דעפרעסטע זאליס פון טעקסאס אדער טריפה פלייש אין קרית יואל???
יא....
נאכן איינזען אז די גאנצע וועלט ווארט מיט שפאנונג אויף די נייע מהודר'דיגע בשר בהמה, וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען על אדמת אמעריקע.
און נאכן איינזען אז בקרוב וועט כלל ישראל האבן מהודר'דיגע בהמה פלייש אין צוגאב צו די מהודר'דיגע עופות פלייש.
האבן די זאליס פאבריצירט א מעשה'לע מיט קראטשינאוויסקי פון לעיקוואוד אדער קראונהייטס
און יענער האט געטראפן א פרישע פינקל פרשה אין קרית יואל.
דער פאשקעוויל רופט די דיינים וואלדמאן מיט ראזענפעלד זאלן זיך אריינטאן אין די פרשה
עס קומט צום לאכן.
פארוואס הייסט ער אויך רופן דעם גרויסן גאון וצדיק הרב הקדוש רבי יצחק שווארץ האדמו"ר מבראד
אדער דעם בן השני הרב הצדיק הקדוש רבי ליפא'לע מזענטא?
ווער עס האט א פראבלעם, זאל אנרופן איין מענטש, דעם בעל המכשיר פון קרית יואל שחיטה:
הגאון הגדול ר' משולם פאלאטשעק שליט"א. (וועלכער ווערט נישט דערמאנט).
Subject: Kiryas Joel (קרית יואל) Major שחיטה Scandal
------------------
We Want Moshiach Now!!!
PLEASE FORWARD TO ANYONE ON YOUR LIST SPEAKING YIDDISH
האפענדיג צוצינעמן ביזנעס, ביי די פרעמדע כאטשיג
די מרירות ליבם האט דערגרייכט א זעלטענעשטאפעל אגב, כ'בין יעצט געווען אויפן טעל' מיט מיין חבר אין ער האט ארויפגעלייגט אויפן טעל' א נאנטען פין הגאון רבי משולם, אין ער האט געזאגט אז דאס איז לכאורה א פראבלעם וואס אלע בית השחיטות האבען, אין די בית השחיטה האט דאס אויסגעטראפען פאר 3 חדשים ציריק, אין זייט דעמאלטס זיצט מען שוין אויף איצאליגע מיטינגען עס מתקן צו זיין,
---------- Forwarded message ----------
From:
Date: Wed, Aug 5, 2009 at 12:24 PM
Subject: KJ Shchita - Can we trust him?
To: Talmidai Rabainy <[email protected]>,
Rabainy Shlita never wanted an own Shchita, 1 of the reasons was that we should not have this problem with Hafsed Meriba and then have to "deal" with those chicken that was Paskent Le'Heter - For sure not to give it to the Bnei Kehilah. KJ Shchita was full of Shallos from day 1, many of them that are Treifa even with Hefsed Meriba vd"l.... Many of them were Quietly Shot Down and.... - Why change the Shchita of Gasos? Our Rabonim are asking what is the Benefit of Minaachaas? Especially those which are circled in seconds with machines, Doctors had determent very big Shaalediga change in the Beheimos that are turned over by this machine... and why change something that is good and established by our Gedolai Hador Hakodem? And can you trust anything with those KJ team while aron is their rosh? Don't you remember their 1st year Matzoh Bakery? that KJ Dayen Rav Getzel Shlita didn't even give on it the Hashgocha vd"l... The next year he went to Arizona, he will make it better.....? Can you trust this guy? What else can he do to wake you up?
קאמענטארען זענען איבריג
איך ווינטש ענק נאכמאל המ' ינחם
כ'כהאף אז דער באקאנטער נואף וועט האבען א גיפטיגען ארטיקען אין שמיציגען איד די וואך
ער וועט אינז נישט אנטוישען
איך ווארט שוין קוים אויף א איסור פון ראזענפעלד מאנדעל און שמעון משה וואלדמאן...
מיט די אונטערשריפטן פונעם פעיראלל בית דין.
לאכט א גוטס.
נשלח ב-5/8/2009 20:14
עס וועט זיין זאפטיג ווען דער הרב קראטשינסקי אליין,
וועט אליין ארויסגעבן א בריוו און אפלייקענען אלעס וואס די פאשקעוויל רעדט אין זיין נאמען.
ווייל קיין שום בית השחיטה אין אמעריקע טשעקט נישט קיין צומות הגידין.
קרית יואל איז די איינציגסטע וואס איז יא בודק יעדן טאג צופרי, און לויט דעם באשליסט מען צי מ'דארף בודק זיין די גאנצע שיפמענט.
נאכאמאל, קרית יואל איז די איינציגסטע פלענט אין גאנץ אמעריקע וואס איז בודק ביי די צומות הגידין !
כאפט אריין א וואדקע
נשלח ב-5/8/2009 20:44
סיי אין ניו סקווער שחיטה, סיי ביי ר' מתתי' קאהן אויף פלאשינג קען מען זעהן ווי די משגיחים זענען בודק די צמות הגידים.
אזוי איז געוועהן איינגעפירט בכל הדורות אז ווען די שאלה איז געוועהן א מיעוט המצוי, האט מען דאס געמוזט באקוקן ביי די שחיטה. אזוי אויך די לינגלעך.
ליידער טרייסט מען זיך מיט א צרת רבים אז ביי אנדערע שחיטה פלענטס איז נישט בעסער. אבער דאס איז איינס פון די ירידת הדור. ווייל מיט 30 אדער 40 יאר צוריק זענען געוועהן אסאך היימישע משפחות וואס האבן מקפיד געוועהן אליין צו עפענען און כשר מאכן די עופות.
מיט 47 יאהר צוריק האט מען אין ווילאמסבורג געגאנגען צום מארקעט אויף טעילאר סטריט ביי קענט עוועניו ווי עטליכע סאטמארע שוחטים האבן געשחט'ן. אויך ביי די פלאשינג מארקעט ווי הרה"ח ר' אברהם לעווי ע"ה און נאך היימשע שוחטים יראים ושלמים האבן געשחט'ן.
מיר פלעגן אליין קויפן עופות אסאך יאהרן אין איסט סייד אינטער די ווילאמסבורג בריק ווי דער שו"ב הרה"ח ר' לעמיל לאנדא נ"י (צו לאנגע יאהרן) האט געשחט'ן. ביז מיט 10 יאהר צוריק האבן מיר נאך געקענט קויפן און זיין משתחילת השחיטה עד אחר המילחה אויף נארטה 4 סטריט.
בנוגע די בדיקות שונות קען איך מעיד זיין אז איך האב אליין געזעהן דעם הרב המכשיר ר' משולם פאלאטשעק מערערע מאל אליין שטיין בכבודו ובעצמו מיט'ן ווייסן חאלאט ביי די קייט ווי די עופות הענגען און בודק זיין די לינגלעך פון די אינדיגעס ווייל ס'איז דאמאלט געוועהן א מיעוט המצוי. ער האט גענומען יעדע איינציגע לינגעל אין זיינע פינגער שטייטעלעך איינס ביי איינס און גדריקט מיט די פינגער צו זעהן אויב זיי זענען גלאט. מ'האט זיך נישט פארלאזט אויף די לייכטזיניגע היתר "ביי יעדן גייט דאס אזוי"
אויך אין קרית יואל גופא, איז געוועהן זעהר מהודר'דיג ווען מ'האט געשחט'ן אין קליינעם פארמאט אין די בוטשער סטאר פון שאפינג צענטער און ר' דוד פרידלענדער האט בודק געוועהן די קישקעס און די לינגען און די צמות הגידין.
ליידער די ביזנעס און געלד דארשט האט געמאכט אז די שחיטה מהודרת איז ליידער אסאך שוואכער ווי אמאל.
ס'איז נישט אזוי מהודרת ווי ס'איז געוועהן
נשלח ב-5/8/2009 21:15
יעצט גערעדט און מברר געווען
אין סקווירא איז מען נישט בודק די צומות הגידין.
צבי הירש, ציט זייט מוחל צוריק.
נשלח ב-5/8/2009 21:32
אפדעיט 2:
לעיקוואוד קויפט פון קרית יואל יעדע וואך 70 טויזענט עופות.
70 טויזענט איז פראדוקציע פון 2 טאג.
יעדע וואך מאנטאג און דינסטאג איז דער ר' ארי' קארשינסקי דארט און איז דער משגיח פאר די לעיקוואוד'ער ארדערס.
מ'איז ביז היינט בודק נאר די גרויסע עופות, און ביי די קליינע איז עס נישט שכיח.
יעצט האט ר' ארי' קארשינסקי אנגעהויבן באמערקן אז אויך ביי די קליינע טשיקנס מאכט זיך דער פראבלעם און מ'דארף דאס אויך בודק זיין.
עס ווענדעט זיך וועלכע טאג און פון וועלכע שיפמענט די עופות קומען.
עס איז דא טעג וואס די עופות זענען גוט, און ס'איז טעג וואס די שימפמענט טויג נישט און מ'דארף דארט יא בודק זיין.
איבריג צו זאגן אז נישט אין מאנטרעאל, נישט אין מיעל מארט, נישט ביי וויילאנד און נישט ביי עמפייער, רובאשקין צי אינטערנעשאנעל צי דזשי ענד דזשי איז מען בודק.
דא האט איר א לינק צי קול התאחדותינו שלחן מלכים פרשת במדבר תשס"ט אויף זייט 25 אין א שמוס פין הגאון הגדול בעל קני בשם זצ"ל מיט יבלט"א רבינו שליט"א ווי מען רעדט וועגן די בדיקות
צבי הירש, ס'איז גוט צו הערן אז מיר האבן אן אינסיידער, איינער פון אינווייניג וואס ווייסט פונקט וואס גייט דארט פאר. און נישט נאר אין קרית יואל, נאר קוקט אויס אז איר האט שוין שטודירט אלע אנדערע נאך פון 40 יאר צוריק און איר האלט עס ב"ה אן ביזן היינטיגען טאג. כה לחי.
פון זיין אימעיל אדרעעס ביז א תלמידי רבינו מעסעדזש איז בלויז א בעבי טריט און פון דארט ביז א איסור פון די לישקע אויף קיעפ סט. (ווי עס וואוינט די טאכטער פון יודל שלעזינגער) איז בלויז א קאצן שפרינג.
זאגט מיר א חבר מיינער אז קוקענדיג דעם אימעיל האט ער זיך זייער דערשראקן טראכטענדיג ווער ווייסט וואס עס האט שוין ווידער פאסירט ביי כלל ישראל, ווער ווייסט אין וואספארא צרה מיר זענען שוין ווידער אריין.
אומר ועושה, ער כאפט א טרייבל און רופט אן דעם דיין רב וואלדמאן אנצופרעגן על מה למה, וואס פונקט איז דא פארגעקומען, וויזוי געשעהט אזעלעכע זאכן? פארוואס גיבט מען נישט אכטונג? און וואס זענען די פלענער אויף ווייטער.
רב מאנדל וואס האט נארואס גענדיגט מיט א גיורת פראצעדור האט אום גענטפערט דאס זעלביגער, אז ער האט נאך דעם בית השחיטה אין זיין לעבן נישט געזעהן און נישט אריינגעטרעטן אהין.
אז נישט רב מאנדל פראבירט מען דעם דריטן אויף צעטיל. ה"ה רב ראזענפעלד, דער נארוואס געווארענער דיין אין ביהמ"ד ויואל משה. רב ראזענפעלד זאגט אז ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אום, ער גייט אין בוטשער און אלעס פיין און שיין געפאקט, ער זעהט נישט קיין פראבלעם. איבער דעם בית השחיטה זעלבסט קען ער נישט ענטפערען וויבאלד ער איז נאך קיינמאל נישט דארט געווען.
צו רופן רב בערקאוויטש - קרית יואלער דיין שליט"א אדער רב משולם פאלאטשעק האט דאך נישט קיין פשט, זינט זיי ווייסן אלעס, אבער זענען מעגליך נוגע בדבר... איז געבליבן אז ככל אשר יוריך וואלדמאן, מאנדל און ראזענפעלד וועט מען זיך האלטן דערצו שטרענג.
מ'ווארט נאר יעצט אויף אן הסכמה פון די הויעכגעשעצטע חברי הבד"ץ ירום הודם זעלבסט.
נשלח ב-5/8/2009 22:11
בין איך דער איינציגער מיט א פאר אויגן? איר זעט נישט דעם נאמען און טעלעפאן נאמבער פון ר' געציל אויפן צעטל? ריקט ארויף דעם סקרין, און קוקט!
איך האב אנגערופן יעצט ר' געציל, און ער האט זיך ארויסגעדרייט פון געבן א קלארער ענטפער.
נשלח ב-5/8/2009 22:37
אביסל נאר צו זעהן וואס עס מיינט אז אונזער בית השחיטה אין קרית יואל איז "אסאך מער" מהודר פון אלע אנדערע איז מיר אינטערסאנט צו דערציילן א מעשה וואס איך האב געהאט.
ווען איך בין געפארן מיט רבינו שליט"א קיין בני ברק צום חתונה פון בת הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א בין איך מיט נאך עטליכע אינגעלייט געגאנגען קיין ירושלים באזוכן דעם בית השחיטה פון די עדה החרדית און אביסל ארומגעקוקט דארט ווי עס גייט צו דאס שחט'ן וכדו'.
אגב, אנקומענדיג דארט איז פונקט דארט געווען הרב מאיר בראנסדורפער ז"ל וועלעכער האט אנגעפירט מיט דעם שעכט הויז, ער האט אונז אויפגענומען און ארימגעפירט אונזער קבוצה פון אינגעלייט און אנגעוויזן וויאזוי אלעס גייט צו.
האב איך דארט געטראפן א אינגערמאן (מחסידי תולדות אהרן) און געכאפט א שטיקל שמועס מיט אום, זיין ארבייט דארט איז באקוקן די צומת הגידין.
אויף זיין פראגע ווי איך וואין האב איך אום געזאגט אז איך וואוין אין קרית יואל. זאגט ער מיר, אה, קרית יואל? קרית יואל איז דער איינציגסטער בית השחיטה אין דער אידישער וועלט – חוץ די עדה החרדית – וואס זענען בודק די צומת הגידין.
לויט ווי יענער האט מיר געזאגט טוט דאס די עדה החרדית וויבאלד אין ארץ ישראל איז שטארק שכיח פראבלעמען דארט און ס'איז א ריבו המצוי ברויכן זיי דאס איבערקוקן. אבער אין אמעריקע און ניו יארק – זאגט מיר דער אינגערמאן - איז דאס א מועט המצוי און עס פעלט נישט אויס די בדוקה, אום כל זה – זאגט ער מיר – איז קרית יואל דאס איינציגסטע פלענט ווי איינער איז בודק יעדן אינדערפרי דעם ערשטן שיפמענט צו זעהן וויאזוי דער היינטיגער טאג פון עופות קוקט אויס.
זעהנדיג די רעדע דא האב איך זיך פונקט דערמאנט פון יענער שמועס, און עס איז מיר אינטערסאנט צו זעהן ווי מ'רעדט דא ווי איינער איז אויפגעקומען מיט דעם פראבלעם בעת דער קרית יואל'ער בית השחיטה איז דער איינציגסטער וואס גיבט זיך אפ מיט דעם פראבלעם, בלויז אלץ גרעסערער חומרה.
נשלח ב-5/8/2009 23:11
BP11219 דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט אפאר אויגן, ביסט דער איינציגסטער מיט פיר פיס. וואס פשט פון אזא תגובה? און פארוואס האסטו געקאלט ר' געצל און נישט ר' שמעון משה?