אהרונים ערקלערן קריג קעגן הרה''צ רבי ליפא ט''ב שליט''א
און א גאר אומפארשטענדליכן שריט זענען די העכסטע שרייבער פון די אהרונים ארויס מיט א גאר שמוציגן קאמפיין
אקעגן דעם צווייטן זוהן פון ברך משה זצ''ל הרה''צ ר' ליפא שליט''א רב דקהל ברך משה, ר' ליפא שליט''א איז היינט צוטאגס זייער ארויפגעקוקט ביים סאטמארן ציבור צוליב דעם וואס ער האט געלייגט זיינע אייגענע אינטערעסן אין א
זייט און זיך פייער צוגעשטעלט בחיי אביו לימין אביו זצ''ל און אין די צייט וואס עטליכע געשוויסטער האבן ערקלערט
קריג צוליב תאוות הכבוד והשררה מיט זייער אייגענעם טאטן, האט ר' ליפא שליט''א זיך נישט אוועקגעריקט פון איהם,
טראץ וואס ר' אהרן איז געווען די נאנטסטע מיט איהם ווי אלע אנדערע געשוויסטער און טראץ דעם וואס זיין שטיין לימין
אביו האט איהם אפגעקאסט אסאך חבירים ווי אויך האט עס איהם געקאסט זיין פרנסה פון די הדפסת ספרי אביו הק' וואס
די אהרונים האבן איהם צוגעכאפט און עובר געווען אויף א הוראה מפורשת פונעם מחבר פון דעם ספר, עכ''ז האט ער ווי
ער האט פארציילט ברבים מיט בכיות ביי די שבעה פון אביו זצ''ל אז דער ברך משה האט איהם פערזענליך געבעטן א
תקיעת כף אז ער וועט זיין אויף זיין זייט ווי דעמאלס האט ער טאקע געשוואוירן געטריישאפט צו איהם און ערקלערט אז
ער וועט זיין א געטרייע סאלדאט פארן טאטן, און ווי יעדער האט געזעהן האט ער עס טאקע געטריי אויסגעפירט בנאמנות
מיטן שטיין עד זיבולא בתרייתא לימין אביו מיט א זעלטענע געטריישאפט און אלע ענינים.
נשלח ב-31/7/2009 16:26
מאכסט א מצב פון גארנישט, כאילו זיי ערקלערן דא עפעס א פרישע אומדערהערטע קריג.
נאטינג ספעשיל, זיי שיסן ארטיקלעך וואס קיין ווארט קלעבט נישט צום צווייטן, און טאנצן ווי אקסן וואס זעהן רויטע שמאטעס, זיי זאגן צו אז עס קומט א אפענטפערונג צו פארמעגליכ'ס ארטיקלעך און דאס וואס עס געשעט יעצט, זיי האבן איינגעשפאנט אלע הייד פארק שרייבער צו שרייבן היסטאריע, און עפענען דערנאך א אשכול "הערות אויף....", אזוי אז לפי עניית דעתם איז פארמעגליך דערנאך, ווייל מען האט אים עקזעקטלי נאכגעמאכט.
נשלח ב-31/7/2009 18:54
שנעקאלע!
ב''ה עס צאהלט זיך אויס!
דער פארמעגליךס געמויזעכס האט פארלוירען זיין חן, און אנזען, איבעראל, מעון ענפערט אים אפ פון אלע זייטען, ציביסלעך שטעלט זיך ארויס אז ער איז א מאסיווע פעלשער!
דעריבער טרייען אלע זאליס אויפן פארק אים מחזק זיין, אז מען ליינט אים דא מען ליינט אים דארט! ביליאנען מענטשען זען עס,
בקיצור די מהלך פון די ארוינים פון אויפ דעקען אלע היסטארישע פאקטען, וואס די זאליס וואלטען געפייגערט אז עס זאל פאר געסן ווערן ארבייט א מחיה!