בית פורומים אחים אנחנו

פארמעגליך בעט איבער!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/8/2009 20:16 לינק ישיר 
פארמעגליך בעט איבער!

ווי אלע ליינער זעהען, האבן צענדליגער ניקס אינעם ארונישען פארום געעפענט אשכולים אויף צענדליגער מענטשען, נאר כדי צו פארדרייען און פארטושען "זייער" עולם אז מיט דעם וועט מען דעם פארמעגליך שטיל מאכען. אזויווי זיי קענען גארנישט ענטפערען אויף מיינע מאמרים וואס ווערט געליינט דורך צענדליגער טויזענטער אידען איבער די גאצע וועלט, האבען זיי אנגענומען אנדערע סארט טאקטיקען. זיי האבען אנגעהויבען א פערזענליכע מלחמה מיט פארשידענע מענטשען, און אולי וועט דאס האבען א השפעה אויף אונז צו אויף הערען מיט די מאמרים.

ווילען מיר דא מעלדען בשער בת רבים. מיר שרייבען ווייטער די היסטאריע און עס וועט אי"ה ווייטער אנגיין. מיר האלטען נאך ווייט פון דער ענדע. מיר האלטען הערשט ביי די בר מצוה אין ירושלים עיה"ק, שבט תשנ"ט. און מיר האבען נאך נישט אנגערירט די שרעקליכע טעג פון נאך פסח תשנ"ט, וואס דאס וועט אי"ה זיין זעלטענע באשרייבונגען יעדע איינע פאר זיך.

אבער אין די זעלבע צייט מוזען מיר איבער בעטען די אידען וואס ליידען זיך אן וועגען אונזער באשרייבונג.

מיר מוזען איבערבעטען הר"ר ליפא אבד"ק זענטא. מיר מוזען איבער בעטען הר"ר שלום אליעזר וואס אין קעגען רעאקציע, האט מען זיך גענומען אויף זיינע ביינער. מיר מוזען איבער בעטען ר' משה דעם גבאי'ן וואס ער איז נחשד צו זיין "פארמעגליך"... אויך מוזען מיר איבער בעטען דעם "פיש סוחר" און די רעדאקציע פון "צייטשריפט" מאגאזין, וואס ווערט אויך נחשד צו זיין "פארמעגליך"... מיר מוזען איבער בעטען דעם "משכיל" ר' משה לייב דייטש וואס ער האט זיך ארויס געזען פון די קרית יואלער קהל יטב לב, ווייל ער איז נחשד צו זיין "פארמעגליך"...

פון איין זייט, האבען מיר הנאה צו זעהן ווי שטארק משוגע זיי זענען פון די מאמרים. שוין לאנגע יארען וואס די ארונים פירען אן א "הייד פארק" פארום, וואס איז בלויז געשטעלט צו שיסען חיצים וליסטראות אויף אונזער רבי'ן ר' זלמן לייב, מיט אלע זיינע חסידים און עס האט נאך קיינמאל נישט אנגערירט נישט אים און קיין איינע פון זיינע מענטעשן.

דא פליצלינג, הייבען מיר אן צו שרייבען, בלויז היסטאריע, אן קיין שמוץ, אן קיין נעמען, נאר געציילטע נעמען, ממש וועמען עס איז וויכטיג צו דערמאנען אלץ די היסטאריע, און זיי זענען אלע משוגע געווארען. זייער גאנצער פארטיי איז לא עלינו אראפ פון גלייך געוויכט. זיי שרייבען שרעקליך ווילד ממש ווי קיינמאל בעפאר.

זיי האבען אנגעהויבען שרייבען שטותים און געבעקסען על דא ועל הא, בויקאטירען ביזנעסער, מען זאל נישט אדווערטייזען אין צייטשריפט, אלעס ווייל "מן הסתם" איז ער פארמעגליך.

אלזא איך בעט זיי אלע איבער און איך האף זיי זענען מיר מוחל.

און צו די ליינער טו איך מיך ווענדען. אלע פון אייך זאלען אלעס טאן זיך נישט צו לאזען שאנטאזשירען. אויב הייסען זיי בויקאטירען "מלכות" און ר' מאיר ראטה, זאלען מיר אלע, "נאר" קויפן דייקא פון ר' מאיר ראטה. יעדער יונדערמאן זאל נאר פארלאנגען "מלכות" ציצית, און מלכות אלע פראדוקטען. אויב הייסען זיי בויקאטירען "צייטשריפט" זאל יעדער דירעקט קויפען דעם צייטשריפט. אויב הייסען זיי בויקאטירען "עס ענד דאבעליו" זאל יעדער שיקען די פרויען דייקא דארט.

מיר טארען זיך קיינמאל נישט דערשרעקען פון זיי. זיי זענען היינט א קלארע מיניאריטעט אין וויליאמסבורג און אפילו אין בארא פארק. לאמיר ווייזען סאלדאריטעט מיט אונזערע מענטשען. לאמיר ווייזען פאר יעדען אונזערע כוחות און אז מיר זענען א שטארקע פארטיי.

און מיר און אלע מיט-ארבעטער פון אונזער זייט, וועלען ווייטער שרייבען, ווייל מיר שרעקען זיך נישט. די ארונים מיט ר' אהרן בראש, זענען ביי אונז אויסגעשפיגען און אויסגעשפילט.

 

שוין איצט, שוין היינט זאל יעדער פארשטיין וואס זיין פליכט איז ווען מען אטאקירט אונז מיט אונזערע מענטשען. א פארטיי קען מען נישט אונטער ברענגען, און לאמיר ווייזען וואס מיינט א ציבור.

זיך ווידער זען אי"ה אינעם הויפט אשכול מארגען.

אייערע גוטע ידידים, פארמעגליך




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2009 20:24 לינק ישיר 

גוט געזאגט קורץ אין שארף!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2009 20:27 לינק ישיר 

האסט ארויסגעזאלט לכה"פ 2 נעמען וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט (ס'איז דא נאך נאר איך געדענק נישט אויף די רגע). "בן משה גבאי" "אב"ד זענטע" ביידע זענען שוין ערשינען אלס די "זיכערע" שרייבער פון דיין ארטיקל.

איין זאך איז זיכער, אפילו די מעכטיגע מכות רצוח וואס די חברה האבן געכאפט אין געריכט במשך 8 גאנצע יאר איינס נאכן צווייטען האט זיי נישט מצליח געווען אזוי שטארק צו צומישן און ארויסנעמען פון די כלים ווי ...פארמעגליך'ס ארטיקל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2009 20:41 לינק ישיר 

ערהאלטן אין אישי:


הער פארמעגליך קודם וויל איך דיר זאגן אז ב"ה איך האב גערעדט צו רוב פון דע באשמיצטע אידען אין זיי האלטן עס פאר א כבוד אז מען איז זיי חושד א זיי זענען פארמעגליך זיי זאגן עס אפען פאר יעדען אין דע גאנצע בויקאטירן ווייסט יעדער וואס פארא כוח עס האט נאר צו עדווערטייזן

אין צו די ארטיקעל מיז איך דיר זאגן אז דו האסט געמאכט עפעס אזא מין צומישעניש ביי דו ארונים וואס דו קענסטיך נישט פארשטעלן בויקאטן אין באשמוצען יוכח
במילא וויל איך דיר זאגן חזק ואמץ גיי אן ווייטער מיטן אויף דעקן דעם שלייער זייערן אין שרעק דיך נישט
מיר אלע זענען גרייט צו נעמען שמיץ פון יונה ענד קאמפעני עס בארירט נישט אן קיינעם נישט אדרבה עס איז אונז א כבוד אז מען זעט מיט וועם מען האט זיך אפגעטיילט

כה לחי אונז שטיי מיר אונטער דיר 100%



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 02/08/2009 20:47:09




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2009 20:53 לינק ישיר 

 

ערהאלטן אין אישי:


הער פארמעגליך קודם וויל איך דיר זאגן אז ב"ה איך האב גערעדט צו רוב פון דע באשמיצטע אידען אין זיי האלטן עס פאר א כבוד אז מען איז זיי חושד א זיי זענען פארמעגליך זיי זאגן עס אפען פאר יעדען אין דע גאנצע בויקאטירן ווייסט יעדער וואס פארא כוח עס האט נאר צו עדווערטייזן

אין צו די ארטיקעל מיז איך דיר זאגן אז דו האסט געמאכט עפעס אזא מין צומישעניש ביי דו ארונים וואס דו קענסטיך נישט פארשטעלן בויקאטן אין באשמוצען יוכח
במילא וויל איך דיר זאגן חזק ואמץ גיי אן ווייטער מיטן אויף דעקן דעם שלייער זייערן אין שרעק דיך נישט
מיר אלע זענען גרייט צו נעמען שמיץ פון יונה ענד קאמפעני עס בארירט נישט אן קיינעם נישט אדרבה עס איז אונז א כבוד אז מען זעט מיט וועם מען האט זיך אפגעטיילט

כה לחי אונז שטיי מיר אונטער דיר 100%




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2009 01:25 לינק ישיר 

איך וויל אויך איבער בעטען ר' יעקב יצחק גאלד און ר' משה פרידמאן פון מאנרא, וואס צוליב מיר האבען זיי זיך געזען אין געבעקסען פארום.

אויך מוז איך איבער בעטען ר' יעקב שמשון גאלד וואס פון אים איז אויך געליייגט געווארען א בילד.

איך וויל אייך אלעמען איבער בעטען כאטשיק איך בין נישט עכט ח"ו שילדיג אז מען פארשעמט ענק, אבער וויבאלד מיינע מאמרים האט אלע ארנים ארויסגענומען פון גלייך געוויכט, ממילא בין איך יא אין א וועג שילדיג. דעריבער זייט מיר מוחל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2009 03:24 לינק ישיר 

דא פליצלינג, הייבען מיר אן צו שרייבען, בלויז היסטאריע, אן קיין שמוץ, אן קיין נעמען, נאר געציילטע נעמען, ממש וועמען עס איז וויכטיג צו דערמאנען אלץ די היסטאריע, און זיי זענען אלע משוגע געווארען. זייער גאנצער פארטיי איז לא עלינו אראפ פון גלייך געוויכט. זיי שרייבען שרעקליך ווילד ממש ווי קיינמאל בעפאר.

אן קיין שמיץ! אן קיין שמיץ! אן קיין שמיץ!

יע! דער פארמעגליך זעט צו ווישען די אלע ''משיגענע ארוינים שרייבער'' קימט ארויס די אמת'ע היסטאריע, די אמת'ע פאקטען, בלייבט אים נישט איבער מער וואו זיך קלאפען און ריקען! און זאגען צו זיך אליינס איינמאל און נאכאמאל! אז יא ''איך שרייב גוט! די ארוינים שעלטען! אד''ג!

וואו אויך איינוועגס ווארפט ער שוין אריין א ביסעלע נחמה און טרייסט, און זיינע קאלעגס!

נישטא ווער עס זאל לאכען!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 16:35 לינק ישיר 

נישטא ווער זאל לאכען......
אויף געוויסע יחידים אויף וועם ס'פעלט זיך אויס (זעהט אויס ער איז דעם באשעפערס אפטרופוס) מעג מען שרייבען און אויף א מנהיג הדור מעג מען און איז אפשר אויך א מצוה צו שרייבען, אבער פון די אנדערע זייט האט מען ליידער ליידער געטשעפעט מיט אפאר אומשולדיגע אידען דארף מען זיי איבערבעטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2009 18:23 לינק ישיר 

פארמעגליך כתב:
אבער וויבאלד מיינע מאמרים האט אלע ארנים ארויסגענומען פון גלייך געוויכט, 


זאג עס איבער נאך פופצן-צוואנציג מאל, און "דו" וועסט אנהייבן גלייבן דערין...

===

אגב: וואס איז פונקטליך דיין איינרעדעניש דא, אז די בני יואל גייען ווערן חסידים פון ברך משה? אז די זאליס גייען ווערן חסידים פון רז"ל...? אדער גאר אז די ארונים גייען ווערן זאליס? אז די באבובע גייען זיך אריינטוען - און באקומען גלויבעניש - אין א זאלי-ארטיקל? אפשר אז די ציונים גייען אנהייבן פיינטהאבן מהר"א? וואס פונקטליך דארף מיך דא באדערן מיט דיינע אינלהטסרייכע דרשות?

תוקן על ידי גראדערמעכל ב- 03/08/2009 18:25:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 20:12 לינק ישיר 

שלום, גראדערמעכל, פארשטיי, וכל שום וחניכא דאית להו.
זייט וויסן אז מיט יעדע תגובה וואס איר שרייבט דא אדער און סיי וועלכער אשכול וואס איז נוגע פארמעגליך'ס ארטיקל, מאכט איר אז מיר זאלן "מיינען" אז עס באדערט ענק, אשר ע"כ אויב ווילט איר אונז/אייך איינרעדען אז עס גייט ענק נישט אן איז די עצה אז מען זאל נישט הערן פון ענק איבער די נושא ווייל ווי עס לויטעט דער מאמר החכם "אז דער הינט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען" און ווי מען זעט בחוש אז איר שפרינגט פון די הויט קען מען זיך איינרעדן אז די ארטיקל האט א קראץ געטאן אין יענעם לאגער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 20:23 לינק ישיר 

יחזקאלע כתב:
און ווי מען זעט בחוש אז איר שפרינגט פון די הויט 


אט דאס האב איך געמיינט... שכוח!, עס איז מיר קיין נפק"מ מיט וועלכע ניק דו טוסט עס, אבער זעה צו מאכן א חוזר-חזרה יעדע פיר-פינף שעה וייטב לך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 20:35 לינק ישיר 

יא! מיר געדענקען נאך אלע וואו ר' זלמניו האט נאך געזאגט מיט א התלהבות דקדושה, מיט א אש קודש! בקול חוצב לההבות אש, בפחד ויראה! ברתת ובזיע! בשם זיין ה... רבין ר' שימעלע ז''י אויף אלע זאליבאנס!
''די הינד בילען און דער באן פאר ווייטער''!!!
ומה נורא היה המראה, ווען יודען דערמאנן זיך נאר וואו די געוואלדיגע מראה, קימט ממש טרערן און אויגן פון געלעכטער! איי איי איי חזקאלע די ביזט נאך דאן געווען א קליין קינד! די געדענקס דאסנישט! א שאד! א שאד!
קל אדון טעטעטעדאדאדרם! טעטעטעדאדאדאדאם טראם טראם דאם!!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2009 20:42 לינק ישיר 

יחזקאלע העלא!?
איך ווארט זאלסט מיר קימען אפפרעגן! אויף וואס איך האב געשריבען און די אנדערע אשכול! עס וועט נאך זיין היינט? איך האב וואס מורא צו האבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 02:32 לינק ישיר 

גראדערמעכל כתב:
עס איז מיר קיין נפק"מ מיט וועלכע ניק דו טוסט עס, אבער זעה צו מאכן א חוזר-חזרה יעדע פיר-פינף שעה וייטב לך.


עס איז שוין פאראיבער פיר שעה. נו? ברעך נישט די קייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2009 17:45 לינק ישיר 

פארמעגליך:
דא פליצלינג, הייבען מיר אן צו שרייבען, בלויז היסטאריע, אן קיין שמוץ, אן קיין נעמען, נאר געציילטע נעמען, ממש וועמען עס איז וויכטיג צו דערמאנען אלץ די היסטאריע, און זיי זענען אלע משוגע געווארען. זייער גאנצער פארטיי איז לא עלינו אראפ פון גלייך געוויכט. זיי שרייבען שרעקליך ווילד ממש ווי קיינמאל בעפאר.

שריבען וועגן נפחות איז זייער זויבער? דאס הייסט ריינקייט אויף יענעם אדער שמוץ?

איך ערווארט נישט קיין תירוץ ווייל פאקטען מיט אמת האבן קיין שייכות מיט פארמעגליך!




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/8/2009 18:16 לינק ישיר 

פארמעגליך כתב:

ווי אלע ליינער זעהען, האבן צענדליגער ניקס אינעם ארונישען פארום געעפענט אשכולים אויף צענדליגער מענטשען,אלזא איך
זאג נאר: זענען אלע דיינע ארטיקלען אזוי איבערגעטריבן ווי די ווערטער?.. "צענדליגע" שרייבער האבן געעפנט אשכולות? כ'האב עס נישט באמערקט. שיק מיר אריבער דיינע ברילן ביטע.

אייערע גוטע ידידים, פארמעגליך
ידידים? בלשון רבים? וואס גייט פאר? עס הייבט אן אויסזעהן ווי דו ביסט טאקע נישט קיין יחיד וואס שרייבט... עס איז א אפיציעלע מיסיע פון די "קאמפאני"... (איך ווייס דאס גוט גראדע, אבער פארוואס שרייבן אזוי קלאר?)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > פארמעגליך בעט איבער!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext