|
|
| נשלח ב-19/8/2009 19:33 |
|
| |
דער מציאות איז אז אוועקווארפען אין מיסט וואס די קצבים אין קעי דזשעי זאגן אז זיי טוען איז א שרעקליכער מכשול מכח די קעי דזשעי פירערס-קצבים וואס ער האט אין אזא פאל נישט קיין שום נאמנות ווייל ער דערלייגט זיין גאנצע געלט
וואס ביי אנדערע שחיטות וואס האבן נישט קיין אייגענע פלענטס איז דא א סיסטעם ווער עס נעמט דאס איבער אין גייט נישט אין מיסט וואס דאס איז איינע פין די גרעסטע פראבלעמען פארהיטערס אין מען דארף נישט קומען צו פארשדענע היתרים פין טאש הפסד מרובה אדג
ברוך השם אז סאטמאר האט נישט קיין אייגענעם פלענט אין אויב עס שטעלט זיל ארויס אז דער שיפמענטאיז נישט גוט אבער די מידענסטע שאלה איז עס נישט סאטמארס פראבלעם וואס צו טוען דערמיט צו עס זאל גיין אין מיסט צו פאר גוים אין דארפען צו קוצען די היתירים פין טאש ממילא האבן זיי נישט די שרעקליכע מכשולות עס איז די פראבלעם פינעם פלענט נישט סאטמארס
סאטמאר האט די אפשאן צו זאגן אז ער נעמט עס נישט
וואס ווי באקאנט האט רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע נישט געמאכט קיין אייגענעם פלענט וואס מען זעהט ווי ער האט מיט זיינע ווייטע אויגן געזען מיט די פראבלעמן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין קריטיש אין כשרות סיסטעמען אז אויב מען די שאלהדיגע פלייש אין מען דארף עס ווארפען אין מיסט
תוקן על ידי hasidjudge ב- 19/08/2009 19:39:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 19:37 |
|
| |
דו רעדסט פאר פייער אין פאר וואסער, דו האסט נישט קיין איינונג וואס ביי אנדערע שחיטות גייט פאר, אין אין ק"י זיכער נישט, דו רעדסט אין דער וועלט אריין.
ווייסט אפשר ווי די טריפות פון ויינלאנד גייט? ווייסט אפשר ווי די טריפות פון רובשקין גייט? ווייסט אפשר ווי די טריפות פון מתתי' קאהן גייט? ווייסט אפשר ווי די טריפות פון עמפייער גייט? ווייסט אפשר ווי די טריפות פון קר"י גייט? ווייסט אפשר ווי די טריפות פון נעטשורס בעסט גייט?
תוקן על ידי טראכטן ב- 19/08/2009 19:36:09
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 19:38 |
|
| |
איך וועל אייך מסביר זיין אביסל קלארער.
א געווענטליכע שחיטה ווארפט נישט אין מיסט, אויב און ווען ס'מאכט זיך טריפות ווערן די טריפות פארקויפט פארן גוי'ישן מארקעט, אמת אז אויפן גוי'ישן מארקעט פארקויפט זיך די סחורה אסאך ביליגער אבער ממאכט כאטש אפ בערך וויפיל די הוצאות זענען געווען דאס הייסט אז א גרויסע שאדן איז זיכער נישט דא.
אין א שחיטה אזוי ווי מאנרא דארפן אלע טריפות גיין אין מיסט קאסטן, דאס הייסט אז די שאדן איז דאפלט.
חוץ מזה, דארפן מיר גלייבן באמונה שלימה אז זיי ווארפן אין מיסט? איך גלייב אז זיי ניצן היתרים פון הפסד מרובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 20:04 |
|
| |
א נייע אויפגעקומענער איסור אפן מארקעט, א נייע סיף אין שלחן ערוך, אויב ווארפט מען אוועק טריפענע טשיקענס, טאר מען נישט עסען די כשרע, א מין תורה וואס נאר א זאלי קען אויפקומען, זאל דער עולם זעהן וויאזוי מען זעהט אויס ווען מען לערענט נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 20:08 |
|
| |
טראכטען שרייבט
נייע אויפגעקומענער איסור אפן מארקעט, א נייע סיף אין שלחן ערוך, אויב ווארפט מען אוועק טריפענע טשיקענס, טאר מען נישט עסען די כשרע, א מין תורה וואס נאר א זאלי קען אויפקומען, זאל דער עולם זעהן וויאזוי מען זעהט אויס ווען מען לערענט נישט
אויב דו שרייבט די דאזיגע ווערטער האסטו נישט קיין מושג אין יורה דעה עס איז נישטא קיין שאלות ותשובות כמעט וואס רעד נישט פין סוגיא פין נאמנות הטבח אין דעם פאל די קצבים פין KJ
אין בפרט אין אמעריקע ווי עס עזקסעטירט נישט קיין שום נאמנות אין די הוראה פין רבותינו הקדושים מרן הבעל ויואל משה אין ברך משה אז סאטמאר האט נישט קיין אייגענע פלענט איזא הלכה פסוקה אז זייער מנהג איז א הלכה
זיי האבן גוט גקענט אמעריקע אין געוויסט וואס פאארא באגלייבקייט אין נאמנות וואס א אייגענע פלענט האט אויף זיך אין נישט גענומען פאר זייער קהילה אזא שרעקליכען מכשול פין זיך אליין צושטעלען צום נסיון צו מען זאל א שאלהדיגער פלייש ווארפען אין מיסט צו מאכען א הפסד מרובה זיי האבן דאס נישט געוואלט והא ראיה אז זיי האבן עס נישט געמאכט
אויב האטמען א אייגענעם פלענט איז נאמנות אויף כשרות א שרעקליכער מכשול
ער האט נישט קיין נאמנות וויל אויב ווארפט עס אין מיסט דערלייגט ער דאס גאנצע געלט
משא"כ אויב איז ער א נכנס ויוצא אין האט גארנישט מיטן פלענט זיין נאמנות נישט משועבד פארן דאלער
ברוך השם אז סאטמאר האט נישט קיין אייגענעם פלענט אין אויב עס שטעלט זיל ארויס אז דער שיפמענטאיז נישט גוט אבער די מידענסטע שאלה איז עס נישט סאטמארס פראבלעם וואס צו טוען דערמיט צו עס זאל גיין אין מיסט צו פאר גוים אין דארפען צו קוצען די היתירים פין טאש ממילא האבן זיי נישט די שרעקליכע מכשולות עס איז די פראבלעם פינעם פלענט נישט סאטמארס
סאטמאר האט די אפשאן צו זאגן אז ער נעמט עס נישט
וואס ווי באקאנט האט רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע נישט געמאכט קיין אייגענעם פלענט וואס מען זעהט ווי ער האט מיט זיינע ווייטע אויגן געזען מיט די פראבלעמן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין קריטיש אין כשרות סיסטעמען אז אויב מען די שאלהדיגע פלייש אין מען דארף עס ווארפען אין מיסט
תוקן על ידי hasidjudge ב- 19/08/2009 20:34:12
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2009 21:04 |
|
| |
בנוגע די פלייש פון מאנטריאל
דער שקרן צומתהגידין שרייבט:
די וואך האט מען געפונען הויכע פראצענט צומות הגידין טריפות
אינעם שעכט הויז פון מארוויד אין מאנטרעאל.
א משגיח מומחה איז אראפגעפארן אהין בודק זיין, און אז מען זיכט טרעפט מען.
איך האב מיך נישט געפוילט און נאכגעפארשט די זאכן פון די רבנים המכשירים,
די זאך איז שקר וכזב!
ס'איז פונקט פארקערט די רבנים המכשירים האבן אראפגעברענגט מומחים
וועלכע האבן דורכגעקוקט צענדליגער טויזנטער טשיקענס
און מען האט געטראפן ממש געציילטע פראבלעמען
דאס מיינט אז ס'איז בכלל נישט מצוי דער פראבלעם!
אויפן מארקעט איז באקאנט אז מאנטריאל האט טייערע סארט טשיקענס,
און ס'איז טאקע נישטא קיין צומת הגידין פראבלעם ביי זיי.
בכלל איז גוט צו וויסן אז דארט שעכטן אלע סארט קהלות,
ווי ליובאוויטש, ישיביש, שטאטישע, בעלזא, התאחדות, מיעל מארט.
סאטמאר ניו יארק, און אלע רבנים האבן דארט א שטרענגע אויפזיכט
יעצט וועלן די אהרונים קומען און פארלערנען שיעורים אין הלכות וועטערינער,
וויאזוי טשיקענס באקומען א פלו,
אלעס צו פארטושן די מוחות מען זאל נישט רעדן פון דעם צומת הגידין פראבלעם
אין קרית יואל מיט די ביליגע טשיקענס.
דאס איז דער חורבן פון מישן כשרות מיט פראפעגאנדע
וויבאלד ער פראפעגאנדירט "איך בין דער בעסטער"
פאסט אים שוין נישט מודה צו זיין על האמת. ווען ס'איז דא א פראבלעם.
און ער נוצט אלע סארט טאקטיקן צו פארמישן דעם עולם.
דערמיט האבן זיי קלאר געוויזן, "אז מען קען זיי נישט טראסטן".
זיי זענען שקרנים, ביליגע פראפעגאנדיסטן, וואס זאגן נישט אויס דעם אמת!
עס איז איבעריג צו באהאנדלען די רעדע פון ר' אהרן כ"ו אב,
ווען ער האט זיך "געוואנדן" צו אלע רבנים
און זיי "מודיע געווען" אז ס'איז דא א פראבלעם מיט צומת הגידין.
היש לך ליצנות גדולה מזו?
פאר וועלכע רבנים פונקטליך איז ער מודיע דעם פראבלעם?
ס'איז דא איין רב המכשיר פון פלייש וואס ווייסט נישט דערפון?
נאר וואס דען, פאר אטענטשן און פאמפע איז ער אלץ רעדי.
אויב האט מען געכאפט א מכשול אין בית השחיטה קרית יואל
וועט ער נעמען אטענשאן אז "ער איז דער ערשטער" וואס האט עס געכאפט
און שרייען אז "יעדער" האט דעם פראבלעם.
איי ס'איז ליגענט!
נישט דער ערשטער ליגענט פאר פראפעגאנדע.
דער סך הכל איז, אז די קרית יואל'ע שחיטה (מהר"א) קען מען נישט געטרויען,
ביי זיי קומט די פארטיי מיט פראפעגאנדע בעפאר כשרות.
בקרוב וועט שוין זיין די נייע בוטשער פון קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל (מהרז"ל)
וועט מען קענען האבן כשר'ע פלייש פון ערליכע רבנים
נישט קיין פראפעגאנדע פלייש.
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 21/08/2009 18:01:29
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/8/2009 17:56 |
|
| |
נעכטען איז געווען אין וויילאנד ביי די שחיטה פין התאחדות הרבנים שחיטה (-נישט סאטמאר שחיטה וואס האט עקסטערע חומרות והידורים אין א חלק פין סאטמאר ווערט דארטען געשאכטען)אין האט גערופען הרב פערל פין ארץ ישראל וואס איז א מומחה אין די בדיקות פין צומות הגידין
פין 24.000 טויזענט טשיקענס וואס הרב פערל האט בודק געען נישט מער ווי 4 מיט א פראבלעם פין צומות הגידין
דאס הייסט עפ"י הלכה ניטאמאל א מיעוט שאינו מצוי נאר אינו מצוי בכלל
אין אנדערע נייעס
האט מען אין קרית יואלער שחיטה געמוזט אין איין טאג די וואך אוועקווארפען אריבער 2000 טשיקענס (פין די דזשאנק טשיקענס וואס זיי האבן אין איזפין זייער א שוואכער קוואלטי אין עס דארטן טאקע שרעקליך צוי דעם צומות הגידין אבער די פראפעגאנדע אין געלט קומט םאר כשרות)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 01:19 |
|
| |
אלעס ווענדט זיך וויאזוי מ'שרייבט און וויאזוי מ'ליינט. מ'האקט שוין דא אין קאפ פאר א לענגערע צייט אז נאר קרית יואל האט דעם פראבעלם פון צומת הגידין, ווייל כלומפרשט קויפן זיי ביליגערע טשיקנס כדי זיך צו קענען שפארן געלט. אין "דער איד" איז געווען באריכטעט אז "קרית יואל" האט אוועקגעווארפן בערך 20 פראצענט פון די טשיקנס. צי קען מער איינער מסביר וואס מ'גייט זיך שפארן ווען מ'גייט אוועקווארפן אזויפיל טשיקנס? ענדליך קומט אונז PISKAL פארציילן נאך כמעט צוויי וואכן וואס מ'האמערט שטיקער, האט מען שוין געברענגט א משגיח פון ארץ ישראל צו בודק זיין צומת הגידין. פארוואס פון ארץ ישראל? ווייל די היזיגע בודקים זענען נישט בקי וויאזוי עס צו טשעקן, אויסער קרית יואל וואס ארבעט שוין אויף דעם עטליכע חדשים. האב איך פאר אייך נייעס אז דער פראבלעם פון צומת הגידין אין ארץ ישראל זעט אויס היבש אנדערש ווי די ווערסיע וואס איז דא אין אמעריקא. און אויב האט אן ארץ ישראל'דיגער משגיח געטראפן צומת הגידין פראבלעם, מיינט אז וויינלאנד האט אן עקסטערן פראבלעם וואס עקזיסטירט בכלל נישט אין קרית יואל. אין יעדן פאל, עקזיסטירט דאך דער פראבלעם, נישט וויאזוי זיי פרובירט צו לייקענען אז דער פראבלעם עקזיסטירט בכלל נישט, ווייל זיי האבן דאך טייערערע טשיקנס. אויסערדעם דארף מען וויסן אז דאס וואס איין טאג טרעפט מען ווייניג אדער גארנישט פון די טרפה'נע עופות , מיינט אבסעלוט נישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט. קרית יואל האט מער ווי פאר איין טאג אין א צו נישט געטראפן קיין פאל פון צומות היגידין, צב"ש יענעם טאג וואס ר' מאיר ראטנבערג שליט"א איז אהין געגאנגען זיך לערנען וויאזוי מ'איז בודק דעם פראבלעם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 01:30 |
|
| |
ביי וויילענד איז מען שוין לאנג בודק דעם פראבלעם,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 02:39 |
|
| |
אין וויינלאנד איז נישטא עופות מיט שאלת צומת הגידין
אין דזשי ענד דשי איז נישטא עופות מיט שאלת צומת הגידין
אין אונזערע סטראבעריס איז נישטא קיין ווערים
אין אונזערע רעסבעריס איז נישטא קיין ווערים
אין אונזערע ראזשינקעס איז נישטא קיין ווערים
אין בודק ראמעין לעטוס איז נישטא קיין ווערים
אין אונזערע לולבי דרעי איז נישטא קיין שאלת שמיטה
אין אונזערע פיש איז נישטא קיין ווערים
אין דגים פיש איז נישטא קיין שאלת טריפה
אין אונזערע בעקערייען איז נישטא קיין פת עכו"ם
עס איז נישטא קיין שאלה וואס טרעפט זיך ביי אונז
פראווט צו טרעפען פון וועמען רעדט מען ................
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 05:52 |
|
| |
עכטער חסיד! פארוואס איז מען שוין לאנג בודק, ווען דער פראבלעם איז קיינמאל נישט געווען? און אויב יא פארוואס האט קיינער נישט געשריבן דא, נאר אז אין קרית יואל איז דא א פראבלעם? און פארוואס איז ר' מאיר ראטענבערג געפארן קיין קרית יואל?
און צום לעצט.. פארוואס הערט מען צום ערשטן מאל וועגן א פראבלעם אין וויינלאנד ווען עס קומט א בודק פון ארץ ישראל? דאס זאגט נישט עפעס?!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 06:13 |
|
| |
אגב. איינער האט דא געצויגן א ליניע צווישן ר' אהרן רעדעריי און דער קרית יואל'ער בית השחיטה. זיין הסבר האב איך נישט פארשטאנען, אבער עס איז דא אן אנדערע הסבר פאר ביידע.
ר' אהרן ליידט פון א נידעריגע סעלף קאנפידענץ וואס דאס איז גורם זיין רעדן א סך, און אויך זיין אבסעסיע צו האבן די מהודר'דיגסטע מקוה און בית השחיטה סיי פאר עופות און סיי פאר בהמות. ער מוז זיך אויפטאן פאר יעדן איינעם וואס ער קען, און ער וועט גיין אין פייער צו ערפילן יעדע נארישער פאדערונג וואס יעדער רב'ל אדער מו"צ'ל וועט אים בעטן.
לויט ווי ס'קוקט אויס איז ער דער איינציגסטער וואס ליידט דערפון. די זלונים האבן הנאה מיט'ן אנפולן גאנצעטע זייטלעך, און די אהרונים ווי אויך די וועלט, דורך האבן א כשרות פון אזא סטאנדארט וואס איז נישט בנמצא אויפ'ן כדור הארץ.
בלויז פאר עטליכע וואכן צוריק האט הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א א שונא מובהק פאר רבי אהרן (און אפשר מיט רעכט, אויב זיך אננעמען פאר א טאטנ'ס-זיידנס כבוד גיט רעכט...) איבערגלאזט די א.ג. אויסגעהאלטענע שחיטה פון וויינלאנד ווי די שוחטים ציטערן פון מר. ראאב ווי פונעם שטן, און געשלאסן קאנטראקט מיט קרית יואל. היינט האט ער געהאלטן א דרשה ווי ער האט אויסגעלויבט די מהלך הבדיקות אין קרית יואל, אבער נישט פארגעסן צוצולייגן, אז אין וויינלאנד איז נישט דא קיין פראבלעם בכלל (נישט ווי עכטער חסיד און PISKAL האבן געשריבן). איך פארשטיי נאר נישט פארוואס ער גייט נישט צוריק קיין וויינלאנד?
ער האט געזאגט ביי דער דרשה, אז ווען ער איז געווען אין קרית יואל האט ער טאקע נישט באמערקט דעם פראבלעם ביז די בודקים מומחים האבן אים דאס געוויזן. פרעגט זיך די שאלה צי איז דאס טאקע געווען די הוכחה אז אין וויינלאנד איז נישט דא דער פראבלעם, ווייל די שוחטים מומחים האבן אים נישט געוויזן? ( און פארדעם האט דער ברך משה נישט אויפגענועמן ר' אהרן פאר רב הצעיר ווייל דער משב"ק האט נישט געזאגט אז מ'זאל טרונקען לחיים - עיין ספה"ק שפת אמת?)
און זאל יעדער וויסן אז קרית יואל האט פאריגע וואך געהאט דריי טעג אין א ציה וואס מ'האט נישט געטראפן קיין איינציגע טרפה, אבער דעם נעקסטן טאג האט מען געטראפן א סך אא"וו. די וועלכע קומען דא פארקויפן אז אין דעם שלאכטהויז אדער יענעם, האט מען בודק געווען צענדליגער טויזענטער עופות און נישט געטראפן מער ווי איינצעלנע טרפות, זאלן וויסן אז מ'טאר נישט אפשטעלן די בדיקות! אויב יא איז מען מאכיל נבלות וטרפות פאר אידן (זלונים זענען אויך אידן!)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2009 20:43 |
|
| |
פסוק
פארוואס האט קרית יואל געמאכט א שווייג פון דעם פראבלעם ווען זיי ווייסן שוין זייט שבועות אז עס איז דא ביי זיי אזא פראבלעם???
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2009 00:01 |
|
| |
וועמען מיינסטו מיט די ווארט "קרית יואל"? און פארוועמען האט ער געדארפט פארציילן, און האט נישט פארציילט?נ.ב. איך הייס "פוסק" נישט "פסוק".
|
|
|
|
|