיר קצת אישיות הדבר"י [הן מצד קנאות שלו והן מצד הפיקחות שלו שהזמזגו באופן נפלא] ברור לו כשמש שזה בדוי ומבודה, גם לומר שהרב ברך משה לא שאל בחו"ד דוד ע"מ לקבל דבריו הוא פשוט שוטה.

לא באתי רק לעורר ולהגיע לאמיתו של הדברים.

והוקע אותם נגד השמש !




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 01:11 לינק ישיר 

YESWECAN3 כתב:
nice try די אלע זאכען פין די שטיב... די שטיב..איז אלעס שילדיג איז אפשר געווען גילטיג אין די ל יארן נישט אין די כ יארן דע אלע שטיתם קענסטי איין רעדען פאר די יואליס 
         

 



לאמיר דיר פרעגן א שאלה
איז רויזעלע 'ס פרשה געווען אין די ל' יארן אדער אין די י' יארן

אין ווען סופרעמעסי מיינט די שטוב מיינט ער נישט יאנקל ברוך מיט יעקב הערש
ער מיינט די הייליגע רעבעצין, וווי ס'קוקט טאקע אויס האט עס פאר סופרעמסי נישט געפאסט ארויס צי שרייבן
האט ער עס געשריבן מיט א איידיל לשון ,די שטוב

די שטוב / רעבעצין איז פאראנטווארטליך פאר די בלוט פין רויזעלע הי"ד
לאמיך מיר דיר זאגן
ווען די רבי שליט"א האט בר מצוה איז די רבי ז"ל געקומען צי די בר מצוה איו ער האט געגעבן א סעט רמב"ם
נאך די בר מצוה האט די רבי ז"ל געזאגט פארן ברך משה אז מארגן גייט ער קומען דאווענען אין סיגוט'ער ביהמ"ד אין לייגן תפילין פארן בר מצוה בחור
וואס מיינסטו איז די רבי געקומען ? ניין ! פארוואס ?
ווייל די רעבעצין / שטוב האט נישט געלאזט , א טאג דעראויף איז מען געגאנגען לייגן תפילין ביים רבי' ז"ל


אין יעצט וועגן זישויבער רב האב איך פריער גערעדט צי 2 איינקליך
די רבי ז"ל האט אים פארגעהאלטן היתכן ער איז נישט געווען ביים פארשפיל, די רבי האט אים געזאגט אז ער וואלט געדארפט גיין
אין וועגן די חתונה וואס די פארקויפסט איז א שקר, זישבויער רב איז נישט געווען דעמאלס אין ארץ ישראל ,אין ער האט בכלל נישט גערעדט צים רבי'ן ז"ל דערוועגן.


תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 29/07/2009 1:07:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 03:48 לינק ישיר 

די בני יואל מיט די זאליס דרייען זיך א ארום אז די די תורה פרשת יתרו פין נעמען מיידלך וואס רעדן היברעיש האט די רבי געזאגט נאכן שידוך..

די תורה האט די רבי זי"ע געזאגט תשי"ט
תשכ"ו פרשת יתרו איז די רבי ז"ל געווען אין פלארידע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 07:10 לינק ישיר 

ווייסט איינער פארוואס די מזל טוב פין רבי'ן ז"ל צי אמרי חיים
אין די הסכמה וואס די רבי ז"ל האט געגעבן פארן רבי'ן שליט"א פארן טאלטשווער רב ספר
איז נישט געדריקט אין דברי יואל מכתבים, האלט איינער ס'איז א פראצאפאל, אדער קען זיין פאליטיק ? 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/7/2009 14:54 לינק ישיר 

איך בין באמת שאקירט פין די גאנצעם ארטיקעל
איך האב געהאלטן נאך אזא אויף דעקנוג וועלן די זאליס אפיר ברענגן סטעטמעינטס פין מענטשן וואס האבן געהערט ווי די רבי האט זיך אלץ געבייזערט אין געשריגן אין שטוב, נוסח זמירות דברי יואל 
רבינו הקפיד רבינו קצף 
דערווייל איז נישט קיין מענטש וואס האט געהערט פין רבי'ן א ווארט קעגן דעם שידוך 
אלע מעשיות אין שמיעות איז גאסן מעשיות איז וואס די דעם רבי'ס שטוב האט מפיץ געווען מבאיש ריחו זיין דעם סיגוט'ער רב קומט בלויז פין " זיי " אין סאיז געווען פין זיי ארקסטירט
קיין קאנקריט מעשיות מיט " נעמען " וואס האבן אליינס געהערט פין רבי'ן זיך ארויס רעדן קעגן דעם שידוך איז נישט דא.  

סופרעמעסי איך האלט די האסט איבער געשריבן היסטאריע אין ארויס געברענגט א שקר וואס צירקעלירט שוין 44 יאר.

תוקן על ידי אדמיראל ב- 29/07/2009 14:53:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 23:19 לינק ישיר 

א דאנק פאר סופרעמעסי פארן אמת'ע ארטיקל

ניכרים דברי אמת, אייער ארטיקל שיינט צו זיין אמת, מחמת דעם וואס איר באהאלט נישט די אמת'ע פאקט, אז רביה"ק מסאטמאר איז געוועהן אנגעווייטאגט, ווייל דאס איז נישט קיין ספק אז דער רבי האט דאס וויי געטאהן, די פראגע איז נאר פארוואס ס'האט דעם רבי'ן וויי געטאהן, און וויפיל ס'האט דעם רבי'ן וויי געטאהן.

אויב איז אמת אז מ'האט דעם רבי'ן געברענגט פאקטן אז סאטמארע אידן נעמען ארויס זייערע טעכטער פון סאטמארע צו בית יעקב נאר צוליב דעם שידוך, איז קלאר און פארשטענדליך אז דער רבי האט נישט געקענט שטיצן אזא שידוך ברבים,

דער רבי האט נישט געקענט געבן א עפנטליכע הסכמה אין די גאס אז יעדער קען טון אזא שידוך, ווייל דאן צוברעכט מען די סאטמארע מוסדות אין ב"ב, אבער פריוואט האט ער נישט ארויס געוויזן קיין שום התנגדות, ווייל פריוואט האט דער סיגוט'ע רב נישט געטון קיין שום עוולה, ער האט געפרעגט, און באקומען תשובה, און אוודאי נישט דער חתן אליין, ווייל וואס איז ער שולדיג אז זיין טאטע האט אים געמאכט אזא שידוך,

ס'איז מיר אלץ שווער געוועהן אז פון איין זייט איז דער רבי געוועהן אביסל ברוגז, און פון די אנדערע זייט ארויס געוויזן אהבה, האיך שיתקיימו שניהם,
אבער איר האט מיר דאס מיישב געוועהן, צוטיילנדיג די פאקטן, אז די חלק המוסד האט דעם רבי'ן וויי געטון אבער דעם חלק השידוך נישט,

ס'איז מיר פארענפערט אויך פארוואס ווען דער רבי שרייבט א בריוו צו די חתונה לייגט ער נישט אריין אינעם בריוו ווער דער חתן איז, ווייל דער רבי האט נישט געקענט עמטליך ברבים שרייבן אז ער איז מסכים און גיבט די הסכמה פאר אזא שידוך וואס איז גורם מ'זאל צוברעכן די מוסודת אין ב"ב,

ס'איז זייער דקות'דיג אבער פארשטענדליך מיט אייערע הנחות,

כה לחי, שרייבט נאך מאמרים מיט קלארקייט,
פשוט אפצווואשן די הייליגע צורה פון רביה"ק ווי איר צילט,
.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די אמת'ע פאקטן איבער דעם שידוך מיט וויזניץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.