בית פורומים אחים אנחנו

שוידערליך: ק"י פלייש סקאנדאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2009 19:44 לינק ישיר 
הודעת בעל דין כמאה עדים דמי, אויב האט איר געמיינט אז דאס איז א געבאקענע מעשה פון די זאלי'ס דא האט יא וואס דער ארויני רבי_יענקל (א ברידער פון רבי_יונה) שרייבט אינם בעקעריי פורום... זיי איינציגסטע טרייסט איז אז "לכארוה" איז דאס א פראבלעם פון רוב בוטשער'ס... ניין רבי_יונה מיר האבן נישט דעם פראבלעם... יעצט נעם זיך טאנצן ממליחה ואילך

 

תוקן על ידי עטגאסט ב- 05/08/2009 19:45:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2009 19:47 לינק ישיר 

ארוינימלעך

ווי אלט איז ענקער שלאכט הויז?

ווען האבן ענק "געטראפן" דעם פראבלעם?

"ווער" האט געטראפן דעם פראבלעם?

במשך זיינע הינטדערטער וויזיטס מיט גדולי הרבנים האט ענקער הגה"ק נישט "באמערקט" דעם פראבלעם?

קען טאקע הגה"ק שחיטה און ניקור אזוי גוט ווי די הינדערטער רבנים?

איז דעם נישט הגה"ק די שר השחיטה?

ווי פאסט דאס פאר אים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2009 19:50 לינק ישיר 

טראכטן כתב:
באקומען פון מיינס א חבר

תוקן על ידי טראכטן ב- 05/08/2009 19:27:13



האסט פארגעסן צו טוישן ניק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2009 23:16 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס איז די מעשה דא, אבער זייט קרית יואל האט אנגעהויבען שעכטען אין גרויסע פארנעם זענען זיי פינקט ווי אלע בוטשערס, מיט וואס זענען זיי בעסער היינט ווי וויילאנד אדער מילמארט? שוין אפגערעט אז גרינבוים (נעיטשערס בעסט), מאנטריאל און סקווירא הייסט אסאך מער מהודר ווי קרית יואל, ס'איז  שטאטע און קלענערע שחיטות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2009 23:51 לינק ישיר 

זאג אזויפיל מאל איבער די ליגענט ביז זאלסט עס אליינס גלייבען....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/8/2009 00:04 לינק ישיר 

געדענק כתב:
זאג אזויפיל מאל איבער די ליגענט ביז זאלסט עס אליינס גלייבען....


צו וועם רעדסטו, און פון וועלכע ליגנט רעדסטו?

דו באציסט דיך צום "פראפאגאנדע ליגנט" אז קרית יואל שחיטה איז מיט א משהו מער מהודר ווי אסאך אנדערע שחיטות? טאקע א גראבע ליגנט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 05:11 לינק ישיר 

אז מאיר הירש זאגט אז מ'דארף נישט קיין משגיח, דארף מען נישט

ר' מאיר אן עכטער יר"ש, פרעגט יעדן טראק דרייווער וואס דענקט נאך די אלטע צייטן פאר ער איז גיווארען א תלמוד חכם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 07:20 לינק ישיר 


יעצט גערעדט צו א משגיח כשרות, 

פרעג איך איהם צו ער ווייסט עפעס צו זאגן וועגן די פרישע סקאנדאל
זאג ער מיר ער ווייסט פון גארנישט.

פרעג ער מיר אויס, מער פרטים
זאג איך איהם אז ס'רעד זיך וועגן עפעס א שחיטה "חבורה" פון לעיקוואד,

זאגט ער מיר
אז זיי פלעגן טאקע שעכטען אין קרית יואל
אבער ער האט פינקט לעצטענס גערעדט צו איינעם פון זיי, און יענער האט איהם געזאגט
אז SEPTEMBER 1 גייען זיי אנפאנגן צו שעכטען ביי די גרויסע קאמפעני "עמפייער", וואס שטייט היינט אינטער די השגחה פון ר' בנימין גרובער שליט"א

(פארוואס ווייסט ער טאקע נישט,
ס'קען טאקע זיין וועגן דעם סקאנדאל,
אבער ס'איז אינטערסאנט אנצומערקען,
 אז אלס א חלק פון זייער פאבליק רילעישאן'ס
(עיין פראטאקל פון הכשר בד"ץ קרית יואל בענין פאבליק ריעלעישן'ס) פארקויפן זיי אז ס'איז די מהודר'סטיגע שחיטה, (וואס אגב האב איך געהערט פון רבנים מפורסמים אז סאיז גארנישט בעסער פון אנדערע שחיטות) אבער דא זעט מען ווי א פרומע שחיטה, האט אפגעמאכט אז זיי גייען זיך זיכען בעסערע פלעצער)


נאכדעם זאגט איך איהם אז ס'רעד זיך עפעס וועגן די צומת הגידין

זאגט ער מיר אז ער ווייזט נישט וואס דא איז געווען

אבער דאס איז אינטערסאנט
אז קרית יואל איז אנדערש פון אלע אנדערע שחיטות כלפי דעם

ווייל ווי באקאנט, אז אין אמעריקע איז מען נאר בודק די קישקע
ווייל אויף אלע אנדערע זאכן איז דא א חזקה אז ס'טרעפט זיך נישט

אבער אין קרית יואל
וויבאלד מען נעמט די טשיקענ'ס פון זעקס 6 אנדערע פלעצער
(זעט אויס וועגן געלד זאכן)
קען מען זיך נישט פארלאזן אויף דעי חזקות
דארף מען יעדע נאכט בודק זיין אלע אנדערע זאכן
און אזוי טוט מען טאקע
עכ"ד.

יעצט וואס איז געשען ווייס איך נישט
ס'קען זיין צוויי זאכן

אדער האט מען נישט געהעריג בודק געווען דעם פראבלעם

אדער קען זיין, אז מהאט געזען אז ס'איז אזא גרויסער פראצענט
צוואנציג פראצענט!
מאכט דאס א גרויסער פראבלעם פאר די גאנצע שחיטה,

מער פון דעם ווייס איך נישט דערווייל.


תוקן על ידי שמעון93 ב- 06/08/2009 8:04:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 17:11 לינק ישיר 
בלבול תשס"ט

 http://www.scribd.com/doc/18189680/Bilbel-2009-on-KJ-Bais-Hashchita 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/8/2009 17:39 לינק ישיר 

עס איז ב"ה נישט קיין טעמע וואס איז נוגע  רוב ציבור ערליכע אידן תלמידי וחסידי סאטמאר  וואס פארלאזען זיך ממילא נישט אויף אזא מפוקפיקדיגן מענטש

וואס ווי באקאנט ווי באגלייבט דער ספעלשי בעבי אין וואס פארא סמכות ער האט איז וועט ער אלעס טוען אין דער וועלט פאר זיין ביזנעס 
 ער איז  אין א " פריוואטער " ביזנעס  פראבלעם מיט א קרייז מיט וועם ער וויל טוען ביזנעס אין עס איז נישט נוגע פאר די אידן וואס זענען מדקדק צו האבן איינעם א אמתדיגער ערליכען מענטש אין כשרות בכלל אין אין שחיטה בפרט  אין וועלן נישט עסען פין א קצב וואס זוכט צו מאכען א מאכערייקע  פין זיין פריוואטער ביזנעס

עס איז א פריוואטער ביזנעס מאכערייקע  פין קצבים אין דעם פאל דער ספעלעשי בעבי וואס עס איז זיין פריווטער ביזנעס
 
עס איז נישט נוגע קיין חסידי סאטמאר



תוקן על ידי hasidjudge ב- 06/08/2009 17:38:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 19:13 לינק ישיר 

לייג עס ביטע איבער אינעם עקזיסטירענעדע אשכול, אין טו דאס נישט נאכאמאל

ברעקינג: דו KJ בית השחיטה שניידט 5000 טשיקנס א טאג דו וואך אנגעהויבן
ווי עס זעט אויס הייבן שוין אן מענטשן אין נאך דערצו מחמירים איינצוזען
פון וואספארא שחיטה מהודרת מען רעדט דא עס האט אזא פנים ווי דער הגה"ק
שאקעלט זיך כמו לערנען אויפן ווידיא אין ניו העמשאר
עס איז פשעטע ביזנעס ווי אלע ביזנעסער עס האט מיט קיין מהודרת קיין שום שייכות
אין במילא האט מען זיך גענומען שניידן פראדוקציע שוין דו וואך מיט 5000 טשיקנס
אין ווי עס קוקט אויס גייט מען דארפן שניידן נאך מער





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 19:36 לינק ישיר 
פאר ווער עס איז אינטערסירט אינעם אמת:

איך האב נעכטן גערעדט מיט די משגיח תמידי פון די "בית השחיטה המהודרת". פארציילט ער מיר וואס די מעשה איז דא.

אין אר"י איז אלס געוען שכחי צו טרעפן פראבלעמען מיט די צומות הגידין, דעריבער איז מען דארט בודק די צומות הגידין אזוי ווי יעדע חשש וואס איז א "מיעוט המצוי". דא אין אמעריקא אבער איז "קיינער" נישט בודק, וויבאלד דא איז עס נישט קיין מיעוט המצוי, עס מאכט זיך גענצליך נישט אזא זאך, ווייל די טבע דא איז אנדערש ווי דארט.

דא איז אבער געווען א משגיח הרב קארשינסקי שליט"א וועלכע קומט אהער צוויי טעג א וואך זיין די משגיח פאר די לעיקוואדער פלייש, ער האט געוואלט לחומרא בודק זיין די צומות הגידין ביי זייערע שיפמענט'ס, און אזוי האט ער געטוען. למעשה האט ער טאקע קיינמאל נישט געטראפן קיין פראבלעמען, ווי דער אנגענומענער כלל איז.

מיט צוויי חדשים צוריק האט ער אנגעהויבן באמערקן אז עס הייבט אן ווערן פראבלעמען בי די צומת הגידין, האט ער עס איינגעמאלדן פאר'ן משגיח ר' משולם פאלאטשעק, וועלכע האט עס דורכגערעדט מיט כ"ק רבינו מהר"א שליט"א און מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און עס איז באשלאסן געווארן אז טראץ וואס עס האלט נאכנישט ביי קיין 10% אז עס זאל גערעכנט ווערן ווי א "מיעוט המצוי" אז מ'זאל זיין מחוייב בודק צו זיין, עכ"ז כדי אנצוהאלטן דעם העכסטן כשרות סטאנדארט וועט מען אנהייבן בודק זיין די צומות הגידין. די בדיקה איז א חכמה וואס מען דארף קענען, דעריבער האט מען געשטעלט דעם הרב קארשינסקי שליט"א זאל אויסלערנען די משגיח פונעם בית השחיטה די פאך פון בודק זיין צומות הגידין, און זייט דעמאלס (7 וואכן צוריק) איז מען ("נאר אין קרית יואל") בודק די צומות הגידין.

נאך פאר רבינו שליט"א איז געפארן וואקאציע איז ער שוין געזיצן א אסיפה מיט די דיינים און מיט 'דאקטוירים', און מען פרובירט צו דערגיין וואס עס האט פאסירט מיט די היגע הינדלעך אז די מציאות האט זיך געטוישט (עס איז ווארשיינליך עפעס א פלו).

למעשה יעצט - די לעצטע וואך צייט - האט מען אנגעהויבן זעהן אז עס פארמערט זיך זייער אסאך, אזש עס האט שוין איינמאל דערגרייכט ביי כמעט צען פראצענט, (דעם זונטאג האט מען אוועקגעווארפן 1800 טשיקנס צוליב פארפוילטע צומות הגידין!) האט מען אנגעהויבן איינמעלדן פארן אנדערע אויך אז ס'איז א ערנסטע פראבלעם אויב מ'איז נישט בודק, און אנדערע בתי שחיטה האבן אנגעהויבן עוסק זיין דערין צו זעהן צו זיי דארפן אויך אנהייבן בודק זיין "אזוי ווי קרית יואל".

(דא איז אריינגעקומען אין בילד א נקמה אקציע אויף די "אפנויג פונעם דרך" פון רבינו שליט"א צו מאכן א נייע זעלטן-מהודר'דיגע גסות שחיטה, וועלכע האלט אט אט ביים ארויסקומען במלוא הדרה, און די זאלי קעפ - וועלכע זיצן דא מיט אונז יעצט - האבן באשלאסן אויסצונוצן די געלעגנהייט צו מהפך זיין קערה על פיה און ארויסלאזן א שטינק אז "צוואנציג פראצענט פון קרית יואלע שחיטה איז טריף", אין די צייט וואס די מציאות איז גאר פונקט א פארקערטע, עס איז טאקע דא כמעט צען פראצענט טריף..! יא יא..! אבער.... מ'ווארפט עס אוועק. ולא עוד, נאר "נאר דא" ווארפט מען אוועק, ערגעץ אנדערש הייבט מען הערשט יעצט אן צו טראכטן פון בודק זיין.)

יענער משגיח זאגט מיר אז ביז יעצט (נעכט מיטוואך נאכט) האבן אים שוין צוויי שעכטהייזער אנגערופן בעטן אז מ'זאל אריבערקומען - פאר באצאלט - צו זיי, אויסלערנען די פאך פון בודק זיין צומות הגידין, ווייל זיי ווילן אנהייבן עס טוען. די צוויי זענען: סקווער, און די צוייטע איז עפעס א פריוואטע וויזשניצע שחיטה (איך ווייס נישט וואס דאס איז).

יעצט ליינט איבער דעם קעפל פון דען אשכול....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 19:57 לינק ישיר 


שוין  ווייטער פרובירטסטו עס אנצישמירן אויף די זאליס

איך זע נאך נישט ווי די זאליס, קומען דא אריין אין פיקטשער

(איך זאג נישט די חברה אינגעלייטלעך וואס שרייבן דא, האבן הנאה פון דעם, וויל מ'איז דאך אין א פאליטיק מיט ענק)

אבער צו זאגן אז די שמועה קימט פון די זאליס, איז סתם א בילבול  (בערך אזוי ווי די מעשה פון ר' ארי' לייב) העכסטענס דארפסטו ברענגען "פרוף" דערוף.

יעצט וועל איך דיר איבער זאגן מיין אינפארמעישן

אין קרית יואל מאכט זיך אסאך דעי פראבלעמען
ווייל מנעמט פון אסאך אנדערע פלעצער די טשיקען'ס
וועגן דעם קען מען זיך נישט פארלאזן אויף די אלגעמיינע חזקות.

און טאקע זעט אויס וועגן דעם פראבלעם
גייען זיי טאקע קומענדיגע חודש, אויפהערן צו שעכטען אין ק"י
און פירן עס אריבער צו "עמפייער".
 

תוקן על ידי שמעון93 ב- 06/08/2009 20:01:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 20:01 לינק ישיר 

מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי? אמאל געווען....

איי, וויי נעמט מען די אלטע צייטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2009 20:28 לינק ישיר 

א בלבול? אונטעראסאנט! קיינער איז נישט חושד די בני יואל! פינקט די זאליס איז מען חושד און אזעלעכע זאכען! ויהי לפלא!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > שוידערליך: ק"י פלייש סקאנדאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.