סך הכל - פרייע צייטונג נייעס
דערווייל שטעלט זיך ארויס ארויס זייער א קלארע בליד וואס צייגט אז די פרייע צייטונגען זענען זייער אנטי-חרדי און ביי זיי איז אלעס כשר.
איינע פון די מיטלען איז געווען געמאלענע בילדער וואס ווייזט ווי די מאמע שטעקט אויס די I.V. פונם קינד א צווייטע בילד האט געוויזן ווי די מאמע דריקט מיט כח אויפן בויך פונם קינד.
זיי האבן זיך איינגערעדט אז דאס וועט העלפן איבערצייגן דעם דעת הקהל אז זייער ווערסיע איז אמת. לאנג האט נישט גענומען און א שרייבער האט נאכגעמאכט גענוי די זעלבע בילדער וואס די שפיטאל האט גענוצט צו באשמוצן די טייערע מאמע און ווייזט פארן ציבור ווי אמת'דיג די בלידער זענען.
נ.ב. איך קען יעצט נישט טרעפן די ארגינעלע בילדער וואס די שפיטאל האט ארויסגעגעבן, אויב טרעפט איר דאס זייט אזוי גוט און ברענגט דאס אהער.
-------------------------------------
נעכטן נאכט (מוצאי שבת) איז פארגעקומען א שיסעריי אין א ווערץ-הויז פאר די נידריגסטע סארט פונם מענטשהייט. די רעזולטאטן זענען געווען 2 טויטע און 12 געפינען זיך אין די שפיטעלער.
תיכף נאך די שיסעריי האט די פרייע מידיע ארויסגעגעבן געלאזט דעם עולם וויסן אז דער שיסער איז לכאורה א "חרדי"... אנדערע זענען נישט געגאנגען אזוי ווייט און האבן "בלויז" געמאלדן אז דער שיסער איז געגאנגען אנגעטון "אין שווארץ"...
די תוצאות פון די העצעריי האט נישט פארזוימט און די יו"ר פון די "אגודה" למען די אויסווארפן האט זיך געשטעלט פאר די ראדיאו און טעלעוויזיע און באשולדיגט אז די רבנים פון ש"ס זענען שולדיג ער האט אויך צוגעלייגט נעמען פון געוויסע שרים אין די ממשלה מטעם ש"ס, גרויסע פראטעסטן האבן אויסגעבראכן קעגן די פרומע.
די "חרדים" האבן זיך געבעטן און געוויינט אז מ'זאל נישט ווייטער פארשפרייטן דעם חשד אז דער שיסער איז א פרימער, עטליכע "רבנים" האבן אפילו ארויסגעטרעטן מיט א אפענע מוחאה קעגן די רציחה (זעט אויס אז זיי קענען די פושטע פסוקים אין די תורה - די געשאסענע זענען חייב כרת, אוואדי קען מען נישט זיי שיסן אויף די אייגענע הענט, אבער צוזאמען מיט דיין פראטעסט קעגן דעם רוצח זאלסטו לכה"פ אויך מוחה זיין קעגן די נרצחים). זיי האבן געפארדערט אז פונקט ווי מען שרייבט נישט אין די נייעס ווען א רוצח איז א פרייער זאל מען אויך נישט שרייבן ווען ס'איז א "חרדי".
למעשה עטליכע שעה נאך די שיסעריי ווערט מען געוואר אז לא דובים ולא יער דער שיסער איז קיינמאל קיין "חרדי" נישט געווען אדרבה ער איז א פאלנער פרייער ווי אלע פרייע, ער האט זיך דערוויסט אז זיין 15 יעריגער זין איז אריינגעצויגן געווארן אין יענעם ווערץ-הויז, איז ער געקומען שיסן.
וואס מיינט איר? די פרייע צייטונגען קלאפן זיך על חטא פארן העצן קעגן די פרימע פאר גארנישט? א נעכטיגן טאג, זיי מאכן א שווייג פון די גאנצע מעשה מיטן תירוץ אז ס'איז דא א צא"פ...
נ.ב. פארשטייט זיך אז די צא"פ וועט אראפגיין נאר נאכדעם וואס די מעשה וועט זיך איינשטילן.
 |
|
|