הערליכן ארטיקל פון הרב אלימלך שטערן קעגן שלמה פאפענהיים
ווילט איר ליינען א געשמאקן הערליכען ארטיקל, נאך דערצו ארומגענומען מיט קנאות'דיגע תוכן ליינט דעם ארטיקל דעי וואך אין "איד" פון הרב אלימלך שטערן שליט"א,
ווי ער ברענגט ארויס זייער שטארק דעם אויפברויז, פון די ערליכע אידן קעגן דעם העסליכן אינטערוויא וואס דער אלטער שלמה פאפענהיים האט געגעבן פאר די "משפחה" מאגעזין, אראפרייסענדיג די ערליכע פראטעסטן וואס די יקרי ירושלים האבן דורך געפירט.
ער פאנגט אן מיט מורא'דיגע ווערטער פונעם הייליגן נצי"ב, איבער דעם גרויסן כח וואס די קנאים אין ירושלים האבן, ער רופט עס אן מיטן לשון, אפי' ביז "משוגע", און זיי קוקן נישט וואס די חכמים בעיניהם זאגן.
דערנאך רייסט ער אראפ דאס גיין לויפן צו דעם צוניסטישן פרעסע, און זיי געבן שטאף אין מויל קעגן די ערליכע אידן,
אויך ברענגט ער ארויס דאס ביליג'קייט פון אינזער באקאנטן קדוש'על, מיט זיינע נאכפאלגערס, וואס זענען געלאפן צו דעם מאגאזין, וואס דורך דעם שלעפן זיי אריין היימישע ליינער'ס,
און נאך דעם ברענגן זיי די היימישע מענטשען וואס ווילן זיך צושטעלן, און זיך געפעלן אין די אויגן פון די פרעמדע, אריינצוברענגן זייערע דיעות און אינזער קרייזן (אין "העדה" וואלט עס קיינמאל ווען נישט געדרוקט געווארן), און אזוי אפצוקילן דעם הייליגן פייער.
צום סוף פירט ער אויס מיט חיזוק פאר די ירושלים'ע אידן, אז זיי זאלן וויסן אז די ערליכע אידן זענען מיט זיי, און זיי זאלן ווייטער אנגיין מיט זייער הייליגע ארבייט.
און פירט אויס מיט א מעשה וואס איז אראפ געברענגט אין זמירות דברי יואל (יא יא, ער איז אנגעפיקעוועיט מיט דעם אפיקורס'ישן ביכל זמירות דברי יואל, און פון דארט האט ער באקומען די אלע "אמונה טפילה" דיעות, און נאכדעם איז א ווינדער אז ער שרייבט אזעלכע העסליכע ארטיקלן, צונויף געשטעלט מיט דברי חשק..................)
ווי די רבי ז"ל האט שטארק מחזק געווען די קנאים, און ח"ו נישט געלאזט רעדן אקעגן זיי.
ליינטס און האטס הנאה!
 |
|
|