פרישע ארעסט: היימישער אינגערמאן, פאר שווערצן דראגס
וועגן די נעכטיגע (מאנטאג) ארעסט אין מאנסי האט איר שוין געהערט.
היינט איז געווען א פרישע ארעסט, א קלויזענבורג-נתני' אינגערמאן זילבערמאן וואס וואוינט אין ירושלים איז ארעסטירט געווארן אין היטרו איר פארט אין לאנדאן פארן שווערצן פון ארץ ישראל (דורך בראזיל) 14 פונט קאקען!
די משפחה פונם אינגערמאן גיבט איבער אז דער אינגערמאן איז געווען שולדיג געלט פאר טינקעלע פארשוינען אויף די שווארצע מארק, זיי האבן אים געסטראשען מיטן לעבן אדער מיטן שווערצן דעם פעקל קיין לאנדען, דער אינגערמאן א טאטע פון 10 קינדער האט מחליט געווען אז ער וועט נעמען א טשענ"ס, ס'איז אים נישט געלונגען.
|
|