בית פורומים כל העולם כולו

די היסטאריע פינעם בן השני ליפא טייטלבוים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/7/2009 01:26 לינק ישיר 
די היסטאריע פינעם בן השני ליפא טייטלבוים

איך וויל אריין גיין אביסל אין ליפא'ס היסטאריע ווי איך האב פארשפרעכט

ליפא איז אייביג געווען דער באם אין די משפחה קיינמאל נישט געלערנט נישט געגאנגען מיטן לבוש
פארוואס איז דאס געווען אזוי ?

ליפא איז דער צווייטער זון ביים ברך משה ער קומט גראד נאכן רבי'ן
פין די ערשטע 2 קינדער, דאס הייסט פין חייקי ע"ה אין פין רבי'ן שליט"א האט די רבי אייביג געהאט נחת
חייקי איז געווען דאס געלינגסטע מיידל אין סקול א שם דבר איבראל.

ווידער די רבי שליט"א איז געווען א מתמיד עצום על התורה ועל העבודה
פין די פריע פארטאס שעה'ן, וואס פארטאגס איז ביים רבי'ן דער ברך משה געווען א פריארטי  
ס'האט מיר פארציילט יארן צוריק ר' יואל אהרן פריעדמאן פין מאנסי ( איך מיין היינט דרייט ער זיך ביי ר' חיים יושע )
אז ער איז געווען א שכן מיטן רבי'ן שליט"א העכער סיגוטער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג ווען זיי ביידע זענען געווען יונגעלייט
אז יעדן פארטאס 4 אזייגער אן קיין אויסנאם איז שוין די רבי שליט"א געווען ביי די גמרא
אין ס'איז נאך היינט אויך אזוי כיודוע.
 
ווייטער ליפא איז שוין געווען גאנץ א אנדערע פרשה.
מען דארף פארשטיין דער רבי דער ברך משה זי"ע איז געווען פינעם פריערדיגען דור
ביי אים איז נישט קיין הענקי פענקי מעשיות מען האט געדארפט לערנען א גאנצען טאג
ער איז געווען זייער א שטרענג טאטע אין ער האט גאר א סאך פארלאנגט פין די קינדער
אין א קינד וואס האט נישט געלערנט האט געכאפט אחת דתו

ס'איז דא וואס האלטן אז זיין שטרענגקייט האט ביי ליפא געהאט א שלעכטן אפעקט
ליפא האט נישט געהאלטן ביים לערנען, נישט ווייל ער האט געהאט א שוואכן קאפ
נאר פלעין ער האט זיך נישט געהאלטן ביים מטושען אויף תורה ווי דער עלטערער ברידער
דער ברך משה האט געוואלט אז דאס דריטע קינד זאל אויך זיין געראטן
אבער ליפא איז געווארן א רעבעל ( קען זיין מכח דעם )

ליפא למשל פלעגט יעדן טאג אלץ גרויס קינד  פארן גיין אין חדר אריין גיין אין טיצי לאבי'ס געשעפט
אין קוקן די  צייטנוגען די ניו יארק פאוסט די דעלי נוס ( ער האלט נאך אן זיין מנהג )
איימאל איז די רעבעצין פעסיל לאה אריין געקומען אין סטאר, אין דער איינגטומער זאגט איר מיט א העפטליכן טאן 
דיין זין קען ליינען וויפיל צייטנוגען ער וויל, ער זאג אים ער זאל עס געהעריג צוריק לייגן  אויפן פלאץ ...

דעם ברך משה האט עס זיער פארדראסן ליפא'ס מהלך אין עבדות ה' ער פלעגט אויף אים שרייען ברבים 
אין שפעטער ווען ער איז געווארן א בחור איז דער פראבלעם געווארן ערגער 
ער האט זיך אנגעהויבן צי חבר'ן מיט שלעכטע חברותא  

דער קלימאקס איז געווען דער ברך משה האט איימאל געכאפט מיט גאר א אויסגעלאסנאם מאגעזין
דער ברך משה האט אים אראפ געווארפן אלע טרעפ
אין ארויס געווארפן פין אינדערהיים, ער איז געשלאפן פאר 2 נעכט אין סיגוט'ער ביהמ"ד 

( ר' זלמן לייב האט דעמאלס אויף געשריבן אויפן וואנט אינדעהיים I HATE YOU DADDY 
וואס איז אלע יארן געווען זייער באפריינד מיט ליפא מיט די מאגעזינען אין זשיאגן טעיפס )  

זיין שוועטער חייקי ע"ה האט דעמאלס געוואינט אין שיקאגא האט אים אריין גענימען פאר 4 וואכן.

פרטים יבאו






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2009 23:48 לינק ישיר 

בשעת דער ברך משה האט ארויס געווארפן ליפא ווען ער האט אים געכאפט מיט דעם אויסגעלאסנעם דער מאגזין
האט ער אויף געפערליך געשריגן ער האט אים געזאגט
די זאלסט נאך מיר נישט לערנען קיין משניות נישט זאגן קיין קדיש
די פארשעמסט די משפחה ( ער האט עס מער ווייניגער מקיים געווען )

חייקי ע"ה האט פין די גאנצע זאך נישט אזוי פינקטליך געוויסט האט זי אים אריין גענימען.
 
למעשה האט דער ליידאק ליפא שפעטער ביי ר' חיים הערש'ס שידוך ארום געעלאפן העצן קעגן זיין שוועסטער חייקי פאר די  גאנצע משפחה. מענטשן האבן נישט געקענט גלייבן ווי אזוי ער מכיר טוב פאר זיין שוועסטער וואס האט אים אריין גענימען ווען זיין אייגענע טאטע האט ארויס געווארפן.  

זינט די פרשה איז ליפא געווארן שרעקליך אויס געשפילט אין די משפחה, ס'האט צי אים קיינער נישט געוואלט רעדן, נאר מרן רבינו שליט"א פלעגט צים אים רעדן, אלץ רחמנות אויס, ווי איך וועל שפעטער מאריך זיין אין דעם.
 
למעשה ליפא אלץ בחור האט קיין ווארט נישט געלערנט, דעמאלס איז אין סיגוט געווען מן הסתם די געלינגסטע כיתה וואס די ישיבה האט געהאט
די רבי שליט"א, הרה"ג ר' בינימין לאנדא, הרה"ג ר' ברוך ווייס, הר"ר ר' לייביש וויינפעלד 
הר"ר ר' אהרן וועלץ, הר"ר ר' שמחה וויזנפעלד   וכו.
אלע כלים מופלגים (נאך היינט זענען זיי אלע שטארק מקושר צי רבינו שליט"א)

ליפא האט זיך אנגעהויבן צי דרייען ברחובות ובשווקים ווייל אין אזא כיתה האט ער זיך נישט געפינען דאס פלאץ

ער האט אנגעהויבן מיט צי האלטן ספארטס קודם איז ער געווען א מעטץ פען, שפעטער ווען זיי האבן אנגעהויבן צי פארלירן, איז געווארן א יענקי פען, דער ברך משה האט פין דעם געהאט שרעקליך צער. 

ס'האט אויס געפלאצט ווען מען איז געקימען פארן ברך משה אז ליפא דרייוועט ( אלץ בחור ) 
דער ברך משה האט עס פשוט נישט איבער געטראגן.

ווען מען האט אנגעטארגן דעם רבי'ן שליט"א די שידוך פין יאסל אשכנזי האט דער ברך משה בשום פנים ואופן נישט געוואלט הערן פין דעם שידוך, ער האט געזאגט אז ער איז א רב בן רב 
אין יאסל אשכנזי איז א גבאי בן גבאי, איז בממילא שטומט עס נישט.
 
אבער ווען ליפא איז געקומען אין די ריי האט דער ברך משה שנעל געלייגט דעם רב בן רב אין א זייט 
אין געכאפט דעם שידוך, ער האט זיך געפרייט אז איינער דארף אים.
 
ליפא האט חתונה געהאט האט ער ווי פארשטענדליך נישט געהאלטן ביים לערנען ער האט זיך  געדרייט אויף אלע שמוציגע פלעצער 

( מען האט אים נאך לעצטענס געכאפט ביי וואדהעווען באליווארט אין קווינס צאלן קוואדלעך וד"ל )

דער ברך משה האט דעמאלס אנגעקלאט ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה אז ער זאל אריין נעמען ליפא אין קריסטאל קלעיר, ר' לייביש האט נישט געוואלט, ווייל ער האט געזאגט אז ער ווייסט פין עקספיריענס אז א ליידיגער האלט נישט ביים ארבעטען.
 
דער ברך משה האט געזעהן אז ס'איז צרות, האט ער געזאגט פאר ר' לייביש אז ער זאל אים אריין נעמען אין די ארבעט, אין דער ברך משה וועט עס באצעלען,    וכך הוה.. 

ליפא האט באקומען א גרינע קראן וויקטריע וואס ער האט שפעטער צישמעטערט פאר אברהם הערש וויינשטאק'ס הויז אין קרית יואל.  

אין דעם נעקסטען ארטיקיל וועלן מיר רעדן פין ליפא'ס כעמיקאלישע בייפאלואר דיזעס .
 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2009 18:07 לינק ישיר 

מען דארף צו לייגען נאך א פרט צו דעם וועלטס שידוך!
אשת ר' יוסף אשכנזי ז''ל איז אריין צו רביהו הקוה''ט זי''ע, און געזאגט אז זו וויל נישט האבן דעם ליפא פאר אן איידעם! האט איר רבינו הקוה''ט געפרעגט פארוואס?
האט זי גענפערט! ווייל ער איז א באם!
איז רבינו הקוה''ט אויפגעשפריגען פון בענקל! אה?! אויף מיין ברידערס אייניקעל, זאגסטו באם?
זעט אויס עס איז נישט געווען ניחא פאר רבינו הקוה''ט זי''ע מען זאל רופען ליפא באם!
אלזא! מען דארף טרעפן א געהעריגע צו געפאסטע נאמען פאר אים!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2009 19:00 לינק ישיר 

ליפא האט אנגעהויבן צי ארבעטן ביי קריסטאל קלעיר ווי פארשטענדליך האט ער נישט געהאלטן ביים ארבעטן ער האט  אנגהויבן צי בעל בתעווען אין אנטיילן פאר ארבייטערס וואס צי טאן אלע מיט א נער'שיע ציגאנג
איין טאג זאגט אברהמי לעפקאוויטש פארן טאטען ר' לייביש, אז ס'איז כלו כל הקינצען מען קען מיט אזא צידרייטן נישט
 ארבעטן מער, די ארבייטערס האבן אים פיינט אין מאכט גאר א שלעכטע ענווייערמענט  
איז ר' לייביש אריבער געגאנגען צי ברך משה וואס מען קען טיען
משה בן פראדל איז תיכף אויף געטאנצען אז מען זאל אריין שטעלן ליפא אין 82 ווייל ער האט דעמאלס געפירט די מערכה
מיט אפרים שטיין, סיי דער ברך משה אין סיי ר' לייביש האבן זיך צי דעם נישט ציגעאכפט 
אבער משה האט געלייגט דרוק אין ער איס אריין געגאנגען אין 82.
  
אנקומיענידג אין 82 האט מען אים געגעבן א אפיס, מען האט גראד געזעהן אז מען קען פין אים קיין נחת נישט שעפן
ר' שלמה זלמן סאנדער ר' סענדר דייטש ז"ל האבן אים פיינט געהאט זיי פלעגן אים קיינמאל נישט
וועלן מיט נעמען נאך געלט, זיי זענען געווען אריסטאקראטן העכסט באזעסענע מענטשן 
אין ווידער מיט ליפא האט מען זיך נישט געקענט אויס רעכנען

נאך עד היום ווייסט קיינער נישט ליפא'ס פאזיצע אין 82, ער האט א ליידיגען אפיס אין קיין קיין טיטל 
  
(שפעטער וועלן מיר ציקומען צי די גינבות  )
 
פאר אינז גיי מיר ווייטער מיזן מיר אן רירן איין גאר האקעלע נקודה
אין אינזשיאנירן דעם ליפא
דער ליפא איז רוב מאל ווען מען זעט אים איז ער אין א דיפרעסטע מצב
אראפ געצויגן דעם הוט, לאכט נישט, גריסט נישט קיינעם
דעס קומט ווייל ער איז א לאנער ער האט נישט קיין חבירים ( נאר מיט שמשון אין מענדל ווערטהיימער )
אין פין די משפחה איז ער אויך געפערליך אויס געשפילט
ווען איינער פין די משפחה האט זיך ציגעדאכט אז ער האט קינד א פארפיערער, פלעגט מען זאגן אז נאך א ליפא וואקס אינטער
אין ער איז געווען אויס געשפילט זיי פין זיין משפחה אין אפגערעדט פין זיין שווער'ס משפחה .

דער איינציגעסטער צי וועם ער פלעגט רעדן איז געווען צי מרן רבינו שליט"א
דער רבי שליט"א האט צי אים קיינמאל קיין געדילד נישט געהאט
ער פלעגט רעדן צי אים אין אין מחזק מחמת רחמנות צי א יונגערן ברידער
די שטוב מענטשן פארציילן אז ווען אימער ליפא פלעגט אריינקאלן
פלעגט די רבי מאכן אזא גרימאס אז מען האט זיך פשוט דערשראקן, ער פלעגט באקומען קאפ וויי נאך אזא פאן קאל  
מען האט קיינמאל נישט געקענט וויסן פארוואס ער קאלט
צי איז ער אין א דיפרעסטע מצב,אדער איז ער ציווילדעווט, צי דארף ער געלט, צי איז זיין שלום בית.
 
ווי איך האב שוין דערציילט יענע וואך ווען דער ברך משה איז געווען אין בארא פארק
אין ער האט געזאגט אז זיין מחותן יאסל אשכנזי איז א יוד א שוטה
יענעם מוצאי שבת האט ליפא מיט זיין ווייב ( ראטשי ) פין בארא פארק'ער רב'ס שטוב אנגעקאלט רבינו שליט"א
אלע קינדער פין בארא פארק'ער רב האבן מיט געהאלטן דעם פאן קאל
ליפא'ס ווייב האט געזאגט פארן רבי'ן אז  דער ברך משה האט זייער מיאוס מבזה געווען איר טאטן אין זי האט געפערליכע בושות, אין זי האט געפרגט דעם רבי'ן צי ס'איז אויס געהאלטן צי בארעדן איר טאטן הרבים.
 
 ליפא האט זיך גענימען שרייען אז ער איז טאקע א שוטה אין מען דארף אזוי צי רעדן
ליפא'ס ווייב האט געהאלטן אין איין זאגן, ליפא זיי שטיל לאמיך רעדן
אבער ליפא האט אנגעהאלטן זיין טעמפער אין געשריגן אז זיין שווער איז א שוטה
ביז רבינו שליט"א האט איר מסביר געווען
אז די גאנצע משפחה איז אין א מורא'דיגע שאק
ס'האט קיינער נישט געוואסט אז די דרשה גייט קומען, נאך דערצי ברבים
אין ס'איז נישט אנגענימען אין די משפחה ציבארעדן איר טאטן
נאר מחמת וואס (בן פראדל) האט אנגעהעצט דעם ברך משה איז די דרשה געקימען
דעמאלס האט זי זיך בארוגיט

ס'געדענקט יעדער איינער ( ווי קען מען אזאנס אפילו פארגעסן)  ווען ליפא האט געשריגן שבת חול המועד תשנ"ט
מתתי' דייטש ימ"ש ( די בושה איז דאך געווען אזוי גרויס דעמאלס ווי א רבי'ס א קינד פירט זיך אויף )
יענעם נאכמיטאג איז ליפא אריבער געקומען צים רבי'ן פאר אנדערהאלבן שעה אין געשריגן אז טאמיר די רבי ווארפט נישט ארויס  מתתי' דייטש גייט ער זיך צישטעלן צין " סגל " משה/שמשון/אליעזר אין מען וועט מקיים זיין גזירות רויזע'לע .
די רבי איזס געזעסן שטיל א גאנצען צייט אין ער האט אים נישט גענפערט קיין ווארט
ווען ער איז ארויס געגאנגען האט די רבי א זאג געטאן, די טאטע האט אלע יארן געהאט פין אים נאר צער אין בושות
אין אזוי אויך די גאנצע משפחה, איך האף אז יעצט וועל איך שוין פטור ווערן פין אים 
מען האט געקענט זען אז ער איז געווען בלויז א אפקימעניש 
אין דעס אז די רבי איז פטור פין אים איז בלויז ציגעקומען א שטיק געזינט פארן רבי'ן שליט"א  

( שפעטער וועלן מיר האבן א גאנצען אריכות איבער דעם סגל, משה/שמשון/אליעזר מען דעם עולם צי האבן געדילד )

אין נעקסטן מאמר מער איבער ליפא'ס בייפאלר דיזעס.

איך וויל זיך באדאנקען פאר די אלע וואס אינז אריין געשיקט אין תיבה אישית
אין איך וויל בעטן אז ווער ס'האט נאך אינפארמאציע זאל אריין שיקן אין איך וועל בעזהשי"ת ארויף לייגן

א גוט שבת.

 

 

 



תוקן על ידי בלעקבערי ב- 31/07/2009 19:21:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2009 20:29 לינק ישיר 

אין וויל אויסדריקען מיינע דברי מחאה א קעגן שרייבען אויף א בנש"ק א ברידער מיט כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א און א זון פונעם ברך משה זי"ע

צו שרייבען אויף א איד גרעניצט זיך מיט זייער הארבע איסורים, ספעציעל אויף א בנש"ק....

פארשטייט זיך אז ס'איז פי כמה דער איסור צו שרייבען אויף א מנהיג וגדול הדור, אבער איך זאג עס נאר דארט ווי איך האב רשות כתיבה און האפענטליך א אוזן קשבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2009 23:26 לינק ישיר 

בעלקבערי א גרויסן דאנק פאר די אינפארמאציע
חזק ואמץ .

איך וואלט דיר געוואלט בעטן צי באשרייבן צוויי וויכטיגע ניקדות.

פרשת הדפסת ברך משה.
אין פארוואס איז ליפא אריבער צי משה'ס קאמפאני.

ווען די ענדגיסט דיין באשרייבנוג קענסטו ארויס געבן א בוך
מיטן נאמען " ליפא בדרך " ( ווייל ער האט זיך געדרייט אין די גאסן )




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2009 23:42 לינק ישיר 

האשכול הזה אומר דרשוני, איך פארשטיי נישט פארוואס מ'לאזט דאס צו....

דאס איז א הימל שרייענדע עוולה דאס צו צילאזן!!!!

עד היכן יגענו?

איך זעה נישט קיין שום תועלת אויסער נקמה און רציחה...

ברויך מען דאס א טאג נאך תשעה באב?

איז דאס אונזער וועג?

מנהלים אייכם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2009 23:50 לינק ישיר 

ליפא טייטלבוים איז געווען פין די ארכטיקעטן פין די מחלוקה
ער האט געהעצט דעם רבי'ן ז"ל מיט רשעות אין אכזריות  על לא דבר

מען ברויך די אלע וואס זענען געווען ביי די עצה פין הבה נתכחמה אראפ צי ציען זייער מאסקע
אין זעהן ווער די דאזיגע מנווילם אין משחיתים זענען. אין זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט.

איך האלט מען דארף זיין גיין עד הסוף, ועד ועד בכלל.



 



תוקן על ידי מישמאש ב- 31/07/2009 23:49:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2009 00:08 לינק ישיר 

דער אשכול מיט אנדערע זעט אויס צו זיין א מיטל צו פרובירען צו פארמאכען דאס מויל פאר דעם פארמעגליך.

נאר צייט וועט ווייזען צו עס האט געארבעט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2009 00:11 לינק ישיר 

מישמאש, SORRY ער איז גערעכט, איך האב גראדע ליעב צו ליינען שמוץ אבער דער קראך הוט האט א שטארקע נקודה. און אז מען זאגט מיר אז עפעס וואס גייט פאר איז נישט גערעכט אפילו אויב איך ווייס עס און איך האב עס ליב, דאן בעל כרחי אענה אמן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/8/2009 01:15 לינק ישיר 

בלעקבערי, גיי ווייטער אן מיט דעם ארטיקל

דערשרעק זיך נישט פון די זאליס וואס גייען דיך טרייען צו טעראריזירן

מנהלים, ביטע נישט לאזן אנחומרן דעם אשכול מיט תגובות

ווער ס'וויל מגיב זיין זאל עפענען א נייע אשכול

ברוינפן, וואס פארדרייסטי א קאפ אז בלעקבערי טרייט צי פארמאכן די מויל פאר פארמעגליך?
וואס האט פארמעגליך מיט ליפא?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2009 01:28 לינק ישיר 

איך מיין נישט פארמעגליך דערמיט, איך ברענג נאר ארויס די נקודה אז גענוג איז גענוג, מ'האט געשריבן וואס מ'האט געדארפט און די מעססעדזש איז לאוד ענד קליר און מען קען פארטיגן מיט ליפא און גיין ראש בראש מיט פארמעגליך, ער איז פארט דעם רבי'נס ברודער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/8/2009 01:31 לינק ישיר 

נו, עשיו איז געווען יעקב'ס ברידער.

על כבוד רבינו לא מחיתם, על כבוד אחיו מחיתם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2009 02:09 לינק ישיר 

נישט אז איך שטיץ דעם ארטיקל.
אבער נישט לאנג צוריק איז דא געווען פינקטילך באשריבן די באצינוג צווישן
ר' שמעון זאב מיטן זיין שווער מהר"א
איך האב קיינעם נישט געהערט זאגן א ווארט צי מוחה זיין.

סאו ווער ס'קומט דא אריין זאל וויסן אין וואס ער לייגט זיך אריין אין נישט קרטיקרין
אז איינער האלט אז בארעדן ליפא אין לשון הרע, בכבוד גדול .
מען מעג מחולק זיין אין אים באשרייבן.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/8/2009 22:02 לינק ישיר 

בלעקבערי געשעצטער, פארברייטער די עובדה ווי הרב ברך משה האט זיך אויסגעדריקט אז יוסל איז א איד א שוטה, די דערמאנסט אז די האסט דאס שוין ערווענט ערגעצוואו אבער לא מצאתיו, ונא להרחיב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2009 08:25 לינק ישיר 

איך האב הנאה פין די אהרוינים
שמוצטס אויס דעם ליפא, ער האט נאך געשירגן אזא טייערן יוד ווי הרב ר' ליפא קויפמאן שליט"א
פארן ציזאמען נעמען פאשקעווילן קעגן די אלטע רעבעצין ע"ה 
האט ער אויף אים געשירגען, די נעמסט דיך אן פאר די אלטע נבילה 

זייער פיין גייטס אן.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די היסטאריע פינעם בן השני ליפא טייטלבוים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext