בית פורומים כל העולם כולו

דעפרעסטע זאליס פון טעקסאס אדער טריפה פלייש אין קרית יואל???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/8/2009 03:59 לינק ישיר 

צו עסן כשר פלייש איז א מצוה!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2009 04:06 לינק ישיר 

בערל550 כתב:
צו עסן כשר פלייש איז א מצוה!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!


אין צי זאגען אז סאיז נאר דא א הכשר ממליחה ואלך...ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/8/2009 09:15 לינק ישיר 

(תימענער:)

אין די ''זאלי'' פורום שרייבט איינער א גרויסע אויפדעקונג מכלומרשט


אויפדעקונג: שוחט פון בני ברק באשטעטיגט סקאנדאל


יא.

דער לאנג-יעריגער סאטמארער בני ברק'ער שוחט, הרה"ח ר' שניאור זלמן טאבאק שליט"א דער ראש השוחטים פון שחיטת הגרמי"ל לאנדא, באשטעטיגט די סקאנדאל וואס טוט זיך איצט אפ מיט די פלייש און קרית יואל, שוין מיט דריי יאר צוריק.

וגופא דעובדא הכא הוה, ר' שניאור זלמן איז געקומען צו פארן צו ר' אהרן אויפ'ן ערשטן יו"ט שבועות אלס רבי, שנת תשס"ו, און זייענדיג א גרויסער שוחט, איז ער געגאנגען קוקן און באזוכן דעם בית השחיטה "המהודרת" פון קרית יואל.

א טאג שפעטער האט ער זיך געזעגנט מיט א קוויטל ביי ר' אהרן, און האט זיך אפגערעדט פאר ר' אהרן אז עס איז נישטא קיין משגיח ביי די שחיטה וואס קוקט איבער די צומת הגידין, האט עם ר' אהרן גענטפערט כהאי לישנא:
"אז מאיר הירש זאגט אז מ'דארף נישט קיין משגיח, דארף מען נישט".

דער ר' שניאור זלמן טאבאק איז גאר א תמימות'דיגער איד, אן ערליכער, א גרויסער ירא שמים, און איז געווארן זייער שטארק צוטרייסלט פון דעם ענטפער.

אהייקומענדיג און א"י איז ער געווען זייער צובראכן פון די שחיטה פירערשאפט אין קרית יואל, א פאר טעג דערויף איז ער געגאנגען מנחם אבל זיין די צווי "גרינפעלד" פון בארא פארק ר' נפתלי און ר' יעקב וועלכע זענען געזעצן "שבעה" און בני ברק בפטירת אמם.

דארט איז געזעצן א גרויסער אהרוני ר' גרשון כף פון די שחיטה משגיחים ביי הגרמי"ל לאנדא, און אויפן טיש האט מען גערעדט פון די בית השחיטה פון קרית יואל, און ר' שניאור זלמן האט געזאגט אז ער האט גרויסע טענות אויף די שחיטה, אז עס איז נישטא קיין משגיח, ווי אויבערדערמאנט.

אויפצומארגאנס האט עם ר' גרשון כף דער אהרוני באפאלן, היתכן די ביסט מוציא לעז אויף די שחיטה "המהודרת", און זאגסט עס נאך און פראנט פון די צווי גרינפעלד ברידער, וועלכע זענען שונאים פון רבי'ן.

ווען ר' אהרן איז געקומען דעם ווינטער קיין בני ברק צו אנטיילנעמען ביי די חתונה פון בן ר' חיים הערש מייזליש, איז ער געגאנגען שבת צופרי אויף קידוש נאכן דאווענען ביי ר' שניאור זלמן און שטוב, פאר צווי סיבות, איינס פון די סיבות איז, אז עס האט געדארפט הייסן א "פיוס" אויף דעם זלזול ענטפער איבער די שחיטה

עד כאן המעשה.


אויף דעם איז געזאגט געווארן (ר''ה כ''ב:) כל מילתא דעבידא לאגלויי לא משקרי בה אינשי אבער אז מען איז נישט קיין בגדר אינשי איז מען יוא משקר ווייל נאכ'ן בירור און מען האט געפרעגט דעם שוחט אליין ר' שניאור זלמן נ''י צו ער האט גערעדט מיט'ן רבי'ן איבער צומת הגידין האט ער געזאגט א גרויס'ן לא מיט א א' רבתי בכלל זאגט ער איך פארשטיי נישט אין צומת הגידין און איך טו נישט דערין , די געבאקענע מעשה שטאמט פון זיין איידעם י. ב. וואס ער איז א באוואסטער בעל דמיון וואס יעדע ערשטע ווארט איז חוטא לאמת ווער האט אין זיין לעבן נאנישט ארויס גערעדט א גראד ווארט אויף אים זאגט דער פס'  (משלי י' א') ובן כסיל תוגת אמו

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 09/08/2009 9:14:45

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2009 01:11 לינק ישיר 
בור כרה ויחפרהו

(שטייענדיג געציילטע טאג נאכ'ן דורכגעפאלענע פאלטשע סקאנדאל האט איך דאס באקומען פין א באקאנטן מיט א בקשה עס ארויפצילייגען)

ביטע לייג ארויף דעם ארטיקען אויף כל העולם:

אין נאמען פין אלע אנ''ש וויל איך באדאנקען פין טיפען הארצען אינזער דעביטערטע ברידער פין די זאלי פארטיי, פאר'ן ארויפשמירן (מתוך קנאה תאווה וכבוד) אזא לעכערליכע סקאנדאל אויף אינזער וועלט בארימטע בית השחוטה המהודרת אין קרית יואל, בנשיאתו הרמה כ''ק רבינו שליט''א ואת עמו הגאון הגדול דומ''ץ ק''י והג' אבדק''ק מגד יהודה שליט''א,

ב''ה דער נער'ישע סקאנדאל האט בעקפייערט מיט א לענדסלייט, אויף ביידע פראנטען,

סיי, ס'האט נאך מער דערהויבן די כתר שם טוב פינעם בית השחיטה המהודרת, ווען יעדער האט זיך (צווישען אנדערע הידורים) איבערצייגט,  אז  קרית יואל איז די ''איינציגסטע'' בית השחיטה  אין אמעריקע וואס מ'האט ביז היינט בודק געווען די צומת הגידין (למעט: סקווירא אין קאהן'ס וואס צייגען זיך אויך אויס אין כשרות אין הידורים), אין נאר די מדקדקים בכשרות וואס זענען מקפיד צו עסן נאר פין דעם שחיטה המהודרת זענען ניצל געווארען פין דעם פראבלעם, (אפי' להלכה קען זיין איז עס א מיעוט שאינו מצוי), די 2 אויבערדערמאנטע דיינים שליט''א ווערן די לעצטע פאר טאג באלגערט פין די גרעסטע רבנים אין בעלי מכשירים וואס בעטן זיי אויסצולערנען וויאזוי מען איז  בודק די גידין אין דער מציאות הדברים וכו'(כ'קען נישט דא אויסרעכנן ווער, ווייל כ'וויל קיינעם נישט וויי טוען אין כ'וויל נישט צונעמן קיין ביזנעס, זיי האבען לכאורה אין דין פין א שוגג, כ'האב אבער עטליכע נעמען פין א 100% קראנטע מקור, אין איר וואלט אלע געשפרינגן ווען איר וואלט געהערט די נעמען), דער בעל מכשיר פין חבורה אין לעיקוואד האט פאר יעדן מסביר געווען די לעכערליכקייט פין דעם שקר בשמו, אין אויסגערעכנט די ברייט בארימטע חמרות אין הידורים וואס דער בית השחיטה פארמאגט, אין ווערט וועכענטליך ציגעלייגט.

סיי, מ'האט זיך איבערצייגט די הפקרות וואס הערשט אין די ג'גזלט'ע בוטשער, וואס די גאנצע השגחה איז דורך דעם מענעזשער וואס איז נאכנישט דארט א גאנצע יאר, נאכדעם וואס מ'האט ארויסגעווארפן דעם לאנג יעריגען מענזשער וואס האט אריינגעלייגט שווערע כוחות אויפצוארבייטן דעם בוטשער פאר'ן חטא פין נישט גיין אין שפאן, (וואס אגב די מפוקפוק'דיגע הכשר איז שוין מ'מליחה ואילך אויך נישט, נאכדעם וואס זיי האבען לעצטנס אפגעזאגט זייער משגיח ביי די מליחה אין ווינלאנד {הרה''ח ר' ישראל מאיר פרידמאן הי''ו} אין מ'האט אים ערזעצט דורך א פרעמדער שוחט, וואס וויבאלד רוב טאג איז דער שוחט פארנומען מיט די שחיטה, קען ער נאר זעהן די מליחה אפאר מיניט אין די איבריגע שעות זאלצען דארט גוים {ר' ישראל מאיר פלעגט דארט שטיין די גאנצע צייט אלץ משגיח תמידי} די תירוץ.... ביים אפזגען איז געווען ווייל קרית יואל פלעגט אמאל (פאר מ'האט געפענט די שחיטה המהודרת) צאלען א חלק פאר די השגחה, אין וויבלאד די ב''פ בוטשער צאלט אויך מער נישט (ווייל לויטן פארלאנג פין די רבני המכשירים הדומ''ץ קיט''ל ב''פ והג' ר' אפרים שמעון לייכטאג, נעמט מען אלע פלייש נאר פין ק''י) קענען זיי זיך מער נישט אפארדען די הכשר ביי די מליחה (כ'האב געמיינט אז ס'דא א נייע ב''פ בוטשער)) אין אין סטאר אליין ווייסט יעדער וואס פאר א השגחה דארט איז דא..... (כ'רעדט נישט פין דעם וואס מ'האט אויפגעהערט צו ניצן שטיין זאלץ טראץ א קלארע הוראה פין רביה''ק ז''ל אין מ'האט נישט מודיע געווען פאר'ן א''ג בעל מכשיר אין פאר די קאסטומער'ס)

צום ענין: לויט ווי ס'קוקט אויס איז דאס א וויירוס וואס די טשיקענס ליידען לעצטענס דערפון אין מ'ארבעט שוין א שטיק צייט דערויף (ס'אז איז כדי צו באמערקן דאס וואס איז שוין באקאנט אז ווי נאר מ'האט באמערקט דעם פראבלעם האט מען מודיע געווען ע''פ בקשתו פינעם דיין שליט''א פאר די אנדערע בית השחיטה'ס (נאכמאל: הגם להלכה קען אז עס נאר א מיעוט שאינו מצוי))

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבען וועגן ביידע חלקים, אויב מיין צייט וועט דאס ערלויבן

ברוך הוא אלוקינו שבראנו ''לכבודו'' ''והבדלנו'' מן התועים, ונתן לנו תורת ''אמת'' וכו'

ע''כ דבריו

בלייב איך נאר איבער מיט א בקשה פאר די זאלי'ס, טרעפט ווי שנעלער א סקאנדאל אויף טעקסאס (איך שטעל ענק אויף די חזקה, ס'וועט נישט לאנג נעמען)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 02:31 לינק ישיר 

וואס האלט איר וואלט די רבי געדארפט טון ווען ער איז געוואויר געווארען פון די פראבלעם?
וואס האלט איר וואלט וואלט א צווייטער געטון?
וואס האט די רבי למעשה געטון?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 05:36 לינק ישיר 

ארגינעלער כתב:
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א עסט שוין נישט קיין בהמה פלייש 30 יאר
איך בין אמאל געווען אין ניו העמפשיר (ווען ער איז נאך נישט געווען רבי, און אויך נאך נישט זייער א גרויסע רב) האט מיר דאן דער קעכער געזאגט (חיים בלייך) אז איין זאך וואס ער מיז זיך צושטעלן צו ר' אהרן מער פון יעדן איז, אז ער עסט נאר בשר עוף.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/8/2009 18:27 לינק ישיר 

פין די זאלי'ס פארום: (פארמעגליך היימישע געבעקסן)

זינטאג גייט פארקומען א גרויסע אסיפה אין לעקוואד ווי די רבנים וועלן ארויסגעבן מער פרטים וועגן דעם פראבלעם און וועגן כשר'ן די כלים.

דערווייל האבן זיי שוין געמאלדן אז זיי נעמען מער נישט קיין פלייש ביי די ארוינים


זייער פארביסענקייט אין דערביטערקייט, פירט זיי אין גרינט, אין נאכדעם וואס איבעראל האט מען זיך שוין איבערצייגט די לעכערליכקייט פינעם בולבול אין דאס וכל הפוסל ''במומו פוסל'', גייען זיי נאך נעבעך אן מיט די העץ, פארמעגליך אין זיין סטעף זענען איינגעשפאנט אין די ארבעט, קיין שום פאקט איז דארט נישט דא קיין פראבלעם מכחיש צו זיין, אפי' די גרעסטע רבנים וועלכע האבען דארט באזיכט וועלן עס אפלייקענען, וועלן זיי שנעל ברענגן פרישע געבעקסן, נעבעך!

הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם......... אבער נישט סתם!

תוקן על ידי rebyankel ב- 10/08/2009 18:33:15




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2009 19:23 לינק ישיר 

היפאקריט'ן ! אפי' א ליגנט דארף מען אויסטרעפן עס זאל זיין מיט א טעם און לשיטתכם וואס גייען טוהן די רבנים מען וועט נעמען פלייש פון א אנדערע בית השחיטה וואס מען איז בכלל נישט בודק די צומת הגידין אתמהה טיפשים הרוצה לשקר ירחיק עדותו .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 22:25 לינק ישיר 


באקומען אין אישי פין Alefbeis

ביטע זיי מפרסם מיין הודעה!

לאמיר עס צולייגן פונקטליך

וואס איז צומות הגידין?
א יעדע בעל חי האט שטארקע מוקסלען ביים פוס אויף וואס דער בעל חי שטייט, א בהמה פארמאגט 4 אזענע אדערן און א טשיקן פארמאגט 16. און עס שטייט און שו"ע אז אויב ס'פעלט איינס אדער ס'איז צוריסען איז עס טריפה.

יעצט, אין אלע בית השחיטות (חוץ אין א"י) איז מען נישט בודק קיין צומת הגידין.
און היות כ"ק רבינו שליט"א פארלאנג אלעמאל אז אונזער בית השחיטה זאל זיין דאס בעסטע אין כשרות, ע"כ יעדע חומרה אדער יעדע זאך וואס איז שייך נאכצוקוקן שטעלט מען באזונדערע משגיחים, און יעדע זאך וואס איז דא א געוויסע פראצענט זענען דא באזונדערע משגיחים אכטונג צו בלויז אויף דעם ווי למשל קושקעס לונגעלעך לעבערלעך וכדו'. און אזויווי דער בית השחיטה האט זיך איינגעקויפט דעם בעסטן נאמען קומען צו גיין פון אסאך פרעמדע קרייזן דא צו קויפן ובתוכם אידן פון לעיקוואד, וואס זיי זענען מדקדק בקלה כבחמורה, וואס זוכן די מהודר'דיגסטע פלייש.

צווישן די משגיחים וואס קומען אראפ פאר די לעקוואד'ער אידן איז הרה"ג ר' אהרן קארשינסקי ני"ו (נישט ארי') וואס ער איז מומחה צו דערקענען פון דרויסן צו די צומות הגדין האבן א שאלה, ונותנים באהבה רשות זה לזה, לערנט ער אויס די היגע משגיחים וויאזוי דאס דערקענען פון דרויסן און אויב מאכט זיך א שאלה דעמאלט עפענט מען עס אויף און מקוקט אריין פון אינעווייניג. מ'האט אויפדעם געביט געשטעלט צוויי ספעציעלע משגיחים וואס קוקן דורך יעדן איינציגען עוף, און ווי פארשטענדליך איז נארמאל אז מזוכט טרעפט מען, און עס איז ווי א שיפמענט אמאל איז עס ריין אונגאנצן און אמאל טרעפט קלענערע פראצענטן און אמאל מער. לעצטענס האט מען געזעהן אז עס מאכט זיך מער עס האט זיך שוין אפילו געמאכט אז אזויפיל ווי 7% זאלן זיין טריפה, און תלי"ת אז ביי אונז קוקט מען נישט אויף קיין געלט און עס ווערט אוועקגעווארפן פונקט ווי אלע אנדערע שאלות, (אין אנדערע בתי שחיטה ווייסט מען ניטאמאל פון אזאנע זאכן).


צום שלוס!
אזוי ווי כ"ק רבינו שליט"א האלט, אז עס טאר נישט זיין קיין סודות אין כשרות ובפרט ביי פלייש, זענען די טירן אפן לכל הרוצה, האבן מיר זייער הנאה אז דער ציבור זאל מיטהאלטן וואס איז כשר און וואס איז טריפה, אדרבה זאלן זיי אנהייבן טענה'ן מער וועט מען געוואור ווערן די הידורים פון די קרית יואל'ע שחיטה.

 



תוקן על ידי יודלע ב- 10/08/2009 22:22:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעפרעסטע זאליס פון טעקסאס אדער טריפה פלייש אין קרית יואל???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext