בית פורומים אחים אנחנו

בקשה פון די מנהלים איבער די ארטיקלעך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2009 18:29 לינק ישיר 
בקשה פון די מנהלים איבער די ארטיקלעך


אזויווי יעדער ווייסט עקטן די ארונים מוראדיג ווילד לכבוד פארמעגליכ'ס ארטיקלעך, סיי אויפן גאס און סיי דא אויף הייד פארק ווי זיי שיסן ארויס יעדן טאג פרישע ארטיקלעך, יעדער ארוני אויף א אנדערע פרט אין די סאטמארע מחלוקה, אזוי אז באלד גייט מען שוין דא בלינד ווערן צוליב דעם איבערפלוס פון ארטיקלעך.

אויף אפצוענטפערן פארמעגליך דארף מען שרייבן אזא לאנגס און א ברייטס אזויווי פארמעגליך האט געשריבן בטוב טעם ודעת, ער גייט דורך כראנאלאגיש יעדן פרט אז עס איז א נחת צו ליינען.

די ארונים וואס האלטן דאס נישט אויס און קענען רוב פאקטן נישט לייקענען, קענען נישט אראפלייגן אזא כראנאלגישע ארטיקל, זיי וועלן דעריבער מאכן צענדליגער ארטיקלעך ווי יעדער איינס רעדט פון עפעס אנדערש, אז דער פשוטער ליינער קען צודרייט ווערן פון אזא מישמאש.

אויב וויל איינער אפפרעגן פארמעגליך'ס ארטיקלעך הארץ און גערן, זאל דאס זיין אבער בלויז איינער און איין לאנגע ארטיקל. נישט יעדן טאג פרישע ניקס מיט פרישע אשכולות, דער מיט ר' אהרן'ס שידוך, און דער מיט משה גבאי'ס קאפוויי, און א דריטער מיט עפעס אנדערש.

דער פארום דא האט זיך דערווייל גאר שטארק ארויפגעארבעט לכבוד פארמעגליך'ס ארטיקלעך, דעריבער קומט זיך נישט קיין עטענשען פאר די אלע קלענערע ארונישע ארטיקלעך ווי שוועמלעך נאך א רעגן, וואס זיי לייגן סיי דא און סיי דארט, און עס איז געמאכט פאר מענטשן וואס קענען באשטיין משוגע צו ווערן פון פארמישעניש, נישט פאר מענטשן וואס האבן ליב צו ליינען גראד רואיג און צום זאך.

זייער פלאץ איז אין זייער פארטיי'ס אפיציעלע פורום, ווי דער צומישעניש דערגרייכט די העכסטע קלימאקסן, נישט דא ביי אונז.

איך בעט די מנהלים זאלן דאס שטרענג נעמען, און נישט לאזן עפענען קיין אשכולות פאר פרישע ארטיקלעך איבער די סאטמארע חלוקה, חוץ אויב דער שרייבער נעמט זיך אונטער צו גיין אין קאמפעטישן מיט פארמעגליך, און דער מנהל זאל באשטעטיגן - לכאורה דורך סעמפלס פון זיינע ארטיקלעך אין אישית - אז ער גייט דאס טאקע טון.


תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 29/07/2009 18:55:43




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 18:51 לינק ישיר 

איך האלט אז ער איז גערעכט, מען משוגה ווערן חלילה פון אזוי פיל שטותים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 19:19 לינק ישיר 

 די ארונים וואס האלטן דאס נישט אויס און קענען רוב פאקטן נישט לייקענען, קענען נישט אראפלייגן אזא כראנאלגישע ארטיקל, זיי וועלן דעריבער מאכן צענדליגער ארטיקלעך ווי יעדער איינס רעדט פון עפעס אנדערש, אז דער פשוטער ליינער קען צודרייט ווערן פון אזא מישמאש.



שנעלקעלע!!!! ימים ידברו!

א גרינגער  תענית!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 19:22 לינק ישיר 

פארשטיי, ארבייט דיך נישט איבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 19:24 לינק ישיר 

ניין? פארוואס נישט?

רשות פארלאנגט!

מיסטער שלעק איך מעג מיך איבערארבייטען???

הק' פארשטיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 19:31 לינק ישיר 

פארשטיי, איך רעד נאר פונעם מציאות, דער מציאות איז אז די ארונים זענען געפערליך ווילד, זיי טוען זאכן וואס קיין איין מענטש פארשטייט נישט, ווי למשל דער חרם אויף די מוסדות וואס אדווערטייזן אין דער איד אינדערצייט וואס די לעצטע פאר וואכן איז נישט געשטאנען קיין איין ארטיקל קעגן ר' אהרן אין דער איד, און יעדער ווייסט וועמענס ארטיקלעך עס באדערט זיי - וואס לויט זיי שרייבט עס דער חכימא דיהודאה עט סופר מהיר הרה"ח ר' משה לייב דייטש הי"ו.

קען זיין אז עס קומט א ארטיקל פון די ארונים וואס וועט אוועקמאכן די גאנצע פארמעגליך'ס ארטיקל, איך בין נישט קיין יודע עתידות. און אדרבה איך ווארט שוין לאנג צו הערן וואס די ארונים האבן צו פארקויפן קעגן רז"ל חוץ אז ער איז א עם הארץ. ביז יעצט אבער איז נאכנישט דא אזא ארטיקל, און די אלע קליינע ארטיקלעך זענען בלויז נאך א פעולת ייאוש פון ענק.

מיטן גרעסטן כבוד, אבער ווייסט וואס דער הוידא-נאנאשער באבע פלעגט זאגן? גיי מאך משוגע א צווייטן.



תוקן על ידי שנעלקל ב- 29/07/2009 19:29:32




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 20:03 לינק ישיר 


איל וועל איבערשטעלן מיין אלטע תגובה פין די אשכול  געגן דעם איד

אזוי ווי עס שוין אין 30 טאג פין די דרייסיגסטע  יארצייט פין מרן בעל דברי יואל זי"ע  איז שוין צייט ארויסצוקומען מיט א עפענטליכע געגן אטאקע כגון די געלונגענע ארטיקלעך פין קאלעגע סופערמעסי
 
נישט אויף די שפאלטען פין א גמויזעכטט נאר אויף די שפאלטען פין א צייטונג 

איך וואלט פארגעשלאגען א עקסטערע בייליגע

וואס עס די אינטערשלאג פין  פין פארמעגליך וכת דיליה

הכונו למערכה


עס איז אלעמאל בעסער א אפענסיווע ווי א דעפענסייוע




נ.ב. עס וועלן ארויסקומען איסורים מיט חרמות ונידוים פין די לישקע הגדולה

וועל מיר זעהן וועלעכע איסור האט מער עפעקט די קהילה הקדושה  צו די גמויזעכט פין פארמעגליך וכת דילה

אין דא לייג איך צו אז עס זאל אנקומען צו יעדען סאטמארען איד  אויף די פאסט-אפילו די וואס ליינען נישט דעם בלאט(וואס טייל דערפין ליינען היידפארק ) זאל יעדער זעהן די סופערמעסי ארטיקלעך נאך פאר כ"ו אב

אין דא לייג איך צו אז עס זאל אנקומען צו יעדען סאטמארען איד  אויף די פאסט-אפילו די וואס ליינען נישט דעם בלאט(וואס טייל דערפין ליינען היידפארק ) זאל יעדער זעהן די סופערמעסי ארטיקלעך נאך פאר כ"ו אב

 




תוקן על ידי hatzula ב- 29/07/2009 20:02:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2009 19:53 לינק ישיר 

דערווייל איז נאך פאר די אהרונים נישט געלונגען צו ענפערן פאר פארמעגליך ווייל ער קומט ארויס אויפן פאפיר מיט א איידלקייט וואס ברענגט א נאמנות.

דער ארטיקל וואס די אהרונים האבען געטפערט למשל וועגען מהר"א שידוך מאכט מער א רושם ווי א צייטונג ארטיקל וואס פאסט אין דער בלאט. אבער האט נישט דעם רושם פון נאמנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > בקשה פון די מנהלים איבער די ארטיקלעך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext