כאאס ביי די אהרונים
ס'איז נישט קיין סוד, אז זינט אונזער קאלעגע "פארמעגליך" האט גענומען זיין געלונגענעם און געבענשטע פעדער אין האנט אריין און זיך גענומען שרייבען פאקטען וואס די אהרונים וואלטען געקענט באשטיין זאל פארגעסען ווערען, האט אנגעכאפט א שרעקליכען פארלוירענקייט ביי יענע לאגע וואס זיי האבען נישט געוויסט ווי מען הייבט אפילו אן צו פארענטפערען, האבען זיי קודם מחליט געווען אז די בעסטע וועג איז צו שווייגען, זיי האבען געמיינט אז פארמעגליך וועט שרייבען א וואך צוויי און ער וועט פארשווינדען ווערען און זיין ארטיקעל וועט אויסוועפען און יעדער וועט פארגעסען דערפון, אזוי איז אדרוך א וואך צוויי און עס האט נישט אויסגעקוקט ווי פארמעגליך האלט ביים ענדיגען, האבען זיי אנגעהויבען צו ווערען אביסל נערוועז און האבען איינגעזען אז זיי האבען געהאט א פאטאלען טעות מיט'ן איגנאירען, מען זעט דאך אז בלי גוזמע טויזעטער און טויזענטער מענטשען (לעת עתה האלטען ביידע אשכולות שוין ביי איבער 100,000) ליינען זיינע ארטיקעל'ן, סאטמארע און נישט סאטמארע צוגלייך,וואס דאס קען נאך באגראבען דעם גאנצען P.R. וואס זיי האבען אזוי שווער געארבעט פאר די פרעמדע גאס זיי איינצורעדען אז זייערע רבי איז אזוי הייליג און אזוי געלונגען, און דא קומט דער פארמעגליך און מיט א פאר ארטיקלען ווי ער שרייבט אראפ די גאנטצע היסטאריע ווי אזוי אלעס איז צוגעגאנגען און דעקט אויף דעם אמת'ן שלייער פון זייערע רבי און ווי הייליג ער איז, האבען זיי איינגעזען אז "עפעס" מיז טהון מען קען איהם נאמאר סתם אזוי איגנאירען, האבען זיי קודם אנגעהויבען מיט א קאמפיין אז מען ווייסט שוין ווער דער "פארמעגליך" איז, און אוי גייט מען איהם יעצט לערנען טאנצען אזוי אין זיבעטען ריפ אריין אז ער וועט זיך שעמען זיך צוקוקען אין שפיגעל אריין,
נו לאמיר זעהן וואס האבען זיי געטהון? קודם האבען זיי פרובירט ארויף צושמירען דעם "פארמעגליך, אויף ר' משה לייב דייטש, נא נא יעצט גייט מען זיך נעמען איבער זיינע ביינער, קודם האט זיך נאר די ק"ילער קהל אריינגעמישט און זיי האבען ארויסגעשטעלט א צעטיל אז ער איז א "משכיל" און ער טאר נישט אריין טרעטען אינעם ווייסען שהול,
נו וואס האט עטץ געמיינט? נאך אזא פסק וועט שוין פארמעגליך זיכער אויפהערען צו שרייבען? א מכה
אלזא יעצט זיי האבען שוין צוזאמען גערופען זייערע גאנצע כעלעמער קהל און זיי האבען געאסר'ט "דער איד" און ווער עס טהוט זיך אדוועטייזען אין דער איד איז אחת דתו
נו וואס האט עטץ געמיינט? נאך אזא פסק וועט שוין פארמעגליך זיכער אויפהערען צו שרייבען? א מכה
נא יעצט איז שוין צרות אז דאס העלפט שוין אויך נישט? האבען זיך גענומען פליען אשכולות איינס נאכען צווייטען וואס זענען זיך סותר איינס פינעם צווייטען
איינער שרייעט אז מען טאר נישט ענטפערען... א צווייטער שרייעט מען עס נישט ליינען... א דריטער שרייבט "איך ליין עס נישט אבער איך האב דאס און דאס צו ענפערען"... א פערטער שרייבט אז אלעס איז "סעפרעמעסי'ס" השפעה... א פיפטער "שיקט" מען א בריוו איבער דעם "אמת"... א זעקסטער שרייעט אז אלע זאלי'ס זענען צוגרונד געגאנגען... א זיבעטער גייט זיך יעצט נעמען איבער משה גבאי'ס ביינער...
יעדער שרייעט עפעס אנדערש, הצד השוה צייגט וואס פארא גרויסע צומישעניש עס הערשט ביי יענע קרייז..
די בעסטע האב איך נאך ליעב געהאט דאס "ווערץ" (שרייבט ממש געציילטע מינוטען נאכדעם וואס פארמעגליך האט דאס געשריבען...)
"א קוואוט פון איינע פון די ארטיקלען וואס ברענגט אראפ "פאקטען"
ר' לייבוש און ר'
סענדער האבען קיינמאל נישט געגליכען ר' אהרן ווייל זיי האבען אים געקענט
פון דער נאנט און עס איז געווען באקאנט אז ר' זלמן לייב איז פאר זיי מער
צום הארצען.
קענסט דיך מיט אים קריגען??? ער זאגט דאך אליינס אז ס'איז א פאקט!!!
דאס איז די סיבה פארוואס איך ליין אים נישט, און איך האלט אז מ'דארף ניטאמאל ענטפערן"
עטץ הערטס ער ליינט נישט זיינע ארטיקלען.....
תוקן על ידי פארוואנישט ב- 28/07/2009 6:43:41
 |
|
|