כמיין ענק האבן ביידע אויסגעלאזט א זייער וויכטיג שטיקל היסטארי, וואס ווייזט אויף פארקערט ווי פארמעגליך טענהט.
ער זאגט אז משה גבאי האט אנגעהויבן זיינע שייגעץ שטיק וועגן דעם ווייל די רבי האט אנגעהויבן פירן רעביסטעווע.
לאז זיין אז וואס די רבי האט געטון איז רעביסטווע (וואס דער סיגוט-ב"פ שטריק האט אנגעהויבן נאכטון די מינוט וואס ער איז אריין אין די ריזיגע שיך פון ווילי "רבנות"), אבער סאיז דא איין זייער וויכטיגע מעשה וואס ער האט אויסגעלאזט.
די מעשה מיט ר' הערצקא צוויבל און די פאטש אין פלארידא - וואס איז געווען ווינטער תשנ"ז, נאך פאר סיי וואס די רבי האט געטון!
אנהייב ווינטער תשנ"ז איז ר' הערצקא געווען און פלארדא און געלערנט מיטן רבין ז"ל אזויווי אלע יארן, ווען די רבי ז"ל זאגט אים איין פארטאגס אז ער האט נעכטען אונטערגעשריבען עפעס א צעטל און ער געדענקט נישט פונקטליך וואס און ער וויל עס נאכאמאל זען.
ווען ר' הערצקא האט אנגעהויבן נאכשפירען וואס גייט פאר ווערט ער געוואר אז משה האט ארויסגערוקט פון רבין עפעס א אונטערשריפט אויף עפעס אזויווי א צוואה (לויט ווי מהאט דערציילט איז געשטאנען דארט אז זלמן לייב זאל זיין סאטמארע רבי פון אר"י, וואס דעמאלץ האט שוין געקאכט אונטערן טיש מיט די פלענער אז ער זאל פארן אויף אר"י) און ער האט אנגעקאלט דעם היינטיגען רבין אז ער זאל קומען אויף פלארידא וועגן עפעס קאכט זיך און דער רבי ז"ל איז זייער צוקאכט.
ווען משה האט עס געהערט איז ער געווארן אזוי גערעגט ער האט געטראפן ר' הערצקא אויף די סטעפס און אים אראפגעלאזט א קלינגעדיגען פראסק.
כבין נישט זיכער וויאזוי סהאט זיך געענדיגט, אבער אויב געדענק איך גוט האט משה דעמאלטץ מבער געווען די צעטעל ווייל ר' הערצקא האט עס אנגעהויבען זוכען און ער האט מורא געהאט ער זאל עס נישט טרעפען.
נשלח ב-29/7/2009 18:09
נאך א וויכטיגע פארט האבן ענק אויסגעלאזט
סוף זומער נ"ז, ווען די גאנצע גאס האט שוין געקאכט אז סאיז דא א פייט און משה שיקט זלמן לייב אויף אר"י ווייל ער וויל אים מאכען דארט פאר רבי לאחר מוע"ש, איז געווען א איספת מלמדים פאר אלע מלמדים אין וומ"ס (מיין טאטע איז אויך דארט געווען) און די היינטיגער רבי האט דארט גערעדט צו די מלמדים האט ער אינמיטען געזאגט אז מיין ברודער פארט יעצט אויף אר"י, און סאיז דא שמועות אין די גאס כאילו איך האב עפעס קעגען דעם, וויל איך דא זאגן פאר יעדען איינעם אז איך געב אים מיין פולע שטיצע און די אלע שמועות איז סתם גאסען גערעדעכץ. (בערך אזוי, אפשר איז דא דא איינער וואס געדענקט בעסער די פונקטליכע לשונות)
נשלח ב-29/7/2009 19:51
אויך איז יענע צייט מיין איך געווען די חנוכת הבית פונעם בנין עטרת יואל, ווי דער שיכור קעסטענבוים האט גערעדט.
נשלח ב-29/7/2009 21:12
רבי_יונה:
ר' ליפא שווארטץ הי"ד האט געזאגט פאר זיין פטירה אז ער אזי נישט מוחל דעם בן השלישי נישט בזה און נישט בבא, און ער האט אים געהרגט.
נשלח ב-29/7/2009 21:42
די חנוכת הבית פון דעם בנין פון עטרת יואל איז געווען ל"ג בעומר,
די בנין פאדערט א באזונדערע אפהאנדלונג, פארוואס מען האט נישט גענומען די געלט פון יאקאבאוויטש, ווען די הנהלת המוסדות איז שוין געזעצן גרייט אונטער צו שרייבן א הסכם מיט זיי, און לכבוד דעם איז זייער געלט געגאנגען פאר שאפראן און מאנטיווידעא.
נשלח ב-30/7/2009 01:13
חוץ פון די יאקאבאוויטש טייל
-וואס איז א אריכות פאר זיך וואס אלס איז געשטאנען אין דעם הסכם, וואס האט געדארפט צו באהיטן פון קארופציע פון די שטוב, און לכבוד דעם האבן זיי עס טאקע פארמיטן אויף אלע קאסטן...-
איז אין דעם עטרת יואל בנין פארבינדען נאך עטליכע פרשיות, רובין, ציגל קאמפיין, ועוד.
נשלח ב-4/8/2009 15:47
זייער שיין און קלאר באשריבן, אבער איך מיין אז פעלט נאך א סך פון די רואיגע יארן תשנ"ו-תשנ"ט
נשלח ב-4/8/2009 16:04
באקומען אין אי מעיל
אין פארמעגליך'ס ארטיקל איז באשריבן דער אידישער געדאנק, צוזאמען ווען ער באשרייבט די דושינסקיא חתונה, אינמיטן די שקרים שרייבט ער אז דער משתב"ק איז געווען בבל יראה ובל ימצא אין די בילדער פון די אידישע געדאנק.
האבנדיג אין באזיץ, כמעט אלע אויסגאבעס פון אידישע געדאנק, האב איך אפירגענומען די ארכיוון, און ארויסגענומען טאקע יענע אידישע געדאנק פון נאך די דושינסקיא חתונה, און ווידעראמאל א שקר, דער עקלהאפטיגער פרצוף פון משה פריעדמאן איז דא כמעט אויף יעדע עמוד פון יענע אויסגאבע.
בייגעלייגט איז דא צוויי עמודים וואס איך האב אריינגעסקענט, אויב עס פעלט אויס למען ההשלמה קען איך אריינסקענען נאך בלעטער.
נשלח ב-4/8/2009 20:22
נשלח ב-5/8/2009 03:19
קודם שכויח פאר די הרלעיכע ארבעט
כוויל צולייגן דריי הערות
1 - מיין טאטע האט מיך דערציילט ער איז געווען אין אר"י תשנ"ד, דעמאלץ איז נאכנישט געווען אזא פארפלייצונג פון פיקטשער מאכערס ווי היינט, און די עיקר איז נאכגעלאפן דעם רבין זי"ע די "צַלָם" פון משפחה
דער רבי שליט"א האט אים ממש געפייניגט, ווען ער האט אים געזען האט ער אויסגערופן "אה די "צֵלֶם" איז שוין ווייטער דא", אזוי ווייט אז יענער האט אנגעהויבן זיך צו באהאלטען פין רבין שליט"א
2 - מיין ברידער איז געווען ביי די שבת שמות ווען די רבי האט אנגעהויבן זינגען קה אכסוף ביים באטע. יענע וואך איז געווען די ערשטע מאל וואס איז אריין אין די גרויסע שטיב אין בעסמענט (ביז דעמאלץ איז געווען אין די קליינע) און די רב(י) האט זיך אנגערופן סוף טיש צו ר' אברהם יעקב יאקאב, וואס איז געזעסן פינקט קעגנאיבער ביי עק טיש, "נא, דו ווילסט זינגען, זינג", און ער האט אנגעהויבן מיט די תולדות אהרנע קה רבון.
3 - פארמעגליך איז ממש מהפך הקערה על פיה און שרייבט אז ווילאנג די עלטערע חסידים האבן געלעבט האט "דער רבי" נישט געקענט טרייען צו פארכאפען סאטמאר (שטאטס די אמת אז משה גבאי האט זיך נישט געוואגט צו טון עפעס אפען ווילאנג זיי האבן געלעבט), פון די אנדערע זייט שרייבט ער אליינס אז די אלע זאכען וואס מהאט געטון אין תשנ"ז איז געווען די אנהייב צו פארכאפען סאטמאר?
קודם א גרויסן דאנק 'האמתנעדרת' פארן דיינע שרייבונגען און קאמענטארן. איך האב נישט געליינט וואס פארמעגליך האט געשריבן, אבער פון דיינע הערות וואס די ברענגסט צו פון אום זעה איך אז דאס ליינען זיינע ארטיקלן זענען ארויסגעווארפן צייט, ממש א בעל דמיון, און אויף כח.
נאר די מעגסט ווען אביסל מער מעריך זיין ביי עטליכע פלעצער. למשל ווי די ברענגט אראפ א מעשה איבער א געוויסער נושא, די רירסט עס אן בלויז מיטן שפיץ גאפל. דהיינו די שרייבסט:
"הער פארמעגליך, ווידער פעלסטו היסטאריע, ס'איז שוין פארגעקומען א חתונה אין די משפחה כסלו תשמ"ח ווי דער ברך משה האט זיך נישט משתתף געווען, און דיין נועם המדות אויך נישט, נאר איין איינציגער ברודער, רבינו שליט"א. ומי שהי' ידו במעל הזה איז אויך באקאנט.
און לייג צו נאך א שטיקל צו דיין היסטאריע, אז תשנ"ב איז אויך געווען איינער וואס האט אנגעדרייט אז דער ברך משה זאל נישט גיין צו א אייניקל'ס חתונה צוליב א געוואלדיגע חציפות מצד אם החתן כנודע, און רבינו שליט"א איז געווען דער וואס איז אריין אל הקודש פנימה און איינגעריסן אז ביי א שמחה מישט מען נישט פאליטיק."
אויב מעגליך, ביטע שרייב מער בפרטיות ביידע מעשיות.
אגב, די מעשה מיטן "אבני צדק" געפעלט מיר זייער..
נשלח ב-6/8/2009 01:08
איך שטיי און איך שפרינג פון איין פארום צום צווייטן, איך זע א ענטפער פון אמת נעדרת און איך ווארט א קשיא צוריק, אבער..... שטיל...... מען הערט נישט קיין פיפס...... כאילו לא הי'
סקראל ארויף אביסל און קוק דעם אידישן געדאנק, אוי פארמעגליך, די ארוינים האבן דיך נישט געפאלגט זיי האבן יא געלייגט דעם לאנגן אין פיקטשער