|
|
| נשלח ב-6/8/2009 02:07 |
|
| |
כ'האב נישט געוואלט ביז יעצט רעאגירן, ביז ווען איך האב הונדערט פראצענטיגע אינפארמאציע. יעצט האב איך אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט עמיצן וואס איז גוט באהאוונט אין אלע עניני שחיטה, און גייט אליין אפט ארויף באזוכן דארט מיטצוהאלטן פונדערנאנט וואס טוט זיך, און איך וויל איבערגעבן פארן ברייטן ציבור זיין אינפארמאציע.
פאר איך גיי צו די פאקטן וויל איך קודם קלארשטעלן די טרוקענע פאקטן בקיצור:
ס'איז נישטא ב"ה קיין שום פראבלעם מיט די טשיקענס פון בית השחיטה!
"נישט" אז ס'איז א פראבלעם וואס איז דא איבעראל. "נישט" אז ס'איז דא געווען אפילו איינמאל א מיעוט המצוי וואס מ'דארף עפ"י הלכה בודק זיין. און מיט דעם אלעם איז קרית יואל די ערשטע בית השחיטה וואו מ'האט "יא" אנגעהויבן בודק זיין פארן פראבלעם פון צומת הגידין!
און יעצט צו די פאקטן:
(המשך:)
תוקן על ידי געגאנגען ב- 06/08/2009 2:32:44
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 02:23 |
|
| |
#2
אלזא, די פאקטן זענען אזוי:
עפ"י הלכה דארף מען בודק זיין נאר א ספק טריפה וואס איז א מיעוט המצוי. א מיעוט שאינו מצוי דארף מען נישט - און לויט טייל פוסקים טאר מען נישט - בודק זיין. ס'איז א גרויסע מחלוקה וויפיל הייסט א מיעוט המצוי, די אנגענומענע מיינונג איז אז צען פראצענט, אדער איינס פון צען, הייסט א מיעוט המצוי. דאס איז געבויט אויף א באקאנטע תשובה אין משכנות יעקב.
דער פראבלעם פון "צומת הגידין" איז אלעמאל געווען אנגענומען אז ס'איז א מיעוט שאינו מצוי און מ'דארף נישט בודק זיין, סיי אינדערהיים, ווי אויך דא אין אמעריקע. אין אר"י האט הגאון האדיר ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל מיט יארן צוריק באשלאסן אז ס'איז יא א מיעוט המצוי און מ'זאל עס יא בודק זיין, אבער דא אין אמעריקע האט מען ווייטער אנגענומען אז ס'איז א מיעוט שאינו מצוי (דער מציאות אין דעם ענין איז אנדערש אין יעדן פלאץ).
אין מהודר'דיגן בית השחיטה אין קרית יואל האט מען אויך פון די ערשטע מינוט אנגענומען דעם פאקט אז ס'איז א מיעוט שאינו מצוי, און במילא נישט בודק געווען דערפאר. ווען באיאן האט אנגעהויבן צו קומען אהין שחט'ן האט איינער פון זייערע מוצי"ם, הרה"ג ר' יצחק ביסטריצקי, באשלאסן אז ער וויל יא בודק זיין די צומת הגידין. נאך בערך א האלב יאר וואס ער האט בודק געווען און גארנישט געטראפן האט ער אויפגעהערט בודק צו זיין.
ס'איז דא פיר סימנים וויאזוי מ'קען דערקענען אויב די צומת הגידין איז געווען צוריסן בעפאר מ'שניידט עס אויף:
1) אויב די פולקע איז קרום אויף ארויף (אזויווי א נייע לבנה). 2) אויב ס'איז קרום אויף אריין. 3) אויב ס'האט א אראנזשליכע קאליר. 4) אויב מ'פילט אז די פלייש איז אפגעטיילט פונעם ביין (אזויווי א צובראכענע פינגער שפירט זיך).
אין פאל מ'טרעפט איינס פון די פיר סימנים דאן שניידט מען אויף די פולקע, און א בודק מומחה קען באלד זען אויב דער שניט אין די גידין קומט פונעם מעסער, אדער ס'איז שוין געווען צוריסן פון פריער, וואס דאן איז דער טשיקען טריפה.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 02:36 |
|
| |
#3
מיט אפאר חדשים צוריק, נאך וואס רובאשקין האט זיך ליידער צוגעשפארט, האט
איינער פון זייערע לאנגיאריגע משגיחים, הרה"ג ר' ארי' קארשינסקי, א
רוסישער תלמיד חכם וואס איז א שטארקער בקי אין הל' בדיקה, בפרט אין צומת
הגידין, אנגעהויבן געבן די השגחה פאר די לעיקוואודער שחיטה אין קר"י. ער
פלעגט כסדר בודק זיין א געוויסע צאל פון די טשיקענס יעדע אנהויב שיפמענט,
און אויב מ'האט געזען אז דער שיפמענט איז ריין האט מען נישט בודק געווען
די איבריגע.
ארום פינף וואכן צוריק האט ער געטראפן אז ס'איז שטארק פארמערט געווארן די צאל פון טריפה'נע צומת הגידין ביי די טשיקענס - אפילו דאן איז עס אויך נישט געווען קיין מיעוט המצוי, מיין ידיד איז אנוועזנד געווען ביי איינע פון די פעלער ווען מ'האט געטראפן די "פילע" טריפה'נע עופות, און ס'איז געווען ארום ניינציג פון זעקס טויזנט! ווייניגער ווי אנדערטהאלבן פראצענט - און ער האט אנגעהויבן אלארמירן אז דער מצב איז ערגער געווארן.
ווי נאר כ"ק רבינו שליט"א, און דער בעל מכשיר הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט"א, זענען געוואויר געווארן פונעם פראבלעם, האבן זיי באלד באפוילן אז מ'זאל בודק זיין דעם אנהייב פון יעדן שיפמענט, ווי די הלכה אין אזוינע פעלער. זעלבסטפארשטענדליך אז דער בית השחיטה האט באלד אזוי געטון, און די לעצטע פאר וואכן איז מען בודק דעם אנהייב פון יעדן שיפמענט אין בית השחיטה.
אגב, האט מען אין בית השחיטה פון סקווירא - וואו מ'נעמט אויך די טשיקענס פון זעלבן פארעם וואו קרית יואל נעמט שוין יארן לאנג - אנגעהויבן די וואך בודק צו זיין, און זיי האבן אויך נאר געטראפן קנאפע פינף פראצענט טריפה, ווייט נישט קיין מיעוט המצוי, כאטש ס'איז ווירקליך פיל מער ווי נארמאל.
דער בית השחיטה פון קרית יואל האט זיך פארבינדן מיט א גרויסן וועטערינאר ער זאל דערגיין וואס דא האט פאסירט. ער האט אונטערזוכט די טשיקענס אינעם פארעם און קלערט אז ס'קומט פון א באקטעריע וואס האט זיך אריינגעכאפט אין זייער עסן. מ'האט יעצט געטוישט זייער עסן, און ביז א צוויי וואכן וועט מען האפנטליך וויסן בעסער וואס דער פראבלעם איז (ווער ס'איז באקאנט ווייסט אז געווענליכע עופות זענען אלט פון זעקס ביז אכט וואכן ווען מ'שחט זיי, און במילא דארף מען נאך איבערווארטן ביז מ'וועט קענען וויסן פונקטליך. דערווייל האלט מען געהעריג אן די בדיקה יעדע אנהויב שיפמענט כהוראת כ"ק רבינו שליט"א).
ס'זענען אויך דא שפעקולאציעס אז ס'האט שייכות מיט די סוויין פלו.
איך שיהי', ס'איז קלאר אז די גאנצע שערוריה, וואס איז אנטשטאנען אין זעלבן טאג וואס ס'איז באקאנט געווארן אז רבינו שליט"א איז אין טעקסאס, קומט מיטן בלויזן ציל פון פארזיכערן אז אידן זאלן זיך אפהאלטן פון קויפן די מהודר'דיגסטע פלייש וואס איז דא צו באקומען אין אמעריקע. ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ, ויאכלו ענוים וישבעו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 09:14 |
|
| |
איך האב באקומען צוגעשיקט דעם PDF פייל, מיט עטליכע וויכטיגע הוספות אויף דעם וואס איך האב געשריבן - בעיקר דער פאקט אז היינט איז מען שוין בודק אין בית השחיטה יעדן איינציגן טשיקען.
אויך האב איך גערעדט נאכאמאל מיט מיין פריערדערמאנטן ידיד, און ער האט מיר מעורר געווען אז כ'דארף ארויסברענגען אז זינט מ'איז געוואויר געווארן פונעם פראבלעם, וואס מ'האט געטראפן צום ערשט אין בית השחיטה אין קרית יואל טאקע וויבאלד דארט איז פאראן אזא ווארימקייט און התעוררות צו כשרות, האט דער בית השחיטה איינגעלאדנט הרב קארשינסקי צו קומען נאך א טאג אויסער ווען ער געט די השגחה, ספעציעל כדי אויסצולערנען אונזערע בודקים צו זיין בקי מיט די פונקטליכע פרטים פון בדיקת צומת הגידין!
בדרך אגב האט ער מיר דערציילט אז ער האט גערעדט פאריגע וואך (שוין לאנג נאך וואס די א.ג. 'שערוריא' האט 'אויסגעבראכן') מיט הרב קארשינסקי שליט"א, און יענער האט אים דערציילט מיט געוואלדיגער התפעלות אז ער איז א שטיק צייט צוריק אריין צו כ"ק רבינו שליט"א מיט פארשידענע הערות וויאזוי מ'קען נאכמער פארבעסערן דער כשרות פונעם בית השחיטה.
ער האט זיך גערישט אז דער רבי וועט אים שיין אויפנעמען און אויסהערן. צו זיין וואונדער און שטוינונג זעט ער ווי דער רבן של ישראל שטעלט אים אפ, הייבט זיך אויף פון פלאץ, נעמט א פעדער מיט פאפיר, און הייבט אן אויפשרייבן פונקטליך יעדע הצעה וואס ער שלאגט פאר!
קאמענטארן זענען איבריג.
[איך לייג ארויף א לינק צו יוסענדאיט. ווער עס קען זאל ביטע ארויפלייגן דא געהעריג די PDF. יישר כח]
עלילת צומת הגידין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 17:29 |
|
| |
אלף תודות אהערצולינקען די אויבענדערמאנטע.
ועיין מה שכתבתי תחת הכותרות "זאליס ווארפען פלאקען אויפן רבז"ל".
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 17:57 |
|
| |
שרעקליך!!! סקאנדאל אין לעיקוואד!
לויט ווי עס ווערט אויפגעדעקט אין די זאלי פורם, גייט די געשעפט אין לעיקוואד ווייטער פיטערען זייערע קאסטומערס מיט די טריפה ק"י טשיקען לכה"פ ביז סעפטעמבער! טראץ דעם שוין היינט באוואוסטען שרעקליכען אויפדעקונג אז ק"י איז אלעמאל מיום היוסדה געווען טריפה רח"ל הכונו למערכה!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 19:33 |
|
| |
ווען די זאליס אויפן אינטערנעט כאפן זיך ארויף אויף א סקאנדאל אויף די קרית יואלע שחיטה מיינט עס אז זיי זענען נעבעך דעפרעסט ל''ע, אבער ווען דער בלאט איז איינגעשפאנט א לאנגע צייט וועכענטליך אראפצורייסן די סאטמאר פלייש געשעפט מיטן שרייענדן קעפל פון כל חלב וכל דם לא תאכלו וואס מיינט דאס דעמאלס?? נישט דעפרעשאן??
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 19:48 |
|
| |
העלד, ביסט פארפארן פון די נושא, רעדט צום זאך.
וואס גייט יעצט זיין מיט דעם שרעקליכען סקאנדאל??!! מיינסטו אז דאס יהדות החרדית וועט טוען ווי די "תלמידי רבינו" מעסעדזש האט פארלאנגט נעכטן, אדער מ'וועט ווייטער טראסטן דעם "אהרנען" ??? מ'קען דאס דאך נישט לאזן ממש אזוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 20:05 |
|
| |
יש''כ געגאנגען
כ'האב יעצט גערעדט מיט א שוחט א יר''ש, אין ער האט מיר מסביר געווען בערך די זעלבע זאך וואס כ'האב יעצט דא געליינט.
יסכר פי דוברי שקר
דאס איז אמאל זיכער אז די הצלחה פינעם בית השחיטה המהודרת וועט אויף קיין האר נישט ווערן פארמינערט,
וואס וועט יא געשעהן, די זאלי'ס אימעיזש ווערט שמיציגער אין נערישער,
גייטס ווייטער אן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 20:13 |
|
| |
לעבעדיגער איך האלט אז די שרייבערלעך דא אויף פארק און די נעכטיגע תלמידי רבינו מעסעזש, וועלן אופטוען אקוראט ווי דער הויעכגעשעצטע בלאט שרייבערס וואס האבן געשימפט מיט ווייטאג א לאנגע תקופה וועכענטליך אויף די סאטמארע בוטשער געשעפט.....
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 20:36 |
|
| |
די געשעפט אין לעיקוואד הייסט NPGS זיי פארקויפען פלייש פון פארשידענע קאמפעניס. זיי פארקויפען אויך פלייש פון ק"י וואס זיי טוען אליין ריפעקען ביי זיי אין געשעפט אונטער זייער אייגענעם לעיבעל "מיוחד" א שטיק צייט צוריק פלעגען זיי פארקויפען פלייש פון עמפייער אונטער זייער אייגענעם לעיבעל פון "חבורה" דעם לעיבעל "חבורה" האט מען אלעמאל נאר געניצט פאר פלייש פון "עמפייער", דעם לעיבעל "מיוחד" האט מען אלעמאל נאר געניצט פאר פלייש פון "ק"י"
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 21:14 |
|
| |
אינעם זאלי פורם שרייבט איינער נעכטען "ביינאכט" אז ער האט "יעצט" גערעדט צו א "משגיח כשרות" דער משגיח האט אים געזאגט ער ווייסט פון "גארנישט" (אינטערסאנט די שרעקליכע כמו פינקעל סקאנדאל איז שוין ארויסגערינען יענעם אינדערפרי און א כשרות משגיח וואס וואלט געדארפט זיין פון די ערשטע צוהערען פון אזא טריפה סקאנדאל האט ביינאכט נאכנישט גארנישט געהאט געהערט). דער משגיח האט אים געזאגט אז ער האט "לעצטענס" (נישט יענעם טאג נאר לעצטענס נאך פאר דעם סקאנדאל...) געהערט "חבורה" גייט שעכטען "סעפטעמבער" ביי "עמפייער" דער זאלי לייגט צו אז ער "ווייסט נישט" אויב עס האט שייכות, אבער ער בויט שוין א גאנצע בנין דערויף אז א פרומע "שחיטה" גייט זוכען בעסערס.
יעצט ווייסט ער שוין אז "טאקע" וועגען דעם גייט "חבורה" גיין צו עמפייער. דא רעדט מען נישט פון א "שחיטה" דא רעדט מען פון א "סופערמארקעט" וואס האט אויך פלייש מיט א אייגענעם "לעיבעל", די "חבורה" לעיבעל האבען זיי קיינמאל נישט געניצט פאר פלייש געשאכטען אין ק"י. קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אן "אלגעמיינע" (נישט פאר א געוויסע פארם) חזקה העלפט נישט ווען מ'נעמט פון מער ווי איין פלאץ???
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 21:39 |
|
| |
הבהרה: איך האב נישט גערעדט מיט ק"י אדער עמפייער שחיטה און אויך נישט מיט דעם לעיקוואד געשעפט וועגן זייער "ביזנעס" דעסישאנס,
איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אז אין סעפטעמבער גייען זיי ווייטער ניטצען די "חבורה" לעיבעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 21:43 |
|
| |
יעצט קאנפירמד מיט מיין חבר
ער האט גערופן הגאון קרית יואל'ע דיין אז ער האט געזעהן עפעס א צעטיל וועגן די צומות הגידים אין בית השחיטה אין דער דיין האט אים גענטפרט בערך בזה''ל: ס'איז נערישקייטן איר קענט עס אוועקווארפן.
איז ער גאגאנגען אין גערופן אין גערופן ר' י' מאנדעל אין געזאגט אז זיין נאמען שטייט אויף א צעטיל אין ער וויל וויסען וואס דאס איז, אין מאנדעל האט אנגעהויבן שרייען ס'שקר ס'שקר.
ווער עס גלייבט מיר נישט זאל אליינס רופן.
אגב, זאגט ער מיר אז זיי האבען דירעקט געלייגט פין קרית יואל'ע דיין א פאלטשע טעל נומ'......
זאלי'ס! כ'קען קוים ווארטן אויף ענקער סקאנדאל אקעגן טעקסאס,
איינער ווייסט אויב ס'דא {אין אויב יא וויפיל} ארטיקלען אין דער איד וועגן דעם, (די סקאנדאל איז הערשט ''ארויסגערינען'' מיטוואך קען זיין אז דער משכיל אדער דער נואף איז נאכנישט אנגעקומען דערצו)
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2009 21:53 |
|
| |
דער זאלי בעט דארט פראוו אז די זאליס האבען ארויס געלייגט און נישט לעיקוואד. די גרעסטע פראוו איז אז די אליינס ביסט מודה אז לעקוואד נעמט ווייטער פון ק"י עכ"פ ביז סעפטעמבער. נאך א פראוו אז אויפען צעטיל איז געשטאנען די נעמען פון די זאלי דיינים וואס לעיקוואד ווייסט ניטאמאל אז זיי עקזיסטירען...
|
|
|
|
|