בית פורומים אחים אנחנו

שוידערליך: ק"י פלייש סקאנדאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/8/2009 08:09 לינק ישיר 

שמעון93 כתב:
זה שנים שאיני אוכל בשר כלל ואילו עופות אך ורק משוחט ששוחט עבור כמה אנשים ואני נמנה עליהם, הסיבה שהפסקתי לאכול מכל ההכשרים הללו, לאחר שביקרתי במשחטה מפורסמת ומאז בכמה משחטות אחרות ועיני השחירו, קיבלתי על עצמי לא עוד, אני לא נוגע בבשר כזה, ולכן לא תראה אותי במסעדה כלשהי וגם לא קונה שוורמה וכדומה כל אוכל בשרי בחנויות, זה אצלי בבחינת מחוץ לתחום


אויב ווילסטו אים נאכגיין, דאן טוה ווי ער, טראסט נישט קיינעם אין די וועלט און עס נישט נאר היימיש.

אבער די אידן וועלכע עסן יא פאטעיטא טשיפ'ס... און אויך אייזקרום... און אויך טשיז קעיק, וכו', ווייל זיי פארלאזן זיך אויף די רבנים המכשירים, די זאלן קויפן פלייש טאקע אויף אזא פלאץ וואו צענדליגע רבנים ומורי הוראות קומען באזוכן און דרוקן אויס באגייסטערונג פןן די העכסטע חומרות אין כשרות וואס זענען דארט איינגעריכטעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2009 17:14 לינק ישיר 

גראדערמעכל כתב:
אזא פלאץ וואו צענדליגע רבנים ומורי הוראות קומען באזוכן און דרוקן אויס באגייסטערונג פןן די העכסטע חומרות אין כשרות.


דער קרית יואל'ע "בית השחיטה המפואר", איז געבויט אויף פראפעגאנדע און ספלעש,
אלע שוחטים געהערן זיך אן צו ר' אהרן'ס פראפעגאנדע מאשין, 
די רגע וואס עס מאכט סיי וועלכע פראבלעם אין כשרות,
שטייט די גאנצע פארטיי גרייט דאס פארענטפערן אפילו מיט שקרים וכזבים.
אויך האבן זיי באצאלטע מענטשן פאר פראפעגאנדע פון "וועד הכשרות" וואס איז ממש אומדערהערט.

א איד וואס פארלאזט זיך אויף נאמנות פון א בעל המכשיר,
מוז וויסן אז דער בעל המכשיר קען טאן זיין ארבעט אן קיין דרוק,
וואס דאס איז נישט דער מציאות אין קרית יואל
אין קרית יואל "בית השחיטה המפואר" ברענגט מען טאקע אסאך רבנים
פאר בילדער נעמעריי אבער דער בעל מכשיר איז דארט נישט בעל הבית,
נאר ר' מאיר הירש איז בעל הבית פון וועמען יעדער ציטערט.

עס האט שוין פאסירט צענדליגער מאל אינעם עבר וואס שוחטים ומשגיחים
וועלכע האבן זיך אפגערעדט פאר זייער אייגענעם דיין, הרה"ג ר' געציל שליט"א,
האט מען זיי טעראריזירט אז זיי זענען נישט געטריי,
און זיי "בייסן די פינגערס פון די וואס געבן זיי צו עסן".

קען מען אזא בית השחיטה טראסטן???

ספעציעל די אידן וואס פארלאזן זיך אויף רבנים ודיינים וואס האבן דארט נישט קיין דריסת הרגל,
מעגן די אידן עסן אזעלכע פלייש???

מה שאין כן אין אנדערע "בית השחיטות"
זענען די רבנים המכשירים ומשגיחי כשרות הונדערט פראצענט בעל הבית אויף די פראדוקציע.
די בעלי בתים ציטערן פון די שוחטים, משא"כ אין קרית יואל ציטערן די רבנים ומשגיחים פון די בעלי בתים.
אויך זענען דא שוחטים פון אלע קרייזן, וואס קיינער זוכט נישט מחפה צו זיין.

אין קרית יואל ווען עס מאכט זיך א כשרות פראבלעם,
איז די ערשטע דאגה אויב וועט עס שאטן פאר די פארטיי
די וועג וויאזוי מען האנדלט עס איז די זעלבע נארישע וועג ווי זיי האנדלען פאליטיק.

למשל:
עס איז ארויסגעקומען א צעטל וועגן די צומת הגידין פראבלעם.
די רעאקציע פון די אהרונים איז געווען אזוי ווי דער שלאנג האט געטאן מיט חוה.
זיי האבן ארויס געגעבן דעם זעלבן צעטל נאר צולייגן שרעקעדיגע פאראגראפן,
אז הרב קארשינסקי האט געטראפן עופות
וואס מען האט קיינמאל נישט גע'שחט'ן
האט דאס איינער גע'טענה'ט?
דאס האבן זיי געטאן ווייל זיי האבן מיט ליצנות געוואלט חוזק מאכן פון די מעוררים.
אנשטאט צו געבן א באזעסענעם ענטפער.

דעם ליצנות צעטל (וואס זשוליאני08 האט לכאורה געמאכט)
האבן זיי אפילו געדרוקט אין זייער אויפקלערונגס "קונטרס" צו צומישן מענטשן.

עס איז העכסט נארמאל די אהרונישע בית השחיטה זאל אפענטפערן
א שערוריה אויף א פראפעשאנעל וועג, ווי בעלי אחריות,
אבער נישט מיט ליצנות,
כשרות איז בכלל נישט קיין דזשאוק

דער צווייטער טאקטיק וואס זיי נוצן,
איז צו באשמוצן אנדערע אין זייערע פראבלעם
איך האב פערזענליך גערעדט מיט צוויי משגיחים פון אנדערע בית השחיטות,
איינס אין קאנאדא איינס דאהי, וואס מען איז שוין בודק יארן פאר צומת הגידין.
און זיי האבן אויף דעם משגיחים "מומחים"!
צו שרייבן א שקר אז קיינער איז נישט בודק,
און מען גייט זיך יעצט קומען ביי זיי לערנען, איז סתם ביליגע פראפעגאנדע.

דערצו האב איך נאכאמאל איבערגעפרעגט וועגן די טשיקען קוואליטעט,
(דער אויסדרוק "זשאנק טשיקענס" איז נישט געווען קיין ריכטיגער אויסדרוק,
ווייל עס פאסט נישט צו שרייבן אויף בעלי חיים "דזשאנק".)
אבער ס'איז דא אויפן מארקעט פארשידענע סארט קוואליטעט טשיקענס,
און קרית יואל קויפט די ביליגסטע וואס איז דא צו באקומען,
א בוטשער האט מיר נעכטן געזאגט וועלכע פלייש ס'איז די בעסטע קוואליטעט.
און נאך קוואליטי חילוקים צווישן די פארשידענע שעכט הייזער,
וואס איך האלט נישט פאר ראוי צו שרייבן ברבים.

דער סך הכל איז
בית השחיטה המפואר קרית יואל
קען מען נישט טראסטן

יא, עס איז די בעסטע אדווערטייזט,
עס מאכט די בעסטע פראפעגאנדע.
און זיי האבן אפילו פאטאזשעניק בילדער
פון  קלויזענבורגער רבי'ן מיט א ווייסע שירצל

אבער מיט כשרות האבן די אלע זאכן נישט קיין שייכות.

איך וויל נישט חלילה מוציא לעז זיין אויף זייער שחיטה,
איך בין זיכער אז זיי פרובירן דאס בעסטע (פאר די ביליגסטע)
אבער צוויי זאכן דארף מען געדענקען.

די רגע וואס די אינטרעסן פון כבוד הפארטיי
איז זיך סותר מיט כשרות, איז די פארטיי וויכטיגער.

דער כח פון די בעלי בתים אין קרית יואל,
וואס קוקן אויף ביזנעס, זענען שטארקער ווי דער כח פון די רבנים ומשגיחים.

לכאורה ווען מען קויפט, דארף מען קוקן צו אין דעם בית השחיטה זענען די רבנים שטארקער ווי די בעלי בתים.
און ס'קען זיין א הידור צו קויפן בעסערע קאוואליטעט טשיקענס,
אפילו ס'איז אביסל טייערער, ווייל ס'מאכט זיך ווייניגער כשרות פראבלעמען.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2009 17:30 לינק ישיר 


קוקט די לעצטע שורה פון וועד הכספי.
מען באצאלט געלט פאר אויפהייבן דעם "כתר שם טוב" פון וועד הכשרות.

פארקויפן פארן עולם אז קרית יואל איז די מהודר'דיגסטע, די בעסטע, וכו' וכו'.

ביי די צומת הגידין סקאנדאל אינעם "בית השחיטה המפואר"
האבן די פאבליק רילעשאן קאמפאני שנעל געארבעט
און ארויסגעשאסן א ליצנות קונטרס כאילו מען באשולדיגט זיי אין "נישט שעכטן" טשיקענס.

און אויסגעטראכט א ליגענט, אז יעדער לויפט צו קרית יואל פרעגן עצות, ווייל זיי זענען די גרעסטע מומחים.
דאס האט מסתמא געהויבן זייער "כתר שם טוב".



תוקן על ידי פוסקהדור ב- 07/08/2009 17:31:10




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2009 17:42 לינק ישיר 

פאר די רעדסט ווייטער,
ווייסטו וואס ס'מיינט "צומות גידין"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2009 17:42 לינק ישיר 

איך ווייס אזוי פיל, מיין פעטער וועלכער שחט אין סקווערער שטעטיל זאגט אינז שטענדיג, אויב מען וויל זען א מהודרדיגע בית השחיטה זאל מען גיין קוקען די בית השחיטה אין קרית יואל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2009 17:56 לינק ישיר 

יא! דער פוסק ברענגט פאקטן מיט מעשיות מ'קען זיך מיט אים נישט קריגן!
צענליגער מאל האבן זיך שוחטים אפגערעדט' ווער האט דיר דאס פארציילט? די שוחטים אדער רבי געציל?
א אינטרעסאנטע מעשה האב איך געהאט, אפאר יאר צוריק האב איך גערעדט מיט א בעל מכשיר פון א בוטשער, האמיר גערעדט אזוי פון אלע שחיטות איז אויסגעקומען צו רעדן פון ק"י וואס זיין בוטשער פארקויפט זייער פלייש אויך, האט ער זיך אפגערעדט אויף דעם וואס דעמאלס איז נאכנישט געווען קיין בודק סכינים, זאגט ער מיר, אמת, ס'איז זייער גוט אהערגעשטעלט, א שטייטע שחיטה מיט אסאך הידורים אבער ס'איז דא פוסקים וואס זאגן אז דער שוחט אליינס איז נישט גענוג פאר בדיקת הסכין מ'דארף א עקסטערע מענטש פאר דעם
אפאר וואכן שפעטער טרעף איך א ברודער פון דעם בעל מכשיר זאגט ער מיר, עה, די קרית יואל'ע שחיטה? א שוואכע שחיטה! מיין ברודער האט מיר אויך געזאגט! נא? ממש קראנט? א אייגענער ברודער! כלי ראשון! זאג איך אים אנטשולדיגט, אבער איך האב גערעדט מיט דיין ברודער און איך ווייס פונקטליך וואס ער זאגט און פארדריי מיר נישט דעם קאפ! איז ער שטיל געווארן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2009 19:55 לינק ישיר 

זינטאג גייט פארקומען א גרויסע אסיפה אין לעקוואד ווי די רבנים וועלן ארויסגעבן מער פרטים וועגן דעם פראבלעם און וועגן כשר'ן די כלים.

דערווייל האבן זיי שוין געמאלדן אז זיי נעמען מער נישט קיין פלייש ביי די ארוינים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2009 21:40 לינק ישיר 

א גוטן ערב שבת

איך מיר נישט געוואלט אריינמישן אין די שמועס
איך וועל דאס לאזן פאר רבנים נאכצוגיין עד הסוף וואס דא איז געווען

איך האב נאר געזען אינעם שכינות פורום אז בשמחה האט צוגעשפארט די אשכול
בכלומרשט וועגן עס איז נישט אמת
קוקט אויס אז יש דברים בגו
עפעס באהאלט מען דא
זייט ווען פארמאכט ער זאכן וואס איז נישט אמת??????
צוליב עפעס א סיבה איז געקומען א בעפעל פין די העכערע פענסטערס צו פארמאכן

7/8/2009 19:45 צטט הודעה  לינק ישיר 

היות די פרשה איז ליגנט ווערט די אשכול פארמאכט.



דדווח על תוכן פוגעני




תוקן על ידי BerlKnake ב- 07/08/2009 21:38:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 17:18 לינק ישיר 

יא! נאר ביי עמפייער ווייל יענס איז אסאך מער מהודר!

פימפענאטער, מ'מעג אמאל נוצן שכל אויך! זיי האבן אלע יארן געשחט'ן ווי? ביי רובאשקין, יעצט גייען זיי ווי? צו עמפייער, זעט אויס נישט די רבנים האבן די פראבלעם נאר די סוחרים, קוק נאך וויפיל פלייש זיי געברויכן איך גלייב נישט אז גרינבוים קען עס זיי צושטעלן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 17:36 לינק ישיר 

פימפנאטער כתב:
דערווייל האבן זיי שוין געמאלדן אז זיי נעמען מער נישט קיין פלייש ביי די ארוינים. 


איך הער אז ק"י בוטשער גייט אויך אויפהערן צו נעמען פון בית השחיטה המהודרת
זיי זאגען אז ס'איז טריפה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 19:40 לינק ישיר 

AnyOne כתב:
איך ווייס אזוי פיל, מיין פעטער וועלכער שחט אין סקווערער שטעטיל זאגט אינז שטענדיג, אויב מען וויל זען א מהודרדיגע בית השחיטה זאל מען גיין קוקען די בית השחיטה אין קרית יואל


אהא, און מיין עלטער מומע וואס כשר'ט אין קרית יואל האט מיר געזאגט אויב איך וויל עסן א כשר'ע שחיטה זאל איך שטיין ווייט פון קרית יואל'ע טשיקן..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 17:13 לינק ישיר 

ב"ה הודו לה כי טוב

די רבנים אין מאנטריאל האבן געקוקט די טעג אין בודק געווען מיט משגיחים .30.000 טויזענט טשיקענס אין אינגאנצען 12 האבן געהאט עפעס א פראבלעם  דאס הייסט עפ"י הלכה הייסט דאס  ממש נישט בנמצא אזא  פראבלעם ביים צומת הגידין

ווי באקאנט נעמען זיי דעם העכסטן קוואליטעט טשיקענס כדי נישט צו האבן קיין שום פראבלעמען

אין אנדערע נייעס

KJ  ווארפט אין מיסט די וואך אריבער 2000 טשיקענס ( פין די דזשאנק טשיקענס)מיט ערנעסטע פראבלעמען אין די כשרות העופות

  (וואס ווי באקאנט האט רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע  נישט געמאכט  קיין אייגענעם פלענט וואס מען זעהט ווי ער האט מיט  זיינע ווייטע אויגן געזען מיט די פראבלעמן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין קריטיש אין כשרות סיסטעמען אז אויב מען  די שאלהדיגע פלייש אין מען  דארף עס ווארפען אין מיסט אין כדי  נישט צו האבן דעם פראבלעם וואס צו טוען מיט שאלת טריפות  אין אזא פאל וואס קען זיך מאכען אפט אין אויב איז מען אומגערישט ווי צו לייגען דאס איבעריגע אין עס ווערט א שאלה   צו מען זאל עס דארפען אוועקווארפען  אין מיסט  צו הפסד  מרובה אין נאך פארשידענע היתירים פין טאש איז א מוראדיגער חשש אויפן כשרות הבשר מכח אז  דער קצב --וואס איז אין דעם פאל פירערס פין KJ די קצבים אין האבן זייער מורא  פארן געלט וואס אויב איז דא ווער עס  נעמט דאס איבער  אין גייט נישט אין מיסט וואס דאס איז איינע פין די גרעסטע פראבלעמען פארהיטערס אין מען דארף נישט קומען צו פארשדענע  היתרים פין טאש הפסד מרובה אדג

די שאלה איז ברוך השם נישט נוגע די פלייש וואס חסידי סאטמאר עסען



 


 



תוקן על ידי hasidjudge ב- 19/08/2009 17:19:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 17:30 לינק ישיר 

hasidjudge כתב:

KJ  ווארפט אין מיסט די וואך אריבער 2000 טשיקענס ( פין די דזשאנק טשיקענס)מיט ערנעסטע פראבלעמען אין די כשרות העופות

  (וואס ווי באקאנט האט רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע  נישט געמאכט  קיין אייגענעם פלענט וואס מען זעהט ווי ער האט מיט  זיינע ווייטע אויגן געזען מיט די פראבלעמן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין קריטיש אין כשרות סיסטעמען אז אויב מען  די שאלהדיגע פלייש אין מען  דארף עס ווארפען אין מיסט אין כדי  נישט צו האבן דעם פראבלעם וואס צו טוען מיט שאלת טריפות  אין אזא פאל וואס קען זיך מאכען אפט אין אויב איז מען אומגערישט ווי צו לייגען דאס איבעריגע אין עס ווערט א שאלה   צו מען זאל עס דארפען אוועקווארפען  אין מיסט  צו הפסד  מרובה אין נאך פארשידענע היתירים פין טאש איז א מוראדיגער חשש אויפן כשרות הבשר מכח אז  דער קצב --וואס איז אין דעם פאל פירערס פין KJ די קצבים אין האבן זייער מורא  פארן געלט וואס אויב איז דא ווער עס  נעמט דאס איבער  אין גייט נישט אין מיסט וואס דאס איז איינע פין די גרעסטע פראבלעמען פארהיטערס אין מען דארף נישט קומען צו פארשדענע  היתרים פין טאש הפסד מרובה אדג



אין די צווייטע שורה געדענקט ער שוין נישט וואס ער האט געשריבן אין די ערשטע,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 18:02 לינק ישיר 

איך האב געשריבען

kj  ווארפט אין מיסט נעכטען אריבער 2000 טשיקענס ( פין די דזשאנק טשיקענס)מיט ערנעסטע פראבלעמען אין די כשרות העופות



היתירים פין טאש איז א מוראדיגער חשש אויפן כשרות הבשר מכח אז  דער קצב --וואס איז אין דעם פאל פירערס פין KJ די קצבים אין האבן זייער מורא 
פארן געלט 


יא א קצב דעם פאל פירערס פין KJ די קצבים אין האבן זייער מורא  פארן געלט 


צו דארפען ווארפען אין מיסט די שאלהדיגע טריפות

צו ווארפען אין מיסט איז פאר די קעי דזשעי  פירערס א  פראבלעם וואס ער האט אין אזא פאל נישט קיין שום נאמנות


וואס ביי אנדערע פלענטס איז דא ווער עס  נעמט דאס איבער  אין גייט נישט אין מיסט וואס דאס איז איינע פין די גרעסטע פראבלעמען פארהיטערס אין מען דארף נישט קומען צו פארשדענע  היתרים פין טאש הפסד מרובה אדג

 










תוקן על ידי hasidjudge ב- 19/08/2009 17:59:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 19:09 לינק ישיר 

פארוואס קען ק"י נישט טון די זעלבע זאך ווי וויינלאנד? אין וואס איז שלעכט אז מען ווארפט אוועק? דו אליינס זאגסט אז מען האט עס אוועקגעווארפן, איז דאך משמע אז ער איז יא ירא שמים אין ער ווארפט אוועק ווען עס איז דא א פראבלעם, סוי פארדריי נישט קיין קאפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > שוידערליך: ק"י פלייש סקאנדאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.